רוסישער-בריטישער שפיאן אטאקע

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
כסליו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 7:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כסליו »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:אוודאי... א שאלה?

שמעלקא דו פרעגסט? דאס איז דאך געבליבן אין די טאשקע, ניין?
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"
אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 12:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשיפקא »

די מילך איז נישטא, און דער קאץ איז אנגעפולט,
ווי ליגט די מילך?
איינער ווייסט???
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

פרעזידענט טראמפ האט פארארדענט דאס ארויסווארפן פון 60 רוסן פון אמעריקע אין א ענטפער צו די גרויזאמע פארגיפטונג אין ענגלאנד. 48 פון די רוסישע אגענטן ארבעטן אין די רוסישע אמבאסאדאר אין וואשינגטאן און די איבריגע 12 זענען איינגעשטעלט אין די יו. ען.

אזוי אויך האט די אדמיניסטראציע פארארדענט דאס אפשפארונג פון א רוסישע קאנסולאט אין סיאטעל. אין א סטעיטמענט זאגט די פרעס סעקרעטערי אז דאס קומט אויך צוליב די נאנטקייט וואס יענע בנין האט צו א מיליטערישע באזע פון סובמארינען

די אמעריקאנער שריט קומט אין צוגאב צו א רייע לענדער - אריינגערעכנט קאנאדע דייטשלאנד און נאך אסאך לענדער אין די אי. יו. - וועלכע האבן זיך אויך צוגעשטעלט צו די אלוועלטלעכע אויפברויז קעגן רוסלאנד, און אליינס ארויסגעשטעלט עטליכע רוסישע דיפלאמאטן פון זייערע באדנס.
אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל שמעלקא »

פוטין האט געמיינט ער איז שוין גענוג גרויס, האט ער באקומען א גוטע פליק.
”האסט הנאה געהאט? ווילסט נאך? געב א לייק! ס’גיבט כח צו גיין ווייטער...”
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

איך זעה נישט פארוואס פוטין זאל טוישן זיין וועג, ווייל אמעריקע און ענגלאנד האבן געוויזן נאָ-נאָ?
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

פאוואס האט רוסלאנד אים פרובירט אומצוברענגן?

פאר'ן כבוד און טובה פון זייער לאנד איא?

ווען מ'ענטפערט מיט א שמייס אין די כבוד, איז עס א ענטפער.

ביי לענדער גייט עס אזוי, אין וויפיל לענדער ווערן מיליאנען געהארגעט וועגן כבוד, שטאנד?

אהיים שיקן די קינדער פון חדר איז א בושה, די מוסדות ווייסן עס, און די לענדער אויך...

ווען אמעריקע האט די לעצטע מינוט פון די אבאמא אדמינעסטראציע אהיים געשיקט חברה, איז געווען א איבערדרייעניש.
זעט אויס ס'ארבעט.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

יש ברירה האט געשריבן: און די איבריגע 12 זענען איינגעשטעלט אין די יו. ען.

אמעריקע קען ארויסווארפן אדער נישט אריינלאזן דיפלאמאטן וואס קומען / ארבעטן ביי די יו ען?
1 + 1 = חלה דעקל...
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

חלהדעקל האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן: און די איבריגע 12 זענען איינגעשטעלט אין די יו. ען.

אמעריקע קען ארויסווארפן אדער נישט אריינלאזן דיפלאמאטן וואס קומען / ארבעטן ביי די יו ען?

אוודאי;

און אפילו א העד אוו סטעיט קענען זיי (לכאורה) פארבאטען פון אריין קומען.

אמעריקע האט נישט אויף געגעבען אירע רעכטען פון זיך באשיצען, ווען זיי האבע מסכים געווען צו זיין דער באזע פאר דער (UN)יונייטיד נעישאן'ס (פאן אינטענדעד).

העכסטענס קען די יונייטעד נעישען'ס באשליסען צו מאופען; און א סאך מענטשען וועלען שטיין ביים ברעגע און עס וועיווען גוד ביי.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ארום צוויי מאנאטן נאכדעם וואס דער געוועזענער רוסישער שפיאן איז פארגיפטעט געווארן אין סאליסבורי איז היינט פארעפנטליכט געווארן איבער א פארפאלק וועלכע איז געפונען געווארן באוואוסטלאז נאכ׳ן ווערן פארגיפטעט, נישט ווייט פונעם ארט ווי דער רוסישער שפיאן איז געפונען געווארן.

דער פארפאלק איז געפונען געווארן באוואוסטלאז מיט צייכנס פון פארגיפטונג ארום 8 מייל פונעם ארט וואו סערגעי סקריפעל און זיין טאכטער זענען אפגעפונען געווארן אין מערץ, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א פארגיפטונג פון א רוסיש ערצייגטע גיפט נאוויטשאק.

עס איז דערווייל אומקלאר אויב עס איז דא סיי וועלכע פארבינדונג צווישן די צוויי אינצידענטן, אבער די פאקט אז ביידע האבן פאסירט אין די זעלבע אומגעגנט האט געברענגט שרעק צווישן די איינוואוינער און פילע געשעפטן און עפנטליכע ערטער זענען אפגעשלאסן פאר אויספארשונג.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

קוועלער אינערהאלב בריטישע זיכערהייט אגענטורן זאגן אז מען איז געקומען אויף די שפורן פון רוסישע אגענטן וועלכע האבן דורכגעפירט דעם כעמישן אטאקע אין סאליסבורי ענגלאנד אין וועלכע עס זענען באטראפן געווארן דער דאפלטער רוסישע אגענט סערגעי סקריפעל און זיין טאכטער.

דער אויספארשונג האט געזען א דורכברוך פאריגע וואך נאכדעם וואס נאך א פארפאלק האבן געצייגט סימפאטמען פון פארגיפטונג, און דער מאן איז אומגעקומען פון דעם, און נאכדעם וואס עס איז קלאר געווארן אז זיי זענען געקומען אין בארירונג מיט דעם פלעשל,האט דאס געפירט די אויספארשער צו דעם פלאץ וואו די גיפט איז אונטערגעשטעלט געווארן.

לויט די קוועלער האבן די פאליציי געלייגט א האנט אויף זיכערהייט קאמערעס אין וועלכע עס ווערן קלאר געזען רוסישע אגענטן, רוסלאנד האלט אן מיט איר קאטעגארישע לייקענונג איבער די גאנצע געשיכטע, און פאליציי אנטזאגט זיך דערווייל פון קאמענטירן אויף די אנטוויקלונגען.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

א דאנק פעיק ניוז פאר די עכטע אפדעיטס.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

Facial recognition has helped police identify suspects before.

Getty Images
UK authorities used facial recognition technology to identify two suspects in the nerve agent poisoning of a former Russian double agent and his daughter earlier this year, CNN reported on Thursday.

Police discovered two "fresh identities" on surveillance camera footage who are believed to be involved in the Novichok poisoning of Sergei Skripal and his daughter Yulia in Salisbury in March, the network reported, citing an unnamed source. The footage, taken at UK airports and Salisbury, was analyzed by facial recognition software, the source said.

The pair weren't known to be spies and were traveling under aliases, the source said. It isn't clear if they are Russian.

Facial recognition remains controversial technology, but has helped police identify suspects before. Maryland police used the technology to identify the name of a suspect captured after he shot journalists at the Capital Gazette in Annapolis in June. Five people were killed in the shooting.

The Salisbury, Wiltshire, Police Department and the UK National Police Chiefs' Council didn't immediately respond to requests for comment.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואשינגטאן »

[img]
[/img]
אטעטשמענטס
שששש.JPG
שששש.JPG (20.91 KiB) געזען 2037 מאל
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!
אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואשינגטאן »

[img]
[/img]
אטעטשמענטס
'''.JPG
'''.JPG (22.48 KiB) געזען 2024 מאל
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

ענגלישע אויטאריטעטן האבן היינט געמאלדן אז זיי ברענגען קלאגעס קעגן צוויי רוסישע אגענטן וועלכע ווערן באשולדיגט אין דורכפירן דעם כעמישן אטאקע אין סאליסבורי פאריגן מערץ, אין וועלכע דער געוועזענער רוסישער אגענט סערגעי סקריפעל און זיין טאכטער יוליע זענען געצילט געווארן מיט דעם גאר טויטליכן ״נאוויטשאק״ גיפט.

די בריטישע ״סקאטלאנד יארד״ געהיים אגענטור האט פארעפנטליכט בילדער און קראנטע באווייזן אז צוויי רוסישע אגענטן, אלעקסאנדער פעטראוו און רוסיאן באשיראוו, ביידע אין זייערע פארציגער יארן, זענען סעפציעל געקומען פון רוסלאנד צו אויספירן דעם אטאקע.

די צוויי זענען אנגעקומען קיין לאנדאן אין מערץ 2, און האבן זיך אויפגעהאלטן אין אן האטעל אין לאנדאן, אין מערץ 3 זענען זיי אראפגעקומען קיין סאליסבורי פאר פלאנירונג, און א טאג דערויף האבן זיי דורכגעפירט דעם מיסיע דורך אנשפריצן דעם טיר קלאמקע פון די סקריפעל פאמיליע מיט דעם גיפט.

דער גיפט איז געהאלטן געווארן אין א פערפיום פלעשל, און נאך די אטאקע האבן זיי דאס אוועקגעווארפן אומפאראנטווארטליך, דאס האט געברענגט דערצו אז מיט עטליכע וואכן שפעטער האט א פארפאלק געטראפן דאס פלעשל און געמיינט אז דאס איז ״פערפיום״, דער פרוי האט זיך אנגעשפריצט דערמיט און זי איז אומגעקומען און דער מאן איז שווער קראנק געווארן.

אלעס אינאיינעם זענען 4 בריטישע בירגער קריטיש קראנק געווארן פון דעם גיפט, אריינגערעכנט א פאליציאנט וועלכע איז אנגעקומען צוערשט אויף די סצענע, און איין פרוי איז אומגעקומען, דאס האט געברענגט עפנטליכע אויפברויז אין ענגלאנד און איבער די וועלט.

באלד נאך די אטאקע האט ענגלאנד באשולדיגט רוסלאנד, אבער אצינד ווערט דאס באגלייט מיט קראנטע באווייזן וואס מאכט עס אוממעגליך פאר רוסלאנד עס צו לייקענען, און קען ברענגען ווייטערדיגע שטראפן און אינטערנאציאנאלע סאנקציעס קעגן רוסלאנד.
jp
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

נאכדעם וואס ענגלאנד האט נעכטן אויפגעדעקט די נעמען פון די רוסישע אגענטן וועלכע זענען געשטאנען אונטער דעם פארגיפטונג פונעם געוועזענעם אגענט אין סאליסבורי, האבן די פירער פון אמעריקע, קאנאדע, ענגלאנד, פראנקרייך און דייטשלאנד ארויסגעגעבן אן אונטערגעשריבענע פאראייניגטע סטעיטמענט אין וועלכע זיי טוען ווידער פארדאמען רוסלאנד איבער די אטאקע.

״מיר אונטערגעשריבענע, די פירער פון אמעריקע, קאנאדע, פראנקריך און דייטשלאנד, טוען ווידער אונטערשטרייכן אונזער אויפברויז איבער דעם באנוץ פונעם טויטליכען נאוויטשאק גיפט אין אן אטאקע אין סאליסבורי דעם פארלאפענעם מערץ 4, מיר האבן די פולסטע צוטרוי אין די בריטישע שפיאנאזש דינסט און אין זייער אויספיר אז רוסישע אגענטן זענען געשטאנען דערונטער״ לויטעט דער סטעיטעמענט.

די פירער שטרייכן אונטער די שריט וואס זיי האבן שוין גענומען קעגן רוסלאנד אין ליכט פון די אטאקע, און פארשפרעכן ווייטערדיגע שריט, אזוי אויך האבן די אלע לענדער פאררופן א זיצונג פונעם יו.ען. זיכערהייט קאנסיל אויף היינט וואו עס וועט דיסקוטירט ווערן די לעצטע אויפדעקונג אינעם אויספארשונג, און וועלכע שריט עס זאלן גענומען ווערן קעגן רוסלאנד דערוועגן.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

די צוויי רוסישע בירגער וועמען די בריטישע אויטאריטעטן האבן אידענטיפיצירט אלס די רוסישע שפיאנען וועלכע זענען געשטאנען אונטער דעם גיפט-אטאקע אין סאליסבורי פאריגן מערץ זענען ארויסגעקומען אין די עפנטליכקייט און קאטעגאריש אפגעלייקנט דעם באשולדיגונג.

רוסיאן באשיראוו און אלעקסאנדער פעטראוו זענען נעכטן ערשינען אויף דעם רוסישן קרעמעלין-פינאנצירטע טעלעוויזיע נעץ ״רוסלאנד טודעי״ און האבן זיך באקלאגט אז זיי שטייען אויס א ״קאשמאר״ זינט בריטאניע האט פארעפנטליכט זייער אידענטיטעט און אז זיי זענען אייגענטליך בלויז אומשולדיגע טוריסטן וועלכע האבן נישט קיין שום פארבינדונגען צום רוסישן שפיאנאזש אגענטור.

ווי באריכטעט האט בריטאניע פארעפנטליכט ווידעאוס פון זיכערהייט קאמערעס ווי מען זעט אז זיי זענען געקומען קיין סאליסבורי צוויי טעג נאכאנאנד, אבער די צוויי זאגן אז האנדלט זיך פון א ״טאטאלע צופאל״ אז זיי האבן זיך דארט געפונען אין די טאג פון די אטאקע און אז זיי האבן נישט געהאט קיין אהנונג ווער סקריפעל איז.

אויף די פראגע וואס זיי האבן געזוכט אין א פארשטופטן ארט ווי סאליסבורי צוויי טעג נאכאנאנד האבן זיי געענטפערט אז די ארטיגע ארכיטעקטורישע קירכע האט געצויגן זייער נייגער, און אז זיי זענען צוריקגעגאנגען א צווייט מאל וויבאלד ביים ערשטן מאל איז געווען א שווערע וועטער.

זיי זענען ערשינען אויף טעלעוויזיע בלויז עטליכע טעג נאכדעם וואס פוטין האט אפעלירט צו זיי עפנטליך אז זיי זאלן ארויסקומען ״ערקלערן״ וואס קומט פאר, אבער אנאליסטן זאגן אז דאס איז אלעס אן ארקעסטרירטע שפיל צו צומישן און אנזייען אומזיכערקייט איבער דעם געשיכטע, און עס איז גאנץ זיכער אז זיי האבן גארנישט געזוכט אין סאליסבורי אויסער צו דורכפירן דעם אטאקע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דער בריטישער ״טיימס״ באריכטעט אז האלאנד האט ארעסטירט צוויי רוסישע אגענטן וועלכע האבן פלאנירט זיך צו אריינברעכן אין א העכסט באוואכטע כעמישע לאבארטאריע אין די שווייץ וואו עס ווערן פראדוצירט כעמישע און ביאלאגישע סובסטאנצן.

צווישן אנדערע ווערט דארט געהאלטן די שעדליכע ״נאוויטשאק״ גיפט וואס איז באנוצט געווארן אינעם גיפט אטאקע אין סאליסבורי פאריגן מערץ ווען צוויי רוסישע אגענטן האבן פרובירט צו אומברענגען א געוועזענעם רוסישן שפיאן.

לויט דעם באריכט האבן די האלענדישע און בריטישע שפיאנאזש אגענטורן געארבייט אינאיינעם צו כאפן די צוויי ״רויטהאנטיג״ ווען זיי האבן זיך געפונען אויפ׳ן וועג צו דורכפירן זייער אקציע, זיי האבן געהאט מיט זיך קאמפיוטערס דורך וועלכע זיי האבן געוואלט נייטראליזירן די זיכערהייטס סיסטעמען און אזוי ארום זיך אריינבאקומען אינעם לאבערטאריע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8571
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

מען מאכט דאס אין שווייץ פאר רוסלאנד?
בשעתו האט מען געשמועסט אז דאס אז ס'איז געווען די גיפט, איז שוין א ראי' אז עס איז רוסלאנד, נו אויב מאכן עס אנדערע אויך, איז וואס איז די ראי'?
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

ווי איך פארשטיי האט מען דארט געהאלטן אינמיטן א אויספארשונג אויף די גיפט באנוצט אין ענגלאנד און די רוסן האבן געוואלט סאבאטאזשירן די אויספארשונג.

[שטימט מיט פוטין'ס ווערסיע אז דאס זענען געווען צוויי אינדיווידועלן אויף דער אייגענער האנט]
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8571
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

אהא, א דאנק.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

איינער פון די צוויי רוסישע פארשוינען, וועלכע האבן דורכגעפירט די נאוויטשאק סם אטאקע אויפ'ן געוועזענעם רוסישן שפיאן סערגעי סקריפאל, איז אידענטיפיצירט געווארן אלס א טרענירטער דאקטער, וועלכער ארבעט פאר דער רוסישער מיליטערישער שפיאנאזש אגענטור, און ער איז געפארן קיין ענגלאנד דורכצופירן די נאוויטשאק אטאקע, אונטער א פאלשן אידענטיטעט. דאס איז אויפגעדעקט געווארן דורך דער "בעלינג-קעט" פריוואטער שפיאנאזש ארגאניזאציע, וועלכע זאגן אז יענעמ'ס נאמען איז אלעקסאנדער מישקין, און די אויפדעקונג קומט עטליכע וואכן נאכדעם וואס די זעלבע ארגאניזאציע האט אידענטיפיצירט דעם אנדערן רוס אלס אנאטאלי שעפיגא, א הויכראנגיקער רוסישער מיליטערישער אפיציר
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”