וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך האב א פראגע פאר די אלע וואס זענען קעגן די טאריף מיט די טענה אז טויזענטער מענטשן לעבן היינט פון אימפארטן זאכן און פארקויפן... וואס געשעהט אויב מארגן קומט א קאמפאני למשל אליבאבא אריין און קאמפיט דיירעקט מיט עמעזאן... זיי קויפן אפ פופציג ריזיגע ווערהאוזעס אין אמעריקא און מ'פארקויפט פראדוקטן דיירעקט פון די טשיינע פעקטערי פארן קאסטומער... וואס גייען זיי דעמאלטס טוהן? איז דא עפעס וואס האלט זיי אפ? טשיינע האט היינט עקסעס צו אלע סיקרעטס! מארגן הייבן זיי אן צו קאמפיטן מיט עפל, סעמסאנג, סאוני און וועם נישט? די גאנצע איידיע ווי אן עמעזאן סעללער גייט ח"ו אונטערגיין, דאס מיינט טויזענטער און מיליאונע דזשאבס גייען אונטערגיין... דעמאלטס גייט מען יא מעגן לייגן א טאריף אויף זאכן וואס מ'ברענגט אריין פון טשיינע אדער מ'גייט נאכאלץ נישט מעגן?
1) אליבאבא טוט עס שוין, זיי האבן טאקע נישט קיין וועירהאוז אין אמעריקא אבער קענסט שוין ארדערן דארט יעדע פראדוקט, דארפסט נאר האפן אז די פראדוקט איז א עכטע און ארבעט...
2) 75% אדער מער, פון עמעזאן פראדאקטס זענען אימפארטירט פון טשיינע, אויב לייגסטו ארויף א טעריף אויף פראדוקטן וואס זענען אימפארטירט פון טשיינע מאכט זיך עמעזאן צו. (נישט ממש אבער פארשטייסטוואס איך מיין)
3) אויב גייט אליבאבא עפענען ווערהאוזעס דא אין אמעריקע וועלן אלע עמעזאן סעללערס קענען פארקויפן דארט.
ועוד, דעמאלטס וועט עס ווערן א אמעריקאנע קאמפעני, מיט אמעריקאנע סעללערס, וועירהאוז ארבעטער, דעליווערי, וכו' די איינציגסטע חילוק פון עמעזאן וועט זיין אז יענע בעה"ב וואוינט אין טשיינע.