האנדל מלחמה

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: האנדל מלחמה

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 12:03 pm

דער וואל סטריט זשורנאל באריכטעט אז די כינעזער רעגירונג האט צוזאמגעשטעלט א ספּעציעלע שווארצע ליסטע פון צענדליגער אמעריקאנער ביזנעסער, וואס די כינעזער אויטאריטעטן פּלאנירן צו שטעלן שטראפן און סאנקציעס אויף די ביזנעסער.

דערווייל ווערט דעבאטירט אינערהאלב דער כינעזער רעגירונג צי זיי זאלן פּובליצירן די ליסטע בעפאר די אמעריקאנער נאוועמבער וואלן, אדער ווארטן ביז נאך די וואלן און זען ווער עס געווינט און וויאזוי זאכן קאכן זיך אויס.

דעילי איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: האנדל מלחמה

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 11:41 am

דער אמעריקאנער קאנגרעס האט נעכטן געשטימט מיט אן איבערוויגנדע מערהייט צו פארבאטן אריינברענגען קיין אמעריקע אזעלכע פּראדוקטן וואס ווערן פּראדוצירט אין די צוואנגס-ארבעט לאגערן אין דעם שינזשענג ראיאן אין כינע.

די טראמפּ אדמיניסטראציע האט לעצטנס פארשטערקערט דרוק אויף כינע אז זיי זאלן אפּשטעלן אירע יומען רייטס פארלעצונגען אין שינזשענג, וואו זיי האלטן אונטער כמעט-ארעסט מיליאנען ווייגער-מוסולמענער. די אפּשטימונג אין קאנגרעס איז אריבער 406 קעגן 3.

דעילי איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9953
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: האנדל מלחמה

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 12:24 pm

ברעיקנג: טעסלא געבט אריין אנקלאגע אין געריכט קעגן די אמעריקאנער סאנקציעס אויף כינעזער אימפארטן...

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: האנדל מלחמה

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך אוקטובער 14, 2020 12:13 pm

די וועלט האנדלס ארגאניזאציע האט נעכטן געאורטיילט אז די אייראפּעאישע יוניאן קען ארויפשטעלן טאריפס אויף אמעריקאנער פּראדוקטן און סערוויסעס ביז פיר ביליאן דאלער ווערד, אין רעאקציע צו דעם וואס די אמעריקאנער רעגירונג שטעלט צו אומ'יושר'דיגע הילף פאר "באואינג", וואס פארשווערט פאר אייראפּעאישע אוויאציע פירמעס.

דער אורטייל קומט א יאר נאכדעם וואס די ארגאניזאציע האט געזאגט אז אמעריקע קען ארויפשטעלן טאריפס אויף אייראפּעאישע פּראדוקטן וועגן אייראפּע'ס אומ'יושר'דיגע הילף פאר "עירבאס", באואינג'ס הויפּט קאנקורענט.

דעילי איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אבן יקרה, המעריב ערבים, חיימאוויטש, יש לו מנה, מחובר לקרקע, משיח, נפשי חמדה און 35 געסט