האנדל מלחמה

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8554
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

האנדל מלחמה

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג מארטש 02, 2018 1:50 pm

אויב האט זיך די וועלט איינגערעדט אז מ'איז דורך א יאר בשלום אונטער א טראמפ פרעזידענסי און ס'וועט ווייטער אנהאלטן אזוי פאר די איבעריגע חלק קאדענץ זענען זיי היינט אויפגעוועקט געווארן צום נייעם האנדלס מלחמה דערקלעראציע פונעם ווייסן הויז.

טראמפ האט געמאלדן אז ער וועט קומענדיגע וואך אימפלעמענטירן א %25 טאריף אויף אויסלענדישע אייזן און א %10 טאריף אויף אלומינום. די אייזן טאריף איז נישט אזוי ווייט נוגע וויבאלד רוב דערפון ווערט געמאכט דאהי, אבער די אלומינום טאריף איז יא אן ערענסטע זאך וויבאלד א ריזיגע פראצענט דערפון ווערט אימפארטירט פון אייראפע און אנדערע לענדער.

רעפובליקאנער אין קאנגרעס און סענאט האבן געלאזט פאלן זעלטן שארפע סטעיטמענטס אקעגן די שריט, שרייענדיג אז דאס וועט ארויפריקן פרייזן פארן גאנצן לאנד און שטארק שעדיגן די עקאנאמיע.

די EU האט געמאלדן אז זיי גייען נישט שטיל בלייבן און וועלן אין רעאקציע ארויפשטעלן א %25 טאריף אויף עטליכע ביליאן אין אמעריקאנע אימפארטס דורכאויס אלע אינדוסטריס, אויב די טראמפ אדמיניסטראציע גייט טאקע פאראויס מיט די שריט.

די אמעריקאנע פארמער אינדוסטרי איז אויף היי אלערט צוליב וואס די פארם פראדוקטן עקספארט איז דער רוקן ביין פון די מיטל אמעריקא עקאנאמיע און טאריפס מצד אויסלאנד וועט זיי גאר שווער באטרעפן.

די סטאק מארקעט האט אויך געכאפט א שטארקע גליטש מיטן הערן די נייעס, און עס האלט אין איין פאלן זינט דאן.

אינערהאלבן אדמיניסטראציע הערשט א שטארקע קעגננרשאפט צו די טראמפ אנאנסירטע טאריפס און עס גייט פאר אן אינערליכע מלחמה צווישן די רוב הויפט עקאנאמישע ראטגעבער וואס זענען פרא פרייע האנדל קעגן דעם האנדל פראטעקשאניסט ראטגעבער 'פיטער נאווארא' וואס איז דער הויפט שטיצער פון א טרעיד מלחמה. לויט באריכטן האט דער הויפט עקאנאמישע ראטגעבער 'גערי קאהן' געסטראשעט מיט רעזיגנאציע אויב די טאריפס ווערן פאקטיש ארויפגעשטעלט.

ווי ס'קוקט אויס קומט אסאך שטורעמישע כוואליעס אין די קומעמדיגע וואכן.
!?I REALLY DO CARE, DO YOU

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4804
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » פרייטאג מארטש 02, 2018 1:56 pm

וויפיל פראצענט לייגט טשיינע ארויף אויף אמעריקע?

אזויפיל דארף ווען טראמפ לייגען אויף צוריק אזוי איז עס, יושרדיג
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » פרייטאג מארטש 02, 2018 1:57 pm

אויך האט ירום הודו צוגעלייגט אז ער האט נישט קיין טשויס אין גלייכט די האנדל מלחמה
סיינט אייך אויף בחנם אין איהר האט א טשענס צו מאכן געלד
https://www.vitalcard.com/u/E7C186

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5288
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג מארטש 02, 2018 1:59 pm

איך וויל באמת הערן פון איינעם די קעיס פארוואס די טעריפס זענען גוט

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5148
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג מארטש 02, 2018 2:00 pm

אויך איז עס שוין נארמאל צו ווארטען ביז די שטויב זעצט זיך און דערנאך זיך עפענען דאס מויל - ווייל אזוי טוהט א חכם.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5288
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג מארטש 02, 2018 2:07 pm

די וואל סטריט דזשורנאל באצייכנט די טעריפס אלץ די ערגסטע טעות פון די טראמפ אדמיניסטראציע

Donald Trump made the biggest policy blunder of his Presidency Thursday by announcing that next week he’ll impose tariffs of 25% on imported steel and 10% on aluminum. This tax increase will punish American workers, invite retaliation that will harm U.S. exports, divide his political coalition at home, anger allies abroad, and undermine his tax and regulatory reforms. The Dow Jones Industrial Average fell 1.7% on the news, as investors absorbed the self-inflicted folly.

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג מארטש 02, 2018 2:13 pm

אינטערסאנט איז אז געוויסע דעמאקרעטס למשל שעראד בראון פון אהייא שטיצן עס שטארק.

אויף טרעיד איז אבאמע געגאנגען מיט די רעפאבליקענס, און טראמפ מיט די דעמאקרעטס.

די מארקעט איז נעכטן געפאלן איבער 400 פוינטס, צו כמעט ווי עס האט געהאלטן די נידריגסטע אפאר וואכן צוריק.

היינט איז עס דערווייל נאך נידעריגער מיט איבער הונדערט פוינטס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פרוביר אויך
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » פרייטאג מארטש 02, 2018 2:14 pm

יש ברירה האט געשריבן:איך וויל באמת הערן פון איינעם די קעיס פארוואס די טעריפס זענען גוט

קודם דארף מען פארענטפערן פארװאס אלע לענדער לײגן טעריפס אױף היזיגע אימפארטס,
אין נאכדעם װעט מען דאס פארשטײן
אז יענער קען קענסטו אויך

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » פרייטאג מארטש 02, 2018 2:15 pm

האט נישט טראמפ געזאגט א מיליאן מאל פאר די וואלן אז ער גייט אטא דאס טוען???


צום ערשטען מאל אין צענדליגער יארן איז געשען א שוידערליכע זאך אין אמעריקא....










... א פרעזידענט וואס טועט למעשה וואס ער האט צוגעזאגט, אנגעהויבן ביי ירושלים און גענדיגט ביי טאריפס..

עטס קענטס בלעימען די אמעריקאנע וויילער (אדער עלעקטארס) אבער נישט טראמפ. ער טועט גענוי וואס ער האט געזאגט..

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » פרייטאג מארטש 02, 2018 2:20 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:האט נישט טראמפ געזאגט א מיליאן מאל פאר די וואלן אז ער גייט אטא דאס טוען???


צום ערשטען מאל אין צענדליגער יארן איז געשען א שוידערליכע זאך אין אמעריקא....










... א פרעזידענט וואס טועט למעשה וואס ער האט צוגעזאגט, אנגעהויבן ביי ירושלים און גענדיגט ביי טאריפס..

עטס קענטס בלעימען די אמעריקאנע וויילער (אדער עלעקטארס) אבער נישט טראמפ. ער טועט גענוי וואס ער האט געזאגט..

טראמפ האט פארשפראכן רינעגאשיעטן טרעיד דיעלס.

איינער געדענקט א פארשפרעכונג פון א טרעיד מלחמה?

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » פרייטאג מארטש 02, 2018 2:21 pm

סאבסיטוט האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:האט נישט טראמפ געזאגט א מיליאן מאל פאר די וואלן אז ער גייט אטא דאס טוען???


צום ערשטען מאל אין צענדליגער יארן איז געשען א שוידערליכע זאך אין אמעריקא....










... א פרעזידענט וואס טועט למעשה וואס ער האט צוגעזאגט, אנגעהויבן ביי ירושלים און גענדיגט ביי טאריפס..

עטס קענטס בלעימען די אמעריקאנע וויילער (אדער עלעקטארס) אבער נישט טראמפ. ער טועט גענוי וואס ער האט געזאגט..

טראמפ האט פארשפראכן רינעגאשיעטן טרעיד דיעלס.

איינער געדענקט א פארשפרעכונג פון א טרעיד מלחמה?

יאפס... check your facts...

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » פרייטאג מארטש 02, 2018 2:25 pm

ער איז נאך ווייט ווייט אונטערשטעליג פון זיינע צוגעזאגעכטצער.... עס קומט א באנטש פאן..

Trump's 45% tariff on Chinese goods is perfectly calculated
By PETER NAVARRO
JUL 21, 2016 | 5:00 AM

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2800
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » פרייטאג מארטש 02, 2018 2:31 pm

סאבסיטוט האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:האט נישט טראמפ געזאגט א מיליאן מאל פאר די וואלן אז ער גייט אטא דאס טוען???


צום ערשטען מאל אין צענדליגער יארן איז געשען א שוידערליכע זאך אין אמעריקא....










... א פרעזידענט וואס טועט למעשה וואס ער האט צוגעזאגט, אנגעהויבן ביי ירושלים און גענדיגט ביי טאריפס..

עטס קענטס בלעימען די אמעריקאנע וויילער (אדער עלעקטארס) אבער נישט טראמפ. ער טועט גענוי וואס ער האט געזאגט..

טראמפ האט פארשפראכן רינעגאשיעטן טרעיד דיעלס.

איינער געדענקט א פארשפרעכונג פון א טרעיד מלחמה?


ווי קומט דא אריין די ווארט מלחמה?

ס״ה טוט אמעריקע וואס אלע אנדערע לענדער טון

יעדער לייגט טעיריפס פארוואס מעג נישט אמעריקע

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג מארטש 02, 2018 2:41 pm

איינס פון די פילערס פון קאנסערוואטיזם איז פרי ענטערפרייז, און טראמפ בערני און רוב דעמאקרעטס זענען פאר פראטעקשעניזם, און פאר די ראסט בעלט לוינט זיך לכאורה די דעמאקראטישע מהלך.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5288
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג מארטש 02, 2018 2:48 pm

צל עובר האט געשריבן:איינס פון די פילערס פון קאנסערוואטיזם איז פרי ענטערפרייז, און טראמפ בערני און רוב דעמאקרעטס זענען פאר פראטעקשעניזם, און פאר די ראסט בעלט לוינט זיך לכאורה די דעמאקראטישע מהלך.

די אלע שטאטן פון די אויטא אינדוסטרי וועלן ליידן

אוועטאר
פרוביר אויך
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » פרייטאג מארטש 02, 2018 2:58 pm

Trump went hard after China during his campaign, blaming it for a host of American economic ills and promising to be tough on the Asian superpower. The steel tariffs are the first real step he’s taken to fulfill that promise.

While the new tariffs don’t single out any one country, Chinese steelmakers have long been a target of US import duties. After all, they produce about half of the world’s steel. But the new tariff will end up hurting many US allies too. Canada and Brazil, for example, are the largest sources of raw steel imports to the United States.

Yet American steelmakers have repeatedly focused their anger on China. They accuse Chinese steelmakers of harming their industry by flooding the United States with cheap steel imports. This is known as “dumping” — selling a product at a cheaper price in one country than at home or in another country. This often hurts the importing country’s domestic producers and workers, so the World Trade Organization believes it’s fair for countries to levy tariffs to level the playing field with global competitors.

Previous administrations have levied anti-dumping duties on Chinese steelmakers. In March 2016, the Obama administration levied tariffs of more than 200 percent on certain Chinese steel products, but that only dampened Chinese steel exports slightly. Shortly after taking office, the Trump administration announced that a new wave of tariffs was coming on low-priced Chinese steel sheeting.

But these measures tend to have little effect, according to mainstream economists. Chinese producers can get around such restrictions by shipping steel to a third country before exporting it to the United States.

So Trump and Ross decided to take extreme measures, dusting off the 1962 Trade Expansion Act, which allows emergency trade sanction for “national
security” reasons.



While THE Obama tariffs may have stopped American companies from importing some Chinese steel products, that doesn’t necessarily mean they are now buying American steel. They can still get cheap steel elsewhere, like Vietnam or India.

The new 25 percent tariff on all steel imports appears to be a way to prevent American businesses from doing that. But it will also upset China, .
אז יענער קען קענסטו אויך

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1481
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » פרייטאג מארטש 02, 2018 3:14 pm

דאס מיינט אז עס וועט אפעקטירן די אלימונים בעקעלעך פאר די פאטעיטא קוגל?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19620
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג מארטש 02, 2018 3:29 pm

סאבסיטוט האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:האט נישט טראמפ געזאגט א מיליאן מאל פאר די וואלן אז ער גייט אטא דאס טוען???


צום ערשטען מאל אין צענדליגער יארן איז געשען א שוידערליכע זאך אין אמעריקא....










... א פרעזידענט וואס טועט למעשה וואס ער האט צוגעזאגט, אנגעהויבן ביי ירושלים און גענדיגט ביי טאריפס..

עטס קענטס בלעימען די אמעריקאנע וויילער (אדער עלעקטארס) אבער נישט טראמפ. ער טועט גענוי וואס ער האט געזאגט..

טראמפ האט פארשפראכן רינעגאשיעטן טרעיד דיעלס.

איינער געדענקט א פארשפרעכונג פון א טרעיד מלחמה?


איינער האט פארגעסן וויזוי טראמפ ארבייט... קודם זאל יעדער זעהן אז ער גייט עס טוהן... און ווען מ'גייט צום פארהאנדלן וועלן אלע גיין צום טיש מיט די מיינדסעט אז אויב גיבט נישט געהעריג נאך גייטער אלל דע וועי...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג מארטש 02, 2018 3:46 pm

שמואל בארג האט געשריבן:דאס מיינט אז עס וועט אפעקטירן די אלימונים בעקעלעך פאר די פאטעיטא קוגל?


פשטות יא, און נאך אסאך אסאאך זאכן וואס מען מאכט פון אלומענים.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » פרייטאג מארטש 02, 2018 3:50 pm

צל עובר האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:דאס מיינט אז עס וועט אפעקטירן די אלימונים בעקעלעך פאר די פאטעיטא קוגל?


פשטות יא, און נאך אסאך אסאאך זאכן וואס מען מאכט פון אלומענים.

א בראך... דאס מיינט לכאורה אז די סלייס אווערנייט קוגעל ביים שמש וועט ארויפגיין פון $2.00 צו 2.02... א רעכטער אין רוב הציבור יכולים לעמוד.. :mrgreen:

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5288
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג מארטש 02, 2018 3:54 pm

דאס וועט אפעקטירן גאר אסאך זאכן צב"ש קאנסטראקשן און די קאסטן פון קארס

עס צו לייגן אין נומערן, ס'גייט העלפן בערך עטליכע הונדערט טויזענט ארבעטער וועלכן זענען אין די אייזן אינדוסטרי און שאטן פאר די כמעט 7 מיליאן ארבעטער וועלכע ארבעטן אויף פלעצער וואס ניצן די אייזן

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » פרייטאג מארטש 02, 2018 3:56 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:דאס מיינט אז עס וועט אפעקטירן די אלימונים בעקעלעך פאר די פאטעיטא קוגל?


פשטות יא, און נאך אסאך אסאאך זאכן וואס מען מאכט פון אלומענים.

א בראך... דאס מיינט לכאורה אז די סלייס אווערנייט קוגעל ביים שמש וועט ארויפגיין פון $2.00 צו 2.02... א רעכטער אין רוב הציבור יכולים לעמוד.. :mrgreen:


נארישקייטן, עס גייט אראפגיין די פרייזן, מגייט אנהייבן איבערנוצן די בעקעלעך מערערע מאל.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19620
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג מארטש 02, 2018 3:59 pm

ברירה, כאנאכניש דורכגעטוהן די טרעיד אישו צו קענען עכט פארשטיין, אבער לאמעך טרייען...

פון ווען מ'האט געסיינט נאפטא האט אמעריקא א טרעיד דעפעציט מיט טשיינע, טשיינע נעמט עדווענטידזש פון אמעריקא, זיי האבן זיך געבויט אן עקאנעמי, כ'רעד שוין נישט פון גנב'נען סודות פון אמעריקאנע פירמעס... כ'רעדט בלויז פון די עקאנעמי! זאגט טראמפ אז ער וויל סטאפן די טרעיד דעפעציט, ער וויל אז סאל קאסטן די זעלבע אריינצוברענגען פון טשיינע אהער ווי פון דא קיין טשיינע, אזוי איז דא א לעוול'ד פיעלד...

פארוואס איזעס שלעכט?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » פרייטאג מארטש 02, 2018 4:12 pm

וויכי, פרעג די קשיא גראדער, ווען איז אמעריקע בעסער געשטאנען, די אלע יארן וואס עס זענען געווען האנדל מלחמה'ס אדער די לעצטע צוואנציג יאר מיט די שלום האנדל.

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5288
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג מארטש 02, 2018 4:15 pm

סשוין דא א טרעיד אשכול ווי מען האט זיך אויסגעטענה'ט....

מען קען זיך נישט שיסן אין די פיס ווייל מען האט א טרעיד דעפיציט. די פאקט איז אז די טעריף וועט הייבן די פרייז פון אסאך פראדוקטן און דאס וועט קאסטן דשאבס.

די טעריף איז בעיסיקלי א טעקס אויף יעדע אמעריקאנער.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אבן יקרה, קנעטענע קיגעל און 28 געסט