האנדל מלחמה

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג יוני 21, 2018 12:05 pm

יש ברירה האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:זיי קענען סטראשענען מיטן אויפהערן קויפן אויל פון אמעריקא, און שטאטס דעם ניצן זייער שכן איראן. (כ׳האב עס אליין געהערט נעכטן אויף קול מבשר...)

איינער ווייסט וואספארא אויל טשיינע קויפט פונעם ווייטן אמעריקא?. און פארוואס?. לויט ווי ר׳ זלמן לייגט עס אראפ, אויב טשיינע הייבט אהן קויפן אויל פון איראן, דאן קען אמעריקא גרינדן א טשערעטי פאנד.

טשיינע קויפט 300,000 פעסלעך אמעריקאנער קרוד אויל א טאג.

אז טשיינע וועט קויפן ווייניגער אמעריקאנער אויל וועט טעקסאס קרוד לכאורה ווערן אביסל ביליגער שאדט נישט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

עניו
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 6:07 pm

תגובהדורך עניו » דאנארשטאג יוני 21, 2018 3:54 pm

צל עובר האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:זיי קענען סטראשענען מיטן אויפהערן קויפן אויל פון אמעריקא, און שטאטס דעם ניצן זייער שכן איראן. (כ׳האב עס אליין געהערט נעכטן אויף קול מבשר...)

איינער ווייסט וואספארא אויל טשיינע קויפט פונעם ווייטן אמעריקא?. און פארוואס?. לויט ווי ר׳ זלמן לייגט עס אראפ, אויב טשיינע הייבט אהן קויפן אויל פון איראן, דאן קען אמעריקא גרינדן א טשערעטי פאנד.

טשיינע קויפט 300,000 פעסלעך אמעריקאנער קרוד אויל א טאג.

אז טשיינע וועט קויפן ווייניגער אמעריקאנער אויל וועט טעקסאס קרוד לכאורה ווערן אביסל ביליגער שאדט נישט.

די זעלבע תריץ ווי SOY BEANS אז די לענדער וואס קויפן ביז יעצט פין איראן וועלן אנהייבן קויפן פין אמעריקאנער אויל סגייט נישט ווערען ביליגער א חוץ פארדאקשן וועט זיין צו סאך אויף די וועלט אויל איז א גלאבעל מארקעט!!

פין ר' גאגל

?Which countries does Iran export oil to
Iran crude oil and condensate exports for key countries,
Country % of Iran's exports Iran as a % of Total Crude Imported
Netherlands %1
Others %1
Japan %14
India %13
more &

נאך פונדערהיים האט געשריבן:למשל סוי בינס וואס טשיינע שרייט אז זי קען נעמען פון בראזיל (די איינציגע לאנד חוץ אמעריקע וואס קען דאס פראדעצירן אויף א גרויסן פארנעם), זאגט ער אז טשיינע נעמט שוין יעצט עטליכע זעכציג פראצענט פון אירע סוי בינס פון בראזיל, און בלויז עטליכע דרייסיג פראצענט פון איר מארקעט קומט פון אמעריקע, און אויב בראזיל וואלט געהאט די מעגליכקייט צו צושטעלן מער פון דעם וואלטן זיי עס שוין לאנג געטון,

יעצט ווען טשיינע לייגט טאריפס אויף אמעריקאנע סוי בינס גייט געשען איינע פון די צוויי זאכן:

אדער וועלן זיי איינזען נאך א שטיק צייט (וואס אמעריקע ברעכט זיך נישט) אז זיי מוזן זיך ברעכן, און אראפנעמען די טאריפס פון אמעריקע.
אדער וועלן זיי אנבאטן פאר בראזיל א העכערע פרייז פאר די בינס נישט צו דארפן נעמען פון אמעריקע, וואס דאן וועט בראזיל אריבער פירן איר יעצטיגע עקספארט פון פארשידענע לענדער אריבער צו טשיינע וואס צאלט איר מער, וואס דאן עפענט זיך אויטאמאטיש אויף א פרישע מארקעט פאר די אמעריקאנע פארמערס, דהיינו אז די אלע לענדער וואס הערן אויף צו באקומען סוי בינס פון בראזיל וועלן קומען קויפן אין אמעריקע.

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג יוני 21, 2018 5:02 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:איז מעגליך צו דראפ-באקסן עפעס פון די היערינג?

יישר כח
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

נאך פונדערהיים
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג יוני 21, 2018 5:03 pm

איך האב עס געהערט אויף CSPAN איך האב עס נישט געסעיווט,
אוין וועב קען איך נישט צוליב משומר.
ווערט געזוכט א מתנדב.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג יוני 21, 2018 5:09 pm

צל עובר האט געשריבן:אז טשיינע וועט קויפן ווייניגער אמעריקאנער אויל וועט טעקסאס קרוד לכאורה ווערן אביסל ביליגער שאדט נישט.

קרוז פון טעקסאס פארקויפט זיך נישט פאר געלט

:P
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג יוני 21, 2018 5:10 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:אז טשיינע וועט קויפן ווייניגער אמעריקאנער אויל וועט טעקסאס קרוד לכאורה ווערן אביסל ביליגער שאדט נישט.

קרוז פון טעקסאס פארקויפט זיך נישט פאר געלט

:P

;l;p-
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

boom

תגובהדורך הצדיק » פרייטאג יוני 22, 2018 10:59 am

Based on the Tariffs and Trade Barriers long placed on the U.S. and it great companies and workers by the European Union, if these Tariffs and Barriers are not soon broken down and removed, we will be placing a 20% Tariff on all of their cars coming into the U.S. Build them here!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19918
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג יוני 22, 2018 11:15 am

דאס איז א דיירעקטע ווארענונג פאר די דייטשע קאר פירמעס זיי זאלן זיך נעמען לאביאירן אין אייראפע...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

נאך פונדערהיים
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » פרייטאג יוני 22, 2018 11:18 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:סי אי אוס פון דייטשע קאר קאמפעניס (גרעסטע מארקעט אין אייראפע) שטעלן קלאר פאר די אמעריקאנער אמבאסאדאר פון דייטשלאנד אז זיי זענען גרייט אז די אי יו זאל אראפנעמען די העכער 12% טעריפס וואס איז יעצט דא אויף אמעריקאנע קאר אימפארטס, (קעגו 2.5% וואס אמעריקע לייגט ארויף),
אלס מורא אז מארגן זאל נישט טראמפ קוקן אויף זייער זייט און ארויפלייגן טעריפס אויף אייראפעאישע קארס.

(קרעדיט י.ג.)

#האנדל קריג

דאס איז געווען ריפארטעט אנפאנג וואך, זעט אויס די חברה האבן זיך צוגעלערנט טראמפ לענגוויטש.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3060
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג יוני 22, 2018 12:45 pm

ס׳איז נישט קיין חידוש. ווייל ווער ס׳האט א גרעסער שטעקן געווינט געווענדליך. ווען ס׳קומט צו טרעיד און בכלל גלאבעל אקאנאמיע האט אמעריקא דעם אויבערהאנט אויף אלע פראנטן, איז אויב גייטעס טאקע גיין ביז פעטש איז אמעריקא דער זיגער. חוץ אויב ביים האלד׳ן מישט מען אריין פרינצעפל, למעשה האנדלט טראמפ מיט כוח, נישט מיט פרינצעפל
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג יוני 22, 2018 4:39 pm

וואס מיינט דא כח?
און וואס מיינט דא פרינצעפל?

שכח פארן ענטפערן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3060
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג יוני 22, 2018 6:47 pm

כח מיינעך צו זאגן ״ווילד״. אבער מ׳קען זיין ווילד און נישט געווינען אויך.
פרינצעפל מיינעך צו זאגן זיך רעכענען מיטן ״פאליטשן אימידזש״. עכ״פ אויף שארט טורם.

טראמפ האט געווארנט אז ס׳גייט זיין טעריף׳ס אויף יענע און יענע דאטום. האסט נישט געגלייבט. אנשטאטס פארהאנדלען שוין ביים ערשטן פייף, האסטע באשלאסן זיך ענדערש אנגעגרייט שארפע העדליינס און סטעיטמענטס. פיין. טראמפ האט קיין גרויסע פראבלעם מיטן היץ, ס׳שמעקט אים אפשר נישט (אדער אפשר גאר יא) און אפילו ס׳וועט אים אפשר שאטן זיין אימעדזש אויף מאמענטערעלי. אויב זעעט ער עס פאר וויכטיג ניצט ער קראפט. געווינען גייט ער אויב קומט א האנדל קריג. ווייל אמעריקא איז שטערקער.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » מוצ"ש יוני 23, 2018 10:59 pm

כ'האב אויך געהאלטן אז אין פאל אן ערנסטע האנדל קריג ברעכט אויס איז אמעריקע שטערקער, זאגן אבער מומחים אז טשיינע איז שטערקער, ווייל דער אמעריקאנער פרעזידענט קען נישט טוהן וואס ער וויל צוליב וואס ער איז אסאך אנגעוויזן אויף קאנגרעס משא''כ דער טשייניזער דיקטאטור קען טוהן וואס זיין גוי'אישע הארץ באגערט.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3060
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מוצ"ש יוני 23, 2018 11:20 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:כ'האב אויך געהאלטן אז אין פאל אן ערנסטע האנדל קריג ברעכט אויס איז אמעריקע שטערקער, זאגן אבער מומחים אז טשיינע איז שטערקער, ווייל דער אמעריקאנער פרעזידענט קען נישט טוהן וואס ער וויל צוליב וואס ער איז אסאך אנגעוויזן אויף קאנגרעס משא''כ דער טשייניזער דיקטאטור קען טוהן וואס זיין גוי'אישע הארץ באגערט.

כ׳האב אויך געהערט קול מבשר. און ס׳קען אפשר זיין אמת. די דעמעקרעטס אל דע קען דא איז אבסטראקטינג & דילעי - טראמפ
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
גראף פאטאצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 2:56 pm

תגובהדורך גראף פאטאצקי » מוצ"ש יוני 23, 2018 11:34 pm

טראמפ האט אבער די אויבער האנט מיט טשיינע
טעריפס קען ער לייגן וויפיהל ער וויל
למעשה איז דא 356 ביליאן דעפיציט מיט טשיינע
זיי זיכן נישט צו פארלירן אינגאנצן

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2985
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מוצ"ש יוני 23, 2018 11:50 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:כ'האב אויך געהאלטן אז אין פאל אן ערנסטע האנדל קריג ברעכט אויס איז אמעריקע שטערקער, זאגן אבער מומחים אז טשיינע איז שטערקער, ווייל דער אמעריקאנער פרעזידענט קען נישט טוהן וואס ער וויל צוליב וואס ער איז אסאך אנגעוויזן אויף קאנגרעס משא''כ דער טשייניזער דיקטאטור קען טוהן וואס זיין גוי'אישע הארץ באגערט.

כ׳האב אויך געהערט קול מבשר. און ס׳קען אפשר זיין אמת. די דעמעקרעטס אל דע קען דא איז אבסטראקטינג & דילעי - טראמפ

ער האט גראדע די דעמאקראטן - טשאק שומער זיכער - אויף זיין זייט ווען עס קומט צו טרעיד.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » מוצ"ש יוני 23, 2018 11:52 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:כ'האב אויך געהאלטן אז אין פאל אן ערנסטע האנדל קריג ברעכט אויס איז אמעריקע שטערקער, זאגן אבער מומחים אז טשיינע איז שטערקער, ווייל דער אמעריקאנער פרעזידענט קען נישט טוהן וואס ער וויל צוליב וואס ער איז אסאך אנגעוויזן אויף קאנגרעס משא''כ דער טשייניזער דיקטאטור קען טוהן וואס זיין גוי'אישע הארץ באגערט.

נאך א נקודה -והוא העיקר- איז אז טראמפ די מינדעסטע שאקל די עקאנאמיע כאפט פליעט ער אוט דע ווינדאו.. כבלעו כך פלטו... (און סאיז נישט קיין ספק אז אין עני טרעיד מלחמה כאפט די עקאנעמי א שאקל די שאלה איז נאר עבאוט די לאונג ראן צו מפארדינט עפעס) דער טשייניזער קען טוען וואס אים שמעקט און זיין לאנד כאפט א שאקל נאו פראבלעם ער וועט שמייכעלדיגערהייט צואווארטן און וואטשן ווי טראמפ פליעט און דאן איז אלעס צוריק ווי נארמאל...

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש יוני 23, 2018 11:57 pm

שמאטע האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:כ'האב אויך געהאלטן אז אין פאל אן ערנסטע האנדל קריג ברעכט אויס איז אמעריקע שטערקער, זאגן אבער מומחים אז טשיינע איז שטערקער, ווייל דער אמעריקאנער פרעזידענט קען נישט טוהן וואס ער וויל צוליב וואס ער איז אסאך אנגעוויזן אויף קאנגרעס משא''כ דער טשייניזער דיקטאטור קען טוהן וואס זיין גוי'אישע הארץ באגערט.

כ׳האב אויך געהערט קול מבשר. און ס׳קען אפשר זיין אמת. די דעמעקרעטס אל דע קען דא איז אבסטראקטינג & דילעי - טראמפ

ער האט גראדע די דעמאקראטן - טשאק שומער זיכער - אויף זיין זייט ווען עס קומט צו טרעיד.

ער האט אבער שטארקע פרעשור פון די פארם סטעיט רעפאבליקאנער סענעטארן.

למשל טשאק גרעסלי וואס איז געווענליך פרא טראמפ טענהט אז זיי דערלייגן שוין נאך פאר טשיינע האט ארויפגעלייגט די טאריף, ווייל די סוי פרייז האט שוין געטראסקעט אין די מידוועסט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3060
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מוצ"ש יוני 23, 2018 11:59 pm

שמאטע האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:כ'האב אויך געהאלטן אז אין פאל אן ערנסטע האנדל קריג ברעכט אויס איז אמעריקע שטערקער, זאגן אבער מומחים אז טשיינע איז שטערקער, ווייל דער אמעריקאנער פרעזידענט קען נישט טוהן וואס ער וויל צוליב וואס ער איז אסאך אנגעוויזן אויף קאנגרעס משא''כ דער טשייניזער דיקטאטור קען טוהן וואס זיין גוי'אישע הארץ באגערט.

כ׳האב אויך געהערט קול מבשר. און ס׳קען אפשר זיין אמת. די דעמעקרעטס אל דע קען דא איז אבסטראקטינג & דילעי - טראמפ

ער האט גראדע די דעמאקראטן - טשאק שומער זיכער - אויף זיין זייט ווען עס קומט צו טרעיד.

טרעיד מיט טעריף׳ס זענען צוויי אנדערע נושאים אינגאנצן.

טרעיד איז וויפיל סחורה די קענסט אריינברענגען דא , נאר אויב שטיפ איך אזוי פיל אזוי פיל סחורה ביי דיר. טאריף איז א טעקס וואס מ׳לייגט ארויף ווען א שיפמענט קומט אהן. א בחינה וואו טאָל

נייע טרעיד דיעל׳ס איז עפעס וואס מ׳פארהנדלט טאקע שוין. טאריף׳ס איז אבי געשאסענע שטייערן וואס לענדער לייגן ארויף. און דאס וואס טראמפ וויל ענדיגן.

צל האקט
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג יוני 24, 2018 12:04 am

שומער דאכציך שטעלט זיך נאר צו ביי זיינע זאכן ווי למשל ביי די מילכיגס וואס איז א ניו יארק וויסקאונסען אישו, אבער סתם אזוי איז ער גאנץ שטארק מקפיד אין די ענין פון רעזיסטענס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

יואל שרייבער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » זונטאג יוני 24, 2018 1:37 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:נאך אפאר זאכן וואס קאמערס סעקרעטאר ווילבאר ראסס האט נעכטן קלאר געשטעלט איבער דעם א.ג. האנדל קריג: (נישט אויפן לשון, אבער תמצית הדברים)

פראגע: וויאזוי קענסטו אנרופן די שטאל און אלומינום טעריפס אויף קאנאדע א נעשונעל סעקיוריטי ווען מיר האבן גאר א סורפלוס מיט זיי איבער די פראדוקטן?

ענפער פון ראסס: די פראבלעם וואס מיר האבן איז, אז טשיינע פילט אן די מארקעט מיט ביליגע שטאל און אלומינום וועלכע ווערט עווענטשעלי געדאמפט ביי אונז אין אמעריקע,
און ווילאנג עס איז דא איין אונטערטירל פון ווי די סחורה קען אריין קומען קיין אמעריקא גייט די פראבלעם נישט געלעזט ווערן, ווייל זיי וועלן עס שיקן דורך די לענדער אויף וועלכע מיר האבן נישט קיין טעריפס, וואס אין פאקט געשעט עס שוין יעצט אז א גרויסע טייל פון די סחורה וואס מיר אינפארטן יעצט פון אנדערע לענדער קומען ארגינעל פון טשיינע,
און דאס איז די סיבה פארוואס אנדערע לענדער באדערט נישט די כינעזע אויפפירונג, ווייל ווילאנג זיי קענען עס דאמפן אין אמעריקע וועט עס זיי נישט אויסמאכן,

אויב אבער מיר שפארן צו אונזערע טירן, אויטאמאטיש וועלן אלע לענדער אריין פאלן אין די פראבלעם פון די כינעזע שטאל און אלומינום, און עס וועט דארפן געלעזט ווערן.

און אין פאקט, האבן שוין סיי די אי יו, און סיי יאפאן, אנגעהויבן נעמען ערענסטע שריט אפצושטעלן די כינעזע פארפלייצונג, אין רעזולטאט פון אונזערע טעריפס.

איינער האט שוין געשריבן דא דעם תירוץ, איך האב נאר צוויי פראגעס אויף דעם,
קודם כל, פארוואס האט טראמפ נישט דעיס געזאגט קלאר, נאר אטאקירט קאנאדע על לא דבר.
והשנית, איז דען אזוי שווער צו מאכן א סיסטעם אז מען זאל נאר קענען אריינברענגן אזעלכע שטאל וואס זענען פראדוצירט אין קאנאדע.

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג יוני 24, 2018 2:11 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:נאך אן אינטערעסאנטע פוינט טענה'ט ער,
אז טשיינע קען נישט במציאות זיך האלטן צו אסאך פון אירע טאריפס קעגן אמעריקע וויבאלד זי האט נישט קיין צווייטן וואס זאל איר אנפילן דעם לאך וואס וועט זיך שאפן.

למשל סוי בינס וואס טשיינע שרייט אז זי קען נעמען פון בראזיל (די איינציגע לאנד חוץ אמעריקע וואס קען דאס פראדעצירן אויף א גרויסן פארנעם), זאגט ער אז טשיינע נעמט שוין יעצט עטליכע זעכציג פראצענט פון אירע סוי בינס פון בראזיל, און בלויז עטליכע דרייסיג פראצענט פון איר מארקעט קומט פון אמעריקע, און אויב בראזיל וואלט געהאט די מעגליכקייט צו צושטעלן מער פון דעם וואלטן זיי עס שוין לאנג געטון,

יעצט ווען טשיינע לייגט טאריפס אויף אמעריקאנע סוי בינס גייט געשען איינע פון די צוויי זאכן:

אדער וועלן זיי איינזען נאך א שטיק צייט (וואס אמעריקע ברעכט זיך נישט) אז זיי מוזן זיך ברעכן, און אראפנעמען די טאריפס פון אמעריקע.
אדער וועלן זיי אנבאטן פאר בראזיל א העכערע פרייז פאר די בינס נישט צו דארפן נעמען פון אמעריקע, וואס דאן וועט בראזיל אריבער פירן איר יעצטיגע עקספארט פון פארשידענע לענדער אריבער צו טשיינע וואס צאלט איר מער, וואס דאן עפענט זיך אויטאמאטיש אויף א פרישע מארקעט פאר די אמעריקאנע פארמערס, דהיינו אז די אלע לענדער וואס הערן אויף צו באקומען סוי בינס פון בראזיל וועלן קומען קויפן אין אמעריקע.

עס איז א שיינע סברה, אבער גרעסלי זאגט אז פון דעם וואס טשיינע סטראשעט נאר איז שוין זייער שטארק געפאלן די סויביען פרייזן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג יוני 24, 2018 2:20 am

אלעס וואס געשעט אימידיעטלי איז שארט טורם און איז בלויז שפעקולאציע, מוז נישט האבן קיין שייכות מיט די אמת'ע בילד. ופשוט.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4117
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג יוני 24, 2018 2:40 am

אבער למעשה אפעקטירט עס די פארמערס יעצט אין די מידטערם יאר, ביי זיי איזעס נישט קאמאדעטי שפעקולאציעס, נאר פרנסה אין שטוב.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג יוני 24, 2018 2:58 am

צל עובר האט געשריבן:אבער למעשה אפעקטירט עס די פארמערס יעצט אין די מידטערם יאר, ביי זיי איזעס נישט קאמאדעטי שפעקולאציעס, נאר פרנסה אין שטוב.

סאו איר זאגט פשוט אז פאליטיש איז עס נישט קיין גוטע מאוו פין טראמפ? איך האב געמיינט אז איר דינגט זיך מיט'ן הסבר פ"וו כינע'ס סטראשערייען איז באמת נישט קיין אישו. סאו אויף אייער קושי' איז די תי' אז אונזער פרעזידענט קוקט נישט אויף שארט טורם.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: קנעטענע קיגעל און 20 געסט