קאשויער האט געשריבן:HelpMe האט געשריבן:blue moon האט געשריבן:גברא רבא האט געשריבן:blue moon האט געשריבן:
קום אריין קלאר
קאשוי רב האט [נישט] געהאט א חדר אין וומ"ס [נישט] א סקול אין מאנסי [נישט] א חדר אין קאשוי און [יא] א ישיבה אין קאשוי
יעצט וועלכע פון די מוסדות האבן נישט גענומען קיין לאנטש פראגרמ'ס ?....
די ישיבה אין קאשוי שטעטל האט קיינמאל נישט גענומען ווי לאנג דער ברכות שמים זצ"ל האט געלעבט אויף דעם עולם.
מיינסט צו זאגן זענען קיינמאל נישט אפראוועד געווארן
מהאט פעסט גענומען!!
די רבי האט געלאזט נעמען זאכן ווילאנג ס'איז גראד און נישט געדרייט מיט שקרים.
די חדר אין וומ"ס, די סקול אין מאנסי, די סקול אין קאשוי, און אויך די ישיבה אין קאשוי האבן גענומען
א שאד צו מישן און שרייבן אומקלאר אין זאכן וואס מען איז נישט געהעריג באקאנט. און ווי נאריש איז צו שרייבן - ווי גברא רבה - אז ער האט געהאלטן אז מען טאר נישט נעמען קיין פראגראמען און ער האט אליינס גענומען.
אין די מיינונג פון קאשוי רב זצ"ל איז געווען א אונטערשיד וועלכע סארט פראגראמען מען רעדט. עס זענען געווען דריי קאטעגאריעס און זיין מיינונג. קאלידזש פראגראם סארט פראגראמען, לאנטש פראגראמען און אנדערע פראגראמען פאר הילף וואס איז דירעקט אויף זאכן וואס זענען פארבינדן מיט די לימודים.
קאלידזש פראגראמען האט ער נישט געהאלטן פאר קיין פראבלעם, בעסער געזאגט ער האט געהאלטן עס האט נישט מיט די מוסד, די געלט גייט פון די רעגירונג גלייך צום סטודענט. און די סארטן געלטער איז אין זיינע אויגן געווען ווי פוד סטעמפס אדער מעדיקעיד, עפעס וואס האט מיט די מענטש - תלמיד - נישט מיט די ישיבה. איז אין דעם קומט בכלל נישט אריין יא געלאזט אדער נישט געלאזט נעמען.
לאנטש פראגראם גייט יא פאר די ישיבה דירעקט. אבער דאס איז דאך נישט עפעס וואס האט צוטאן מיט די לימודים. עס איז עסן וואס די ישיבה אלס ישיבה אויס דארף נישט צושטעלן (מען רעדט אין טעאריע) און דעריבער איז נעמען די געלטער נישט אזוי הארב.
דאן איז דא געלטער וואס האט מיט די לימודים דירעקט. געלטער טאקע פאר לימודים אליינס, ווי לימודי חול, און אנדערע פראגראמען וואס איז דא היינט ווי טייטל וואן אא"וו. און דאן איז דא פראגראמען פאר זייטיגע זאכן ביי די לימודים, א שטייגער די געלט פארן האלטן אטענדענס אד"ג.
די געלטער וואס גייט פאר לימודים דירעקט און אומדירעקט האט ער נישט געלאזט נעמען אינגאנצן. קאלידזש פראגראמען האט ער ווי דערמאנט אינגאנצן נישט גערעכענט ווי א פראגראם פאר די ישיבה. נאר לאנטש פראגראמען איז געווען עפעס וואס מען האט גענומען כאטש א שטיק צייט בדיעבד. אבער דאן האט זיך געמאכט עפעס א פראבלעם און די פראגראם איז געווארן אפגעשטעלט האט ער געזאגט אז דאס איז א סימן פון הימל אז מען זאל נישט נעמען, און אז מען האט די שטיק צייט געקענט לעבן אן דעם, האט ער שוין נישט געלאזט באנייען.
דאס הייסט אין פאקט האט מען כאטש שפעטער אין ישיבה נישט גענומען גארנישט. אבער אין חדר האט ער נישט אפגעהאלטן פון נעמען די לאנטש פראגראם.
ווען ער האט גערעדט פון נישט נעמען געלטער פון די רעגירונג און געזאגט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן האט ער גערעדט פון די סארט פראגראמען פאר לימודים. און דאס האט ער קיינמאל נישט געטוישט.
פארשטייט זיך אז אפילו וואס מען האט יא גענומען האט געדארפט זיין כאטש אלס די ישיבה אויס גראד און נישט קיין שווינדלן.
איך פארטרעט נישט קיינעם. איך בין נישט קיין ווארטזאגער פאר קיינעם. סך הכל פרוביר איך צו פארשטיין וואס גייט פאר. דעריבער אויב טרעפט איר עפעס אין מיינע רייד וואס שטימט נישט, לייגט עס חלילה נישט אן אויף די רבנים אדער עסקנים.