פרעזידענט טראמפ האט פארארדענט דאס ארויסווארפן פון 60 רוסן פון אמעריקע אין א ענטפער צו די גרויזאמע פארגיפטונג אין ענגלאנד. 48 פון די רוסישע אגענטן ארבעטן אין די רוסישע אמבאסאדאר אין וואשינגטאן און די איבריגע 12 זענען איינגעשטעלט אין די יו. ען.
אזוי אויך האט די אדמיניסטראציע פארארדענט דאס אפשפארונג פון א רוסישע קאנסולאט אין סיאטעל. אין א סטעיטמענט זאגט די פרעס סעקרעטערי אז דאס קומט אויך צוליב די נאנטקייט וואס יענע בנין האט צו א מיליטערישע באזע פון סובמארינען
די אמעריקאנער שריט קומט אין צוגאב צו א רייע לענדער - אריינגערעכנט קאנאדע דייטשלאנד און נאך אסאך לענדער אין די אי. יו. - וועלכע האבן זיך אויך צוגעשטעלט צו די אלוועלטלעכע אויפברויז קעגן רוסלאנד, און אליינס ארויסגעשטעלט עטליכע רוסישע דיפלאמאטן פון זייערע באדנס.
Facial recognition has helped police identify suspects before.
Getty Images UK authorities used facial recognition technology to identify two suspects in the nerve agent poisoning of a former Russian double agent and his daughter earlier this year, CNN reported on Thursday.
Police discovered two "fresh identities" on surveillance camera footage who are believed to be involved in the Novichok poisoning of Sergei Skripal and his daughter Yulia in Salisbury in March, the network reported, citing an unnamed source. The footage, taken at UK airports and Salisbury, was analyzed by facial recognition software, the source said.
The pair weren't known to be spies and were traveling under aliases, the source said. It isn't clear if they are Russian.
Facial recognition remains controversial technology, but has helped police identify suspects before. Maryland police used the technology to identify the name of a suspect captured after he shot journalists at the Capital Gazette in Annapolis in June. Five people were killed in the shooting.
The Salisbury, Wiltshire, Police Department and the UK National Police Chiefs' Council didn't immediately respond to requests for comment.
ענגלישע אויטאריטעטן האבן היינט געמאלדן אז זיי ברענגען קלאגעס קעגן צוויי רוסישע אגענטן וועלכע ווערן באשולדיגט אין דורכפירן דעם כעמישן אטאקע אין סאליסבורי פאריגן מערץ, אין וועלכע דער געוועזענער רוסישער אגענט סערגעי סקריפעל און זיין טאכטער יוליע זענען געצילט געווארן מיט דעם גאר טויטליכן ״נאוויטשאק״ גיפט.
די בריטישע ״סקאטלאנד יארד״ געהיים אגענטור האט פארעפנטליכט בילדער און קראנטע באווייזן אז צוויי רוסישע אגענטן, אלעקסאנדער פעטראוו און רוסיאן באשיראוו, ביידע אין זייערע פארציגער יארן, זענען סעפציעל געקומען פון רוסלאנד צו אויספירן דעם אטאקע.
די צוויי זענען אנגעקומען קיין לאנדאן אין מערץ 2, און האבן זיך אויפגעהאלטן אין אן האטעל אין לאנדאן, אין מערץ 3 זענען זיי אראפגעקומען קיין סאליסבורי פאר פלאנירונג, און א טאג דערויף האבן זיי דורכגעפירט דעם מיסיע דורך אנשפריצן דעם טיר קלאמקע פון די סקריפעל פאמיליע מיט דעם גיפט.
נאכדעם וואס ענגלאנד האט נעכטן אויפגעדעקט די נעמען פון די רוסישע אגענטן וועלכע זענען געשטאנען אונטער דעם פארגיפטונג פונעם געוועזענעם אגענט אין סאליסבורי, האבן די פירער פון אמעריקע, קאנאדע, ענגלאנד, פראנקרייך און דייטשלאנד ארויסגעגעבן אן אונטערגעשריבענע פאראייניגטע סטעיטמענט אין וועלכע זיי טוען ווידער פארדאמען רוסלאנד איבער די אטאקע.
״מיר אונטערגעשריבענע, די פירער פון אמעריקע, קאנאדע, פראנקריך און דייטשלאנד, טוען ווידער אונטערשטרייכן אונזער אויפברויז איבער דעם באנוץ פונעם טויטליכען נאוויטשאק גיפט אין אן אטאקע אין סאליסבורי דעם פארלאפענעם מערץ 4, מיר האבן די פולסטע צוטרוי אין די בריטישע שפיאנאזש דינסט און אין זייער אויספיר אז רוסישע אגענטן זענען געשטאנען דערונטער״ לויטעט דער סטעיטעמענט.
די פירער שטרייכן אונטער די שריט וואס זיי האבן שוין גענומען קעגן רוסלאנד אין ליכט פון די אטאקע, און פארשפרעכן ווייטערדיגע שריט, אזוי אויך האבן די אלע לענדער פאררופן א זיצונג פונעם יו.ען. זיכערהייט קאנסיל אויף היינט וואו עס וועט דיסקוטירט ווערן די לעצטע אויפדעקונג אינעם אויספארשונג, און וועלכע שריט עס זאלן גענומען ווערן קעגן רוסלאנד דערוועגן.
די צוויי רוסישע בירגער וועמען די בריטישע אויטאריטעטן האבן אידענטיפיצירט אלס די רוסישע שפיאנען וועלכע זענען געשטאנען אונטער דעם גיפט-אטאקע אין סאליסבורי פאריגן מערץ זענען ארויסגעקומען אין די עפנטליכקייט און קאטעגאריש אפגעלייקנט דעם באשולדיגונג.
רוסיאן באשיראוו און אלעקסאנדער פעטראוו זענען נעכטן ערשינען אויף דעם רוסישן קרעמעלין-פינאנצירטע טעלעוויזיע נעץ ״רוסלאנד טודעי״ און האבן זיך באקלאגט אז זיי שטייען אויס א ״קאשמאר״ זינט בריטאניע האט פארעפנטליכט זייער אידענטיטעט און אז זיי זענען אייגענטליך בלויז אומשולדיגע טוריסטן וועלכע האבן נישט קיין שום פארבינדונגען צום רוסישן שפיאנאזש אגענטור.
ווי באריכטעט האט בריטאניע פארעפנטליכט ווידעאוס פון זיכערהייט קאמערעס ווי מען זעט אז זיי זענען געקומען קיין סאליסבורי צוויי טעג נאכאנאנד, אבער די צוויי זאגן אז האנדלט זיך פון א ״טאטאלע צופאל״ אז זיי האבן זיך דארט געפונען אין די טאג פון די אטאקע און אז זיי האבן נישט געהאט קיין אהנונג ווער סקריפעל איז.
אויף די פראגע וואס זיי האבן געזוכט אין א פארשטופטן ארט ווי סאליסבורי צוויי טעג נאכאנאנד האבן זיי געענטפערט אז די ארטיגע ארכיטעקטורישע קירכע האט געצויגן זייער נייגער, און אז זיי זענען צוריקגעגאנגען א צווייט מאל וויבאלד ביים ערשטן מאל איז געווען א שווערע וועטער.
זיי זענען ערשינען אויף טעלעוויזיע בלויז עטליכע טעג נאכדעם וואס פוטין האט אפעלירט צו זיי עפנטליך אז זיי זאלן ארויסקומען ״ערקלערן״ וואס קומט פאר, אבער אנאליסטן זאגן אז דאס איז אלעס אן ארקעסטרירטע שפיל צו צומישן און אנזייען אומזיכערקייט איבער דעם געשיכטע, און עס איז גאנץ זיכער אז זיי האבן גארנישט געזוכט אין סאליסבורי אויסער צו דורכפירן דעם אטאקע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש