נאר גוטע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1393
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מוצ"ש מארטש 10, 2018 9:05 pm

@ פרלקאוויטש
מיר נעמען דיך אויך מיט א ברייטע שלום עליכם אלס נייע אורח
אבער אדווערטייזמענט אויף אייוועלט קאסט געלט און דארף ווערן געטוהן מיט רשות פון די הנהלה
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
טיפיקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 2:32 pm

תגובהדורך טיפיקעל » מוצ"ש מארטש 10, 2018 10:05 pm

פארבינדן האט געשריבן:די וועלט זאגט אז אין סאמע ברען פון די צווייטע מלחמה איז געווען גרויסע דראמאטישע נייעס אז איינער האט געגעסן פאר פרישטאג צוויי גאנצע פרישע רעפטלעך ברויט און נאכדערצו אנגעשמירט מיט פוטער. א גרעסערע העדליין איז געווען אז א גאנצע משפחה, טאטע מאמע מיט אלע קינדער, זענען ביים לעבן און זיי זענען אויך געזונט און שטארק

ס'הייסט אז די סיבה פארוואס היינט זענען די זאכן נארמאל און בכלל נישט קיין נייעס, איז ווייל מיר זענען געבענטשט היינט צוטאגס מיט פארהעלטנמעסיג שפע רב און אסאך גוטס פון אלע זייטן ב"ה, אין אנדערע ווערטער דאס מציאות אז די נעגאטיווע נייעס פארנעמט די צייטונגס קעפלעך דאס זעלבסט איז שטארק פאזיטיוו

אבער ליינענדיג צומאל נאר די נעגאטיווע העדליינס קען זיך פארמען א בילד ווי כאילו עס איז דא אזויפיל שלעכטס און דאס וועגט גאר איבער די גוטס, אע"כ עפן איך דא דעם אשכול ווי ס'וועט ווערן באריכטעט בלויז גוטע און פאזיטיווע נייעס!

קומטס אריין רבותי מיט גוטע נייעס



א גיטע עצה, לאמיר טאקע שרייבען נאר בשורות טובות

בנוגע וואס די שרייבסט וועגן די העדליינס האב איך אמאל געהערט א טייטש אויפן פסוק וירא בצר להם בשמעו את רינתם, מען זעט ווי שטארק אויף צרות מען איז ווען מען הערט מיט וואס מען פרייט זיך

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2911
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » פרייטאג אפריל 20, 2018 12:47 am

איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג ינואר 02, 2020 11:55 am

קיין איין קינד איז נישט געשטארבן דורך א טראפיק עקסידענט אין נארוועגיע, במשך גאנץ 2019 למספרם.
אם ירצה השם בקרוב אויך ביי אונז.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

ליבי ובשרי
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 15, 2019 1:41 pm

תגובהדורך ליבי ובשרי » דאנארשטאג ינואר 02, 2020 1:41 pm

Yang2020 האט געשריבן:קיין איין קינד איז נישט געשטארבן דורך א טראפיק עקסידענט אין נארוועגיע, במשך גאנץ 2019 למספרם.
אם ירצה השם בקרוב אויך ביי אונז.

וויאזוי?? [ביטע אן א לינק... :wink: ]
אגב, א אשכול מיט א יענג תגובה איז אייביג ווערט א קליק.................................

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1389
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דאנארשטאג ינואר 02, 2020 1:44 pm

Yang2020 האט געשריבן:קיין איין קינד איז נישט געשטארבן דורך א טראפיק עקסידענט אין נארוועגיע, במשך גאנץ 2019 למספרם.
אם ירצה השם בקרוב אויך ביי אונז.

בכלל דא קארן אויפן ראוד דארט? ואוינען אין נארוועגיע מענטשן וואס געבוירן נאך קינדער?...‎

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג ינואר 02, 2020 1:52 pm

א דאנק ליבי ובשרי פארן קאמפלימענט. דאס איז דער לינק:
https://www.nrk.no/trondelag/ingen-barn ... 1.14843386

עס איבערצוטייטשן פון נארוועגיש וועט איר דארפן בעטן מיין מיטלויפער, פיט בוטידזשעזש. אדער קענט איר נוצן מיין באליבטע אויסוואל, אויטאמאציע (דורך גוגל טרענסלעיט אד"ג).

(גראדע זע איך נישט די גרויסע גדולה פון קענען נארוועגיש, עס ליינט זיך נישט אזוי אנדערש ווי ענגליש און איז גאנץ גרינג צו פארשטיין. מילא כינעזיש, דאס איז שוין עפעס :lol: )
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דאנארשטאג ינואר 02, 2020 2:05 pm

איימסארי, יעצט געכאפט אז דו בעטסט דעם הסבר אנעם לינק.
שטייט נישט דארט קיין הסבר, אבער נארוועגיע האט לעצטענס דורכגעפירט א נעשאנאל עפארט צו מאכן די ראודס זיכערער. דאס רעכנט אריין די שטרענגסטע דרייווער עדיוקעישאן אין די וועלט (זיי דארפן נעמען ספעציעלע קלאסן פאר דרייוון ביינאכט, דרייוון אויף נאסע ראודס, און ערשטע הילף), א שטארקע דגוש אויף וויזעבילעטי אויף די ראודס, שטרענגע שטראפן אויב נוצט מען נישט ווינטער רעדער אינעם ווינטער, נידריגע אלקאהאל לימיט, און פארשטייט זיך מזל. (מסתמא אויך רואיגערע דרייווערס. און נאך די דארטיגע לאנגע נעכט גלייב איך אז זיי זענען אויך מער אויסגערוט)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

!want to be good
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

תגובהדורך !want to be good » מאנטאג ינואר 13, 2020 3:16 pm

Facts & Figures 2019: US Cancer Death Rate has Dropped 27% in 25 Years

מיני מזונות
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 3:56 pm
לאקאציע: עיר הצדק

תגובהדורך מיני מזונות » מאנטאג ינואר 13, 2020 3:49 pm

קומט אריין גאר גוטע נייעס אז די מארטגעדש איז פרי אפראווד!
ב"ה
יעצט דארפן מיר מתפלל זיין אויף ווייטערדיגע הצלחה!
בורא מיני מזונות

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1059
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מאנטאג ינואר 13, 2020 3:52 pm

מיני מזונות האט געשריבן:קומט אריין גאר גוטע נייעס אז די מארטגעדש איז פרי אפראווד!
ב"ה
יעצט דארפן מיר מתפלל זיין אויף ווייטערדיגע הצלחה!

שטעל. אביסל מיני מזונות פאר א לחיים!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט