האנדל מלחמה

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך יוני 20, 2018 11:55 am

עס ווערט יעצט אפגעהאלטן א הירינג אין די סענאט פינאנץ קאמיטי איבער די לעצטיגע טאריפס, ווי עס טרעט אויף קאמערס סעקרעטערי ווילבאר ראסס.

די סענאטארן אויפן קאמיטי צימבלען אים מיט כל מיני שאלות, אבער ער האלט זיך זייער פעסט, עס קוקט אויס ווי ער איז זייער קלאר אין זיין סטראטעגיע דא.

איינע פון די זאכן וואס ער ברענגט ארויס איז, אז לויט די הארטע דאטא און פארשונג ארבעט וואס די דעפארטמענט פארמאגט, קומט אויס אז אלע טאריפס אינאיינעם וואס טשיינע רעדט פון ארויפלייגן אויף די אמעריקאנע קאמפאניס, באטרעפן א פרעקשן פון א פראצענט (!) פון די אמעריקאנע GDP, און אפילו די טאריפס זאלן באטרעפן די אמעריקאנע קאמפאניס, איז נישט מעגליך אז עס זאל שעדיגן די אמעריקאנע עקאנאמיע מער פון די נאמבער.
און אויף די אנדערע זייט, די אלע הונדערטער ביליאנען אמעריקאנע טאריפס אויף כינעזע פראדוקטן, זענען נאר אויף אזאנע פראדוקטן וואס די פרייז אין אמעריקע וועט זיך נאר הייבן אין רעזולטאט פון די טאריפס אין די געגנט פון "איין" פראצענט. (ער איז גרייט צוצושטעלן די הארטע באווייזן אויף דעם פארן קאמיטי)

ממילא דאס וואס מען זעט אז די סטאק מארקעט וואקלט זיך, און פרייזן פון געוויסע פראדוקטן הייבן זיך, איז נאר א רעזולטאט פון נישט וויסן וואס קומט, אבער אין פאקט איז נישט דא וואס צו מורא האבו און מען קען זיין רואיג.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך יוני 20, 2018 12:12 pm

נאך אן אינטערעסאנטע פוינט טענה'ט ער,
אז טשיינע קען נישט במציאות זיך האלטן צו אסאך פון אירע טאריפס קעגן אמעריקע וויבאלד זי האט נישט קיין צווייטן וואס זאל איר אנפילן דעם לאך וואס וועט זיך שאפן.

למשל סוי בינס וואס טשיינע שרייט אז זי קען נעמען פון בראזיל (די איינציגע לאנד חוץ אמעריקע וואס קען דאס פראדעצירן אויף א גרויסן פארנעם), זאגט ער אז טשיינע נעמט שוין יעצט עטליכע זעכציג פראצענט פון אירע סוי בינס פון בראזיל, און בלויז עטליכע דרייסיג פראצענט פון איר מארקעט קומט פון אמעריקע, און אויב בראזיל וואלט געהאט די מעגליכקייט צו צושטעלן מער פון דעם וואלטן זיי עס שוין לאנג געטון,

יעצט ווען טשיינע לייגט טאריפס אויף אמעריקאנע סוי בינס גייט געשען איינע פון די צוויי זאכן:

אדער וועלן זיי איינזען נאך א שטיק צייט (וואס אמעריקע ברעכט זיך נישט) אז זיי מוזן זיך ברעכן, און אראפנעמען די טאריפס פון אמעריקע.
אדער וועלן זיי אנבאטן פאר בראזיל א העכערע פרייז פאר די בינס נישט צו דארפן נעמען פון אמעריקע, וואס דאן וועט בראזיל אריבער פירן איר יעצטיגע עקספארט פון פארשידענע לענדער אריבער צו טשיינע וואס צאלט איר מער, וואס דאן עפענט זיך אויטאמאטיש אויף א פרישע מארקעט פאר די אמעריקאנע פארמערס, דהיינו אז די אלע לענדער וואס הערן אויף צו באקומען סוי בינס פון בראזיל וועלן קומען קויפן אין אמעריקע.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך יוני 20, 2018 12:21 pm

דאס איז אלעס לגבי טשיינע, לאמבער משא"כ איז געשפרונגען פון די פאריעריגע טאריף.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

מיט דיר
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 7:10 pm

תגובהדורך מיט דיר » מיטוואך יוני 20, 2018 1:14 pm

פאר וואס זאלען פראזן פאלען ווען מען ליעגט ארויף טאריפס אס הטיך זיין מער אין אמעריקע הטאך די פראזן פאלן ניין?
קיינער האט נישט קיין צייט צו טרכאטן פון דיר
וואל ער איז פארנומען צו טרכאטן וואס די טראכסט אויף אים.

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » מיטוואך יוני 20, 2018 2:29 pm

ווייסט איינער וועלכע קאטעגאריע פראדוקטן אימפארטעט פון טשיינע זענען יעצט אונטער טראמפ'ס טעריף'ס?

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » מיטוואך יוני 20, 2018 4:30 pm

פאראויס האט געשריבן:ווייסט איינער וועלכע קאטעגאריע פראדוקטן אימפארטעט פון טשיינע זענען יעצט אונטער טראמפ'ס טעריף'ס?

The first set of tariffs – covering 818 products worth $34 billion, including nuclear reactors, aircraft engines, semiconductors, and a lengthy list of industrial and agricultural machinery — will come into effect on July 6. The remaining $16 billion of Chinese goods to be impacted by tariffs “will undergo further review in a public notice and comment process,” the USTR statement said.

דא איז די 50 פון אפאר טעג צוריק, די 200 האב איך נישט געטראפן

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך יוני 20, 2018 5:24 pm

https://assets.documentcloud.org/docume ... tative.pdf

ליסטע פון וומ׳׳ס ביז קאנטרי.
די לעצטע זאך (נישט געהאט געדולד צו ליינען) איז בענקלעך געמאכט פון בעמבו. א חורבן נורא פארן עולם וואס פרט יעצט אין קאנטרי

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5359
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מיטוואך יוני 20, 2018 7:58 pm

יאצמעך האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:... מען האלט שוין אזוי ערענסט אז טראמפ האט שוין צוריק די אויבערהאנט ווייל כינע האט שוין באלד נישט מיט וואס צוריקסטראשענען. ביים ערשטען סטעיזש פון 50 ביליאן, האט כינע צוריק געסטראשעט מיט 50 ביליאן. אבער ווען טראמפ סטראשעט מיט 250 ביליאן...?די כינעזער זענען געקעפט ביי 130 ביליאן.

כינע קען נישט צולייגען צו די עקזיסטינג אייטעם'ס? למשל 20% שטאָטס 10%

OK, נעם עס א טריט ווייטער, און ווען טראמפ וועט צוריקענטפערן מיט 20% וכולי וכולי.

באטאם ליין ווען דיין עקספארט איז פיר מאל אזוי גרויס ווי יענעמס, גייסו זייער שנעל אויסלויפן פון אפציעס.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך יוני 20, 2018 8:51 pm

זיי קענען סטראשענען מיטען פארקויפען יו עס באנדס און דיוועליועטאן נאך מער זייער קורענסי און גנבענען אדער נישט באשטראפען פון די וואס באגנבענען פעטענטס פאר יו עס אייטעמס זיי האבען גענוג וועגן וויאזוי צו מאכען קאפ וויי אויב זיי ווילען.

וואס איך ברענג ארויס איז אז טראמפ ווייסט די קאפ וויי און מיט דעם אלעם פארט ער ויייעער מיט זיין אגענדע.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך יוני 20, 2018 9:44 pm

סי אי אוס פון דייטשע קאר קאמפעניס (גרעסטע מארקעט אין אייראפע) שטעלן קלאר פאר די אמעריקאנער אמבאסאדאר פון דייטשלאנד אז זיי זענען גרייט אז די אי יו זאל אראפנעמען די העכער 12% טעריפס וואס איז יעצט דא אויף אמעריקאנע קאר אימפארטס, (קעגו 2.5% וואס אמעריקע לייגט ארויף),
אלס מורא אז מארגן זאל נישט טראמפ קוקן אויף זייער זייט און ארויפלייגן טעריפס אויף אייראפעאישע קארס.

(קרעדיט י.ג.)

#האנדל קריג
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מיטוואך יוני 20, 2018 10:19 pm

@נאך פונדערהיים, ישר כח פאר די קלארע באריכטן!

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מיטוואך יוני 20, 2018 10:35 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:@נאך פונדערהיים, ישר כח פאר די קלארע באריכטן!

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך יוני 20, 2018 11:48 pm

מטעמים האט געשריבן:און דיוועליועטאן נאך מער זייער קורענסי און גנבענען אדער נישט באשטראפען פון די וואס באגנבענען פעטענטס פאר יו עס אייטעמס

דאס טוען זיי שוין לאנג
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » דאנארשטאג יוני 21, 2018 1:31 am

הענדימען האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:און דיוועליועטאן נאך מער זייער קורענסי און גנבענען אדער נישט באשטראפען פון די וואס באגנבענען פעטענטס פאר יו עס אייטעמס

דאס טוען זיי שוין לאנג

זיי מסביר פאר יונה כהן..

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3791
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג יוני 21, 2018 1:52 am

זיי קענען סטראשענען מיטן אויפהערן קויפן אויל פון אמעריקא, און שטאטס דעם ניצן זייער שכן איראן. (כ׳האב עס אליין געהערט נעכטן אויף קול מבשר...)

איינער ווייסט וואספארא אויל טשיינע קויפט פונעם ווייטן אמעריקא?. און פארוואס?. לויט ווי ר׳ זלמן לייגט עס אראפ, אויב טשיינע הייבט אהן קויפן אויל פון איראן, דאן קען אמעריקא גרינדן א טשערעטי פאנד.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » דאנארשטאג יוני 21, 2018 2:02 am

און וואס אויב אמעריקע סטאפט צו קויפן סמארטפאנס פון טשיינע?..
קוק די מעשה מיט zte,
אמעריקע איז טויזנט מאל שטערקער, פינטל. צו קול מבשר וויל יא צו יונה כהן וויל נישט...
האלטן אז נישט איז אויך א קאנסיקווענץ פון די קרומע דעמאקראטישע קאפ.

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5883
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג יוני 21, 2018 3:01 am

טרודא, אויף די אנפראגע איבער די לעצטע קאמפיין אין קאנאדע צו בויקאטירן אמעריקאנער פראדוקטן און זיך צוריקהאלטן פון רייזן קיין אמעריקע אויף וואקאציע

“As for Canadians, I’m always one to encourage Canadians to discover our extraordinary country, to take vacations here at home, to continue to ‘Buy Canadian’ and, if Canadians are looking for extra reasons to do so, then so be it.

“But I think it is important for Canadians to make their own choices about how they want to spend their money.”

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5883
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג יוני 21, 2018 3:03 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:זיי קענען סטראשענען מיטן אויפהערן קויפן אויל פון אמעריקא, און שטאטס דעם ניצן זייער שכן איראן. (כ׳האב עס אליין געהערט נעכטן אויף קול מבשר...)

איינער ווייסט וואספארא אויל טשיינע קויפט פונעם ווייטן אמעריקא?. און פארוואס?. לויט ווי ר׳ זלמן לייגט עס אראפ, אויב טשיינע הייבט אהן קויפן אויל פון איראן, דאן קען אמעריקא גרינדן א טשערעטי פאנד.

טשיינע קויפט 300,000 פעסלעך אמעריקאנער קרוד אויל א טאג.

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דאנארשטאג יוני 21, 2018 5:22 am

יש ברירה האט געשריבן:טרודא, אויף די אנפראגע איבער די לעצטע קאמפיין אין קאנאדע צו בויקאטירן אמעריקאנער פראדוקטן און זיך צוריקהאלטן פון רייזן קיין אמעריקע אויף וואקאציע

“As for Canadians, I’m always one to encourage Canadians to discover our extraordinary country, to take vacations here at home, to continue to ‘Buy Canadian’ and, if Canadians are looking for extra reasons to do so, then so be it.

“But I think it is important for Canadians to make their own choices about how they want to spend their money.”

wow ממש א משוגענער ווי טראמפ

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג יוני 21, 2018 10:40 am

יש ברירה האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:זיי קענען סטראשענען מיטן אויפהערן קויפן אויל פון אמעריקא, און שטאטס דעם ניצן זייער שכן איראן. (כ׳האב עס אליין געהערט נעכטן אויף קול מבשר...)

איינער ווייסט וואספארא אויל טשיינע קויפט פונעם ווייטן אמעריקא?. און פארוואס?. לויט ווי ר׳ זלמן לייגט עס אראפ, אויב טשיינע הייבט אהן קויפן אויל פון איראן, דאן קען אמעריקא גרינדן א טשערעטי פאנד.

טשיינע קויפט 300,000 פעסלעך אמעריקאנער קרוד אויל א טאג.

װיאזױ קען אמעריקע האבן א פראבלעם מיט אויל ווען זי פראדוצירט ווייניגער ווי זי פארניצט?

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג יוני 21, 2018 11:22 am

נאך אפאר זאכן וואס קאמערס סעקרעטאר ווילבאר ראסס האט נעכטן קלאר געשטעלט איבער דעם א.ג. האנדל קריג: (נישט אויפן לשון, אבער תמצית הדברים)

פראגע: וויאזוי קענסטו אנרופן די שטאל און אלומינום טעריפס אויף קאנאדע א נעשונעל סעקיוריטי ווען מיר האבן גאר א סורפלוס מיט זיי איבער די פראדוקטן?

ענפער פון ראסס: די פראבלעם וואס מיר האבן איז, אז טשיינע פילט אן די מארקעט מיט ביליגע שטאל און אלומינום וועלכע ווערט עווענטשעלי געדאמפט ביי אונז אין אמעריקע,
און ווילאנג עס איז דא איין אונטערטירל פון ווי די סחורה קען אריין קומען קיין אמעריקא גייט די פראבלעם נישט געלעזט ווערן, ווייל זיי וועלן עס שיקן דורך די לענדער אויף וועלכע מיר האבן נישט קיין טעריפס, וואס אין פאקט געשעט עס שוין יעצט אז א גרויסע טייל פון די סחורה וואס מיר אינפארטן יעצט פון אנדערע לענדער קומען ארגינעל פון טשיינע,
און דאס איז די סיבה פארוואס אנדערע לענדער באדערט נישט די כינעזע אויפפירונג, ווייל ווילאנג זיי קענען עס דאמפן אין אמעריקע וועט עס זיי נישט אויסמאכן,

אויב אבער מיר שפארן צו אונזערע טירן, אויטאמאטיש וועלן אלע לענדער אריין פאלן אין די פראבלעם פון די כינעזע שטאל און אלומינום, און עס וועט דארפן געלעזט ווערן.

און אין פאקט, האבן שוין סיי די אי יו, און סיי יאפאן, אנגעהויבן נעמען ערענסטע שריט אפצושטעלן די כינעזע פארפלייצונג, אין רעזולטאט פון אונזערע טעריפס.

פראגע: מיר זעען אז די פרייזן פון שטאל און אלומינום העכערן זיך שוין, שטעלט עס נישט אין א סכנה די אמעריקאנע פעקטאריס?
ענפער: מיר האבן קלאר געשטעלט אז די אמעריקאנע שטאל און אלומינום פראדוצירער האבן גרינגערהייט די מעגליכקייט צו ערזעצן די אויסלענדישע סחורה.

פראגע: ווילאנג וועט נעמען ביז די אמעריקאנע פעקטאריס וועלן קענען צושטעלן די זעלבע סומע שטאל און אלומינום ווי די אויסלענדישע?
ענפער: ביז ענדע היי יאר!
אין פאקט, ווי מיר שטייען היינט האבן שוין אפאר פעקטאריס אנאנסירט אז זיי וועלן צוריק עפענען פארמאכטע פלענטס, און וועלן פראדוצירן עדישינעל 1.5 מיליאן טאן שטאל, און 1 מיליאן טאן אלומינום. (צוזאמען באטרעפט 2 ביליאן דאלער)

פראגע: אויב אזוי וואס איז די פשט אז די פרייזן שטייגן?
ענפער: וואס דא איז געשען איז, אז געוויסע שפעקולאנטן אין די אינדוסטריס האבן זיך ארויפגעכאפט אויף די טעריפס און אנגעהויבן איינהאלטן זייער פרודוקציע כדי די פרייזן זאלן זיך הייבן, (דהיינו, מיינענדיג אז מען וועט נישט טייטלען אויף זיי אלס די שולדיגע, נאר אויף די טעריפס), מיר האבן געעפנט א גרונטליכע אויספארשונג איבער דעם און מיר וועלן דאס אפשטעלן זייער אין גיכן.


נעמט אין אכט: קיין איין פון די פאקטן האבן נישט פארנימען די העדליינס! וואס יא? אז אפאר קאנאדישע בירגער האבן אפגערופן זייערע וואקאציעס אין אמעריקע...
היינו דאמרי אינשי...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5954
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג יוני 21, 2018 11:25 am

WOW!!

דער ראסס קומט אריין קלאר..

יישר כח נאך פונדערהיים!
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג יוני 21, 2018 11:29 am

יו אר וועלקאם,

יאפ, איך האב אים נעכטן אנגהויבן אויסהערן, ער רעדט קלאציג ווי א זיידע, אבער ער ווייסט פונקטליך וואס ער וויל און האלט זיך זייער פעסט נישט זיך אריין לאזן מיט די דעמאקראטישע מעמבערס דארט אין סתם טענה'רייען, ער האלט זיך זייער צום נושא,

"קיינער" אויפן קאמיטי האט אים נישט באוויזן צו קארנערן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג יוני 21, 2018 11:47 am

מיט דיר האט געשריבן:פאר וואס זאלען פראזן פאלען ווען מען ליעגט ארויף טאריפס אס הטיך זיין מער אין אמעריקע הטאך די פראזן פאלן ניין?

איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס די מיינסט צו פרעגן, העיר איז די בעיסיקס.

אויב אמעריקע לייגט ארויף טעריפס אויף אויסלענדישע סחורה, למשל ביר, וועט זיך די פרייז פון ביר אין אמעריקע הייבן, צוליב א מאנגל פון סופליי.
אויב לייגט טשיינע ארויף טעריפס אויף אמעריקאנע פראדוקטן, וועלן די פרייזן פאלן צוליב מאנגל אין דימענד, און עווענשעלי וועלן זיך די אמעריקאנע פעקטאריס שפארן, ווייל עס לוינט זיי נישט צו פראדוצירן פאר אזא קליינע פרייז.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5954
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג יוני 21, 2018 11:51 am

איז מעגליך צו דראפ-באקסן עפעס פון די היערינג?

יישר כח
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 35 געסט