געזעץ איבער מוסדות התורה אין ניו יארק

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2519
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג מאי 13, 2018 1:28 pm

צל עובר האט געשריבן:קען זיין אז ער וויל אויסנוצן די אומפארשטענדליכע שנאה וואס דער היימישער עולם האט קעגן דעבלאזיא פאר זיינע צוועקן.

די שנאה איז גארנישט אזוי אומפארשטענדליך פאר ווער ס'האט אפי' נאר איינמאל געדרייווט אין די סיטי.
Innocent until proven Republican

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » זונטאג מאי 13, 2018 1:33 pm

סתם א מחשבה'לע

היינטיגע ספירה איז חסד שבמלכות
אוודאי זענען די עשר ספירות העכערע באגריפן, אבער מ'קען לכאורה אויך זאגן אז ס'איז היינט א מסוגל'דיגער טאג מתפלל צו זיין אויף ביטול גזירות, וואס איז געוואנדן אויף די חסד המלכות דא אויף דער וועלט בבחינת התעוררת דלעילע ותתא
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 9:04 am

מיטוואך ביינאכט האט די ניו יארק סיטי עדוקעישאן דעפארטמענט געשיקט א בריוו צו די סטעיט אין וואס זיי געבן א באריכט איבער זייער אויספארשונג אויף די ערליכע מוסדות און ישיבות אין דער סיטי, וואס האט אנגעהאלטן פאר דריי יאר און איז געווען דער רעזולטאט פון העסליכע אנטי-חינוך אקטיוויסטן וואס האבן געזוכט אנצוזייען שאדנס פאר ערליכע אידן. אינעם בריוו, ווערט ארויסגעברענגט אז די קינדער וואס לערנען אין ערליכע מוסדות באקומען אן אינהאלטסרייכן און קוואליטעט-פולע ערציאונג.

דער בריוו לויבט בעיקר שטארק אויס די ארבעט פון די פערל"ס ארגאניזאציע צוצושטעלן פאסיגע ביכער וועלכער ערמעגליכן די קינדער גוט צו לערנען די לימודי חול אין ביכער וואס זענען אויסגעהאלטן פון א אידישן שטאנדפונקט און דורך א ווירקזאמער לערנס-פראגראם, וואס צייגט אז די באשולדיגונגען פון די אנטי-חינוך קלים וריקים זענען לעכערליך. זיי שרייבן אויך אז פערל"ס מומחים האבן געמאכט גאר שטארקע פרעזענטאציעס איבער וואס די ערליכע קינדער לערנען פון די לימודי קודש, טיף טראכטן, רעכענען, מדות טובות, און אנדערע וויכטיגסטע אייגנשאפטן צו קענען מצליח זיין אויך אין מסחר און אלע הינזיכטן פון לעבן.

פון די אנדערע זייט, ווייזט אן די דעפארטמענט, אז די גרופע וועלכע זוכט אונטערצוגראבן דעם חינוך, וועלכע האט געשיקט די קלאגע קעגן די ערליכע מוסדות, מכלומר'שט אין נאמען פון געוועזענע תלמידים, טיטשערס און עלטערן, האבן פאקטיש בלויז געהאט דירעקטע אינפארמאציע איבער 11 פון די אנגעגעבעענע 39 שולעס, און ניין פון די שולעס וואס זיי האבן אויסגערעכנט זענען בכלל נישט קיין שולעס אדער עקזיסטירן זיי שוין מער נישט – אין איינע פון די אדרעסן האבן זיי גאר געטראפן א פלייש–יאטקע אנשטאט א חינוך אנשטאלט. דאס צייגט אז די קלאגע איז געדראפעט זיך אויף גראדע ווענט.

אין א באזארגענדע באהויפטונג, שרייבן די באאמטע אז מ'האט זיי נישט אריינגעלאזט אין 15 פון די אנגעגעבענע ישיבות — העלפט דערפון זענען הויך-שולעס און ישיבות קטנות - און זיי פרעגן די סטעיט ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט די מוסדות. אין נאכפאלגנדע סטעיטמענטס, האט מען געהערט פון שטאט-טאטעס אז אויב מ'קאאפערירט נישט וועלן זיי זיך נעמען גאר שטרענג. ביי א פרעסע קאנפערענץ דאנערשטאג צופרי פארנט פון סיטי האל האבן די עסקנים און דער פערל"ס אדוואקאט אפגעשלאגן אז מ'האט נישט אריינגעלאזן די באאמטע אין מוסדות, און האבן ארויסגעהויבן אז דער באריכט איז מערסטנס פאזיטיוו, אנערקענענדיג די פעסטקייט פונעם ערליכן חינוך.

בסד
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

תגובהדורך בסד » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 10:11 am

יישר כח פאר די נייעס.

זאל דער באשעפער רחמנות האבן אויף אונז.

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1307
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 10:48 am

אהבת השם האט געשריבן:מיטוואך ביינאכט האט די ניו יארק סיטי עדוקעישאן דעפארטמענט געשיקט א בריוו צו די סטעיט אין וואס זיי געבן א באריכט איבער זייער אויספארשונג אויף די ערליכע מוסדות און ישיבות אין דער סיטי, וואס האט אנגעהאלטן פאר דריי יאר און איז געווען דער רעזולטאט פון העסליכע אנטי-חינוך אקטיוויסטן וואס האבן געזוכט אנצוזייען שאדנס פאר ערליכע אידן. אינעם בריוו, ווערט ארויסגעברענגט אז די קינדער וואס לערנען אין ערליכע מוסדות באקומען אן אינהאלטסרייכן און קוואליטעט-פולע ערציאונג.

דער בריוו לויבט בעיקר שטארק אויס די ארבעט פון די פערל"ס ארגאניזאציע צוצושטעלן פאסיגע ביכער וועלכער ערמעגליכן די קינדער גוט צו לערנען די לימודי חול אין ביכער וואס זענען אויסגעהאלטן פון א אידישן שטאנדפונקט און דורך א ווירקזאמער לערנס-פראגראם, וואס צייגט אז די באשולדיגונגען פון די אנטי-חינוך קלים וריקים זענען לעכערליך. זיי שרייבן אויך אז פערל"ס מומחים האבן געמאכט גאר שטארקע פרעזענטאציעס איבער וואס די ערליכע קינדער לערנען פון די לימודי קודש, טיף טראכטן, רעכענען, מדות טובות, און אנדערע וויכטיגסטע אייגנשאפטן צו קענען מצליח זיין אויך אין מסחר און אלע הינזיכטן פון לעבן.

פון די אנדערע זייט, ווייזט אן די דעפארטמענט, אז די גרופע וועלכע זוכט אונטערצוגראבן דעם חינוך, וועלכע האט געשיקט די קלאגע קעגן די ערליכע מוסדות, מכלומר'שט אין נאמען פון געוועזענע תלמידים, טיטשערס און עלטערן, האבן פאקטיש בלויז געהאט דירעקטע אינפארמאציע איבער 11 פון די אנגעגעבעענע 39 שולעס, און ניין פון די שולעס וואס זיי האבן אויסגערעכנט זענען בכלל נישט קיין שולעס אדער עקזיסטירן זיי שוין מער נישט – אין איינע פון די אדרעסן האבן זיי גאר געטראפן א פלייש–יאטקע אנשטאט א חינוך אנשטאלט. דאס צייגט אז די קלאגע איז געדראפעט זיך אויף גראדע ווענט.

אין א באזארגענדע באהויפטונג, שרייבן די באאמטע אז מ'האט זיי נישט אריינגעלאזט אין 15 פון די אנגעגעבענע ישיבות — העלפט דערפון זענען הויך-שולעס און ישיבות קטנות - און זיי פרעגן די סטעיט ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט די מוסדות. אין נאכפאלגנדע סטעיטמענטס, האט מען געהערט פון שטאט-טאטעס אז אויב מ'קאאפערירט נישט וועלן זיי זיך נעמען גאר שטרענג. ביי א פרעסע קאנפערענץ דאנערשטאג צופרי פארנט פון סיטי האל האבן די עסקנים און דער פערל"ס אדוואקאט אפגעשלאגן אז מ'האט נישט אריינגעלאזן די באאמטע אין מוסדות, און האבן ארויסגעהויבן אז דער באריכט איז מערסטנס פאזיטיוו, אנערקענענדיג די פעסטקייט פונעם ערליכן חינוך.

קרעדיט: דער איד טעגליך

הענדימען
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 10:49 am

די נייעס העדליינס האבן נאר געשריגן אז מ'האט נישט אריינגעלאזט די אינספעקטארס
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
אורח הכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

תגובהדורך אורח הכבוד » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 10:51 am

איש האשכולות האט געשריבן:
אהבת השם האט געשריבן:מיטוואך ביינאכט האט די ניו יארק סיטי עדוקעישאן דעפארטמענט געשיקט א בריוו צו די סטעיט אין וואס זיי געבן א באריכט איבער זייער אויספארשונג אויף די ערליכע מוסדות און ישיבות אין דער סיטי, וואס האט אנגעהאלטן פאר דריי יאר און איז געווען דער רעזולטאט פון העסליכע אנטי-חינוך אקטיוויסטן וואס האבן געזוכט אנצוזייען שאדנס פאר ערליכע אידן. אינעם בריוו, ווערט ארויסגעברענגט אז די קינדער וואס לערנען אין ערליכע מוסדות באקומען אן אינהאלטסרייכן און קוואליטעט-פולע ערציאונג.

דער בריוו לויבט בעיקר שטארק אויס די ארבעט פון די פערל"ס ארגאניזאציע צוצושטעלן פאסיגע ביכער וועלכער ערמעגליכן די קינדער גוט צו לערנען די לימודי חול אין ביכער וואס זענען אויסגעהאלטן פון א אידישן שטאנדפונקט און דורך א ווירקזאמער לערנס-פראגראם, וואס צייגט אז די באשולדיגונגען פון די אנטי-חינוך קלים וריקים זענען לעכערליך. זיי שרייבן אויך אז פערל"ס מומחים האבן געמאכט גאר שטארקע פרעזענטאציעס איבער וואס די ערליכע קינדער לערנען פון די לימודי קודש, טיף טראכטן, רעכענען, מדות טובות, און אנדערע וויכטיגסטע אייגנשאפטן צו קענען מצליח זיין אויך אין מסחר און אלע הינזיכטן פון לעבן.

פון די אנדערע זייט, ווייזט אן די דעפארטמענט, אז די גרופע וועלכע זוכט אונטערצוגראבן דעם חינוך, וועלכע האט געשיקט די קלאגע קעגן די ערליכע מוסדות, מכלומר'שט אין נאמען פון געוועזענע תלמידים, טיטשערס און עלטערן, האבן פאקטיש בלויז געהאט דירעקטע אינפארמאציע איבער 11 פון די אנגעגעבעענע 39 שולעס, און ניין פון די שולעס וואס זיי האבן אויסגערעכנט זענען בכלל נישט קיין שולעס אדער עקזיסטירן זיי שוין מער נישט – אין איינע פון די אדרעסן האבן זיי גאר געטראפן א פלייש–יאטקע אנשטאט א חינוך אנשטאלט. דאס צייגט אז די קלאגע איז געדראפעט זיך אויף גראדע ווענט.

אין א באזארגענדע באהויפטונג, שרייבן די באאמטע אז מ'האט זיי נישט אריינגעלאזט אין 15 פון די אנגעגעבענע ישיבות — העלפט דערפון זענען הויך-שולעס און ישיבות קטנות - און זיי פרעגן די סטעיט ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט די מוסדות. אין נאכפאלגנדע סטעיטמענטס, האט מען געהערט פון שטאט-טאטעס אז אויב מ'קאאפערירט נישט וועלן זיי זיך נעמען גאר שטרענג. ביי א פרעסע קאנפערענץ דאנערשטאג צופרי פארנט פון סיטי האל האבן די עסקנים און דער פערל"ס אדוואקאט אפגעשלאגן אז מ'האט נישט אריינגעלאזן די באאמטע אין מוסדות, און האבן ארויסגעהויבן אז דער באריכט איז מערסטנס פאזיטיוו, אנערקענענדיג די פעסטקייט פונעם ערליכן חינוך.

קרעדיט: דער איד טעגליך


בעת דער באריכט איז מערסטנס פאזיטיוו, און צייגט די וויכטיקייט פון די ארבעט פון פערל"ס איבערצוצייגן די הערליכקייט פונעם ערליכן חינוך, ווי אויך צו פארזיכערן אז די קינדער האלטן טאקע מיט די לימודי חול און קענען דאס וואס די מנהיגי ישראל האבן איינגעפירט צו לערנען ווען מ'האט אוועקגעשטעלט די ערליכע מוסדות, הערשט זארג וואס די סטעיט וועט ענטפערן איבער די אנדערע מוסדות, און צי עס וועט אננעמען די געפינסן. די העצער האבן זיך שוין ארויפגעכאפט אויף די נעגאטיווע ברעקלעך, און ליידער ווערט עס אפגעקויפט אין דער פרעסע. און מ'דארף גרויס רחמי שמים אז דער ערליכער חינוך זאל חלילה נישט באדראעט ווערן.

דער ציבור ווערט גערופן מתפלל צו זיין אויפ'ן ריינעם, ערליכן חינוך, אז די אפטריניגע פון כלל ישראל זאלן נישט קענען באקומען דערויף קיין שליטה, חלילה, ולא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי.
קרעדיט: דער איד טעגליך
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

קהל עדתינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 11:50 am

דער בלאט היינט:

איינער מיט דעטאלן?
צוגעלייגטע
Blatt.PNG
Blatt.PNG (71.85 KiB) געזעהן 1793 מאל

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 11:55 am

קהל עדתינו האט געשריבן:דער בלאט היינט:

איינער מיט דעטאלן?


קוק ארויף אפאר תגובות

אוועטאר
קאץ און מויז
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 11:50 am

Gov Cuomo visits satmar rebbe of williamsburg promises not to interfere with yeshiva education
(Credit YWN)

אוועטאר
אורח הכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

תגובהדורך אורח הכבוד » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 10:10 am

קאץ און מויז האט געשריבן:Gov Cuomo visits satmar rebbe of williamsburg promises not to interfere with yeshiva education
(Credit YWN)


דא איז די לינק צום באריכט (מיין פילטער בלאקט עס, אויב איינער קען עס ביטע ק/פ)

אגב האט אים די פרעסע א טאג דערויף געצימבעלט אויף די באריכט
דא (מיין פילטער בלאקט עס, אויב איינער קען עס ביטע ק/פ)
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

אוועטאר
אורח הכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

תגובהדורך אורח הכבוד » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 10:17 am

און א גאסט עדעטאריעל און "דער איד" די וואך פון העסקן ר' משה דוד ניעדערמאן קומט ער ארויס מיט א הארציגען רוף צו תושבי וויליאמסבורג לאור די העצע אקעגען אונזער חינוך פאדערט זיך פון אונז די מינימום השתדלות און ארויסגיין שטימען דינסטאג עשי''ת פאר די באאמטע וואס זענען סימפאטיש צו אונז און סענסעטיוו פאר אונזער רעליגיע, אריינגערעכענט די גאווערנער יר''ה.
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

אוועטאר
אורח הכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

תגובהדורך אורח הכבוד » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 11:12 am

אורח הכבוד האט געשריבן:און א גאסט עדעטאריעל און "דער איד" די וואך פון העסקן ר' משה דוד ניעדערמאן קומט ער ארויס מיט א הארציגען רוף צו תושבי וויליאמסבורג לאור די העצע אקעגען אונזער חינוך פאדערט זיך פון אונז די מינימום השתדלות און ארויסגיין שטימען דינסטאג עשי''ת פאר די באאמטע וואס זענען סימפאטיש צו אונז און סענסעטיוו פאר אונזער רעליגיע, אריינגערעכענט די גאווערנער יר''ה.

גאסט עדעטאריעל
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

Efroiach
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 12:59 pm

תגובהדורך Efroiach » פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 4:02 pm

אורח הכבוד האט געשריבן:ארויסגיין שטימען דינסטאג עשי''ת

מיינסט אוודאי דאנערשטאג עשי״ת.

אוועטאר
ירושליימער ייד
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
לאקאציע: ירושלים עיה"ק תובב"א

תגובהדורך ירושליימער ייד » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 5:31 am

Efroiach האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:ארויסגיין שטימען דינסטאג עשי''ת

מיינסט אוודאי דאנערשטאג עשי״ת.

וואס זעהנען די רעזולטאטן?
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.

אוועטאר
צל עובר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5842
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 2:03 pm

באריכטעט אין אנדערן אשכול, די היימישע קאנדידאטן האבן געווינען.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
ירושליימער ייד
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
לאקאציע: ירושלים עיה"ק תובב"א

תגובהדורך ירושליימער ייד » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 6:15 pm

צל עובר האט געשריבן:באריכטעט אין אנדערן אשכול, די היימישע קאנדידאטן האבן געווינען.

יישר כוח.
ברוך ה' אויף די בשורה טובה.
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: abeg, Baidu [Spider], police, rogers, Wow a1, אהבת השם, אזוי וויל איך, באדראג-קערעסטיר, דריידל, יאנקעל פעדראטשיק, יישר כח, יעקב זרח, כאפצעם און 50 געסט