האנדל מלחמה

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » פרייטאג אוקטובער 12, 2018 3:51 pm

פימפערנוטער האט געשריבן:והשנית, אויב די טאריף'ס זענען נישט אפעקטיוו, פארוואס זאל מען נישט לייגן נאך טאריפס ? פארוואס זאל נישט די רעגירונג מאכן אפאר דאללער פון טאריפס ? (די טענה איז שוין אויבן דערמאנט)

דאס איז נישט קיין טענה, די טעריפס בפועל באצאלן אונז אמעריקאנער, אלעס האט א שיעור.

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3930
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 3:25 pm

מיטש מעקאנעל: אויב א קורץ טערמיניגע האנדלס קריג ברענגט בעסערע באציאונגען מיט כינע וועט עס זיין זייער גוט

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3930
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 10:02 am

פרעזידענט טראמפ פלאנט זיך ארויסצוציען פון אן 144 יעריגע אינטערנאציאנאלע פאסט אפמאך אין א פרישע פרואוו צו ברעכן כינע

די אפמאך האט ערלויבט צו עקספארטירן פון כינע קיין אמעריקא פאר דיסקאונט פרייזן
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום מיטוואך אוקטובער 17, 2018 10:04 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 10:03 am

הכל הבל האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ פלאנט זיך ארויסצוציען פון אן 144 יעריגע אינטערנאציאנאלע פאסט אפמאך אין א פרישע פרואוו צו ברעכן כינע

הלוואי

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20710
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 11:48 am

כ'האב אמאל געברענגט דא דערוועגן... בעסיקלי קען מען שיפן זאכן פון טשיינע קיין אמעריקא פאר ביליגער ווי ס'פאסט צו שיפן אין די זעלבע זיפקאוד!!!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20710
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 11:51 am

אין אנדערע ווערטער, ער גייט טעקניקלי שחט'ן די קאונטערפיט מארקעט, און אליבאבא גייט כאפן קלעפ! (און מסתם איבעי אויך) און עמעזאן גייט ארויפגיין נאך מער ווי סיז יעצט!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2842
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 12:13 pm

יא וויכי, טענקס פאר דיין אימעיל יעמאלט.

וויזוי ארבעט אבער די זעך ציען, א פרעזידענט קאן זיך ציען פון וואס ער וויל וועל ער וויל?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 12:15 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער, ער גייט טעקניקלי שחט'ן די קאונטערפיט מארקעט, און אליבאבא גייט כאפן קלעפ! (און מסתם איבעי אויך) און עמעזאן גייט ארויפגיין נאך מער ווי סיז יעצט!

עלי עקספרעס וועט די מערסטע ליידן

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 12:38 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער, ער גייט טעקניקלי שחט'ן די קאונטערפיט מארקעט, און אליבאבא גייט כאפן קלעפ! (און מסתם איבעי אויך) און עמעזאן גייט ארויפגיין נאך מער ווי סיז יעצט!

נישט נאר די קאונטערפיט, נאר אפילו געהעריג אייטעמ'ס ווייט לעיבעל און אפף ברענד וועט דאס זיין א ישועה, אן אמעריקאנער קאמפאני וואס אימפארט זאל כאטש קענען קאמפיטן.

איך האף אז ער טוט עס שוין, יעדן טאג א שאד.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3348
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 12:55 pm

די רעפארט אז אמעריקע דערלייגט אויף די טריטי איז שוין פון 2015, עס קאסט פאר די פאסט אפיס בערך 1 יעדע שטיקל וואס מען שיקט פון כינע, אבאמא האט נישט געקערט דערויף.


https://www.zerohedge.com/news/2018-10- ... eaty-china

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1852
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 1:22 pm

די שאלה איז נאר, איז דאס נאך א שטעקן אינעם האנדלס דעפיציט? אויב יא איז דאס א שטיקל פראבלעם, ווייל דאס מוז ווערן אינפארסירט פאר יעדן פרייז, אפגעזעהן צו טאריפ'ס גייען אריין אין עפעקט אדער נישט.

אויב ווערט דאס אויסגעפירט וועלן זייער אסאך אחינו בני ישראל דירעקט מרויח זיין דערפון, און שטייצעך אויך די לאקאלע קליידער געשעפטן, זינט אלי עקספרעס העט שויניש זיין אזא גוטע אפציע...
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1346
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 1:27 pm

צולייגער האט געשריבן:די שאלה איז נאר, איז דאס נאך א שטעקן אינעם האנדלס דעפיציט? אויב יא איז דאס א שטיקל פראבלעם, ווייל דאס מוז ווערן אינפארסירט פאר יעדן פרייז, אפגעזעהן צו טאריפ'ס גייען אריין אין עפעקט אדער נישט.

אויב ווערט דאס אויסגעפירט וועלן זייער אסאך אחינו בני ישראל דירעקט מרויח זיין דערפון, און שטייצעך אויך די לאקאלע קליידער געשעפטן, זינט אלי עקספרעס העט שויניש זיין אזא גוטע אפציע...

און דו פארגעסט אז אויב ווערט דאס אויסגעפירט וועלן זייער אסאך אחינו בני ישראל וואס קויפן איין אויף אלי עקספרעס דירעקט שאדן האבן דערפון ווי אויך גאנץ אמעריקע וואס קויפן אין טשיינע.

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 4:27 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:די שאלה איז נאר, איז דאס נאך א שטעקן אינעם האנדלס דעפיציט? אויב יא איז דאס א שטיקל פראבלעם, ווייל דאס מוז ווערן אינפארסירט פאר יעדן פרייז, אפגעזעהן צו טאריפ'ס גייען אריין אין עפעקט אדער נישט.

אויב ווערט דאס אויסגעפירט וועלן זייער אסאך אחינו בני ישראל דירעקט מרויח זיין דערפון, און שטייצעך אויך די לאקאלע קליידער געשעפטן, זינט אלי עקספרעס העט שויניש זיין אזא גוטע אפציע...

און דו פארגעסט אז אויב ווערט דאס אויסגעפירט וועלן זייער אסאך אחינו בני ישראל וואס קויפן איין אויף אלי עקספרעס דירעקט שאדן האבן דערפון ווי אויך גאנץ אמעריקע וואס קויפן אין טשיינע.

נישט ריכטיג, זיי וועלן טאקע צאלן טייערער, אבער ס'וועט בלייבן אין אמעריקע, און געלט וואס בלייבט דא קומט אייביג צוריק אויף אלע מיני אופנים, געלט וואס דו שיקסט קיין כינע בלייבט דארט!
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5881
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 5:03 pm

אינטערעסאנט, אויב געלט קומט צוריק וואלט מיין זיידע שוין געזאלט זיין א מיליאנער פון די אלע יארן...

בנציון יאזעפאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 9:46 am

תגובהדורך בנציון יאזעפאוויטש » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 5:49 pm

הכל הבל האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ פלאנט זיך ארויסצוציען פון אן 144 יעריגע אינטערנאציאנאלע פאסט אפמאך אין א פרישע פרואוו צו ברעכן כינע

די אפמאך האט ערלויבט צו עקספארטירן פון כינע קיין אמעריקא פאר דיסקאונט פרייזן


אויף ווען איז דאס געפלאנט?




און דעיס גייט האפנטלעך קיינמאל צוריקגיין.

אוועטאר
פעטער שמואל
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 7:23 pm

בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ פלאנט זיך ארויסצוציען פון אן 144 יעריגע אינטערנאציאנאלע פאסט אפמאך אין א פרישע פרואוו צו ברעכן כינע

די אפמאך האט ערלויבט צו עקספארטירן פון כינע קיין אמעריקא פאר דיסקאונט פרייזן


אויף ווען איז דאס געפלאנט?




און דעיס גייט האפנטלעך קיינמאל צוריקגיין.

לויט די רעגולאציעס פונעם יוניאן האבן די צוויי לענדער איין יאר צו אויסהאמערן א פרישע אפמאך. אויב קומט מען זיך נישט אויס ביז א יאר איז די גאנצע זאך אויס פאר אייביג.

https://www.nytimes.com/2018/10/17/us/p ... pping.html

According to the union’s rules, members will have a year to renegotiate new terms before the withdrawal becomes permanent. “If negotiations are successful, the administration is prepared to rescind the notice of withdrawal and remain” in the treaty, the White House statement said.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 8:25 pm

הכל הבל האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ פלאנט זיך ארויסצוציען פון אן 144 יעריגע אינטערנאציאנאלע פאסט אפמאך אין א פרישע פרואוו צו ברעכן כינע

די אפמאך האט ערלויבט צו עקספארטירן פון כינע קיין אמעריקא פאר דיסקאונט פרייזן

דיסקאונט פרייזן?! כמעט וואס מען האט זיי צוגעצאלט פאר יעדן שטיקל פאסט וואס זיי האבן געשיקט..
די מינימום פרייז פאר א פעקל פון געציילטע אנצעס אין די קאנטינענטאל יו עס האלט ביי כמעט דריי דאלער, בעת וואס שיקן עפעס פון כינע קיין קאנטינענטאל יו עס (דעליווערט דורך USPS) קאסט עטליכע צענט.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מיטוואך אוקטובער 17, 2018 8:47 pm

עלי עקספרעס באקומסטו פרי שיפינג פון טשיינע ווען דו קויפסט א אייטעם פאר פיפציג צענט...

בנציון יאזעפאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 9:46 am

תגובהדורך בנציון יאזעפאוויטש » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 9:26 am

Think and Thank האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ פלאנט זיך ארויסצוציען פון אן 144 יעריגע אינטערנאציאנאלע פאסט אפמאך אין א פרישע פרואוו צו ברעכן כינע

די אפמאך האט ערלויבט צו עקספארטירן פון כינע קיין אמעריקא פאר דיסקאונט פרייזן

דיסקאונט פרייזן?! כמעט וואס מען האט זיי צוגעצאלט פאר יעדן שטיקל פאסט וואס זיי האבן געשיקט..
די מינימום פרייז פאר א פעקל פון געציילטע אנצעס אין די קאנטינענטאל יו עס האלט ביי כמעט דריי דאלער, בעת וואס שיקן עפעס פון כינע קיין קאנטינענטאל יו עס (דעליווערט דורך USPS) קאסט עטליכע צענט.


קענסט ארויסנעמען די ווארט.

הלוואי זאל טראמפ נוצן זיין עקסעקטיוו מאכט און דאס שוין בטל מאכן. א יאר צייט איז צו לאנג.


און צו טראמפ, דו ביזט א סופע"ר חברה'מאן. דו קומסט אן צו אלע נאנסענס און דו נעמסט עקשן. הנותן תשועה למלכים הוא יברך את הסופע"ר משוגענער וסופע"ר נייעס יר"ה. דא האסטו א גרינס ;l;p-

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3930
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 4:52 pm

הכל הבל האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ פלאנט זיך ארויסצוציען פון אן 144 יעריגע אינטערנאציאנאלע פאסט אפמאך אין א פרישע פרואוו צו ברעכן כינע

די אפמאך האט ערלויבט צו עקספארטירן פון כינע קיין אמעריקא פאר דיסקאונט פרייזן

סענאטארן דזשאנסאן דעינס און לענקפארד קומען ארויס אין שטיצע פונעם פלאן

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 838
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 5:40 pm

בס"ד
בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ פלאנט זיך ארויסצוציען פון אן 144 יעריגע אינטערנאציאנאלע פאסט אפמאך אין א פרישע פרואוו צו ברעכן כינע

די אפמאך האט ערלויבט צו עקספארטירן פון כינע קיין אמעריקא פאר דיסקאונט פרייזן

דיסקאונט פרייזן?! כמעט וואס מען האט זיי צוגעצאלט פאר יעדן שטיקל פאסט וואס זיי האבן געשיקט..
די מינימום פרייז פאר א פעקל פון געציילטע אנצעס אין די קאנטינענטאל יו עס האלט ביי כמעט דריי דאלער, בעת וואס שיקן עפעס פון כינע קיין קאנטינענטאל יו עס (דעליווערט דורך USPS) קאסט עטליכע צענט.

קענסט ארויסנעמען די ווארט.
הלוואי זאל טראמפ נוצן זיין עקסעקטיוו מאכט און דאס שוין בטל מאכן. א יאר צייט איז צו לאנג.
און צו טראמפ, דו ביזט א סופע"ר חברה'מאן. דו קומסט אן צו אלע נאנסענס און דו נעמסט עקשן. הנותן תשועה למלכים הוא יברך את הסופע"ר משוגענער וסופע"ר נייעס יר"ה. דא האסטו א גרינס ;l;p-

"בערך" די זעלבע האמיר געזאגט עטליכע מאל דא, אויף האנדל, און אויך אויף אויסערן און אינערן פאליטיק בכלל ובפרט, וועגן דעם האט ער געווינען אין 16' אין אזא סורפרייז, און גאנץ גוטע שאנסן די זעלכע זאל זיך איבערשפילן יעצט אין נאוועמבער.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 5:53 pm

בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ פלאנט זיך ארויסצוציען פון אן 144 יעריגע אינטערנאציאנאלע פאסט אפמאך אין א פרישע פרואוו צו ברעכן כינע

די אפמאך האט ערלויבט צו עקספארטירן פון כינע קיין אמעריקא פאר דיסקאונט פרייזן

דיסקאונט פרייזן?! כמעט וואס מען האט זיי צוגעצאלט פאר יעדן שטיקל פאסט וואס זיי האבן געשיקט..
די מינימום פרייז פאר א פעקל פון געציילטע אנצעס אין די קאנטינענטאל יו עס האלט ביי כמעט דריי דאלער, בעת וואס שיקן עפעס פון כינע קיין קאנטינענטאל יו עס (דעליווערט דורך USPS) קאסט עטליכע צענט.


קענסט ארויסנעמען די ווארט.

הלוואי זאל טראמפ נוצן זיין עקסעקטיוו מאכט און דאס שוין בטל מאכן. א יאר צייט איז צו לאנג.


און צו טראמפ, דו ביזט א סופע"ר חברה'מאן. דו קומסט אן צו אלע נאנסענס און דו נעמסט עקשן. הנותן תשועה למלכים הוא יברך את הסופע"ר משוגענער וסופע"ר נייעס יר"ה. דא האסטו א גרינס ;l;p-

רח"ל, א רשע מרושע דער טר... ווי וועל מיר קויפן רייף'ס פאר די מיידלעך אויף יום טוב?
1 + 1 = חלה דעקל...

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1291
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 1:01 pm

אמעריקע פאסטאל אגענטור דערלייגט 300,000.000 $ פער יאר צוליב די פאסט אפמאך.

די אינטערלאגע צו די אפמאך איז א וועלט אנערקענטער אפמאך ספעציעל פאר ארימע און דעוועלאופינג לענדער, טשיינע איז אויך אין די קאטאגאריע פון "דעוועלאופינג לענדער" .

והיינו דאמר טראמפ כמב פעמים אז טשיינע שטייט בעסער ביים וועלטס האנדעל ארגענאזאציע וויבאלד זי איז פאררעכנט ווי א דעוועלאופינג לאנד (זי האלט זיך נאך אינמיטן אנטוויקלן...)

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2842
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 6:04 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:אמעריקע פאסטאל אגענטור דערלייגט 300,000.000 $ פער יאר צוליב די פאסט אפמאך.

די אינטערלאגע צו די אפמאך איז א וועלט אנערקענטער אפמאך ספעציעל פאר ארימע און דעוועלאופינג לענדער, טשיינע איז אויך אין די קאטאגאריע פון "דעוועלאופינג לענדער" .

והיינו דאמר טראמפ כמב פעמים אז טשיינע שטייט בעסער ביים וועלטס האנדעל ארגענאזאציע וויבאלד זי איז פאררעכנט ווי א דעוועלאופינג לאנד (זי האלט זיך נאך אינמיטן אנטוויקלן...)

דריי הונדערט מיליאן, קארעקט?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
איצל פיצל
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 6:26 pm

לויט די קאנסטראקשען אויף אונזערע ראוד'ס אין נ.י. קען מען רואיג אריינלייגן USA צווישען די לענדער וואס האלטן זיך אינמיטן אנטוויקלן.. און איך רעד שוין נישט ווען מען ליינט די רעיטינגס אויף יעדע לאקאלע פאסט אפיס (אויף Google maps) דארט זעהט עס אויס ווי מען האלט נאך ביי די פלאנירונג פאזע..


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בעקיטשע, נישקשה און 24 געסט