האנדל מלחמה

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג פאברואר 05, 2019 8:29 pm

די טראמפ אדמיניסטראציע האנדלס דעלעגאציע וועט אפרייזן קיין כינע אנהויב קומענדיגע וואך

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 2:59 pm

פארד האט געמאלדן אז זיי וועלן אינוועסטירן א ביליאן דאלאר אין שיקאגא און צולייגן 500 דזשאבס צוליב דעם וואס זיי שניידן אויסלענדישע פראדוקציע און ברענגן עס קיין אמעריקא (שטייט נישט אין קעפל אויב עס האט עפעס מיט די טאריפס אבער איך זעה מאנכע פארשטייען עס אזוי)
צוגעלייגטע
Screenshot_2019-02-07 ford 1 billion - Google Search.png
Screenshot_2019-02-07 ford 1 billion - Google Search.png (11.26 KiB) געזעהן 1960 מאל

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 3:52 pm

Dow drops 300 points after Trump says he won't meet with Xi before trade deadline
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך פאברואר 13, 2019 4:48 pm

דער פרעזידענט האט נעכטן געזאגט, אז ער וועט מעגליך לאזן אז די האנדלס געשפרעכן צווישן אמעריקע און כינע זאל זיך פארציען שפעטער ווי דער געשטעלטער מערץ 2 דעדליין, אויב וועט ער זען אז ס'ווערט געמאכט פארשריט.

אמעריקע איז יעצט געסקעדזשועלט ארויפצושטעלן פרישע טאריפס אויף כינעזער פראדוקטן אין ווערד פון 200 ביליאן דאלאר, אויב ס'איז נישטא א פארטיגע דיעל אויף מערץ 2, אבער טראמפ זאגט אז אויב וועט ער הערן אז כינע ברעכט זיך און מ'מאכט פארשריט מיט די געשפרעכן, וועט ער מסכים זיין אפצושיבן די פרישע טאריפס.
For all your typing solutions contact us

lkkolfis@gmail.com - Email

Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 4:33 pm

פארשטייער פון אמעריקע און כינע געפונען זיך היינט און מארגן אין וואשינגאטן אין א פראבע צו שליסן אן אפמאך וועלכע זאל ענדיגן דעם האנדלס שטרייט צווישן כינע און אמעריקע, אן אפמאך וועלכע איז די רעזולטאט פון זיבן מאנאטן פון אינטענסיווע פארהאנדלונגען צווישן די צוויי לענדער אין ליכט צו שליכטן די קעגנזייטיגע האנדלס באגרעניצונגען וואס די לענדער האבן געלייגט איינע אויפ׳ן צווייטן.

היינט איז באריכטעט געווארן אז די צוויי זייטן האבן זיך שוין געאייניגט אויף די ראשי פרקים פון א היסטארישן אפמאך וועלכע וועט אדרעסירן די פילע טענות וואס אמעריקע האט איבער אומיושר׳דיגע האנדלס טאקטירן פון די כינעזער רעגירונג.

דער אפמאך וועט אדרעסירן זעקס נושאים: סייבער פארברעכנס און טעכנאלאגיע גניבות; ביזענס שפיאנאזש און פאטענט געזעצן פארלעצונגען; וואלוטע מאניפולאציע; אגריקולטור אימפארט און עקספארט; געוויסע סעקטארן פון שטייער-פרייע האנדל צווישן די צוויי לענדער; און איינשטעלן רעגולאציעס איבער סערוויס-עקספארט [למשל א כינעזער פירמע דינגט אן אמעריקאנער אדוואקאט, וויאזוי צו מאנען די שטייער].

די צוויי זייטן האבן געהאט געשטעלט א ציל צו אונטערשרייבן דעם פולן אפמאך נישט שפעטער ווי דעם ערשטן אין מערץ. פרעזידענט טראמפ האט דעם דינסטאג אויסגעדריקט צופרידנהייט מיט די פראגרעס פון די פארהאנדלונגען, און האט צוגעלייגט אז אויב עס פעלט זיך אויס קענען די פארהאנדלונגען אנהאלטן שפעטער ווי דעם ערשטן אין מערץ. אבער לויט באריכטן אין דעם ״רויטערס״ נייעס קוואל האלטן די צוויי גרויסמאכטן אויפ׳ן שוועל פון שליסן אן אפמאך.
For all your typing solutions contact us

lkkolfis@gmail.com - Email

Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג פאברואר 24, 2019 6:37 pm

פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אויסגעדרוקט גרויס אפטימיזם, אז עס זענען דא גאר ערנסטע שאנסן אז די פאראייניגטע שטאטן וועט שליסן א היסטארישן האנדלס אפמאך מיט כינע, וואס וועט אוועקשטעלן רעפארמען און א נייעם סיסטעם פון האנדל צווישן די צוויי לענדער.

פרייטאג האט מען געהערט אז די כינעזער רעגירונג פארשטייער, וועלכע געפינען זיך אין וואשינגטאן פאר די געשפרעכן מיט אמעריקאנער רעגירונג באאמטע, האבן פארלענגערט זייער באזוך מיט נאך צוויי טעג, צוליב וואס מען האט באוויזן צו מאכן פארשריט, און מ'האט געוואלט ווייטער פירן די געשפרעכן.
For all your typing solutions contact us

lkkolfis@gmail.com - Email

Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » זונטאג פאברואר 24, 2019 6:50 pm

און יעצט האט ער געטוויט דאס:

I am pleased to report that the U.S. has made substantial progress in our trade talks with China on important structural issues including intellectual property protection, technology transfer, agriculture, services, currency, and many other issues. As a result of these very
productive talks, I will be delaying the U.S. increase in tariffs now scheduled for March 1. Assuming both sides make additional progress, we will be planning a Summit for President Xi and myself, at Mar-a-Lago, to conclude an agreement. A very good weekend for U.S. & China!

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » זונטאג פאברואר 24, 2019 7:02 pm

פון טראמפ'ס מאדנעם 6G טוויט פון פאריגע וואך זעט מען אז ער האט אנגענומען א מילדערן צוגאנג בנוגע huawei.
download.png
download.png (10.41 KiB) געזעהן 1521 מאל
צוגעלייגטע
images.png
images.png (10.77 KiB) געזעהן 1521 מאל

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1677
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג פאברואר 24, 2019 11:57 pm

פארשער האט געשריבן:פון טראמפ'ס מאדנעם 6G טוויט פון פאריגע וואך זעט מען אז ער האט אנגענומען א מילדערן צוגאנג בנוגע huawei.
download.png

וואו זעסטו א מילדערן צוגאנג?
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דינסטאג פאברואר 26, 2019 2:44 pm

DETROIT: Chrysler to hire 6,500 workers, invest $4.5 billion in new plant in Detroit while boosting production at 5 existing factories.

דיסקלעימער: איך ווייס נישט אויב דאס האט דירעקט שייכות מיט די טאריפס

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21160
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך פאברואר 27, 2019 2:07 am

קרעדיט אבאמא!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג מארטש 03, 2019 5:53 pm

כינע'ס צערעמאניעלע לעגיסלאטור וועט אין אן אומגעווענליכן שריט אינדארסירן א געזעץ וועלכע איז געצילט צו בארואיגן אמעריקע'ס טענות און זארגן איבער האנדל צווישן די צוויי לענדער.

איינס פון אמעריקע'ס גרעסטע טענות קעגן כינע איז דאס, אז אמעריקאנער פירמעס, וואס ווילן טאן ביזנעס אין כינע, ווערן געדרוקט דורך כינעזער רעגירונג באאמטע איבערצוגעבן זייערע טעכנאלאגיע סודות.

דאס נייע געזעץ וועט זאגן אז ס'איז אומלעגאל פאר די באאמטע צו לייגן די סארט דרוק.
For all your typing solutions contact us

lkkolfis@gmail.com - Email

Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דינסטאג מארטש 05, 2019 1:40 pm

WASHINGTON: Trump said he intends to end India's preferential trade treatment under program allowing $5.6 billion of Indian exports to enter US duty free.

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג מארטש 05, 2019 4:47 pm

פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן אז זיין אדמיינסטראציע וועט אנולירן א וויכטיגע האנדלס פאקט מיט אינדיע און טערקיי, זאגנדיג אז ביידע לענדער מאכן שוועריגקייט פאר אמעריקאנער פירמעס צו טון ביזנעס ביי זיי אין לאנד. און זיי אויסשליסן פון די ליסטע פון לענדער מיט וועלכע אמעריקע פארמאגט שטייער-פרייע האנדל.

דאס וועט אפעקטירן ארום 6 ביליאן דאלער ווערד פון סחורה וועלכע אינדיע טוט אצינד עקספארטירן קיין אמעריקע אן קיין שטייערן, און עפענען א פרישע האנדלס קאנפליקט מיט אינדיע וועלכע איז א שנעל וואקסנדע עקאנאמישע מאכט און א פריינט פון אמעריקע, פרעזידענט טראמפ האט צוגעשיקט א בריוו צו קאנגרעס איבער דעם באשלוס וואס וועט אריינגיין אין עפעקט אין 60 טעג.

אינעם בריוו שטרייכט דער פרעזידענט אונטער אז ער וועט טוישן דעם באשלוס אויב אינדיע נעמט שריט צו פארלייכטערן פאר אמעריקאנער פירמעס צו אימפארטירן קיין אינדיע. דער אינדיער האנדלס מיניסטער האט אוועקגעמאכט דעם סטראשע, זאגנדיג אז אינדיע געניסט בלויז פון ארום 160 מיליאן דאלער פון דעם שטייער הנחה.
For all your typing solutions contact us

lkkolfis@gmail.com - Email

Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 9:40 am

די ווייסע הויז גרייט זיך העפטיג אויף א זעקס מאנאטן קאמפיין צו איבערצייגן דעמאקראטן צו באשטעטיגן די נייע אויסגעהאמערטע האנדלס פאקט מיט מעקסיקא און קאנאדא
די ווייסע הויז קוקט ארויס אז די ביל זאל געניסן פון אומפארטייאישע שטיצע און זיין אן איבערשפיל פון די קרימינאל יוסטיץ רעפארם ביל (הגם יענע אישו האט פיל מער אינטערסירט דעמאקראטן צוליב די סענטענסינג רעפארם אבער מעגליך אז דא וועט מען אויך נאכגעבן געוויסע צוקערלעך)
סיניאר באאמטע האבן שוין אפגעהאלטן געשפרעכן מיט א צענדליגער דעמאקראטן פון די וועיס און מינס קאמיטע, די פראבלעם לעזער קאוקוס און נאך
דזשעראד קושנער ווערט געשטעלט אין שפיץ צו זיין די סעילסמאן פונעם ווייסן הויז און טראמפ מיט אנדערע קאבינעט מיניסטארן וועלן אויך ווערן מער אנגאזשירט צו אדרעסירן און קאמפיינען אויף די טעמע אריינגייענדיג אין די ספרינג סעזאן

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 1:12 pm

דער טשעירמאן פון די כינעזער טעכנאלאגיע ריז "וואוועי" האט געמאלדן נעכטן, אז זיי האבן אריינגעגעבן אן אנקלאגע אין אמעריקאנער פעדעראלע געריכט, קעגן דער טראמפ אדמיניסטראציע, זאגנדיג אז דאס וואס די אדמיניסטראציע זוכט צו צוימען און פארבאטן דעם פארקויף פון וואוועי פראדוקטן אין אמעריקע, איז נישט לעגאל אויסגעהאלטן.

די רעגירונג צוימט דאס פארקויף פון די פראדוקטן, מיט דער טענה אז די פראדוקטן ווערן פראדוצירט אלס שפיאנאזש מאשינקעס, אין צוזאמארבעט מיט די כינעזער רעגירונג.
For all your typing solutions contact us

lkkolfis@gmail.com - Email

Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג מארטש 12, 2019 2:48 pm

אמעריקע סטראשעט אז זי וועט אויפהערן מיטטיילן שפיאנאזש מיט דייטשלאנד, אויב וועט דייטשלאנד ערלויבן די כינעזער "וואוועי" פירמע צו אינסטאלירן דארטן די "5-דזשי" אינטערנעט טעכנאלאגיע.
For all your typing solutions contact us

lkkolfis@gmail.com - Email

Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

שפע רב
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

תגובהדורך שפע רב » מיטוואך מארטש 13, 2019 3:24 pm

פעיק נוז האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אויסגעדרוקט גרויס אפטימיזם, אז עס זענען דא גאר ערנסטע שאנסן אז די פאראייניגטע שטאטן וועט שליסן א היסטארישן האנדלס אפמאך מיט כינע, וואס וועט אוועקשטעלן רעפארמען און א נייעם סיסטעם פון האנדל צווישן די צוויי לענדער.

פרייטאג האט מען געהערט אז די כינעזער רעגירונג פארשטייער, וועלכע געפינען זיך אין וואשינגטאן פאר די געשפרעכן מיט אמעריקאנער רעגירונג באאמטע, האבן פארלענגערט זייער באזוך מיט נאך צוויי טעג, צוליב וואס מען האט באוויזן צו מאכן פארשריט, און מ'האט געוואלט ווייטער פירן די געשפרעכן.


איז דא עפעס אפדעיטס אין די היסטארישן האנדלס אפמאך מיט כינע?

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 12:38 pm

שפע רב האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אויסגעדרוקט גרויס אפטימיזם, אז עס זענען דא גאר ערנסטע שאנסן אז די פאראייניגטע שטאטן וועט שליסן א היסטארישן האנדלס אפמאך מיט כינע, וואס וועט אוועקשטעלן רעפארמען און א נייעם סיסטעם פון האנדל צווישן די צוויי לענדער.

פרייטאג האט מען געהערט אז די כינעזער רעגירונג פארשטייער, וועלכע געפינען זיך אין וואשינגטאן פאר די געשפרעכן מיט אמעריקאנער רעגירונג באאמטע, האבן פארלענגערט זייער באזוך מיט נאך צוויי טעג, צוליב וואס מען האט באוויזן צו מאכן פארשריט, און מ'האט געוואלט ווייטער פירן די געשפרעכן.


איז דא עפעס אפדעיטס אין די היסטארישן האנדלס אפמאך מיט כינע?

אז די טראמפ שי זיצונג איז אפגערוקט אויף שפעט אין אפריל למספרם

נאך פולע אישוס אויסצוהאמערן

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מארטש 19, 2019 1:38 pm

פרישע רונדע געשפרעכן צווישן וואשינגטאן אין בעיזשינג געסקעדזשועלט אויף קומענדיגע אנהויב וואך

הכל הבל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5406
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 20, 2019 1:03 pm

אסאך האבן זיך געוואונדערט ווי אזוי אמעריקא קען פארזיכערן אז כינע וועט זיך האלטן צו די טערמינען פון אן אויסגעהאמערטע אפמאך

איך ווייס נישט אויב דאס איז די איינציגסטע ענטפער דערצו אבער טראמפ זאגט איצט אז מען רעדט איצט אז די טאריפס וועלן בלייבן אין פלאץ פאר שטיק צייט אפילו נאכן אונטערשרייבן אן אפמאך צו פארזיכערן אז כינע האלט זיך צום דיעל

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1677
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך מארטש 20, 2019 1:47 pm

און וואס וועט זיין נאכדעם וואס די טאריפס גייען אראפ? וויאזוי גייט מען זיי האלטן אין קאנטראל?
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מיטוואך מארטש 20, 2019 3:31 pm

MICHIGAN: Ford to build new factory in Michigan for autonomous vehicles as part of $900M investment announced in 2017, will create 900 jobs by 2023.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א גוטן און 31 געסט