האנדל מלחמה

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5289
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך יוני 13, 2018 9:43 am

מטעמים האט געשריבן:יש, גראדע אויב איך האב גוט געלייענט איז די גרויסע מילך טאריפס געווארען ארויפגעלייגט אין 2013.

דאס אז עס איז קענעדעס מהלך פון פראטעקטען די מילך אינדאסטרי פארשטייסטו - אבער אז טראמפ וויל לייגען טאריפס אויף שטאל און אייזען צו פראטעקטען און אויפבויען די אינדאסטרי דאס קען מען שוין נישט פארשטיין?

איך זעה נישט קיינעם שרייבען אז טרודא מעג נישט צוריק טוהן, ער מעג און ער דארף נישט מיין הסכמה דערצו אבער די הימעל שרייענדע עולה וואס די מידיע האט אונז געמאלדען איז 99% פאלש ווייל יעדער טוהט די זעלבע נאר אויף טראמפ דארף מען שרייען.

אויב אונזער צווישענשייד איז צו מען רעכנט גודס און סערוויסעס אינאיינעם אדער עקסטער בלייב מיר שטיין ביי דעם, איך רעספעקט דיין אפיניען אבער דיסעגרי אז מען רעכנט עס אינאיינעם ענד רעסט מיי קעיס.

איך ווייס נישט אויב יעדער טוט די זעלבע. איז פארהאן א לאנד וואס האט לעצטענס געלייגט טעריפס אויף אמעריקע? די צייטן זענען בעיסיקלי ביהיינד אונז. יעדע לאנד האט שוין אלטע טעריפס; אמעריקע, אייראפע, קאנאדע, מיט בערך די זעלבע פראצענטן.

בנוגע אויב קאנאדע מעג צוריק טון; דאס וואס איך שרייב בעיסיקלי. טרודא האט א רעכט צוריקצולייגן טעריפס און מען קען פארשטיין פארוואס ער טוט דאס. אמעריקע סקרוד זיי און זיי טוען די זעלבע.

דאס וואס דו שרייבסט אז אונזער דעבאטע איז אויב אמעריקע האט א טרעיד דעפיציט אדער נישט. די דעבאטע איז נאר בנוגע טעריפס. בעצם איז זיכער אז אמעריקע האט נישט קיין טרעיד דעפיציט מיט קאנאדע און איינער וואס זאגט אנדערש באהאלט די גרויסע פיקטשער.

אז דו שליסט דעם דעבאטע ברויך איך זאגן דריי זאכן....

1) די גאנצע שמועס איז געווען לשיטתך... טרעיד דעפיציט זענען פערפעקטלי פיין. רוב עקאנאמיסטן האלטן אז מען ברויך זיך בכלל נישט צוטון מאכן דערפון. דאס איז איינמאל איינס. והמעסיוו עקאנאמיע יוכיח!

2) טעריפס זענען א נארישקייט. ס'איז בעיסיקלי א טעקס אויף אמעריקאנער בירגער.

2) ווען איך זעה אז מטעמים רעדט אין א נושא ליין איך שנעל וואס ער שרייבט, ווייל אויסער די תוכן, ווייס איך אויך, אז אויב דיסעגרי איך וועט מען זיך קענען דעבאטירן רעספעקטפולו!
לעצט פאראכטן דורך יש ברירה אום מיטוואך יוני 13, 2018 9:59 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

abeg
שר האלף
תגובות: 1870
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מיטוואך יוני 13, 2018 9:49 am

איין זאך װאס קימט ארױס פין די גאנצע נושא איז אז פרי טרעיד איז שױן פינלאנג א פארגאנגענײט

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5152
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך יוני 13, 2018 9:58 am

און מיט וויפיעל מיינסטו האט זיך די גאנצע טאריף עוורידזש געטוישט ווען טראמפ האט געלייגט טאריפס אויף שטאל און אלומינעם, כמעט גארנישט סאו בעיק צו די קשיא, מאי כולי רעש אויף טראמפ?!

פאר די שארט טוירעם איז טאקע נישט קיין גרויסע חילוק איבער טאריפס און אין די שארט טוירם קאסט עס מער פאר די בירגער אבער פאר די לאנג ראן מיז יעדע לאנד פרובירען צו פרעזערווען גוטע זשאבס אין לאנד אינקלודינג מעניופעקטשערינג און די בעסטע צייט עס צו טוהן איז ווען די עקאנאמיע איז הויעך.

איך ווייס אז דאס איז א לאנגע נושא און איך גיי נישט אריין גיין יענע דערין - ווייל אדערווייל מיז איך נאך ארבייטען פאר פרנסה, טענקס פאר די קאמפלימענט עס פעהלט גוט און און ענגליש זאגט מען: Likewise.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

דממה דקה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך יוני 13, 2018 10:03 am

וואס איך וויל פארשטיין, פארוואס קענעדע? צווישן אלע מדינות וואס אמעריקע האט א דעפיציט איז קענעדע פון די קלענסטע פראבלעם.

אוועטאר
Goodmorning
שר חמש מאות
תגובות: 851
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך יוני 13, 2018 10:06 am

אפשר זענען די מילך פארמער טראמפ שטיצער און ער דארף זיי דעליווערן?
לויעל בינעך צום אייבערשטן און כ'געהער צום פארטיי הנקרא פאקטן. (קרעדיט: כאפצעם)

יואל שרייבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך יוני 13, 2018 10:08 am

מטעמים האט געשריבן:יש, גראדע אויב איך האב גוט געלייענט איז די גרויסע מילך טאריפס געווארען ארויפגעלייגט אין 2013.

דאס אז עס איז קענעדעס מהלך פון פראטעקטען די מילך אינדאסטרי פארשטייסטו - אבער אז טראמפ וויל לייגען טאריפס אויף שטאל און אייזען צו פראטעקטען און אויפבויען די אינדאסטרי דאס קען מען שוין נישט פארשטיין?

איך זעה נישט קיינעם שרייבען אז טרודא מעג נישט צוריק טוהן, ער מעג און ער דארף נישט מיין הסכמה דערצו אבער די הימעל שרייענדע עולה וואס די מידיע האט אונז געמאלדען איז 99% פאלש ווייל יעדער טוהט די זעלבע נאר אויף טראמפ דארף מען שרייען.


איך וויל נאר צולייגען צוויי נקודות קודם כל טרודאו האט בסך הכל געזאגט אז ער וועט לייגן דאלער פאר דאלאר טעריפס אויף נייע אמעריקאנער טעריפס, גארנישט מער און טראמפ איז געווארן ווילד נישט ער.
והשנית, טראמפ שרייט נישט אז ער מעג פראיעקטן די שטאל אינדוסטריע, ער שרייט אז מיר האבן נישט פעיר טרעיד מיט קאנאדע, וואס דעיס ביסטו מודה אז ביז דערווייל האט ער נישט געוויזן קיין שום ביישפיל דערצו, ווייל די טעריפס אויף מילכיגס איז הונדערט פראצענט פעיר.

יואל שרייבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך יוני 13, 2018 10:18 am

וועגן סערוויסעס איז דא אסאך זאכן וואס קענעדע קען יא טוהן, קודם א גרויס חלק פון די סערוויסעס זענען אינגאנצן נישט נאטירלעך, עס איז לייסענסעס וואס מען דארף באצאלן פאר אמעריקאנער קאמפאניס פארן נוצן זייערע אינטעלעקטועלע פראפערטיס, און אויב איז נישטא קיין רעגירונג עס צו ענפארסן ביזטו אויס קאפעליטש מאכער, אויך קען קאנאדע עכ"פ צוזאמען מיט אייראפע זיכער מאכן אז עס זאל זיין קאמפעטישן מיט די גרויסע אמעריקאנער טעק קאמפאניס,און אפשר נאך נוצן נעשאנעל סעקיוריטי אויסריידן אויך.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5152
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך יוני 13, 2018 12:23 pm

פארוואס קענעדע? ווייל קענעדע איז דערווייל געוועהן דער איינציגסטער וואס האט געזאגט אז זיי גייען צוריק לייגען דאלער פאר דאלער וועגן דעם הערט מען פון זיי.

אלע אנדערע לענדער וואס זענען אפעקטירט געווארען פון די נייע טאריף האבען נישט געמאלדען אז זיי גייען צוריק לייגען דאלער פאר דאלער.

די טענה פון מילעך איז א ביישפיל ווילסט עס נישט אננעמען נעם אן די טריקענע נאמבער אז קענעדע שטופט אריין מיט פופצען ביליאן דאלער ווערט פון סחורה מער קיין אמעריקע ווי אמעריקע שטופט אריין קיין קאנאדע.

וואס ווילסטו טרודא זאל יעצט טוהן ארויפלייגען טאריפס אויף סערוויסעס? עס איז יעצט גארנישט דא - סתם דרייען א דרייען בעלמא אפשר איז נישט די רעדע דא - אזוי האף איך.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אין כל חדש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מיטוואך יוני 13, 2018 12:35 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:והשנית, טראמפ שרייט נישט אז ער מעג פראיעקטן די שטאל אינדוסטריע, ער שרייט אז מיר האבן נישט פעיר טרעיד מיט קאנאדע, וואס דעיס ביסטו מודה אז ביז דערווייל האט ער נישט געוויזן קיין שום ביישפיל דערצו, ווייל די טעריפס אויף מילכיגס איז הונדערט פראצענט פעיר.

איך האלט אז די נקודה איז גאר א וויכטיגע

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5289
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך יוני 13, 2018 12:51 pm

פאר ווער עס וויל זעהן וואס טעריפס טוט מיטן קאנסומער נאדיר פון וואל סטריט דזשורנאל וואס עס האט פאסירט נאך וואס טראמפ האט ארויפגעלייגט טעריפס אויף וואש מאשינס

אייזן איז נעקסט...
צוגעלייגטע
Dfldu0-UcAEI9W5.jpg
Dfldu0-UcAEI9W5.jpg (92.4 KiB) געזעהן 1151 מאל

אפשר פארקערט
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

תגובהדורך אפשר פארקערט » מיטוואך יוני 13, 2018 12:58 pm

יש ברירה האט געשריבן:פאר ווער עס וויל זעהן וואס טעריפס טוט מיטן קאנסומער נאדיר פון וואל סטריט דזשורנאל וואס עס האט פאסירט נאך וואס טראמפ האט ארויפגעלייגט טעריפס אויף וואש מאשינס

אייזן איז נעקסט...

ברענג אויך וואס ס'גשענט ווען מען העכערט וועדזעס
און אינטערסאנט אז טעקס קאטס בלאבט נאר ביי די ביזנעסער און טאש נישט פאר די קאסטעמערס
לעצט פאראכטן דורך אפשר פארקערט אום מיטוואך יוני 13, 2018 1:05 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5289
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך יוני 13, 2018 12:59 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:.
והשנית, טראמפ שרייט נישט אז ער מעג פראיעקטן די שטאל אינדוסטריע, ער שרייט אז מיר האבן נישט פעיר טרעיד מיט קאנאדע, וואס דעיס ביסטו מודה אז ביז דערווייל האט ער נישט געוויזן קיין שום ביישפיל דערצו, ווייל די טעריפס אויף מילכיגס איז הונדערט פראצענט פעיר.

קורץ און שארף

אגב, האב איך יעצט געפינען א גאר אינטערסאנטע זאך!

א יאר צוריק האט אמעריקע ארויפגעלייגט טעריפס אויף "לאמבער" קעגן קאנאדע. וואס איז טענה געווען?

די קאנאדישע מארקעט איז נישט יושרדיג ווייל זיי ...סובסעדייזן לאמבער!...

אגב דאגב, וואס האט פאסירט מיט לאמבער נאך די טעריפס?... (למען האמת, נישט אלעס איז צוליב די טעריפס אבער א טייל דערפון איז זיכער)
צוגעלייגטע
DflPmqLVAAEw5Ah.jpg
DflPmqLVAAEw5Ah.jpg (21.25 KiB) געזעהן 1121 מאל

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3842
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך יוני 13, 2018 4:31 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:אפשר זאלן זיי אויך רעכענען די איינקופט וואס קאנאדער טוריסטן ברענגען פאר אמעריקע?

אדער די נייעגרע פאולס טוריסטן וואס באזוכן די אמעריקאנע זייט נאר צוליב די גרעסערע קאנאנדישע זייט?..

טרעיד, טאריפס, בעריעס, די גאנצע שמועס והמסתעף איז פון אלעמאל געווען אויף 'גודס'. מאנופעקטשערינג. ווילסט טענה'ן אז היינט מיט די גרויסע סערוויס אוטסורסינג דארף מען עס טוישן?

כ'הער, האסט א פוינט. פארשטיי אבער טראמפ..


נישט אפשר זאל מען עס רעכענען, ווען מרעכנט סערוויס רעדט מען אויך פון דעם.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

יואל שרייבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך יוני 13, 2018 4:35 pm

מטעמים האט געשריבן:
די טענה פון מילעך איז א ביישפיל ווילסט עס נישט אננעמען נעם אן די טריקענע נאמבער אז קענעדע שטופט אריין מיט פופצען ביליאן דאלער ווערט פון סחורה מער קיין אמעריקע ווי אמעריקע שטופט אריין קיין קאנאדע.

בקיצור אויף די פעיר טרעיד ארגומענט האסטו אבער אויפגעגעבן.

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3842
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך יוני 13, 2018 4:40 pm

ר' מטעמים יעדער פארשטייט דיין פוינט אז טאריף האט נישט מיט סערוויס, הגם מען קען עס אפשטעלן, אבער רוב סערוויסעס קען מען טאקע מסתמא נישט ארויפלייגן טאריף'ס, אבער דא רעדט מען פון "פעיר" סוי אז עס מאכט ביידע זאלן ווערן כמעט גלייך אוועראל דארף מען עס יא רעכענען.

דאס איז חוץ וואס איינער האט אנגעוויזן אז ווען דו נעמסט ארויס ענערגיע האט אמעריקע א סורפלאס אין גודס אליינס אויך, און דו ווילסט מסתמא (איך שרייב מסתמא ווייל אפשר איז יעצט בין סאלמען בעסער מיט טראמפ וו טרודאו, און לאנג יעריגע באציאונגען, עלייס, וכדומה, מיינט דאך גארנישט) ענדערש קויפן די אויל דא אין קאנאדע, ווי אין סאודי אראביע.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5666
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג יוני 14, 2018 10:35 am

צל עובר האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:אפשר זאלן זיי אויך רעכענען די איינקופט וואס קאנאדער טוריסטן ברענגען פאר אמעריקע?

אדער די נייעגרע פאולס טוריסטן וואס באזוכן די אמעריקאנע זייט נאר צוליב די גרעסערע קאנאנדישע זייט?..

טרעיד, טאריפס, בעריעס, די גאנצע שמועס והמסתעף איז פון אלעמאל געווען אויף 'גודס'. מאנופעקטשערינג. ווילסט טענה'ן אז היינט מיט די גרויסע סערוויס אוטסורסינג דארף מען עס טוישן?

כ'הער, האסט א פוינט. פארשטיי אבער טראמפ..


נישט אפשר זאל מען עס רעכענען, ווען מרעכנט סערוויס רעדט מען אויך פון דעם.



נו אידעך עס טאקע א גרויס ליצנות...
ער [פרעזידענט טראמפ] קומט אריין ביי מיר אלס א פערזאן פון מער ווי עוורידזש אינטעליגענט ~ געוועזענער עף בי איי דירעקטאר דזשעימס קאומי

אוועטאר
Think and Thank
שר האלף
תגובות: 1521
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג יוני 14, 2018 10:58 am

דממה דקה האט געשריבן:וואס איך וויל פארשטיין, פארוואס קענעדע? צווישן אלע מדינות וואס אמעריקע האט א דעפיציט איז קענעדע פון די קלענסטע פראבלעם.

פארוואס וואס קענעדע? פרעזידענט טראמפ האט געלייגט א טעריף אויף קענעדע מער ווי אויף א צווייטן?
אויב פראטעסטירן קעגן אראפנעמען ראבערט לי'ס סטאטוע מאכט דיר פאר א נאצי, ווי גרויס מוז שוין זיין די נאציזם פון קלינטאן וואס האט צאמגעשטעלט ראבערט לי דעי מיט MLK day און דעזיגנירט א שטערן פון די ארקענסאו פלעג פאר די קענפעדערעסי?

אוועטאר
Think and Thank
שר האלף
תגובות: 1521
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג יוני 14, 2018 11:10 am

יואל שרייבער האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:יש, גראדע אויב איך האב גוט געלייענט איז די גרויסע מילך טאריפס געווארען ארויפגעלייגט אין 2013.

דאס אז עס איז קענעדעס מהלך פון פראטעקטען די מילך אינדאסטרי פארשטייסטו - אבער אז טראמפ וויל לייגען טאריפס אויף שטאל און אייזען צו פראטעקטען און אויפבויען די אינדאסטרי דאס קען מען שוין נישט פארשטיין?

איך זעה נישט קיינעם שרייבען אז טרודא מעג נישט צוריק טוהן, ער מעג און ער דארף נישט מיין הסכמה דערצו אבער די הימעל שרייענדע עולה וואס די מידיע האט אונז געמאלדען איז 99% פאלש ווייל יעדער טוהט די זעלבע נאר אויף טראמפ דארף מען שרייען.


איך וויל נאר צולייגען צוויי נקודות קודם כל טרודאו האט בסך הכל געזאגט אז ער וועט לייגן דאלער פאר דאלאר טעריפס אויף נייע אמעריקאנער טעריפס, גארנישט מער און טראמפ איז געווארן ווילד נישט ער.
והשנית, טראמפ שרייט נישט אז ער מעג פראיעקטן די שטאל אינדוסטריע, ער שרייט אז מיר האבן נישט פעיר טרעיד מיט קאנאדע, וואס דעיס ביסטו מודה אז ביז דערווייל האט ער נישט געוויזן קיין שום ביישפיל דערצו, ווייל די טעריפס אויף מילכיגס איז הונדערט פראצענט פעיר.

1) ראשית, טראמפ האט געאפערט פאר טרודא א זערא טעריפס און ער האט עס נישט אקצעפטירט. פארוואס?
שנית, טראמפ איז נישט געווארן ווילד ווייל טרודא וויל לייגן דאלער טו דאלער. עס איז א דורכזיכטיגע שקר וואס מען האט שוין טויזנט מאל אפגעפרעגט. (און עס מאכט ניטאמאל סענס - דאס איז גענוי וואס טראמפ שרייט, אז ער גייט לייגן טעריפ'ס דאלער טו דאלער.) וואס האט אויפגערעגט טראמפ איז אז ער האט נישט געהאט די גאטס אים עס צו זאגן אין פנים אריין. ווילאנג טראמפ איז דארט געווען האט ער איינגעמאכט, נאר ווען טראמפ איז נישט דארט שפילט ער פלוצלונג העלד. 'דאס' האט אויפגערעגט טראמפ.

שוב מצאתי אז דו אליינס האסט שוין געשריבן אזוי:
יואל שרייבער האט געשריבן:טרודאו האט ביים סאמיט גערעדט זייער שיין מיט טראמפ, נישט האבנדיג די גאטס זיך איהם צו קאנפראטירן פנים אל פנים, און נאכדעם, וועלנדיג ווייזן פאר זיינע בירגער אז ער איז יא שטארק האט ער געהאלטן א שארפע פרעס קאנפערענץ אז מען וועט איהם נישט קענען ארומשטופן, און עס איז זייער פארשטענדליך אין מיינע אויגן טראמפס טענה אויב דו האסט וואס צו זאגן זאג מיר עס נישט ווארט ביז איך פאר אוועק און דעמאלס דערמאנסטו זיך צו זיין דער טאף גיי.

סאו וואסי פשט פון דיין שרייבן אז ער איז געווארן ווילד איבער די טעריפס?



2) ווער עס האט אמאל געהערט טראמפ רעדן איבער טרעיד ווייסט אז מיט פעיר טרעיד מיינט טראמפ פרי טרעיד (פעיר עז אין פעיר פלעיאינג פיעלד - נאו באונדעריס). פרי טרעיד מיינט גענוי דאס - פרי טרעיד! מ'נעמט אוועק די באגרעניצונגען, און ווער עס מאכט בעסערע פראדוקטן דער מאכט מער געלט! אמאל איז עס דער און אמאל איז עס יענער, ווענצעך ווער עס טויג בעסער. אויב האט איין לאנד א באגרעניצונג - צוליב סיי וועלכע סיבה, אפי' בארעכטיגטע - איז עס נישט פרי טרעיד!

כעל אראפברענגען א תגובה פון וויכי וואו ער איז עס זייער קלאר מסביר:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:א רגע! וואס א חילוק וואס די דעפיציט איז? מעג נישט קאנאדע האבן טעריפס צו קלענער מאכן די דעפיציט וועלכע לשיטתך הארגעט אוועק די גאנצע עקענאמיע?!



דאס איז די גרעסטע טעות וואס דו האסט! פרי טרעיד מיינט נישט אז מ'גייט זיין איווען, ס'מיינט אז איין זייט גייט האבן א סורפלאס און איין זייט א דעפעציט! ווער? אמאל דו און אמאל איך... אויב מאך איך בעסערע זאכן וועל איך פארדינען און אויב דו מאכסט וועסטו פארדינען...

די גאנצע אישו איז נישט אז סיז דא א דעפעציט אדער א סורפלאס, נאר "פארוואס" סיז דא... ווען סיז ווען א נאוטליכע סורפלאס אדער דעפעציט איזעס דיין אישו, אויב איז דא טאריפס איז עס מער נישט פרי אדער פעיר טרעיד!

סאו די פאקט אז אמעריקא האט א סורפלאס, אפילו סאל ווען זיין אויף גודס איינס, מיינט גארנישט! אמעריקא דארף ווען האבן נאך א גרעסערע סורפלאס, נאר קאנאדא לייגט ארויף טאריפס!
אויב פראטעסטירן קעגן אראפנעמען ראבערט לי'ס סטאטוע מאכט דיר פאר א נאצי, ווי גרויס מוז שוין זיין די נאציזם פון קלינטאן וואס האט צאמגעשטעלט ראבערט לי דעי מיט MLK day און דעזיגנירט א שטערן פון די ארקענסאו פלעג פאר די קענפעדערעסי?

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3842
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג יוני 14, 2018 2:23 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:אפשר זאלן זיי אויך רעכענען די איינקופט וואס קאנאדער טוריסטן ברענגען פאר אמעריקע?

אדער די נייעגרע פאולס טוריסטן וואס באזוכן די אמעריקאנע זייט נאר צוליב די גרעסערע קאנאנדישע זייט?..

טרעיד, טאריפס, בעריעס, די גאנצע שמועס והמסתעף איז פון אלעמאל געווען אויף 'גודס'. מאנופעקטשערינג. ווילסט טענה'ן אז היינט מיט די גרויסע סערוויס אוטסורסינג דארף מען עס טוישן?

כ'הער, האסט א פוינט. פארשטיי אבער טראמפ..


נישט אפשר זאל מען עס רעכענען, ווען מרעכנט סערוויס רעדט מען אויך פון דעם.



נו אידעך עס טאקע א גרויס ליצנות...

פארוואס?

על פי פשטות די וואס האבן א פראבלעם מיט טרעיד דעפיציט איזעס ווייל דאס געלט רינט ארויס פון דא און גייט ערגעץ אנדערש, סוי וואס איז א חילוק וויזוי עס קומט צוריק, למעשה קומט עס צוריק קיין אמעריקע.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

יואל שרייבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג יוני 14, 2018 6:13 pm

Think and Thank האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:יש, גראדע אויב איך האב גוט געלייענט איז די גרויסע מילך טאריפס געווארען ארויפגעלייגט אין 2013.

דאס אז עס איז קענעדעס מהלך פון פראטעקטען די מילך אינדאסטרי פארשטייסטו - אבער אז טראמפ וויל לייגען טאריפס אויף שטאל און אייזען צו פראטעקטען און אויפבויען די אינדאסטרי דאס קען מען שוין נישט פארשטיין?

איך זעה נישט קיינעם שרייבען אז טרודא מעג נישט צוריק טוהן, ער מעג און ער דארף נישט מיין הסכמה דערצו אבער די הימעל שרייענדע עולה וואס די מידיע האט אונז געמאלדען איז 99% פאלש ווייל יעדער טוהט די זעלבע נאר אויף טראמפ דארף מען שרייען.


איך וויל נאר צולייגען צוויי נקודות קודם כל טרודאו האט בסך הכל געזאגט אז ער וועט לייגן דאלער פאר דאלאר טעריפס אויף נייע אמעריקאנער טעריפס, גארנישט מער און טראמפ איז געווארן ווילד נישט ער.
והשנית, טראמפ שרייט נישט אז ער מעג פראיעקטן די שטאל אינדוסטריע, ער שרייט אז מיר האבן נישט פעיר טרעיד מיט קאנאדע, וואס דעיס ביסטו מודה אז ביז דערווייל האט ער נישט געוויזן קיין שום ביישפיל דערצו, ווייל די טעריפס אויף מילכיגס איז הונדערט פראצענט פעיר.

1) ראשית, טראמפ האט געאפערט פאר טרודא א זערא טעריפס און ער האט עס נישט אקצעפטירט. פארוואס?
שנית, טראמפ איז נישט געווארן ווילד ווייל טרודא וויל לייגן דאלער טו דאלער. עס איז א דורכזיכטיגע שקר וואס מען האט שוין טויזנט מאל אפגעפרעגט. (און עס מאכט ניטאמאל סענס - דאס איז גענוי וואס טראמפ שרייט, אז ער גייט לייגן טעריפ'ס דאלער טו דאלער.) וואס האט אויפגערעגט טראמפ איז אז ער האט נישט געהאט די גאטס אים עס צו זאגן אין פנים אריין. ווילאנג טראמפ איז דארט געווען האט ער איינגעמאכט, נאר ווען טראמפ איז נישט דארט שפילט ער פלוצלונג העלד. 'דאס' האט אויפגערעגט טראמפ.

שוב מצאתי אז דו אליינס האסט שוין געשריבן אזוי:
יואל שרייבער האט געשריבן:טרודאו האט ביים סאמיט גערעדט זייער שיין מיט טראמפ, נישט האבנדיג די גאטס זיך איהם צו קאנפראטירן פנים אל פנים, און נאכדעם, וועלנדיג ווייזן פאר זיינע בירגער אז ער איז יא שטארק האט ער געהאלטן א שארפע פרעס קאנפערענץ אז מען וועט איהם נישט קענען ארומשטופן, און עס איז זייער פארשטענדליך אין מיינע אויגן טראמפס טענה אויב דו האסט וואס צו זאגן זאג מיר עס נישט ווארט ביז איך פאר אוועק און דעמאלס דערמאנסטו זיך צו זיין דער טאף גיי.

סאו וואסי פשט פון דיין שרייבן אז ער איז געווארן ווילד איבער די טעריפס?



2) ווער עס האט אמאל געהערט טראמפ רעדן איבער טרעיד ווייסט אז מיט פעיר טרעיד מיינט טראמפ פרי טרעיד (פעיר עז אין פעיר פלעיאינג פיעלד - נאו באונדעריס). פרי טרעיד מיינט גענוי דאס - פרי טרעיד! מ'נעמט אוועק די באגרעניצונגען, און ווער עס מאכט בעסערע פראדוקטן דער מאכט מער געלט! אמאל איז עס דער און אמאל איז עס יענער, ווענצעך ווער עס טויג בעסער. אויב האט איין לאנד א באגרעניצונג - צוליב סיי וועלכע סיבה, אפי' בארעכטיגטע - איז עס נישט פרי טרעיד!

כעל אראפברענגען א תגובה פון וויכי וואו ער איז עס זייער קלאר מסביר:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:א רגע! וואס א חילוק וואס די דעפיציט איז? מעג נישט קאנאדע האבן טעריפס צו קלענער מאכן די דעפיציט וועלכע לשיטתך הארגעט אוועק די גאנצע עקענאמיע?!



דאס איז די גרעסטע טעות וואס דו האסט! פרי טרעיד מיינט נישט אז מ'גייט זיין איווען, ס'מיינט אז איין זייט גייט האבן א סורפלאס און איין זייט א דעפעציט! ווער? אמאל דו און אמאל איך... אויב מאך איך בעסערע זאכן וועל איך פארדינען און אויב דו מאכסט וועסטו פארדינען...

די גאנצע אישו איז נישט אז סיז דא א דעפעציט אדער א סורפלאס, נאר "פארוואס" סיז דא... ווען סיז ווען א נאוטליכע סורפלאס אדער דעפעציט איזעס דיין אישו, אויב איז דא טאריפס איז עס מער נישט פרי אדער פעיר טרעיד!

סאו די פאקט אז אמעריקא האט א סורפלאס, אפילו סאל ווען זיין אויף גודס איינס, מיינט גארנישט! אמעריקא דארף ווען האבן נאך א גרעסערע סורפלאס, נאר קאנאדא לייגט ארויף טאריפס!

דאס וואס דו שרייבסט פארוואס טראמפ איז ווילד געווארן, ביזטו טאקע גערעכט, אבער טראמפס טענות זענען נאך אלס נישט אמת.
ער האט גע'טענה'ט אז קאנאדע האט שוין א אומיושרדיגע טעריף אויף אמעריקאנער מילכיגס וממילא מעג ער לייגן נאך טעריפס אויף קאנאדע אבער עס איז נישט אמת.

און דאס וואס דו טענהסט אז טראמפ וויל פרי טרעיד און פארוואס טרודאו האט נישט געוואלט, איז קודם כל, שווער צו גלייבן אז טראמפ קען און וויל טאקע אפשטעלן אלע סובסידיס פאר אגריקולטור, א זאך וואס איז נאך ערגער פאר טרעיד ווי טעריפס, ווייל עס מאכט שווערער פאר אויסלענדישע פארמער צו קאמפיטן מיט אמעריקאנע סיי אין אמעריקע און סיי אין זייער אייגענע לאנד משא"כ טעריפס וואס מאכט נאר שווערער פאר אמעריקאנער פארמער אריינצושיקן קיין קאנאדע אבער נישט אין אמעריקא.
והשנית, קאנאדע האט נישט די טעריפס אויף אגריקולטור צוליב טרעיד נאר צוליב א דאמעסטיק פאליסי, אזויווי אמעריקע האט סובסידיס פאר אגריקולטור צוליב דאמעסטיק פאליסי, און זײ ווילן עס נישט אויפגעבן ווייל זיי האלטן אז עס איז וויכטיג פאר זייערע פארמערס, נישט ווייל זיי פארדינען דערפון אויף טרעיד מיט אמעריקע.
און דאס איז אלעס אויב נעם איך אן אז קאנאדע איז טאקע נישט גרייט דערצו, עס איז נישט אז עס איז געווען א געהעריגע פלאן מיט דעטאלן וואס מען האט פארגעלייגט פאר זיי און זיי האבן געזאגט ניין, בס"ה האט דער פרעזידענט געזאגט א ווארט, און זיי האבן זיך נישט צוגעכאפט דערצו.

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2959
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג יוני 14, 2018 7:03 pm

א אינפארמאטיווע זייטל איבער די וועלטליכע טרעיד נומערן (כ'מיין אז עס ענטהאלט בלויז ביז יאר 2016. אבער עס גיבט א שטיקל בליק וואס עס קומט אלס פאר אויף די וועלט.)

מען קען זיך ארומשפילען און אויסשטעלען לויט די לענדער, לויט די קאטעגאריע פון פראדוקטען, וכדו'.

https://atlas.media.mit.edu/en/
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

עניו
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 6:07 pm

תגובהדורך עניו » דאנארשטאג יוני 14, 2018 8:23 pm

לא איש דברים אנכי...

לאמיך טרייען צו זאגן וואס איך טראכט (האלט) וואס טראמפ וויל פין קענדע!
ווען ער האט געלייגט טאריפס האט ער בעיקר געמיינט טשיינע סטיל וואס זיי ווערען "סאבסאדייזד אין האקן די פרייזן כדי יעדער זאל ארויסגיין פין ביזנעס, אין דעמאלטס ווערן זיי די מאנאפאל, אין נאכדעם וועלן זיי פעסט ארויפגיין מיט די פרייזן כדי צו מאכן געלט בשותפות מיט די טשיינע גאווערמענט פארשטייט זוך, יעצט נאר א גאווערמענט( וואס האט אנלימטוט פין געלט ) קען מאכן אזאכע קאלקאלשענס צו פארקויפן פאר א לאסס פאר אזוי לאנג, אין פארוואס קען ער עס טוען ווייל שפעטער ווען ממאכט שיין געלט נעמט די גאווערמענט זיין חלק שותפות מיט פראפיט משא"כ דא אין די USA קען זיך די גאווערמענט נישט אריינמישן צו אינוועסטן מיט דיר בשותפות אין ארויסטראגן די טשייניזע פין ביזנעס אין נאכדעם מאכן ריוח ווייל דאס איז קעגן די קאנסטעטאשן.... "די גאווערמענט טאר נישט האבן עני אינטרעסט אין א ביזנעס", איי וואס דען מיינט אגריקולטור סאבסדיס דא אין EU CANDA אדער USA עס מיינט אז ער קען נעמען אחריות אויף הלוואה ( מדארף קענען ווייזן אינקאם) אדער למשל ער
קען ער זאגן פאר א פארמער פלאנץ איין קארן אין לאמיר זאגן סוועט זיין א איבערפלאס פין קארן אויף די מארקעט וועל איך דעקן דיין שאדן ,אדער געבן א קליינע נישטיגע גרענט, אבער פארשטייט זיך אז סאיז קליין געלט ווייל ער קען נישט צוריקבאקריגן קיין ריוח
פאר דעם קומט אריין טעריף וואס סמאכט אז א טשיינע קאמפעני (גאווערמענט) מוז גיין מיט נאך 25% בלא קאסט וואס דעיס גייט אי"ה נישט געשעהן אזוי שנעל
די פראבלעם איז נאר אויב לאסטו אריין סטיל פין CANDA אלס פרי טרעד גייט מארגן טשיינע אינז אויסשפילן אין טשיינע גייט שיקן סטיל קיין CANDA אין פין דארט קיין USA
במילא כדי סזאל ארבייטן אין אמירקאנע קאמפעניס זאלן קענען בליין אין ביזנעס מוז מען עס לייגן אויף יעדעם אין אויך אינזער הייליגער קענעדע!!

יעצט CANDA איז די איינציגסטע לאנד וואס די טרעיד דעפיציט איז כמעט עיווען במילא האט ער געפילט ווי ער קען רעדן הויך אז מגייט צרוקלייגן א דאלאר אויף א דאלאר בלא, בלא, בלא,
אין די פעק נייעס האט טאקע גערעט פין קענדע אין קענדע ווייזינדיג אז מיט סערוויסעס האבן אינז א סיר פלאס וכד"ו..... במילא האט ער געהאט טענות אויף קענעדע די ווייסט דאך פארוואס איך טו עס, דו ווייסט דאך איך מיין נישט דיר!! פין די EU לאכט ער סיווי איך האב פין דיר א דעפציט פין 150 ביליאן דאלאר, משא"כ CANDA איז דו איינצוגסטע וואס קען שפילן רחמנות אין האט טאקע געטרייט צוזאמען מיט די מידיע , נא נא האט ער געכאפט א נזיפה פונם קעניג......אין טראמפ איז 100% גרעכט מיט זיין מילכיג משל ודוק!
לעצט פאראכטן דורך עניו אום מיטוואך יוני 27, 2018 7:25 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
Think and Thank
שר האלף
תגובות: 1521
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג יוני 14, 2018 9:46 pm

ווען אבאמא האט געלייגט טעריפס אויף שטאל פון כינע איז עס דורכגעפאלן צוליב די סיבה - זיי האבן עס גע'כשר'ט דורך אנדערע לענדער.
אויב פראטעסטירן קעגן אראפנעמען ראבערט לי'ס סטאטוע מאכט דיר פאר א נאצי, ווי גרויס מוז שוין זיין די נאציזם פון קלינטאן וואס האט צאמגעשטעלט ראבערט לי דעי מיט MLK day און דעזיגנירט א שטערן פון די ארקענסאו פלעג פאר די קענפעדערעסי?

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1666
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

Breaking

תגובהדורך הצדיק » דאנארשטאג יוני 14, 2018 11:04 pm

Trump approves tariffs on $50 billion worth of Chinese goods
https://www.google.com/url?sa=t&source= ... 4arOZFUkEF

הענדימען
שר חמש מאות
תגובות: 619
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג יוני 14, 2018 11:22 pm

כ'מיין ס'באלאנגט דא

קאנאדער באיקאטירן אמעריקאנער פראדוקטן און קענסלען וועקעישאן אין אמעריקע
נ.י. פאוסט
כ'ווייס נישט אלעס


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: דברים אלו און 14 געסט