האנדל מלחמה

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6547
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג מאי 16, 2019 12:00 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:וואס האט מען פון TPP ווען מ'זעהט וויפיל אמעריקא האט נאכגעגעבן ביי אנדערע טרעיד דיעלס? טראמפ האט געוואונען די פרעזידענסי, גאר אסאך צוליב זיינע טרעיד אישוס... אונז ווילמער א דיעל וואס איז גוט פאר אמעריקא, נישט א דיעל ווי לענדער נעמען עדווענטידזש פון אמעריקא...

און סיז א שאד זיך צו טענהן ווען יעדער ווייסט און קאממען סענס זאגט אז טשיינע גייצעך מוזן ברעכן אדער אונטערברעכן...( בבחינת בייגן אדער לייגן) בדרך הטבע גייט קומען א סאליד דיעל, און אויב נישט א דעפרעשן אין טשיינע!

אגב, פרעג דיך נאך, כ'בין אויף א גרופע מיט אסאך מענטשן וואס ברענגען אריין זאכן פון טשיינע, דארט זאגט מען מיר אז געוויסע פעקטאריס האבן אהיימגעשיקט די ארבייטער! נישטא קיין פרישע ארדערס... רעד צו די מענטשן וואס טיען דערין... סיז ביטער ווי א זית דארט!

פארוואס זאגסטו אז טי. פי. פי. איז געווען א שלעכטע דיעל? מן הסתם פאר די זעלבע סיבה פארוואס דו האלטסט אז די נייע נאפטא איז יא א גוטע דיעל...

די עקענאמיע אין טשיינע איז נאכאלץ שטארק, אמת ס'האט זיך פארשטייטערט אבער זיי האלטן אז זיי קענען דאס איבערלעבן זיי שיפטן די עקענאמיע זאל זיך דרייען אין לאנד.

איך ווייס נישט אויב זיי גייען זיך ברעכן, איי דאונט קאנאו. פאר 50 יאר צוריק האט מעאו געהארגעט 30 מיליאן מענטשן אדער מער פון הונגער מיט זיינע פאליסיס איידער זיי האבן צוריקגעצויגן... טאמער איז אמת אז זיי פארלאזן זיך אויף א דעמאקראטישע געווינס האלטסטו נישט אז זיי קענען אויסהאלטן נאך צוויי יאר?!

נ.ב. אינדיווידועלע מעשיות פון קאמפעניס אויף דיין גרופ צייגט בכלל נישט קיין בליק אויף די אמעריקאנער עקענאמיע.



סאו ווען איך האלט אז TPP איז געווען שלעכט, איזעס בלויז צוליב פאליטיקס, איין יש ברירה איז אויפריכטיג, ער זעהט פשוט איין אז אלעס וואס טראמפ טוט איז שלעכט... סיז פשוט אויפריכטיגקייט...

און אזוי הרג'ט מען אפ אשכולות נאך אשכולות...

ואגב, כאניש געזאגט אז TPP איז שלעכט, כ'ווייס נישט וואס TPP איז... איך טראסט פשוט נישט אבאמא! ער האט בכלל נישט מיינע אינטערעסן, ער מיט זיינע רעגולעישענס האבן שאדן געמאכט א יאר סאך מער ווי אלע טעריפס פון טראמפ ביז אהער! זיינע גלאובל ווארמינג איינרעדענישן, און זיינע עפאלעדזשיס פאר אמעריקא און זיין פלעקסעבילעטי פאר רוסלאנד נאך די עלעקשן לאזט מיך אים נישט טראסטן! פינטל!

(פארמעקט א פאראגראף...)

טענקניקלי האסטו נישט געשריבן די ווארט שלעכט, אבער יא אז דו ברויכסט נישט א דיעל וואס נעמט אדווענטידזש פון אמעריקע.

ווי כ'האב געשריבן פאר הענדימען, מען ברויך נישט טראסטן אבאמא. קענסט לייענען וואס אנדערע זאגן און דערנאך פאסן א באשלוס.

אוועטאר
Think and Thank
שר שלשת אלפים
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג מאי 16, 2019 7:36 pm

פארוואס איז דיין בליק אויף טראמפ, וואס דו ביזט מודה אז סיז באזירט 100% אויף דיינע געפילן (וואס סיז נישט קיין סוד אז סיז גאר שטארק קעגן יעדע זאך וואס טראמפ טוט), מער ווי וויכי'ס בליק אויף אבאמא וואס איז בעיסד אויף א היבשע היסטערי פון דיעלס און פאליסיס?
Innocent until proven Republican

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » דאנארשטאג מאי 16, 2019 8:08 pm

יש ברירה האט געשריבן: און איך ווייס אז טראמפ שפילט די געים כאילו ער איז פאר טרעיד אבער למעשה קומט ער מיר ארבער אלץ איינער וואס איז דערקעגן. ער וואלט לכו' געשאלטן אויף די אנדערע לענדער ווען ס'איז ווען דא א טרעיד דעפיציט אפילו ס'איז באמת פרי.

#מיין מיינונג

שוין לאנג וואס ס'ווינדערט מיר, וואס איז פשט אז טראמפ איז כסדר ביזי מיט די טרעיד דעפיציט נאנסענס און ער רעדט די שפראך כאילו ער האט ליב טאריפס, וועמען פאפט ער? אבער ליינענדיג דיינע ווערטער דא ווי אויך זיכערער'ס ווערטער אז טראמפ וויל מער נישט קיין דיעל זעט מיר אויס אז דער שפיל ארבעט יא...

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6547
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג מאי 16, 2019 9:47 pm

Think and Thank האט געשריבן:פארוואס איז דיין בליק אויף טראמפ, וואס דו ביזט מודה אז סיז באזירט 100% אויף דיינע געפילן (וואס סיז נישט קיין סוד אז סיז גאר שטארק קעגן יעדע זאך וואס טראמפ טוט), מער ווי וויכי'ס בליק אויף אבאמא וואס איז בעיסד אויף א היבשע היסטערי פון דיעלס און פאליסיס?

ווייל דא איז דא א פאקטישע דיעל וואס מען קען איבערקוקן זעהן וואס ס'איז. אדער עכ"פ לייענען פון אנדערע וואס האבן עס געזען.

ביי טראמפ טענה'ען מיר זיך וואס עס טוט זיך ביי אים אין קאפ.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6141
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג מאי 16, 2019 10:01 pm

יש ברירה האט געשריבן: די יעניגע לענדער האבן שטערקערע טעריפס אויף אמעריקע ווי אמעריקע האט אויף זיי.



וואו. דאס איז א חידוש!
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6141
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג מאי 16, 2019 10:02 pm

יש ברירה האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:נעשאנעל רעוויו איז דיר גענוג באגלייבט?

https://www.google.com/url?sa=t&source= ... ex&ampcf=1

ווהאט עבאוט איט?



ס'א חידוש פאר איינעם אז אויף טרעיד זענען די קאנסערוואטיווס נישט מיט טראמפ?
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

זיכערער
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 04, 2016 4:32 pm

תגובהדורך זיכערער » דאנארשטאג מאי 16, 2019 10:42 pm

שרייבדיג מיין תגובה איבער די סך הכל פארלוסטן וואס אמעריקא האט דערלייגט פין די טרעיד וואר VS די ספיקות'דיגע פארדינסטן אז אפשר וועט זיך טשיינע ברעכן, האב איך אינגאנצן נישט גערעכנט צו ווערן אריינגעמישט אין די גאנצע טראמפ זעווארוכע וואס גייט פאר אויף דא אויפן וועלטל, די פרא טראמפערס האבן זיך גענומען איבער מיינע ביינער ווי הונגעריגע וועלוו

קודם וויל'ך קלאר שטעלן אז איך פערזענליך בין זייער פאר טראמפ, און טאקע וועגן זיין שטארקע פרא ביזנעס אגענדע, וואס טראמפ אליין זייענדיג לאנגע יארן א סוקסעספול אמעריקאנע ביזנעסמאן איז ביטערליך אנגעווייטאגט אויף די גאנצע סיסטעם אז די גאווערמענט האט א שטארקע קאנטראל און רעגולירט ביזנעסער, איז יעצט אויסן צו טוהן כל מה שביכלתו עס צו ברענגן צו אן ענדע, וואס מזעט טאקע בחוש אז פין א טאג נאך זיין געווינס איז די סטאק מארקעט ארויף צו אסטראנאמישע נומערן, ווער רעדט נאך פין טעג וואס טראמפ האט אויסגעפירט זיינע אגענדעס מכח אל הפועל, איז די מארקעט ארויף דראמאטיש

און הא גופא איז טאקע שטוינענד וויאזוי די זעלבע טראמפ איז בידים גורם טאג נאך טאג ריזיגע פארלוסטן פארן מארקעט, מ'זעט דאך קלאר ווי יעדן טאג וואס סאיז דא נעגעטיוו נייעס וועגן טשיינע גייט די מארקעט שטארק אראפ, און ווען טראמפ ציט צוריק אדער שטופט אפ דאס ארויפלייגן טאריפס סטאביליזירט זיך עס, און אנדערע ווערטער טראמפ בכבודו מיט זיין גאנצע אמעריקא פורסט פאליסי איז די איינציגסטע גורם פאר שווערע פארלוסטן אויפן מארקעט
קומער נישט מיט קיין תירוצים אז עס לוינט זיך פאר די פיוטשער, ווייל אז וואל סטריט רעאגירט נעגעטיוו איז עס נישט גוט, פונקט ווי דו פארשטייסט אז נאך טראמפס עלעקשן געווינס איז די מארקעט ארויף וועגן טראמפס אגענדע
לא יאומן כי יסופר וויפיל היימישע יונגעלייט אימפארטערס פון טשיינע וועלן זיך דערזעהן אן פרנסה אלעס אדאנק טראמפ וואס דארף צו זיין "פרא ביזנעס"

פינחס
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

תגובהדורך פינחס » פרייטאג מאי 17, 2019 12:04 am

זיכערער האט געשריבן:
, ווייל אז וואל סטריט רעאגירט נעגעטיוו איז עס נישט גוט, פונקט ווי דו פארשטייסט אז נאך טראמפס עלעקשן געווינס איז די מארקעט ארויף וועגן טראמפס אגענדע
לא יאומן כי יסופר וויפיל היימישע יונגעלייט אימפארטערס פון טשיינע וועלן זיך דערזעהן אן פרנסה אלעס אדאנק טראמפ וואס דארף צו זיין "פרא ביזנעס"

די ביסט 100% נישט גערעכט מיט דעם ,א ראיה האסטו וואס די שרייבסט פארדעם אז ער שטיפט עס ארויף אויב די קיקסט אבסיל העסטו זעען ווי די מארקעט פלאנשט אראפ מיט די נייעס א יעדע שטיק צייט נאך אפאר וואכן קימט ער צריק

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » פרייטאג מאי 17, 2019 12:07 am

זיכערער האט געשריבן:שרייבדיג מיין תגובה איבער די סך הכל פארלוסטן וואס אמעריקא האט דערלייגט פין די טרעיד וואר VS די ספיקות'דיגע פארדינסטן אז אפשר וועט זיך טשיינע ברעכן, האב איך אינגאנצן נישט גערעכנט צו ווערן אריינגעמישט אין די גאנצע טראמפ זעווארוכע וואס גייט פאר אויף דא אויפן וועלטל, די פרא טראמפערס האבן זיך גענומען איבער מיינע ביינער ווי הונגעריגע וועלוו

קודם וויל'ך קלאר שטעלן אז איך פערזענליך בין זייער פאר טראמפ, און טאקע וועגן זיין שטארקע פרא ביזנעס אגענדע, וואס טראמפ אליין זייענדיג לאנגע יארן א סוקסעספול אמעריקאנע ביזנעסמאן איז ביטערליך אנגעווייטאגט אויף די גאנצע סיסטעם אז די גאווערמענט האט א שטארקע קאנטראל און רעגולירט ביזנעסער, איז יעצט אויסן צו טוהן כל מה שביכלתו עס צו ברענגן צו אן ענדע, וואס מזעט טאקע בחוש אז פין א טאג נאך זיין געווינס איז די סטאק מארקעט ארויף צו אסטראנאמישע נומערן, ווער רעדט נאך פין טעג וואס טראמפ האט אויסגעפירט זיינע אגענדעס מכח אל הפועל, איז די מארקעט ארויף דראמאטיש

און הא גופא איז טאקע שטוינענד וויאזוי די זעלבע טראמפ איז בידים גורם טאג נאך טאג ריזיגע פארלוסטן פארן מארקעט, מ'זעט דאך קלאר ווי יעדן טאג וואס סאיז דא נעגעטיוו נייעס וועגן טשיינע גייט די מארקעט שטארק אראפ, און ווען טראמפ ציט צוריק אדער שטופט אפ דאס ארויפלייגן טאריפס סטאביליזירט זיך עס, און אנדערע ווערטער טראמפ בכבודו מיט זיין גאנצע אמעריקא פורסט פאליסי איז די איינציגסטע גורם פאר שווערע פארלוסטן אויפן מארקעט
קומער נישט מיט קיין תירוצים אז עס לוינט זיך פאר די פיוטשער, ווייל אז וואל סטריט רעאגירט נעגעטיוו איז עס נישט גוט, פונקט ווי דו פארשטייסט אז נאך טראמפס עלעקשן געווינס איז די מארקעט ארויף וועגן טראמפס אגענדע
לא יאומן כי יסופר וויפיל היימישע יונגעלייט אימפארטערס פון טשיינע וועלן זיך דערזעהן אן פרנסה אלעס אדאנק טראמפ וואס דארף צו זיין "פרא ביזנעס"


פארגעס פון טראמפ, ווער עס גייט עפעס טון אין דעם ריכטינג בכלל, גייט מאכן די מארקעט נישט סטאבעלעזירט, עס גייט זיך שאקלען און די אומסטאביליטעט גייט זיין שלעכטע נייעס אויפן סטאק מארקעט, אבער, די רגע ער גייט האבן אויפגעטון, גייט זיך אלעס אפצאלן ביג טיים.

איך זאג דיר יא פון די פיוטשער, למשל (נישט ממש גלייך) קלינטאן האט צוגעמאכט מיט'ן עפענען די טיר קיין טשיינע מער (אידישע) ביזנעס ווי טראמפ גייט, ווייל יענס איז געווען מאנופעקטשערינג פעקטאריס וואס האט זיך צוגעמאכט, און יעצט רעדט מען פון אימפארטינג, וואס שוויצט דורך די שווערגקייטן פון טוישן סופלייערס, און דאך שרייבט מען צו צו קלינטאן די שטערקסטע אקאנאמי, וועגן דאס וואס איז נאכגעקומען.

פון טשיינע ווי ס'איז געווען ביז יעצט, גייט מען חרטה האבן, זיי נעמען צוביסלעך איבער גאנצע אינדוסריעס, למשל טאקע מיט אמאזאן ווי אזויפיל אידן זענען נהנה, נעמען די כינעזער מיט אמאזן בשותפות צוביסלעך אלעס איבער.

מיט א לאנד וואס רויבט סודות, און מאניפולעט קארענסיס, איבערהויפט אזא וועלט כח, קען קיין גוטס נישט ארויסקומען אין די לאנג ראן, איי די סטאק מארקעט, זאל עס יעצט קראכן אביסל, בעסער ווי ס'קראכט ווען מער און מער אינדוסטריעס גייט אריבער קיין טשיינע.

קיינער וואלט נישט געזאגט אז אויב א לאנד באדראעט אמעריקע מיליטעריש, זאל מען נישט גיין אין קריג ווייל די מארקעט וועט קראכן, עס איז ממש די זעלבע זאך, א לאנד וואס איז דא דיך אינטערצוברענגן, און שפילט נישט פעיר, און בארויבט זייערע אלע אינוועסטער און קליענטן, מוז מען קעיר נעמען, פער יעדע פרייז, ווייל די ענדע פרייז וועט זיין נאך טייערער.

מ'קען נישט שאצן די שאדן וואס מ'האט פון טשיינע קעגן די סטאק מארקעט יעצט, נאר די שאדן וואס מ'האט פון די סטאק מארקעט יעצט, קעגן די שאדן וואס מ'וועט האבן ווען אלע סטאק מארקעט קאמפאניס וועלן זיין אויף צרות, די קליינע שאדן יעצט, איז א קישמישקא קעגן די רווחים פון שטעלן טשיינע אין פלאץ, אדער אוועקפירן פון דארט מאנופעקטשורינג.

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6547
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג מאי 17, 2019 11:09 am

באריכטן זאגן אז אמעריקע איז זייער נאענט צו א גרייכן א דיעל מיט מעקסיקא און קאנאדע אראפצונעמען די אייזן און אלומענום טעריפס

אוועטאר
וואס טוט זיך
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » פרייטאג מאי 17, 2019 11:25 am

@זיכערער איך האב זייער הנאה פון דיר!! איך ווייס נישט וויפיל נאך עכטע פרא טראמפערס האבן אמאל געזאגט א שלעכט ווארט אויף זיינס א פאליסי.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין

זיכערער
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 04, 2016 4:32 pm

תגובהדורך זיכערער » פרייטאג מאי 17, 2019 11:59 am

קען איינער מסביר זיין וואס טראמפ מיינט צו זאגן אז אמעריקא ווערט רייך פין די ביליאנען וואס פליסט אריין פון די טאריפס, ער ווייסט באמת נישט אז דעיס ווערט באצאלט דורך אמעריקאנע קאמפעניס\קאנסומערס ???

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3223
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג מאי 17, 2019 12:03 pm

די אמעריקאנער גאווערמענט מאכט די געלט.
דאס איז חוץ פון דעם וואס די אגריקולטור פראדוקטן פרייזן פאלן צוליב די טשיינע טעריפ'ס. טאקע די פארמער צאלן דעם פרייז, אבער קאנסומער האבן ריוח דערפון.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

זיכערער
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 04, 2016 4:32 pm

תגובהדורך זיכערער » פרייטאג מאי 17, 2019 12:18 pm

.
לעצט פאראכטן דורך זיכערער אום פרייטאג מאי 17, 2019 12:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

זיכערער
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 04, 2016 4:32 pm

תגובהדורך זיכערער » פרייטאג מאי 17, 2019 12:42 pm

זיכערער האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:די אמעריקאנער גאווערמענט מאכט די געלט.

די געלט וואס די גאווערמענט קאלעקט איז ריין אמעריקאנע געלט

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3420
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » פרייטאג מאי 17, 2019 1:01 pm

@לייפציק ;l;p-

@ זיכערער אויב די ביזט קעגן טראמפס טרעיד פאליסיס, וועלעכע חלק פון אים גלייכסטו יא ? זיינע האר ? זיין אויסערען פאליטיק ? זיינע טשעפערייען ?

די עיקר זאך וואס וואס איך בין פולי מיט אים שוין יארן איז זיין קריטיקירן די אמעריקאנע טרעיד פאליסיס.

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6547
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג מאי 17, 2019 2:56 pm

יש ברירה האט געשריבן:באריכטן זאגן אז אמעריקע איז זייער נאענט צו א גרייכן א דיעל מיט מעקסיקא און קאנאדע אראפצונעמען די אייזן און אלומענום טעריפס

א דיעל איז טאקע דערגרייכט געווארן. די טעריפס גייען אראפ ביז 48 שעה.

איך האף אז די אייזן אינדוסטרי איז גרייט צוריק צו גיין צוריק אין באנקראטירט נאכן ווערן ממש געראטעוועט דורך די טעריפס...

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10713
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג מאי 17, 2019 3:11 pm

יש ברירה האט געשריבן:באריכטן זאגן אז אמעריקע איז זייער נאענט צו א גרייכן א דיעל מיט מעקסיקא און קאנאדע אראפצונעמען די אייזן און אלומענום טעריפס

וואס געבן זיי פאר אמעריקא?
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 807
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » פרייטאג מאי 17, 2019 3:17 pm

כאפצעם האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:באריכטן זאגן אז אמעריקע איז זייער נאענט צו א גרייכן א דיעל מיט מעקסיקא און קאנאדע אראפצונעמען די אייזן און אלומענום טעריפס

וואס געבן זיי פאר אמעריקא?

זיי נעמען אראפ די נקמה טעריפס וואס זיי האבן ארויפגעלייגט אויף אמעריקע... דעטס אלל.

אוועטאר
שקר
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » פרייטאג מאי 17, 2019 3:18 pm

פארשער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:באריכטן זאגן אז אמעריקע איז זייער נאענט צו א גרייכן א דיעל מיט מעקסיקא און קאנאדע אראפצונעמען די אייזן און אלומענום טעריפס

וואס געבן זיי פאר אמעריקא?

זיי נעמען אראפ די נקמה טעריפס וואס זיי האבן ארויפגעלייגט אויף אמעריקע... דעטס אלל.

דעמץ וואס האט מען אויפגעטון שטיי מיר אזווי אמאל
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 813
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » פרייטאג מאי 17, 2019 4:10 pm

שקר האט געשריבן:
פארשער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:באריכטן זאגן אז אמעריקע איז זייער נאענט צו א גרייכן א דיעל מיט מעקסיקא און קאנאדע אראפצונעמען די אייזן און אלומענום טעריפס

וואס געבן זיי פאר אמעריקא?

זיי נעמען אראפ די נקמה טעריפס וואס זיי האבן ארויפגעלייגט אויף אמעריקע... דעטס אלל.

דעמץ וואס האט מען אויפגעטון שטיי מיר אזווי אמאל

והעיקר שכחת. דאס איז אלעס וואס מען האט געוואלט. כינע אלערט.

Set up measures to "prevent the importation of aluminum or steel that is unfairly subsidized and/or sold at dumped prices" and "prevent the transshipment of aluminum and steel made outside of Canada or the United States to the other country"

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2372
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג מאי 17, 2019 4:35 pm

מיטן אראפנעמען די טעריפס איז אוועקגענומען געווארן נאך א שטרויכלונג פון וועג אז טראמפ'ס נייע נאפטא - USMCA דיעל זאל קענען דורכגיין און באשטעטיגט ווערן אינעם קאנגרעס.

דאס איז חוץ א מעשה אז די צוויי לענדער האבן זיך אונטערגענומען צו נעמען שטארקע שריט צו פארזיכערן אז טשייניזע אייזן קומען נישט אריין קיין אמעריקע דורך זייערע לענדער.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21461
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג מאי 17, 2019 5:24 pm

זיכערער האט געשריבן:קען איינער מסביר זיין וואס טראמפ מיינט צו זאגן אז אמעריקא ווערט רייך פין די ביליאנען וואס פליסט אריין פון די טאריפס, ער ווייסט באמת נישט אז דעיס ווערט באצאלט דורך אמעריקאנע קאמפעניס\קאנסומערס ???



זיכערער, איך האלט אז דו ביסט נישט פרא טראמפ!

אידער וועי, קוק נישט וואס ער זאגט ווייל העסט דיזי ווערן, קוק וואס ער טוט! ער פייט טשיינע, א פייט וואס דארף שוין לאנג געטוהן ווערן, קען זיין סעט זיין פעינפול אינמיטן, אבער די פייט גייט ער בעזר ה' געווינען פאר אונזער בענעפיט!

וואס ער זאגט איז אירעלעווענט, ער שפיהלט דא א געים... ער זאגט מיר איז גוט אזוי, איי לאוו טאריפס! זאל טשיינע טראכטן אז טראמפ איז רואיג אזוי... אוי ווערט זיי ביטער...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21461
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג מאי 17, 2019 5:32 pm

חדשות האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:
פארשער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:באריכטן זאגן אז אמעריקע איז זייער נאענט צו א גרייכן א דיעל מיט מעקסיקא און קאנאדע אראפצונעמען די אייזן און אלומענום טעריפס

וואס געבן זיי פאר אמעריקא?

זיי נעמען אראפ די נקמה טעריפס וואס זיי האבן ארויפגעלייגט אויף אמעריקע... דעטס אלל.

דעמץ וואס האט מען אויפגעטון שטיי מיר אזווי אמאל

והעיקר שכחת. דאס איז אלעס וואס מען האט געוואלט. כינע אלערט.

Set up measures to "prevent the importation of aluminum or steel that is unfairly subsidized and/or sold at dumped prices" and "prevent the transshipment of aluminum and steel made outside of Canada or the United States to the other country"



אין קעיס דו קענסט עס נישט איבערטייטשן... דא שטייט אז מ'שטעלט אויף מעזשערס אפצוהאלטן אייזן פון לענדער וואס סאבסעדייזן אדער דאמפן פון אריינקומען קיין אמעריקא אדער אנדערע לענדער... אין קורצן, טשיינע זאל זיי נישט קענען נוצן אריינצוברענגען קיין אמעריקא...

כאניש געליינט די דיעל, כ'רעד נאר פון די איין פאראגראף...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6547
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג מאי 17, 2019 5:45 pm

פון די לעצטע פאקס אנקעטע
צוגעלייגטע
20190517_174440.jpg
20190517_174440.jpg (49.49 KiB) געזעהן 93 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: איש האשכולות, דריידל, יאנקעל פעדראטשיק, לעגאו מענטשעלע, מ49, קהל עדתינו, קרייסלער און 69 געסט