דו הינט איינער! בשום אין אופן! גיי פון דא!‎

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2742
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

דו הינט איינער! בשום אין אופן! גיי פון דא!‎

תגובהדורך שמאטע » דינסטאג פאברואר 13, 2018 5:35 pm

טאפיקא, קענסעס.

"ברייען חזקי" דער דירעקטאר פון די וואלן פארן קענסאס סעקרעטערי אוף סטעיט האט קאטאגאריש אפגעווארפן און אנאלירט די רעכטען פון 'אנגאס פ. וואאלי' צו לויפן פאר גאווארנער פון די שטאט קענסעס.

ווער איז דאס 'אנגאס פ. וואאלי'?

אט הערט.
'אנגאס פ. וואאלי' איז א הינטעל וואס באלאנגט פאר 'טערען וואאלי', א איינוואוינער אין האטשינסאן קענסעס.

'טערען וואאלי' האט איינגעגעבען זיין הינטל אלס א קאנדידאט פארן גאווערנערס אמט פון די שטאט קענסעס. די וואלן ווערן אפגעהאלטן די יאר. 2018.

דער באלאבוס פונעם הינטל האט באשלאסן אריינציגעבן זיין הינטל אלס קאנדידאט נאך וואס 6 צענערלינגן האבן זיך אנגעגעבען און איינגעשריבן צו קענען לויפן פאר די גאווערנער אמט פון קענסעס...

אבער דער סעקרעטערי אוף קענסעס סטעיט - קריס קאבאך, רעפאבליקאנער - האט אפגעווארפן די רעכטן פונעם הינטל צו לויפן פארן אמט. זאגענדיג אז "די געזעץ פארלאנגט א 'מענטש' א 'פארשוין' צו לויפן פארן אמט, סאו דער הינטל קען נישט לויפן פארן אמט.

'טערען וואאלי', דער באלאבוס פונעם הינטעל האט זיך געוויצעלט איבער די מעגליכקייט פון "אנדערע מאטיווען" פארוואס דער סעקרעטערי אוף סטעיט וויל נישט ערלויבן דעם הינטל צו לויפן אלס גאווארנער, "איך שפיר אז מעגליך האט די סעקרעטערי אוף סטעיט מורא צו פעיסען 'אנגאס' אין א פריימערי אדער גענעראלע וואלן... איך שטעל זיך אזוי פאר, זינט 'אנגאס' איז א דעמאקראט" האט טערען וואאלי געזאגט מיט שפאס...

ווען ריפארטערס האבן געפרעגט דעם דירעקטאר פון די וואלן קאמיטעי "וואס וועט פאסירן אויב די הינטל לויפט יא?" האט ער געזאגט אז ער ווייסט נישט וויאזוי דאס צי ענטפערען, ווייל א הינט איז נאכנישט געלאפן פאר די אמט.

אויף וועלכע שמאטע האט געוואלט אריינשרייען "א נייע מעשה! קוק נאר אן קאליפארניע... דארט איז א הינט געלאפן. און זאגאר געוואונען"....

#לכל בני ישראל לא יחרץ כלב לשונו
מקור
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
נישט פשוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דינסטאג פאברואר 13, 2018 5:38 pm

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
איך בין נייגעריג וואס די האסט צו זאגן.

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

תגובהדורך אויבער-חכם » דינסטאג פאברואר 13, 2018 5:39 pm

;l;p- ;l;p-
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן

בא שבת בא מנוחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:18 pm

תגובהדורך בא שבת בא מנוחה » דינסטאג פאברואר 13, 2018 5:43 pm

האהא.. יא אר נאט גיווינג אפ... שמאטע2020

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דינסטאג פאברואר 13, 2018 5:44 pm

חאחאחא :lol:
וואסערע נייעס דער וועט אלץ נישט טרעפן.....
זוכט איר דוי?

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1230
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » דינסטאג פאברואר 13, 2018 5:57 pm

מארגן וועלן דאס אלע אידשע נייעסר אראפ ברענגן אהן קרעדיט פאר אייוועלטס שמאטע
סיינט אייך אויף בחנם אין איהר האט א טשענס צו מאכן געלד
https://www.vitalcard.com/u/E7C186

אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 645
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:45 pm

תגובהדורך יא איך » דינסטאג פאברואר 13, 2018 6:02 pm

מילא לויפן אבער מיט וואספארע רעכט קענען הינטן נישט וואויטען
ווען זיי קענען וואויטען וואלטען די דעמעקרעטס אלץ געווינען ווייל אלע הינטן זענען דעמעקרעטס :grin:

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4242
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג פאברואר 13, 2018 6:39 pm

גוט גוט
אלמאסט חודש אדר..
(איין מינוט.. אין טעקסעס איז שוין חודש אדר....???? !)
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 691
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » דינסטאג פאברואר 13, 2018 7:12 pm

מיין ווייב וויל נאר וויסען פארוואס איך לאך! די ביסט פיינע נייעס!

אוועטאר
צל עובר
שר האלפיים
תגובות: 2442
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג פאברואר 13, 2018 7:23 pm

זינגטס אלע, א שמאטע בלייבט א שמאטע יאדידאדידיידיי א שמאטע בלייבט א שמאטע אלעמאל אלעמאל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג פאברואר 13, 2018 7:53 pm

חחחח! ;l;p-
הק' איש ימיני

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

די שמאטע איינער, בשום אין אופן! זאלסטו גיין פון דא!!!!

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג פאברואר 13, 2018 8:21 pm

זיס ווי ציקער, קיפ איט קאמינג

יישר כח
שכח = פארגעס
יישר כח = איז וואס מען ניצט צי באדאנקען איינעם

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2251
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » דינסטאג פאברואר 13, 2018 8:52 pm

יוש. שמאאאאאטעעעעע

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5533
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג פאברואר 13, 2018 9:02 pm

ער האט טאקע אנדערע מאטיוון; ער ווייסט אז ער וועט אויסכאפן אלע אינעם פארמעסט; וער קען דען דעריאגן א הינט?
ער [פרעזידענט טראמפ] קומט אריין ביי מיר אלס א פערזאן פון מער ווי עוורידזש אינטעליגענט ~ געוועזענער עף בי איי דירעקטאר דזשעימס קאומי

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4743
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג פאברואר 13, 2018 10:28 pm

בכלל נישט גוט





נאר מעכטיג!
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דינסטאג פאברואר 13, 2018 11:49 pm

שמאטע האט געשריבן:ווען ריפארטערס האבן געפרעגט דעם דירעקטאר פון די וואלן קאמיטעי "וואס וועט פאסירן אויב די הינטל לויפט יא?" האט ער געזאגט אז ער ווייסט נישט וויאזוי דאס צי ענטפערען, ווייל א הינט איז נאכנישט געלאפן פאר די אמט.

אויף וועלכע שמאטע האט געוואלט אריינשרייען "א נייע מעשה! קוק נאר אן קאליפארניע... דארט איז א הינט געלאפן. און זאגאר געוואונען"....

און טריסקער וואלט געענטפערט אויף דעם פראגע: "וואס הייסט וואס כ'וואלט געטוהן אויב ס'הינטל לויפט?!? וואלטעך געהויבן פיס און אנטלאפן..."

שמאטע, ביזט א שטיק צולאזטע צוקער... ;l;p-

איש האשכולות
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:27 am

שטייגען האט געשריבן:מארגן וועלן דאס אלע אידשע נייעסר אראפ ברענגן אהן קרעדיט פאר אייוועלטס שמאטע

את אשר יגורנו בא..

קיין הונט אויפן גאווערנאר'ס אמט

קענסאס – נעכטן האט דער קענסאס סעקרעטערי אוו סטעיט געמאלדן, אז א הונט וועלכער האט געוואלט לויפן פאר גאווערנאר, וועט נישט ערלויבט ווערן צו לויפן. די עלעקשאן געזעצן אין די סטעיט זענען זייער לויז, און עס ערלויבט אפילו פאר יוגנטליכע צענערלינגען צו לויפן פאר'ן גאווערנאר'ס אמט – און דעריבער האט עס עמיצער געוואלט אויסנוצן, דורכ'ן אריינגעבן אן אפליקאציע אז זיין הונט וויל לויפן פאר גאווערנאר, און דעם הונט'ס אייגנטימער האט זיך איינגעגעבן אלס דער קאמפיין מענעדזשער... דאס האט געברענגט א גרויס געלעכטער און ס'איז געווארן א סענזאציע אין דער סטעיט, ווען יעדער האט געווארט צו זען וואס די סטעיט אויטאריטעטן וועלן באשליסן. דער קענסאס סעקרעטערי אוו סטעיט האט נעכטן געמאלדן, אז לעגאל איז טאקע נישטא גארנישט וואס קען אפהאלטן א הונט פון פיגורירן אויפ'ן שטים צעטל, אבער וויבאלד עס איז קלאר אז דער הונט וועט נישט קענען ערפולן די אויפגאבן וואס ס'פארלאנגט זיך פון א גאווערנאר, קען מען אים נישט ערלויבן צו לויפן...

קרעדיט: דער איד טעגליך


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Goodmorning, Google [Bot], איוואן, וויכטיג מאכער, זזה, טעאריע וואס לעבט, נעם אין אכט, קנעטענע קיגעל, ר' יום טוב, רבי משה, שכל טוב און 35 געסט