האנדל מלחמה

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3368
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 12:39 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:טראמפ געזאגט פאר געהילפן אז ער וויל פאראויסגיין מיטן פלאן ארויפצושטעלן טאריפס אויף כינעזער פראדוקטן אין ווערד פון 200 ביליאן דאלער אזוי פרי ווי קומענדיגע וואך

דאס איז לכאורה ווייל נ.ק. געשפרעכן זענען איצט סייווי סוספענדירט.

לויט די פארשריפטן דארף מען גיבן א געוויסע צייט אפשניט פארן פובליק צו קאמענטירן אויף אזא טויש בעפאר מען שטעלט עס אריין אין קראפט
די וואך קומט די ענדיגט זיך די פובליק קאמענטינג און טראמפ האט געזאגט אז ער וויל נישט צעגערן נאר תיכף פאראויסגיין מיט די טאריפס

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1059
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 12:48 pm

עטליכע נאטיצן היינט ארויסגעקומען פון א בארימטער עקאנאמיקער אין טראמפס טיעם. (ומלפנים ראטגעבער צי רעיגן)

-- טראמפ האלט אז ער האט נאר איין מיטל אנטקעגן טשיינע: טאריפס
-- כינעזער טרעיד איז א פלאס פאר אמעריקע, ווייל אן כינע איז נישטא קיין וואלמארט, אן וואלמארט איז נישטא קיין מיטל קלאס אדער לאו אינקאם פראספעריטי (יעך פארשטיי נישט ווי די ווארט פראספעריטי - שפע- קומט דא אריין)
-- די עיקר טרעיד אישוס וואס טראמפ זיכט צי פאריכטן איז כינע, טראמפ וויל אז כינע זאל זיך אויפירן ווי עס פאסט זיך פאר די גלאבאלע עקענאמיע, טראמפ וויל "פרייע האנדל" מיט כינע.
-- איינמאל מיר שליסן אפמאכן מיט אלע אנדערע לענדער, וועט "כינע איבערבלייבן אינדרויסן ווארטן אין די קעלט"

עכת''ד

היוצא לי מזה, מעסיקא און קענעדע זענען נישט זיין עכטע אישו, כמובן, די עיקר זיכט ער טשיינע.
אבער טראמפ איז מסכים אז וואלמארט אייטעמס זענען מעיד אין טשיינע, הגם ער וויל צוריקברענגען מאנופעקטשערינג דאך אנערקענט ער אז וואלמארטס טויזענטער ביליגע אייטעמס וועלן ווייטער ווערן מאנופעקטשורעד אין כינע, דאס שטימט מיט די אנדערע סטעיטמענט אז ער זיכט עכטע פרייע האנדל אפמאכן

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 831
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 1:00 pm

דאס שטומט מיטן אלגעמיינער פראבלעם מיט טראמפ אז ער לעבט ערגעץ אין די 80' יארען, וואל-מארט איז נישט די גרעסטע פלעיאר אין די געים, עמעזאן און עלי-באבא זענען די פלעיארס, פאר עלי לוינט זיך יעדע פעני טעריפס, דאס גיבט זיי נאך א גרעסערע אויבערהאנט אין אנליין סעילס.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1059
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 1:02 pm

דממה דקה האט געשריבן:דאס שטומט מיטן אלגעמיינער פראבלעם מיט טראמפ אז ער לעבט ערגעץ אין די 80' יארען, וואל-מארט איז נישט די גרעסטע פלעיאר אין די געים, עמעזאן און עלי-באבא זענען די פלעיארס, פאר עלי לוינט זיך יעדע פעני טעריפס, דאס גיבט זיי נאך א גרעסערע אויבערהאנט אין אנליין סעילס.

גראדע נישט.

וואל מארט איז נאך אלץ די גרעסטע פלעיאר

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1059
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 1:06 pm

wallmart total revenue for 2017 - $485 billion
amazon total revenue 2017 - $177 billion

(נעם נאך אראפ א גוטע פאר בילליאן פון עמעזאון פראפיט אין זייער קלאוד אפטיילונג)

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 831
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 1:17 pm

די נושא איז וויפיל "סעילס" גייט דורך עמעזאן'ס פלעטפארם, נישט וויפיל רעוועניא, די אלע 3רד פארטי סעללער ביזנעס ווערט נישט גערעכנט אין זייער רעוועניא נאר וויפיל זיי מאכען דערפון.

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2975
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 1:22 pm

כאפצעם האט געשריבן:נישט קיין חילוק ווי גרויס די טשעינזשעס זענען, אויב באווייזט ער צו טוישן נאפטא איז עס ווארשיינליך זיין ערשטע גרויסע אקאמפלישמענט.

גרעסטע עז אין וואס?

עס איז דא מיליאנען אמעריקאנער וואס פאר זיי איז די טעקס קאטס א גרעסערע עקאמפלישמענט

אנדערע מיליאנען אמעריקאנער איז שטעלן קאנסערוואטיווע ריכטער א גרעסערע עקאמפלישמענט

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9385
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 1:30 pm

מצב כללי האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:נישט קיין חילוק ווי גרויס די טשעינזשעס זענען, אויב באווייזט ער צו טוישן נאפטא איז עס ווארשיינליך זיין ערשטע גרויסע אקאמפלישמענט.

גרעסטע עז אין וואס?

עס איז דא מיליאנען אמעריקאנער וואס פאר זיי איז די טעקס קאטס א גרעסערע עקאמפלישמענט

אנדערע מיליאנען אמעריקאנער איז שטעלן קאנסערוואטיווע ריכטער א גרעסערע עקאמפלישמענט

גרעסטע עז א דערגרייכונג.

זאכן וואס אלע פריערדיגע פרעזידענטן האבן געטוהן די זעלבע איז קיין מורא'דיגע דערגרייכונג. ופשוט הוא
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2975
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 1:49 pm

כאפצעם האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:נישט קיין חילוק ווי גרויס די טשעינזשעס זענען, אויב באווייזט ער צו טוישן נאפטא איז עס ווארשיינליך זיין ערשטע גרויסע אקאמפלישמענט.

גרעסטע עז אין וואס?

עס איז דא מיליאנען אמעריקאנער וואס פאר זיי איז די טעקס קאטס א גרעסערע עקאמפלישמענט

אנדערע מיליאנען אמעריקאנער איז שטעלן קאנסערוואטיווע ריכטער א גרעסערע עקאמפלישמענט

גרעסטע עז א דערגרייכונג.

זאכן וואס אלע פריערדיגע פרעזידענטן האבן געטוהן די זעלבע איז קיין מורא'דיגע דערגרייכונג. ופשוט הוא

שליסן א דיעל מיט אנדערע לענדער איז נישט עפעס וואס פריערדיגע פרעזידענטן האבן געטון?

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9385
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 1:52 pm

די געלונגענע
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2975
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 1:53 pm

כאפצעם האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:נישט קיין חילוק ווי גרויס די טשעינזשעס זענען, אויב באווייזט ער צו טוישן נאפטא איז עס ווארשיינליך זיין ערשטע גרויסע אקאמפלישמענט.

גרעסטע עז אין וואס?

עס איז דא מיליאנען אמעריקאנער וואס פאר זיי איז די טעקס קאטס א גרעסערע עקאמפלישמענט

אנדערע מיליאנען אמעריקאנער איז שטעלן קאנסערוואטיווע ריכטער א גרעסערע עקאמפלישמענט

גרעסטע עז א דערגרייכונג.

זאכן וואס אלע פריערדיגע פרעזידענטן האבן געטוהן די זעלבע איז קיין מורא'דיגע דערגרייכונג. ופשוט הוא

שליסן א דיעל מיט אנדערע לענדער איז נישט עפעס וואס פריערדיגע פרעזידענטן האבן געטון?

די געלונגענע

אז וואס?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 2:03 pm

ביל קלינטאן איז נישט געווען א געלונגענע פרעזידענט?
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9385
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 2:18 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ביל קלינטאן איז נישט געווען א געלונגענע פרעזידענט?

גאר געלונגען
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 3:03 pm

דממה דקה האט געשריבן:די נושא איז וויפיל "סעילס" גייט דורך עמעזאן'ס פלעטפארם, נישט וויפיל רעוועניא, די אלע 3רד פארטי סעללער ביזנעס ווערט נישט גערעכנט אין זייער רעוועניא נאר וויפיל זיי מאכען דערפון.

די רעדע איז נישט ווער ס'איז די גרעסטע ריטעילער אין אמעריקע, נאר ווער ס'סערווירט די מערסטע די מיטל קלאס אין די ארימע.

רעוועניו קומט נישט דא אריין. עמעזאן פארקויפט טייערע אייטעמס פונקט ווי ביליגע, גייסט אריין אין א וואל מארט איז עס יא מער געבעיסט אויף ביליגערע סארט אייטעמס.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1059
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 7:02 pm

איך בין כמעט זיכער אז די עמעזאון נומבער רעכענט יא אריין FBA סחורה,
אויסער דעים ליגט מיר און קאפ אז אום 2017 איז בלויז האלב פון אלע עמעזאון סעילס געווען THIRD PARTY (פלעגט זיין מער) קענסטו דאפלען $177 בילליאן און ביסט נאך אלץ ווייניגער ווי וואלמארט

בעצם איז די גאנצע שמועס נישט נוגע לגופו של ענין.

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 6:23 pm

היינט דאנערשטאג ענדיגט זיך א צייט אפשניט וואס איז באשלאסן געווארן דורך אמעריקע און כינע פאר פארהאנדלונגען פאר עס ווערט גענומען ווייטערדיגע שריט, און פרעזידענט טראמפ איז ערווארטעט צו אויספירן זיין ווארנונג צו ארויפלייגן פרישע טאריפן פון 25% אויף איבער 200 ביליאן דאלער ווערד פון סחורה וואס ווערט אימפארטירט פון כינע.

אזעלכע טאריפן וועלן עפעקטירן ארום 40% פון די כינעזער אימפארט, און כינע האט שוין געזאגט אז זיי וועלן נעמען קאנטער-שריט און לייגן שטייערן אויף אמעריקאנער סחורה וואס ווערט עקספארטירט קיין כינע. א זאך וואס קען פירן די טראמפ אדמיניסטראציע צו לייגן שטייערן אויף אלע סחורה וואס קומט אריין פון כינע, וואס באטרעפט ארום 500 ביליאן דאלער יערליך.

א פולע שטייער אויף אלע אימפארט פון כינע וועט ווארשיינליך ברענגען א שטארקע פרייז העכערונג אין רוב פראדוקטן אינעם אמעריקאנער מארקעט, די ביז יעצטיגע טאריפן אויף ארום 50 ביליאן דאלער פון כינעזער פראדוקטן האט שוין געברענגט א פרייז העכערונג פון עטליכע פערצענט אויף א גרויס טייל פון פראדוקטן
jp

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1523
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 8:13 am

טשיינע האט אנגענומען איינלאדענונג פון וואשינגטאן צו עפענען פרישע טרעיד געשפרעכן, אלס רעזולטאט זענען די כינעזע סטאקס און קארענסי שיין געשטיגן.
(לע״ע האט זיך אנגעזען די א ג האנדל קריג נאר אין די כינעזע עקאנאמיע)
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3368
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 1:08 pm

פרעזידענט טראמפ געזאגט נעכטן פאר ביישטייערער ביי פאנדרעיזינג אין די סי טראמפ האטעל אז ער וויל איינטוישן די נאמען נאפטא אויף USMC PACT (אקראנים פון יונייטעד סטעיטס מעקסיקא קאנאדא) און אויב קאנאדא וועט נישט נאכקומען די טוישונגען וועלכע ער פארלאנגט וועט ער ארונטערלאזן די C און עס לאזן ביי USM

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3368
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 1:11 pm

מעקסיקא הויפט האנדל פארמיטלער נעכטן זיך צוריקגעקערט קיין וואשינגטאן צו ווייטער פארהאנדלען אויף די דעטאלן אינעם רויען אפמאך פארעפנטליכט

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2301
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 7:43 pm

הכל הבל האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ געזאגט נעכטן פאר ביישטייערער ביי פאנדרעיזינג אין די סי טראמפ האטעל אז ער וויל איינטוישן די נאמען נאפטא אויף USMC PACT (אקראנים פון יונייטעד סטעיטס מעקסיקא קאנאדא) און אויב קאנאדא וועט נישט נאכקומען די טוישונגען וועלכע ער פארלאנגט וועט ער ארונטערלאזן די C און עס לאזן ביי USM

שינוי השם קונה

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3368
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 12:16 pm

פרעזידענט טראמפ באפעלט זיינע געהילפן פאראויסצוגיין מיט די 200 ביליאן דאלער ווערט טאריפס אויף כינע טראץ די פרישע געשפרעכן וועלכע די טרעזשורי באאמטע האבן נארוואס איינגעפעדימט מיט כינע

הענדימען
שר חמש מאות
תגובות: 973
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 1:47 pm

אין אנדערע ווערטער. טשיינע גייט נישט קענען שפילן קיין צייט געימס

ווי לענגער די פארהאנדלונגען נעמען, אלץ מער גייטעס ווייטוהן
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

הכל הבל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3368
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 3:07 pm

פרעזידענט טראמפ לאזט וויסן (איצט ווען די מארקעט איז נאך אפן) אז שפעטער אין טאג נאכן שליסונג פונעם מארקעט וועט ער מעלדן נייעס איבער כינע טאריפס

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 5:35 pm

און די מארקעטס האבן פארשטאנען דעם ווינק...
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5781
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 6:40 pm

טראמפ אדמיניסטראציע לייגט ארויף 10% טעריפס אויף א פרישע 200 ביליאן דאלער אימפארטס פון כינע. אפעקטיוו 9/24.

די מעלדונג איז געקומען באגלייט מיט צוויי סטראשונקעס...

1) אויב כינע שטעלט זיך נישט צוה וועלן די טעריפס ארויף גיין צו 25% יאנואר 1

2) אויב כינע וועט ריטעליעטן וועט מען ארויפלייגן טעריפס אויף פרישע 267 ביליאן דאלער...
צוגעלייגטע
DnVIF9xX0AAgATF.jpeg
DnVIF9xX0AAgATF.jpeg (133.95 KiB) געזעהן 372 מאל

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ggg, טשעירמאן, כאפצעם, כתמר יפרח, נייע אייטעמס, שׁטילער און 71 געסט