האנדל מלחמה

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פארטראכטער
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 2:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארטראכטער »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פארטראכטער האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך האב א פראגע פאר די אלע וואס זענען קעגן די טאריף מיט די טענה אז טויזענטער מענטשן לעבן היינט פון אימפארטן זאכן און פארקויפן... וואס געשעהט אויב מארגן קומט א קאמפאני למשל אליבאבא אריין און קאמפיט דיירעקט מיט עמעזאן... זיי קויפן אפ פופציג ריזיגע ווערהאוזעס אין אמעריקא און מ'פארקויפט פראדוקטן דיירעקט פון די טשיינע פעקטערי פארן קאסטומער... וואס גייען זיי דעמאלטס טוהן? איז דא עפעס וואס האלט זיי אפ? טשיינע האט היינט עקסעס צו אלע סיקרעטס! מארגן הייבן זיי אן צו קאמפיטן מיט עפל, סעמסאנג, סאוני און וועם נישט? די גאנצע איידיע ווי אן עמעזאן סעללער גייט ח"ו אונטערגיין, דאס מיינט טויזענטער און מיליאונע דזשאבס גייען אונטערגיין... דעמאלטס גייט מען יא מעגן לייגן א טאריף אויף זאכן וואס מ'ברענגט אריין פון טשיינע אדער מ'גייט נאכאלץ נישט מעגן?

1) אליבאבא טוט עס שוין, זיי האבן טאקע נישט קיין וועירהאוז אין אמעריקא אבער קענסט שוין ארדערן דארט יעדע פראדוקט, דארפסט נאר האפן אז די פראדוקט איז א עכטע און ארבעט...
2) 75% אדער מער, פון עמעזאן פראדאקטס זענען אימפארטירט פון טשיינע, אויב לייגסטו ארויף א טעריף אויף פראדוקטן וואס זענען אימפארטירט פון טשיינע מאכט זיך עמעזאן צו. (נישט ממש אבער פארשטייסטוואס איך מיין)
3) אויב גייט אליבאבא עפענען ווערהאוזעס דא אין אמעריקע וועלן אלע עמעזאן סעללערס קענען פארקויפן דארט.
ועוד, דעמאלטס וועט עס ווערן א אמעריקאנע קאמפעני, מיט אמעריקאנע סעללערס, וועירהאוז ארבעטער, דעליווערי, וכו' די איינציגסטע חילוק פון עמעזאן וועט זיין אז יענע בעה"ב וואוינט אין טשיינע.

זיי טיען עס אבער ווי דו זאגסט, אן קיין ווערהאוזעס און שוואכערע פראדוקטן, למעשה פראדוצירן זיי רוב פון די פראדוקטן וואס אינגעלייט פארקויפן אויף עמעזאן... וואס האלט זיי אפ פון אליין פראדוצירן און עפענען ווערהאוזעס דא... דהיינו, גענצליך אויסשניידן די מידל מען!...

2) פאר מ'האט אימפארטעד פון טשיינע האט מען פראדוצירט אין אמעריקא, אויב לייגט מען ארויף א טאריף מאכט זיך עמעזאן נישט צו, נאר ס' עפענען זיך פעקטאריס צו פראדוסן די פראדוקטן וואס עמעזאן פארקויפט...

3) ער גייט נישט דארפן קיין סעללערס, ער קען הייערן אלעס אין טשיינע און מיטן אויסנאם פון ווערהאוז ארבייטער, וועט אלעס ווערן געראנט אין טשיינע... סאו די עמעזאן ווערהאוז ארבייטער גייען אריבערגיין אהין... אלע עמעזאן סעללערס, אלע האלסעילערס... אלעס גייט אונטער! איין מיסטער עליבאבא פראדוסט אלעס אין טשיינע...

וואס איז די פראבלעם אויב ער טוט עס, כאמור לעיל וועט עס ווערן אן אמעריקאנע קאמפעני מיט א בעה"ב פון טשיינע.

2) ווער נאך ווי דו ווייסט אז רוב פראדוקטן ווערן היינט פראדוצירט אין טשיינע, אפילו זאכן פון אמעריקאנע קאמפעניס, און די מיעוט וואס נישט קאסטן טאקע סאך טייערער און דאס איז שוין נאכדעם וואס זיי מיזן זיין אויסגעהאלטן ווייל סוכ"ס קאמפיטן זיי מיט טשיינע.
נניח מען הערט אויף צו אימפארטן פון טשיינע, וועלן טאקע אלעס ווערן פראדוצירט דא אבער די פרייזן פון אלעס וועלן סקיי ראקעטן!

3) אליבאבא ארבעט אויך מיט סעללערס, דער בעה"ב פון אליבאבא פראדוצירט נישט אליינס אלע זיינע פראדאקטס.
די מינוט וואס ער גייט דארפן אימפארטן פון טשיינע אין די מאסן, און עפענען ווערהאוזעס און אמעריקע, גייען די אמעריקאנע סעללערס פונקט אזוי קענען קאמפיטן מיט די טשיינע סעללערס, ווארום זיי אלע קויפן דאך די פראדוקטן אין די זעלבע פלאץ...
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

צל עובר האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:טעריף קען נישט זיין נאר שלעכט, עס האט סיי גוטע און סיי שלעכטע חלקים. - מען דארף זיין אן עקאנאמיסט מיט א חכם אינאיינעם צו קענען עכט פאראויסשאצען ווי אזוי די עקאנאמיע גייט ריעקטען צו העכערע קאסטען אויף פראדוקטען.
.

איינע פון די גרויסע שאלות איז ווען מען רעדט פון עקאנאמיע בעסער אדער ערגער... בעסער אדער ערגער פאר וועם?

פאר די אויבערשטע 2% וואס באטרעפען א ריזן פראצענט פון די GDP, (פאר זיי איז פילייכט בעסער אז מען קען אימפארטן פאר ביליג, צאלן פאר די כינעזער א קוואדער א שעה, און עס איז דא אסך מער פלאץ פאר פראפיט מארזשין).

אדער פאר דעם וועיזש ארבעטער וואס איז אפשר נישט אזא גרויסער פראצענט פון די GDP. (פאר זיי קען זיין אז אויב וועט ווערן א דעמעינד פאר אמעריקאנער פראדוקטען וועלן קאמפאניס מוזן אנהויבן צאלן $2000-3000 פאר א קוואליפייד מענטש וואס זאל מענעזשען דעם פעקטארי וכולי).

ודו"ק היטב כי קצרתי.

    [*]רוב עקאנאמיסטען ווערן באצאלט דורך גרויסע פירמעס, נישט דורך מיר און דיר.

      [*]אנדערע קוקן אויף GDP בכלליות.

        [*]און די וואס קוקן יא אויפן פשוטען מענטש, קוקן גאר אסך אויפן אלוועלטליכען פשוטער מענטש.

          [*]גאר גאר ווינציג קוקען וואס איז גוט פארן פשוטען משה און זרח, מיר און דיר פון אמעריקא.

          סא גוט אדער שלעכט פאר עקאנאמיע?? דער תירוץ איז ווי איינשטיין זאגט, איטס אלל אבאוט רעלאטיוויטי. וועמענס עקאנאמיע.

          לייענט עס גוט איבער וועט איר זען אז אין די קורצע תגובה ליגט גאר אסך איבער דעם טרעיד ויכוח.

          הצלחה.

          דאס וואס דו זאגסט איז די מהלך פון די דעמאקרעטס און סאשעליסטס, די קאנסערוואטיווע מהלך איז, אז ווען דער עושר מאכט מער, מאכט דער ארימאן מער, אויב נישט איז נישט דא פארוואס צו שניידן טעקס פון די רייכע.

          דו ביזט מסביר דעם בערני סענדערס מהלך, לויט די מהלך איז די יוניאן א גוטע זאך, וכולי.

          קאנסארוואטיזום, סאשאליזום, איך האב נישט חתונה געהאט צו קיין איינס.

          איך האב אראפגעלייגט די צוויי זייטן פון די מטבע, און פארוואס די וואס פאכענען מיט די מיינונגען פון X AMOUNT פון עקאנאמיסטען, איז נישט איבערצייגענד.

          (גראדע פערזענליך האב איך געגליכן פארשידענע זאכן פון סאנדערס, און וואלט עם עניטיים גענומען אנשטאט קלינטאן).
          מטעמים
          שר תשעת אלפים
          תגובות: 9199
          זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

          • ציטיר
          • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

          תגובה דורך מטעמים »

          פארטראכטער האט געשריבן:
          מטעמים האט געשריבן:שריי נישט!

          יא איך בין הינדערט פראצענט איבערצייגט אז די ליבעראלען וועלן ענדערשט פאלגען זייער אידעאלאגיע איבער די קאמען סענס.

          נאר וואס דען, א מינימום וועידזש העכערונג ווערט געשטיצט דורעך די מאסען און דאס מיינט אז די דעמאקראטען גייען נישט פארלירען קיין ״וואוטס״ דורעך עס שטיצען - איי די עקאנאמיע גייט נישט בליהען אבער הו קעירס? זיי זענען אלל עבאוט די וואוטס און די עקאנאמיע איז גענוג שטארק אז עס קען פארטראגען אפילו שווערע זאכען אויך.

          דאס אז אבאמא איז ארויס פון איראק בלויז צו דינען זיין אידעאלאגיע פארשטייסטו שוין ? און פארוואס ער האט איגנארירט סיריע פאשטייסטו אויך?

          דו שרייבסט נושאים אבער שרייבסט גארנישט איבער די צוויי זייטען פון טראמפ אויף יעדע אישו, ווייל עס איז נישט דא. ער איז זייער פאני אבער נאכאלס קלאר מיט זיין ציהל.

          אט דאס האב איך ארויסגעברענגט און האסט נאכאלס נישט פארשטאנען.
          דו האלטסט טאקע אז די דעמאקראטן זענען גרייט די עקאנאמי זאל גיין אין דער ערד, דזשאבס זאלן שטארבן אבי זיי באקומען אפאר וואוטס??
          ---
          איך האב נישט געזאגט אז טראמפ האט געהאט צוויי זייטן אויף די טרעיד אישו, אויף די טענה אז טראמפ האט קאמפיינט אויף דעם און אויף דעם געוואונען, האב איך געזאגט אז סאיז נישט קיין ראיה ווייל ער האט אויף אסאך אישוס געהאט צוויי שטעלונגען, ועוד, אז אסאך מענטשן האבן טאקע געהאפט אז נישט אלעס וואס ער זאגט ביים קאמפיינען, גייט ער מקיים זיין.

          דו רעדסט אז די עקאנאמיע זאל שטארבען און איך רעד פון שווערער מאכען פאר די עקאנאמיע און דורעך דעם וועט עס צוריק האלטען פון די עכטע מעגליכע וואוקס.

          א וועידזש אינקריעס פארשווערערט די וואוקס אבער הרגעטנישו קיין עקאנאמיע - פונקט אזוי ווי א טאריף הרגעט נישט קיין עקאנאמיע אויפען פלאץ און אין ערגסטען פאל פארלאנגזאמט עס די וואוקס וואס קומט צום סוף צוריק בעסער אין שטערקער ווייל די לאנד פארדינט מער געלט אינערווייניג.

          אויב גלייבט מען אין גלאבאלע ווארמינג איז עס די ריכטיגע זאך צו טוהן צוזם צונעמען געלט אנצופלאנצען נייע ביימער אפילו עס מאכט כעת שווערער פאר די עקאנאמיע.

          דאס איז אלעס אפילו אויב די האלטסט אז טאריפס זענען שעדליך פאר די עקאנאמיע.
          האב שכל און גיב א שמייכעל!
          אוועטאר
          משהזוךמיר
          שר חמשת אלפים
          תגובות: 5021
          זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
          לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

          • ציטיר
          • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

          תגובה דורך משהזוךמיר »

          יאצמעך האט געשריבן:קען איינער ביטע אויסקלארן,

          מען רעדט פון א 10% טעקס אויף סטיל און אלומענים וואס ווערן אימפארטירט קיין אמעריקע פון סיי וועליכע לאנד.

          איז דאס דוקא רויע אייזן, אדער אויך פראדאקטן וואס פארמאגן אייזן (למשל א לייט באלב אדער א פענסטער) אדער נאר זאכן וואס זענען א שטיק אייזן (למשל ביעמס, שרויפען, האמערס, טירן, ווייערס)??

          איז סטיל דוקא איין סארט אייזן?

          אגב איך בין ביי די מיינונג אז מ׳גייט נישט ענדיגען מיט א פולע טעריף, טראמפ גייט יעצט שמאסען פאר א וואך און זעהן מיט וועם מ׳קען אויס ארבעטען וואס, און די איבעריגע וועלן בלייבן מיט א טעריף.

          שטאל איז נישט קיין רויע אייזן. עס איז א מאטריאל געמאכט פון א געמישט פון אייזן מיט קארבאן.
          די זאכן וואס דו רעכנסט אויס האבן אייזן, נישט שטאל. שטאל נוצט מען בעיקר פאר העווי מאשינערי, בויעריי וכדומה. נישט פאר קליינע האוזהאלד חפצים (אויסער סטעינלעס סטיל).
          Get your facts first, then you can distort them as you please.
          מטעמים
          שר תשעת אלפים
          תגובות: 9199
          זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

          • ציטיר
          • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

          תגובה דורך מטעמים »

          פארטראכטער האט געשריבן:
          מטעמים האט געשריבן:
          און בדוו איך האב נישט קיין תורה עס איז אידער דו גלייבסט אין קאמען סענס אדער נישט.

          ווער האט דיר איינגערעדט אז דו ביזט דער וואס זאגט קאמאן סענס... האו אבאוט דו גלייבסט נישט אין קאמאן סענס?

          מטעמים האט געשריבן:און איך האב אויך געשריבען אויב טראמפ וויל צוריקברענגען איין אינדאסטרי האט ער נישט די רעכט? פארוואס מעג אמעריקע זיין די איינציגסטע לאנד מיט א דעפיציט אין טרעיד?

          סא ביזט מסכים אז בכלליות איז עס נישט קיין קאמאן סענס מהלך ? וויאזוי גייט דאס העלפן די טרעיד דעפיציט ? עס גייט אין בעסטן בעסטן פאל אפשטעלן די אימפארט פון טשיינע און אנדערע לענדער, און אין די זעלבע צייט ארויפשיסן די פרייזן פון אלע פראדוקטן!
          ונמצא שנינו קרח...

          איך האב מסביר געוועהן מיין מהלך מיט יעדע טול וואס איך האב און דו האסט גערעדט רעטאריק - אויב דאס איז די וועג ווי אזוי דו דעבאטירסט וועסטו האבען גענוג בעלנים וואס וועלן דיר קענען ענטפערן מיט רעטאריק ווי איידער סאבסטענס.

          פארוואס מיינסטו אז איך בין מסכום אז עס איז נישט די קאמען סענס מהלך? איך האלט אז אין ערגסטען פאל איז א טאריף נישט עק וועלט - און אין בעסטען פאל איז עס די ריכטיגע זאך צו טוהן כעת ווען די עקאנאמיע איז גאר גוט און וועידזשעס זענען עבאוט טו רייז און די מהלך פון גיין איין אייטעם אויף אמאל איז זייער קלוג און נאך דערצו אזעלכע אייטעמס וואס איז ממש א קליינע שפרינג פון די יעצטיגע פרייזען.

          אדרבה, זאג דו מיר פארוואס איך מאך נישט קיין סענס? איך האב נישט קיין שום פראבלעם צו זאגען אז איך האב געמאכט א מיסטעיק אויב דו קענסט מיר אויפווייזען אז איך האב געמאכט א טעות.

          און איך בין הינדערט פראצענט ביי מיר אז טראמפ גייט נישט לאזען אין גאנג א מלחמה איבער האנדעל, עס איז די מידיע און פאליטישענס וואס פרובירען עס אזוי אראפ צומאלען.
          האב שכל און גיב א שמייכעל!
          מטעמים
          שר תשעת אלפים
          תגובות: 9199
          זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

          • ציטיר
          • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

          תגובה דורך מטעמים »

          יש ברירה האט געשריבן:
          מטעמים האט געשריבן:א דאנק יש פארען ברענגען א זאכליכע תגובה.

          די רויע ענטפער איז אז זיי זענען נישט ריכטיג ווען מען רעדט פון רויע אייזען, און עס קען זיין דריי סיבות פארוואס זיי שרייבען אזוי:

          1. זיי זעהען נאמבערס פון 2018 וואס איז נאך נישט באוויסט.
          2. זיי רעדן נישט פון רויע אייזען זיי רעדן פון מאטריאל צו דעוועלעפען אייזען.
          3. זיי האבען מורא פון די וועידזש אינקריעס אז עס זאל נישט שטערן די וואוקס (שטומט טאקע נישט מיט די סטעיטמענט)
          4. זיי גרייטען זיך צו א גרויסע אינקריעס אין נעשענאל דעפענס ספענדינג וואס ריקווייערט א סך אייזען און זיי ווילען אז די אינקריעס זאל בלייבען דא אין אמעריקע.

          זיח שרייבן אז די אימפארטס פון אייזן איז ארויף. נומבער איינס איז די איינציגסטע וואס מאכט סענס און עס ווייזט אז עס גייט ארויף!

          אבער לאמיך זאגן מיין סברה: מען קען נישט קוקן אויף די צאל אייזן וואס קומט אריין מען דארף קוקן אויף פראצענט. אויב למשל הינקעט די אויטא אינדוסטרי אונטער וועט מען אימפארטירן ווייניגער אבער אויך ניצן ווייניגער פון מעיד אין יו עס אבער די פראצענט וועט זיין די זעלבע

          נאכאמאל, איך האב נישט נאכגעקוקט די נומערן

          גראדע שרייבען זיי אז די מעזשארעטי רויע אייזען אימפארט פון 2017 איז געוועהן אין די לעצטע קווארטאל פון 2017.

          אבער עס מאכט עפעס נישט קיין סענס, ווייל פארוואס זאל עס נאטורליך דראפען פון א יאר פריער ווען די יו עס גאווערמענט האט גארנישט געטוהן דערצו.
          האב שכל און גיב א שמייכעל!
          אוועטאר
          משהזוךמיר
          שר חמשת אלפים
          תגובות: 5021
          זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
          לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

          • ציטיר
          • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

          תגובה דורך משהזוךמיר »

          פארטראכטער האט געשריבן:איך האב נישט געזאגט אז טראמפ האט געהאט צוויי זייטן אויף די טרעיד אישו, אויף די טענה אז טראמפ האט קאמפיינט אויף דעם און אויף דעם געוואונען, האב איך געזאגט אז סאיז נישט קיין ראיה ווייל ער האט אויף אסאך אישוס געהאט צוויי שטעלונגען, ועוד, אז אסאך מענטשן האבן טאקע געהאפט אז נישט אלעס וואס ער זאגט ביים קאמפיינען, גייט ער מקיים זיין.

          וואס האסטו נישט געזאגט?!
          האסט אטאקירט די טעריף שטיצער אז זיי האבן נעכטן געהאלטן אנדערש און האבן געטוישט מיינונג נאר ווייל טראמפ האט אזוי געזאגט, האב איך ארויסגעפוינט אז טראמפ איז געלאפן אויף די פלאטפארמע און זיינע שטיצער האבן עס שוין דאן געשטיצט. אויף דעם האסטו 'געענטפערט' אז טראמפ האט געהאט צוויי מיינונגען אויף יעדע זאך.

          יעצט, אז דו ביזט מודה, זיידזשע מסביר די תגובה.
          Get your facts first, then you can distort them as you please.
          אוועטאר
          משהזוךמיר
          שר חמשת אלפים
          תגובות: 5021
          זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
          לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

          • ציטיר
          • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

          תגובה דורך משהזוךמיר »

          מטעמים האט געשריבן:
          יש ברירה האט געשריבן:
          מטעמים האט געשריבן:א דאנק יש פארען ברענגען א זאכליכע תגובה.

          די רויע ענטפער איז אז זיי זענען נישט ריכטיג ווען מען רעדט פון רויע אייזען, און עס קען זיין דריי סיבות פארוואס זיי שרייבען אזוי:

          1. זיי זעהען נאמבערס פון 2018 וואס איז נאך נישט באוויסט.
          2. זיי רעדן נישט פון רויע אייזען זיי רעדן פון מאטריאל צו דעוועלעפען אייזען.
          3. זיי האבען מורא פון די וועידזש אינקריעס אז עס זאל נישט שטערן די וואוקס (שטומט טאקע נישט מיט די סטעיטמענט)
          4. זיי גרייטען זיך צו א גרויסע אינקריעס אין נעשענאל דעפענס ספענדינג וואס ריקווייערט א סך אייזען און זיי ווילען אז די אינקריעס זאל בלייבען דא אין אמעריקע.

          זיח שרייבן אז די אימפארטס פון אייזן איז ארויף. נומבער איינס איז די איינציגסטע וואס מאכט סענס און עס ווייזט אז עס גייט ארויף!

          אבער לאמיך זאגן מיין סברה: מען קען נישט קוקן אויף די צאל אייזן וואס קומט אריין מען דארף קוקן אויף פראצענט. אויב למשל הינקעט די אויטא אינדוסטרי אונטער וועט מען אימפארטירן ווייניגער אבער אויך ניצן ווייניגער פון מעיד אין יו עס אבער די פראצענט וועט זיין די זעלבע

          נאכאמאל, איך האב נישט נאכגעקוקט די נומערן

          גראדע שרייבען זיי אז די מעזשארעטי רויע אייזען אימפארט פון 2017 איז געוועהן אין די לעצטע קווארטאל פון 2017.

          אבער עס מאכט עפעס נישט קיין סענס, ווייל פארוואס זאל עס נאטורליך דראפען פון א יאר פריער ווען די יו עס גאווערמענט האט גארנישט געטוהן דערצו.

          רויע אייזן איז נישט steel.

          מצב כללי
          שר ארבעת האלפים
          תגובות: 4759
          זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

          • ציטיר
          • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

          תגובה דורך מצב כללי »

          קען איינער אריינקומען מיט רויע נומבערס וויפיל פראצענט טעריף לייגן אנדערע לענדער ארויף אויף אמעריקאנער עקספארט ווס די פראצענט טעריף וואס אמעריקע לייגט ארויף אויף אימפארט פון אנדערע לענדער.

          למשל אויף אייזן עקספארט פון אמעריקע לייגן אנדערע לענדער ארויף טעריפס?
          פינחס
          שר חמישים ומאתים
          תגובות: 327
          זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

          • ציטיר
          • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

          תגובה דורך פינחס »

          געהערט א גיט ווארט עד איז דא א האנדל מלחמה יארן ביס יעצו האט אמריקה פארלוירן יעצו גייט מען מען אנפאנגען געווינען
          מטעמים
          שר תשעת אלפים
          תגובות: 9199
          זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

          • ציטיר
          • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

          תגובה דורך מטעמים »

          משהזוךמיר האט געשריבן:
          מטעמים האט געשריבן:
          יש ברירה האט געשריבן:
          מטעמים האט געשריבן:א דאנק יש פארען ברענגען א זאכליכע תגובה.

          די רויע ענטפער איז אז זיי זענען נישט ריכטיג ווען מען רעדט פון רויע אייזען, און עס קען זיין דריי סיבות פארוואס זיי שרייבען אזוי:

          1. זיי זעהען נאמבערס פון 2018 וואס איז נאך נישט באוויסט.
          2. זיי רעדן נישט פון רויע אייזען זיי רעדן פון מאטריאל צו דעוועלעפען אייזען.
          3. זיי האבען מורא פון די וועידזש אינקריעס אז עס זאל נישט שטערן די וואוקס (שטומט טאקע נישט מיט די סטעיטמענט)
          4. זיי גרייטען זיך צו א גרויסע אינקריעס אין נעשענאל דעפענס ספענדינג וואס ריקווייערט א סך אייזען און זיי ווילען אז די אינקריעס זאל בלייבען דא אין אמעריקע.

          זיח שרייבן אז די אימפארטס פון אייזן איז ארויף. נומבער איינס איז די איינציגסטע וואס מאכט סענס און עס ווייזט אז עס גייט ארויף!

          אבער לאמיך זאגן מיין סברה: מען קען נישט קוקן אויף די צאל אייזן וואס קומט אריין מען דארף קוקן אויף פראצענט. אויב למשל הינקעט די אויטא אינדוסטרי אונטער וועט מען אימפארטירן ווייניגער אבער אויך ניצן ווייניגער פון מעיד אין יו עס אבער די פראצענט וועט זיין די זעלבע

          נאכאמאל, איך האב נישט נאכגעקוקט די נומערן

          גראדע שרייבען זיי אז די מעזשארעטי רויע אייזען אימפארט פון 2017 איז געוועהן אין די לעצטע קווארטאל פון 2017.

          אבער עס מאכט עפעס נישט קיין סענס, ווייל פארוואס זאל עס נאטורליך דראפען פון א יאר פריער ווען די יו עס גאווערמענט האט גארנישט געטוהן דערצו.

          רויע אייזן איז נישט steel.

          וואס איז די חילוק צווישען די צוויי און ווי אזוי עפעקטירט עס איינער דעם צווייטען.
          האב שכל און גיב א שמייכעל!
          אוועטאר
          משהזוךמיר
          שר חמשת אלפים
          תגובות: 5021
          זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
          לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

          • ציטיר
          • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

          תגובה דורך משהזוךמיר »

          אייזן איז א מאטריאל וואס געפינט זיך נאטירליך אויף די וועלט זינט בריאת העולם. שטאל איז אן אינווענשאן, אן אויפטו וואס מען האט אויסגעטראפן ווי מען מישט אייזן מיט אנדערע באשטאנדטיילן, און אזוי ווערט עס פיל פיל שטערקער אוו נאך מעלות.
          Get your facts first, then you can distort them as you please.
          פינחס
          שר חמישים ומאתים
          תגובות: 327
          זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

          • ציטיר
          • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

          תגובה דורך פינחס »

          א שיינע ארטיקל פין ווארן באפעט איבער די טרעד דעפעציט לאנג אבער גיט
          http://archive.fortune.com/magazines/fo ... /index.htm
          אוועטאר
          וויכטיג מאכער
          Site Admin
          תגובות: 32543
          זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
          לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

          • ציטיר
          • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

          תגובה דורך וויכטיג מאכער »

          פארטראכטער האט געשריבן:
          וויכטיג מאכער האט געשריבן:
          פארטראכטער האט געשריבן:
          וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך האב א פראגע פאר די אלע וואס זענען קעגן די טאריף מיט די טענה אז טויזענטער מענטשן לעבן היינט פון אימפארטן זאכן און פארקויפן... וואס געשעהט אויב מארגן קומט א קאמפאני למשל אליבאבא אריין און קאמפיט דיירעקט מיט עמעזאן... זיי קויפן אפ פופציג ריזיגע ווערהאוזעס אין אמעריקא און מ'פארקויפט פראדוקטן דיירעקט פון די טשיינע פעקטערי פארן קאסטומער... וואס גייען זיי דעמאלטס טוהן? איז דא עפעס וואס האלט זיי אפ? טשיינע האט היינט עקסעס צו אלע סיקרעטס! מארגן הייבן זיי אן צו קאמפיטן מיט עפל, סעמסאנג, סאוני און וועם נישט? די גאנצע איידיע ווי אן עמעזאן סעללער גייט ח"ו אונטערגיין, דאס מיינט טויזענטער און מיליאונע דזשאבס גייען אונטערגיין... דעמאלטס גייט מען יא מעגן לייגן א טאריף אויף זאכן וואס מ'ברענגט אריין פון טשיינע אדער מ'גייט נאכאלץ נישט מעגן?

          1) אליבאבא טוט עס שוין, זיי האבן טאקע נישט קיין וועירהאוז אין אמעריקא אבער קענסט שוין ארדערן דארט יעדע פראדוקט, דארפסט נאר האפן אז די פראדוקט איז א עכטע און ארבעט...
          2) 75% אדער מער, פון עמעזאן פראדאקטס זענען אימפארטירט פון טשיינע, אויב לייגסטו ארויף א טעריף אויף פראדוקטן וואס זענען אימפארטירט פון טשיינע מאכט זיך עמעזאן צו. (נישט ממש אבער פארשטייסטוואס איך מיין)
          3) אויב גייט אליבאבא עפענען ווערהאוזעס דא אין אמעריקע וועלן אלע עמעזאן סעללערס קענען פארקויפן דארט.
          ועוד, דעמאלטס וועט עס ווערן א אמעריקאנע קאמפעני, מיט אמעריקאנע סעללערס, וועירהאוז ארבעטער, דעליווערי, וכו' די איינציגסטע חילוק פון עמעזאן וועט זיין אז יענע בעה"ב וואוינט אין טשיינע.

          זיי טיען עס אבער ווי דו זאגסט, אן קיין ווערהאוזעס און שוואכערע פראדוקטן, למעשה פראדוצירן זיי רוב פון די פראדוקטן וואס אינגעלייט פארקויפן אויף עמעזאן... וואס האלט זיי אפ פון אליין פראדוצירן און עפענען ווערהאוזעס דא... דהיינו, גענצליך אויסשניידן די מידל מען!...

          2) פאר מ'האט אימפארטעד פון טשיינע האט מען פראדוצירט אין אמעריקא, אויב לייגט מען ארויף א טאריף מאכט זיך עמעזאן נישט צו, נאר ס' עפענען זיך פעקטאריס צו פראדוסן די פראדוקטן וואס עמעזאן פארקויפט...

          3) ער גייט נישט דארפן קיין סעללערס, ער קען הייערן אלעס אין טשיינע און מיטן אויסנאם פון ווערהאוז ארבייטער, וועט אלעס ווערן געראנט אין טשיינע... סאו די עמעזאן ווערהאוז ארבייטער גייען אריבערגיין אהין... אלע עמעזאן סעללערס, אלע האלסעילערס... אלעס גייט אונטער! איין מיסטער עליבאבא פראדוסט אלעס אין טשיינע...

          וואס איז די פראבלעם אויב ער טוט עס, כאמור לעיל וועט עס ווערן אן אמעריקאנע קאמפעני מיט א בעה"ב פון טשיינע.

          2) ווער נאך ווי דו ווייסט אז רוב פראדוקטן ווערן היינט פראדוצירט אין טשיינע, אפילו זאכן פון אמעריקאנע קאמפעניס, און די מיעוט וואס נישט קאסטן טאקע סאך טייערער און דאס איז שוין נאכדעם וואס זיי מיזן זיין אויסגעהאלטן ווייל סוכ"ס קאמפיטן זיי מיט טשיינע.
          נניח מען הערט אויף צו אימפארטן פון טשיינע, וועלן טאקע אלעס ווערן פראדוצירט דא אבער די פרייזן פון אלעס וועלן סקיי ראקעטן!

          3) אליבאבא ארבעט אויך מיט סעללערס, דער בעה"ב פון אליבאבא פראדוצירט נישט אליינס אלע זיינע פראדאקטס.
          די מינוט וואס ער גייט דארפן אימפארטן פון טשיינע אין די מאסן, און עפענען ווערהאוזעס און אמעריקע, גייען די אמעריקאנע סעללערס פונקט אזוי קענען קאמפיטן מיט די טשיינע סעללערס, ווארום זיי אלע קויפן דאך די פראדוקטן אין די זעלבע פלאץ...

          1) די פראבלעם איז אז מיליאונע אמעריקאנע קאמפאניס וועלן זיך צומאכן, טויזענטער דזשאבס גייען גיין אין דער ערד, אלעס גייט זיין אין טשיינע, נאר די ווערהאוז און שיפינג דא!

          2) פאר מ'דיסקאססד די סעלושן, ווילעך מאכן קלאר די פראבלעם... היינט צוטאגס איז נאך דא קאמפאניס, לאמער זאגן למשל סאוני, זיי האבן א גאנצע קאמפאני מיט א CEO, CFO, סעילס טיעמס, מארקעטונג, האלסעילערס, קאמפיוטער פראגראמער ועוד ועוד... אבער די פראדוקט ווערט געמאכט אין טשיינע... מארגן גייט די קאמפאני וואס פאבריצירטדי פראדוקט, זיי מאכן אויף אפיסעס אין טשיינע, זיי סעטן אויף די זעלבע זאך וואס סאוני האט דא, דארט אין טשיינע און זיי לייגן ארויס זייער פראדוקט דיירעקט פארן קאסטומער! זיי עפענען א וועבסייט ס'גייט הייסן "סאוני'ס מענופעקטשערער דאט קאם", און יעדער קען קויפן א סאוני סטיריאו פאר האלב די פרייז ווי פון סאוני... איז דא עניטינג וואס מ'קען טוהן דאס אפצושטעלן?

          3) פאר די פרעגסט א פראגע ליין ביטע איבער, אליבאבא איז די משל, די פוינט איז אז דער מענופעקטשערער קען עפענען א וועבסייט און פארקויפן די זעלבע פראדוקט פאר ביליגער אן קיין סעללער אינוואלווד!
          דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

          ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
          El Rushbo
          שר האלף
          תגובות: 1276
          זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
          לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

          • ציטיר
          • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

          תגובה דורך El Rushbo »

          יש ברירה האט געשריבן:סשוין דא א טרעיד אשכול ווי מען האט זיך אויסגעטענה'ט....

          מען קען זיך נישט שיסן אין די פיס ווייל מען האט א טרעיד דעפיציט. די פאקט איז אז די טעריף וועט הייבן די פרייז פון אסאך פראדוקטן און דאס וועט קאסטן דשאבס.

          די טעריף איז בעיסיקלי א טעקס אויף יעדע אמעריקאנער.

          גערעכט.

          אבער איז א וועג וויאזוי מער מענטשען וועלן האבן דזשאבס צו באצאלן דעם טעקס.

          ווי @וויכי האט שיין ארויסגעברענגט פריער.

          אויב זוכסטו שפאט ביליגע פרייזן קענסטו לאזן אליבאבא עפענען דא וועירהאוזעס און רוב עמעזאן סעללערס וועלן דארפן צומאכן (עטס ווייסטס וואס דאס מיינט זיך פארמעסטן מיט א בארפעסיגער כינעזער וואס דארף נישט צאלן קיין שכר לימוד? סך הכל דארף ער גענוג געלט צו קויפן רייז אויף נאכטמאל?), אבער די תוצאה איז, ביליגע סידי פלעיערס אן קיין קונים וואס קענען דאס עפאורדען.

          מ'דארף צוריקגיין צום אמאליגן סיסטעם, ווי מ'האט טאקע ווייניגער זיך געקענט ערלויבן, אבער מער מענטשען האבן זיך געקענט ערלויבן די מינימום, מיט אסאך מער סטאבילע דזשאב ענווייראמענט.
          מטעמים
          שר תשעת אלפים
          תגובות: 9199
          זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

          • ציטיר
          • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

          תגובה דורך מטעמים »

          El Rushbo האט געשריבן:
          יש ברירה האט געשריבן:סשוין דא א טרעיד אשכול ווי מען האט זיך אויסגעטענה'ט....

          מען קען זיך נישט שיסן אין די פיס ווייל מען האט א טרעיד דעפיציט. די פאקט איז אז די טעריף וועט הייבן די פרייז פון אסאך פראדוקטן און דאס וועט קאסטן דשאבס.

          די טעריף איז בעיסיקלי א טעקס אויף יעדע אמעריקאנער.

          גערעכט.

          אבער איז א וועג וויאזוי מער מענטשען וועלן האבן דזשאבס צו באצאלן דעם טעקס.

          דאס אז די טעריף אויף איינס צוויי פראדוקטען גייט הייבען פרייזען איז נישט זיכער און דאס אז עס גייט קאסטען זשאבס איז כמעט זיכער אז נישט.

          דאס אז עס גייט צוברענגן א סך זשאבס דא איז זיכער און דאס אז די טעקס רעוועניו גייט ארויפגיין פון די נייע זשאב איז אויך זיכער.
          האב שכל און גיב א שמייכעל!
          פינחס
          שר חמישים ומאתים
          תגובות: 327
          זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

          • ציטיר
          • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

          תגובה דורך פינחס »

          איין פוינט וואס מען רעדט נישט א טרעיד דעפעציט איז א פראבלעם פינטל. צי פארשטיין טראכט א קאמפעני וואס די עקספענסעס איז מער ווי די אינקאם
          מטעמים
          שר תשעת אלפים
          תגובות: 9199
          זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

          • ציטיר
          • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

          תגובה דורך מטעמים »

          פינחס האט געשריבן:איין פוינט וואס מען רעדט נישט א טרעיד דעפעציט איז א פראבלעם פינטל. צי פארשטיין טראכט א קאמפעני וואס די עקספענסעס איז מער ווי די אינקאם

          אקוראט
          האב שכל און גיב א שמייכעל!
          אוועטאר
          יא איך
          שר חמש מאות
          תגובות: 919
          זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:45 pm

          • ציטיר
          • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

          תגובה דורך יא איך »

          זאכליך האט געשריבן:
          יש ברירה האט געשריבן:יעדע קאר גייט קאסטן מיט עטליכע הונדערט דאלער מער (מער פונקטליך בערך 400-$300). ווער גייט עס באצאלן?

          דאס אלעס?

          קודם איך גלייב אז די נומערן זענען איבערגעטריבן, אדער איז עס א worst case scenario.

          אבער לאמיר אננעמען אז די נומערן זענען ריכטיג, דאס מיינט אז די חודש'ליכע ליעס גייט ארויפגיין מיט $2.80...

          און בכלל וועלכע קארס גייען ארויף גיין די אייראפעישע אויב אזוי וועט מען קויפען אמעריקאנע קארס האט שוין טראמפ נאך עפעס אויפגעטון
          אוועטאר
          יא איך
          שר חמש מאות
          תגובות: 919
          זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:45 pm

          • ציטיר
          • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

          תגובה דורך יא איך »

          לויט מיין פארשטאנד איבער די גאנצע נושא (עס מיז נישט זיין אז איך בין גערעכט) ווען א קאמפעני איז געגאנגען קיין טשיינע זענען די פרייזען געווארן ביליגער? ניין
          נאר וואס דען די קאמפעני האט געמאכט מער געלט עפעל האט זיך צוגעוואוינט צו מאכען 650 טאלער אויף א פאן און די סוטס סטאר מאכט 125$ אויף א סוט אויסער ווען עס איז דא א סעיל
          אויב אזוי אלעס קען אנגיין געהעריג נאר מען גייט פשוט אוועק פון אמעריקע ווייל זיי ווילען מאכען מער געלט אבער זיי קענען אנגיין און אמעריקע פונקט אזוי
          מטעמים
          שר תשעת אלפים
          תגובות: 9199
          זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

          • ציטיר
          • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

          תגובה דורך מטעמים »

          יא איך האט געשריבן:לויט מיין פארשטאנד איבער די גאנצע נושא (עס מיז נישט זיין אז איך בין גערעכט) ווען א קאמפעני איז געגאנגען קיין טשיינע זענען די פרייזען געווארן ביליגער? ניין
          נאר וואס דען די קאמפעני האט געמאכט מער געלט עפעל האט זיך צוגעוואוינט צו מאכען 650 טאלער אויף א פאן און די סוטס סטאר מאכט 125$ אויף א סוט אויסער ווען עס איז דא א סעיל
          אויב אזוי אלעס קען אנגיין געהעריג נאר מען גייט פשוט אוועק פון אמעריקע ווייל זיי ווילען מאכען מער געלט אבער זיי קענען אנגיין און אמעריקע פונקט אזוי

          עס איז זיכער געווארען ביליגער, גיי אריין אין א קינדער קליידער געשעפט קענסט זעהן ווי עס איז דא זאכען צו באקומען פאר צוואנציג צו דרייסיג דאלער אויב וואלט מען עס געמאכט דא וואלט עס געקאסט פערציג אדער זעכציג דאלער.
          האב שכל און גיב א שמייכעל!
          סאבסיטוט
          שר האלף
          תגובות: 1232
          זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

          • ציטיר
          • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

          תגובה דורך סאבסיטוט »

          פינחס האט געשריבן:איין פוינט וואס מען רעדט נישט א טרעיד דעפעציט איז א פראבלעם פינטל. צי פארשטיין טראכט א קאמפעני וואס די עקספענסעס איז מער ווי די אינקאם

          הייבט זיך נישט אן, פינטל.

          די א.ג. דעפעציט פון וואס מ'רעדט איז נישט אינקאם וו"ס עקספענס, סאיז פשוט אז מ'עקספארטירט ווייניגער ווי מ'אימפארטירט, ווער האט שאדן?

          לכאורה לויט דיר איז די סעלושן פשוט אז מ'לאזט מער גארנישט אריינברענגן, אלעס דארף מען דא מאכן, אלעס ווערט אזוי געסעטלט, ניין?!
          פינחס
          שר חמישים ומאתים
          תגובות: 327
          זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

          • ציטיר
          • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

          תגובה דורך פינחס »

          סאבסיטוט האט געשריבן:
          פינחס האט געשריבן:איין פוינט וואס מען רעדט נישט א טרעיד דעפעציט איז א פראבלעם פינטל. צי פארשטיין טראכט א קאמפעני וואס די עקספענסעס איז מער ווי די אינקאם

          הייבט זיך נישט אן, פינטל.

          די א.ג. דעפעציט פון וואס מ'רעדט איז נישט אינקאם וו"ס עקספענס, סאיז פשוט אז מ'עקספארטירט ווייניגער ווי מ'אימפארטירט, ווער האט שאדן?

          לכאורה לויט דיר איז די סעלושן פשוט אז מ'לאזט מער גארנישט אריינברענגן, אלעס דארף מען דא מאכן, אלעס ווערט אזוי געסעטלט, ניין?!

          איך גיי נישט יעצט אריין גיין אין דיין ערשטע שאלה
          אבער ביסט גערעכט אז מען לאזט נישט גארנישט אריינברענגן וועט אויך העלפן. אבער עס פעלט נישט אויס מען קען לייגן א טעריף
          חלהדעקל
          שר האלף
          תגובות: 1247
          זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

          • ציטיר
          • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

          תגובה דורך חלהדעקל »

          די מבינים זאלן ביטע אריינקומען אויסקלארן.

          סטעינלעס סטיל זאכן וואס מ'ברענגט אריין פון טשיינע גייט אויך ווערן עפעקטירט פון די טאריף?
          1 + 1 = חלה דעקל...
          פארטראכטער
          שר האלף
          תגובות: 1288
          זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 2:57 pm

          • ציטיר
          • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

          תגובה דורך פארטראכטער »

          וויכטיג מאכער האט געשריבן:
          פארטראכטער האט געשריבן:
          וויכטיג מאכער האט געשריבן:
          פארטראכטער האט געשריבן:
          וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך האב א פראגע פאר די אלע וואס זענען קעגן די טאריף מיט די טענה אז טויזענטער מענטשן לעבן היינט פון אימפארטן זאכן און פארקויפן... וואס געשעהט אויב מארגן קומט א קאמפאני למשל אליבאבא אריין און קאמפיט דיירעקט מיט עמעזאן... זיי קויפן אפ פופציג ריזיגע ווערהאוזעס אין אמעריקא און מ'פארקויפט פראדוקטן דיירעקט פון די טשיינע פעקטערי פארן קאסטומער... וואס גייען זיי דעמאלטס טוהן? איז דא עפעס וואס האלט זיי אפ? טשיינע האט היינט עקסעס צו אלע סיקרעטס! מארגן הייבן זיי אן צו קאמפיטן מיט עפל, סעמסאנג, סאוני און וועם נישט? די גאנצע איידיע ווי אן עמעזאן סעללער גייט ח"ו אונטערגיין, דאס מיינט טויזענטער און מיליאונע דזשאבס גייען אונטערגיין... דעמאלטס גייט מען יא מעגן לייגן א טאריף אויף זאכן וואס מ'ברענגט אריין פון טשיינע אדער מ'גייט נאכאלץ נישט מעגן?

          1) אליבאבא טוט עס שוין, זיי האבן טאקע נישט קיין וועירהאוז אין אמעריקא אבער קענסט שוין ארדערן דארט יעדע פראדוקט, דארפסט נאר האפן אז די פראדוקט איז א עכטע און ארבעט...
          2) 75% אדער מער, פון עמעזאן פראדאקטס זענען אימפארטירט פון טשיינע, אויב לייגסטו ארויף א טעריף אויף פראדוקטן וואס זענען אימפארטירט פון טשיינע מאכט זיך עמעזאן צו. (נישט ממש אבער פארשטייסטוואס איך מיין)
          3) אויב גייט אליבאבא עפענען ווערהאוזעס דא אין אמעריקע וועלן אלע עמעזאן סעללערס קענען פארקויפן דארט.
          ועוד, דעמאלטס וועט עס ווערן א אמעריקאנע קאמפעני, מיט אמעריקאנע סעללערס, וועירהאוז ארבעטער, דעליווערי, וכו' די איינציגסטע חילוק פון עמעזאן וועט זיין אז יענע בעה"ב וואוינט אין טשיינע.

          זיי טיען עס אבער ווי דו זאגסט, אן קיין ווערהאוזעס און שוואכערע פראדוקטן, למעשה פראדוצירן זיי רוב פון די פראדוקטן וואס אינגעלייט פארקויפן אויף עמעזאן... וואס האלט זיי אפ פון אליין פראדוצירן און עפענען ווערהאוזעס דא... דהיינו, גענצליך אויסשניידן די מידל מען!...

          2) פאר מ'האט אימפארטעד פון טשיינע האט מען פראדוצירט אין אמעריקא, אויב לייגט מען ארויף א טאריף מאכט זיך עמעזאן נישט צו, נאר ס' עפענען זיך פעקטאריס צו פראדוסן די פראדוקטן וואס עמעזאן פארקויפט...

          3) ער גייט נישט דארפן קיין סעללערס, ער קען הייערן אלעס אין טשיינע און מיטן אויסנאם פון ווערהאוז ארבייטער, וועט אלעס ווערן געראנט אין טשיינע... סאו די עמעזאן ווערהאוז ארבייטער גייען אריבערגיין אהין... אלע עמעזאן סעללערס, אלע האלסעילערס... אלעס גייט אונטער! איין מיסטער עליבאבא פראדוסט אלעס אין טשיינע...

          וואס איז די פראבלעם אויב ער טוט עס, כאמור לעיל וועט עס ווערן אן אמעריקאנע קאמפעני מיט א בעה"ב פון טשיינע.

          2) ווער נאך ווי דו ווייסט אז רוב פראדוקטן ווערן היינט פראדוצירט אין טשיינע, אפילו זאכן פון אמעריקאנע קאמפעניס, און די מיעוט וואס נישט קאסטן טאקע סאך טייערער און דאס איז שוין נאכדעם וואס זיי מיזן זיין אויסגעהאלטן ווייל סוכ"ס קאמפיטן זיי מיט טשיינע.
          נניח מען הערט אויף צו אימפארטן פון טשיינע, וועלן טאקע אלעס ווערן פראדוצירט דא אבער די פרייזן פון אלעס וועלן סקיי ראקעטן!

          3) אליבאבא ארבעט אויך מיט סעללערס, דער בעה"ב פון אליבאבא פראדוצירט נישט אליינס אלע זיינע פראדאקטס.
          די מינוט וואס ער גייט דארפן אימפארטן פון טשיינע אין די מאסן, און עפענען ווערהאוזעס און אמעריקע, גייען די אמעריקאנע סעללערס פונקט אזוי קענען קאמפיטן מיט די טשיינע סעללערס, ווארום זיי אלע קויפן דאך די פראדוקטן אין די זעלבע פלאץ...

          1) די פראבלעם איז אז מיליאונע אמעריקאנע קאמפאניס וועלן זיך צומאכן, טויזענטער דזשאבס גייען גיין אין דער ערד, אלעס גייט זיין אין טשיינע, נאר די ווערהאוז און שיפינג דא!

          2) פאר מ'דיסקאססד די סעלושן, ווילעך מאכן קלאר די פראבלעם... היינט צוטאגס איז נאך דא קאמפאניס, לאמער זאגן למשל סאוני, זיי האבן א גאנצע קאמפאני מיט א CEO, CFO, סעילס טיעמס, מארקעטונג, האלסעילערס, קאמפיוטער פראגראמער ועוד ועוד... אבער די פראדוקט ווערט געמאכט אין טשיינע... מארגן גייט די קאמפאני וואס פאבריצירטדי פראדוקט, זיי מאכן אויף אפיסעס אין טשיינע, זיי סעטן אויף די זעלבע זאך וואס סאוני האט דא, דארט אין טשיינע און זיי לייגן ארויס זייער פראדוקט דיירעקט פארן קאסטומער! זיי עפענען א וועבסייט ס'גייט הייסן "סאוני'ס מענופעקטשערער דאט קאם", און יעדער קען קויפן א סאוני סטיריאו פאר האלב די פרייז ווי פון סאוני... איז דא עניטינג וואס מ'קען טוהן דאס אפצושטעלן?

          3) פאר די פרעגסט א פראגע ליין ביטע איבער, אליבאבא איז די משל, די פוינט איז אז דער מענופעקטשערער קען עפענען א וועבסייט און פארקויפן די זעלבע פראדוקט פאר ביליגער אן קיין סעללער אינוואלווד!

          ער קען יעצט אויך טון די אלע זאכן, ער קען און פארקויפט שוין יעצט זיינע פראדוקטן פארן קאסטומער, דירעקט צו אומדירעקט.
          אויב גייט ער וועלן עפענען א וועירהאוז דא, וועט ער דארפן עפענען אפיסעס, מיט א ceo און cfo, מענעדזשערס און וועירהאוז ארבעטער, פארשטייט זיך אלעס גייט זיין אמעריקאנע, ער גייט שיפן מיט אמעריקאנע דעליווערי קאמפעניס, געבענדיג ארבעט פאר אמעריקאנע דעליווערי טראק דרייווערס וכו'
          העפפענס טו בי אז סאיז דא טויזענטער אמעריקאנע וואס טוען ממש דאס, זיי קאפירן צום ביישפיל סאוני פראדאקטס און פארקויפן עס דא אויף עמעזאן, עיבעי, וואלמארט, וכדומה, די איינציגסטע נפקא מינה איז אויב די בעה"ב וואוינט אין אמעריקע אדער טשיינע. שטימט ?
          סאיז לכאורה נישטא קיין וועג דאס צו סטאפן אויסער לייגן אימפארט טעריף, וואס וועט פארשטייט זיך אפעקטירן יעדעם אינקלאדעד סאוני און אלע אנדערע קאמפעניס וואס פראדוצירן זאכן אין טשיינע, און דערביי וועלן פרייזן סקיי ראקעטן.
          שרייב תגובה

          צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”