דריידל האט געשריבן:אן ארגינעלע מציבה האט א סענטימענטל וועליו, בפרט ווען מ'ווייסט אז גדולי ישראל האבן זיך מטפל געווען דערמיט און אז אזויפיל אידן האבן זיך אויסגעוויינט הונדרעטע יאר ביי די שטיין.
איך פארשטיי די סענטימענטל וועליו וואס זי האט, אבער קיינער האט זיך [האפענטליך] נישט "אויסגעוויינט צום שטיין". מיר האבן איין גאט.

עס זענען דא אזעלכע וואס האבן נישט ליב קיין שערוריה און וועלן אויטאמאטיש אלעס טוהן עס צו פארמינערן און פון די אנדערע זייט זענען דא אזיינע וואס דאס גיבט זיי דווקא סיפוק און הנאה.
דא רעדט מען נישט פון קיין שערוריה, נישט קיין אויפגעבלאזענע באלאנען, מען רעדט פון א ״שאק״, אן אויפטרייסלונג. די ציבור איז שאקירט און צוטראגן, עס האט פאסירט א געשעניש. הרה״ג רבי אלכסנדר אשר מרגליות שליט״א דומ״ץ דק״ק אוהל משה וויען האט נישט בחינם גערעדט פארן ציבור ביים פארשוועכטן ציון מיט א קול געשטיקט פון טרערן... הרה״ג רבי אברהם יונה שווארץ שליט״א אב״ד דק״ק קהל חסידים וויען האט נישט בחינם אויפגערודערט א וועלט און אויך געהייסן דעם ציבור ארויספארן איבערבעטן און מתפלל זיין ביים ציון...
פאר די וואס האבן נאכנישט עוסק געווען אין די ענינים איז אפשר נישט באקאנט, אז מען איז זיך נוהג ביי די זאכן זיך נישט צו רוקן אן א שטארקע דעת תורה, אפילו ביי קלייניקייטן און כ״ש ביים טוישן א מצבה.
און לגבי די חשיבות פון אן אריגינאלע מצבה, זייט איר וויסן אז פשעווארסקער רבי און רבי דוד שמידל (וואס זענען ביידע אייניקלעך) האבן טאקע וועגן דעם נישט געלאזט ריהרען בכלל די מצבה.
און ווער עס איז אביסל באקאנט ווייסט אז די ציון פונעם בעל פנים מאירות, איז סתם אזוי גאר שטארק פארהייליגט און ווי רבי איציקעל זצוק״ל פלעגט זיך אויסדרוקען אז צוויי מקומות ווי ער לעכצט צו פארן, צום ציון פון רבי אלימלך און צום ציון פונעם הייליגן פנים מאירות.
דריידל האט געשריבן:אן ארגינעלע מציבה האט א סענטימענטל וועליו, בפרט ווען מ'ווייסט אז גדולי ישראל האבן זיך מטפל געווען דערמיט און אז אזויפיל אידן האבן זיך אויסגעוויינט הונדרעטע יאר ביי די שטיין.
איך פארשטיי די סענטימענטל וועליו וואס זי האט, אבער קיינער האט זיך [האפענטליך] נישט "אויסגעוויינט צום שטיין". מיר האבן איין גאט.
ס'איז א ווייטאג איבער די מצב אין אייראפע, אנשטאט צו מעלים עין זיין און אראפנידערן דעם שאק, זאל יעדער פרובירן מה שביכלתו פאר קברי אבותינו ורבותינו בכל מקום שהם.
שמואל בארג האט געשריבן:ס'איז א ווייטאג איבער די מצב אין אייראפע, אנשטאט צו מעלים עין זיין און אראפנידערן דעם שאק, זאל יעדער פרובירן מה שביכלתו פאר קברי אבותינו ורבותינו בכל מקום שהם.
ברוך השם אז מען קען מעלדן אז נעכטן נאכמיטאג האט מען פארענדיגט צוריק צו שטעלן די מצבה פונעם הייליגן פנים מאירות זי"ע אונטערן אויפזיכט פון איינער פון די חשובע עסקנים און שליחא דרחמנא פון שטאט וויען.
טאקע געווען זייער נישט אנגענעהם און שאקירנד די וועג וויאזוי דאס איז צוגעגאנגען, אבער די עסקנים האפן און טוען ווייטער פארהאנדלען אז אין עתיד וועט זיין א שטארקע שינוי לטובה אין די ענינים. אזוי אויך פרייען מיר זיך אז די ארגינאלע מצבה איז כאטש געווארן גערייניגט און זעהט אויס ממש ווי ניי.

פון ווי ציטירסטו? און וואס איז טאקע די פול סטארי געווען? יישר כח

על בשורות טובות מברכים ברוך הטוב והמיטב ! זכינו שחזר עטרת צדיק ליושנ''ה