שאק: מצבה פונעם הייליגן פנים מאירות אין אייזענשטאט פארשוואונדן!

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

sholom88
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2008 6:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sholom88 »

דריידל האט געשריבן:אן ארגינעלע מציבה האט א סענטימענטל וועליו, בפרט ווען מ'ווייסט אז גדולי ישראל האבן זיך מטפל געווען דערמיט און אז אזויפיל אידן האבן זיך אויסגעוויינט הונדרעטע יאר ביי די שטיין.

איך פארשטיי די סענטימענטל וועליו וואס זי האט, אבער קיינער האט זיך [האפענטליך] נישט "אויסגעוויינט צום שטיין". מיר האבן איין גאט.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובה דורך מיסטעריעז »

כ'בין אנטוישט.

ענדליך האט איינער די קוראזש צו זיין א פורש מן הציבור, און אנשטאט ווארטן אויף מארגן און ק/פ'ן פונעם איד'ס דעלי טוט ער אליינס אפשרייבן א אידישע נייעס, שיין, רייך און אינפארמאטיוו, מיט א אידישע געפיל דערצו, פון די שורות איז ניכר אז ער האט געכאפט א טרייסל הערנדיג די נייעס אז דער הייליגער פנים מאירות'ס קבר איז פארשוועכט געווארן, בבנין נערים סתירה. קומט מען און אנשטאט א גוט ווארט איז מען מדקדק בכל קוץ ותג פון זיינע ווערטער, איז די אויסדרוק א ריכטיגע, אדער אביסל איבערגעטריבן.

יא! יעדער איד איז דער אייגנטומער פון יעדעס אידישע זכר ווארלדווייד, דאס אז די עסטרייכישע געמיינדע פארפיגט אויף די שטחים מיינט נישט אז ווען איך טרעף נישט א מציבה אן קיין שום מעלדונג בעפאר איז דאס נישט "בארעכטיגט" צו ווערן אנגערופן "פארשוואונדן", יא, עס איז פארשוואונדן! די ענטפער אויף די מיסטעריע איז אז דער גוי האט דאס גענומען, אבער פארשוואונדן איז עס געווען, פון די "אייגנטומער".
דא איז נישט קיין פלאץ וואו מען איז מוחה אדער מעורר דעם ציבור, און א נייעס קען מיינען בלויז נייעס - בפרט ווען דער ניק איז אן אלטגעזעסענער, ער שרייט נישט וואלף און איז נישט א פאסטעך, ער האט געכאפט א שאק אז דער פנים מאירות'ס מציבה איז נישט געווען אויפן פלאץ, און טאקע צוליב א גוי'ס אויף-די-אייגענע-האנט מעשים.
לעצט פארראכטן דורך מיסטעריעז אום מאנטאג פעברואר 12, 2018 4:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

sholom88 האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:אן ארגינעלע מציבה האט א סענטימענטל וועליו, בפרט ווען מ'ווייסט אז גדולי ישראל האבן זיך מטפל געווען דערמיט און אז אזויפיל אידן האבן זיך אויסגעוויינט הונדרעטע יאר ביי די שטיין.

איך פארשטיי די סענטימענטל וועליו וואס זי האט, אבער קיינער האט זיך [האפענטליך] נישט "אויסגעוויינט צום שטיין". מיר האבן איין גאט.

נישט שייך מסביר זיין פאר ווער ס'פארשטייט נישט / שפירט נישט
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

דריידל האט געשריבן:אזויפיל אידן האבן זיך אויסגעוויינט הונדרעטע יאר ביי די שטיין.
sholom88 האט געשריבן:"אויסגעוויינט צום שטיין"

פארדרייט יענעם'ס ווערטער, און פרעגט קשיות. געטראפן אויף וואס מוחה צו זיין.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6761
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

נעמען א מציבה פון א קבר איז א בזיון. די אלע וואס מאכן איבער א מציבה וועלן עס קיינמאל נישט אוועקנעמען. מען לייגט נאר צו א נייע

אוועקנעמען א מציבה פון סיי וואספארא קבר איז א פארברעך

איבערהוופט ווען מען רעדט פונעם רבן של ישראל דער הייליגער פנים מאירות.

א שאק!
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

עס זענען דא אזעלכע וואס האבן נישט ליב קיין שערוריה און וועלן אויטאמאטיש אלעס טוהן עס צו פארמינערן און פון די אנדערע זייט זענען דא אזיינע וואס דאס גיבט זיי דווקא סיפוק און הנאה.

דא רעדט מען נישט פון קיין שערוריה, נישט קיין אויפגעבלאזענע באלאנען, מען רעדט פון א ״שאק״, אן אויפטרייסלונג. די ציבור איז שאקירט און צוטראגן, עס האט פאסירט א געשעניש. הרה״ג רבי אלכסנדר אשר מרגליות שליט״א דומ״ץ דק״ק אוהל משה וויען האט נישט בחינם גערעדט פארן ציבור ביים פארשוועכטן ציון מיט א קול געשטיקט פון טרערן... הרה״ג רבי אברהם יונה שווארץ שליט״א אב״ד דק״ק קהל חסידים וויען האט נישט בחינם אויפגערודערט א וועלט און אויך געהייסן דעם ציבור ארויספארן איבערבעטן און מתפלל זיין ביים ציון...

פאר די וואס האבן נאכנישט עוסק געווען אין די ענינים איז אפשר נישט באקאנט, אז מען איז זיך נוהג ביי די זאכן זיך נישט צו רוקן אן א שטארקע דעת תורה, אפילו ביי קלייניקייטן און כ״ש ביים טוישן א מצבה.

און לגבי די חשיבות פון אן אריגינאלע מצבה, זייט איר וויסן אז פשעווארסקער רבי און רבי דוד שמידל (וואס זענען ביידע אייניקלעך) האבן טאקע וועגן דעם נישט געלאזט ריהרען בכלל די מצבה.

און ווער עס איז אביסל באקאנט ווייסט אז די ציון פונעם בעל פנים מאירות, איז סתם אזוי גאר שטארק פארהייליגט און ווי רבי איציקעל זצוק״ל פלעגט זיך אויסדרוקען אז צוויי מקומות ווי ער לעכצט צו פארן, צום ציון פון רבי אלימלך און צום ציון פונעם הייליגן פנים מאירות.
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

מיסטעריעז האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:אזויפיל אידן האבן זיך אויסגעוויינט הונדרעטע יאר ביי די שטיין.
sholom88 האט געשריבן:"אויסגעוויינט צום שטיין"

פארדרייט יענעם'ס ווערטער, און פרעגט קשיות. געטראפן אויף וואס מוחה צו זיין.

ישר כח פאר'ן אפענטפערן אזוי קורץ און שארף

לעצם הענין, כשלעצמי ווער איך נישט איבערגענומען פון די געפילן, וואס זענען מער שכיח ביי פרויען. צדיקים האבן געזאגט אז א פלאץ ווי מ'טוט א מצוה בלייבט א רושם, קען זיין אז די זעלבע קען מען זאגן אויף א שטיין וואס איז געלעגן אויף א פלאץ ווי אזויפיל תפילות זענען אפגעראכטן געווארן.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
sholom88
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2008 6:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sholom88 »

קאזאבלאנקא האט געשריבן:
sholom88 האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:אן ארגינעלע מציבה האט א סענטימענטל וועליו, בפרט ווען מ'ווייסט אז גדולי ישראל האבן זיך מטפל געווען דערמיט און אז אזויפיל אידן האבן זיך אויסגעוויינט הונדרעטע יאר ביי די שטיין.

איך פארשטיי די סענטימענטל וועליו וואס זי האט, אבער קיינער האט זיך [האפענטליך] נישט "אויסגעוויינט צום שטיין". מיר האבן איין גאט.

נישט שייך מסביר זיין פאר ווער ס'פארשטייט נישט / שפירט נישט

קיינער האט פון דיר נישט געבעטן גארנישט. ביטע לייען פאר דו קאמענטירסט!
sholom88
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2008 6:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sholom88 »

מיסטעריעז האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:אזויפיל אידן האבן זיך אויסגעוויינט הונדרעטע יאר ביי די שטיין.
sholom88 האט געשריבן:"אויסגעוויינט צום שטיין"

פארדרייט יענעם'ס ווערטער, און פרעגט קשיות. געטראפן אויף וואס מוחה צו זיין.

חלילה, נישט געמיינט צו פארדרייען זיינע ווערטער, און זיכער נישט צו מוחה זיין. מיין נקודה איז געווען אז דער שטיין איז נאר א שטיין (נישט ע"פ הלכה, נאר ע"פ סענטימענט), און פונקט ווי די אנדערע ארומיגע מאטעריאל איז נישט אזוי וויכטיג, איז די שטיין אויך נישט קיין סאך מער. און שוין.
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

sholom88 האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:אזויפיל אידן האבן זיך אויסגעוויינט הונדרעטע יאר ביי די שטיין.
sholom88 האט געשריבן:"אויסגעוויינט צום שטיין"

פארדרייט יענעם'ס ווערטער, און פרעגט קשיות. געטראפן אויף וואס מוחה צו זיין.

חלילה, נישט געמיינט צו פארדרייען זיינע ווערטער, און זיכער נישט צו מוחה זיין. מיין נקודה איז געווען אז דער שטיין איז נאר א שטיין (נישט ע"פ הלכה, נאר ע"פ סענטימענט), און פונקט ווי די אנדערע ארומיגע מאטעריאל איז נישט אזוי וויכטיג, איז די שטיין אויך נישט קיין סאך מער. און שוין.

נישט שייך מסביר צו זיין פאר ווער עס פארשטייט נישט / שפירט נישט

נ.ב. נכפל
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

ס'איז א ווייטאג איבער די מצב אין אייראפע, אנשטאט צו מעלים עין זיין און אראפנידערן דעם שאק, זאל יעדער פרובירן מה שביכלתו פאר קברי אבותינו ורבותינו בכל מקום שהם.

דער גוי האט פארניכטעט די אלטע אדער מ'קען דאס נאך צוריקשטעלן?
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

שמואל בארג האט געשריבן:ס'איז א ווייטאג איבער די מצב אין אייראפע, אנשטאט צו מעלים עין זיין און אראפנידערן דעם שאק, זאל יעדער פרובירן מה שביכלתו פאר קברי אבותינו ורבותינו בכל מקום שהם.

דער גוי האט פארניכטעט די אלטע אדער מ'קען דאס נאך צוריקשטעלן?

ניין, ער האט עס נישט פארניכטעט און עס גייט אזוי שנעל ווי מעגליך זיין צוריק אי״ה.
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

יעדער שרייבט דא השערות און בויך דרוקענישן
תכלית
האט עס א מקור בהלכה צוריק צו לייגן דעם ארגינעלן מצבה?, [די עצמות המת ווייסעך אז די הלכה פארלאנגט מען זאל עס צוריק לייגן אויפן זעלבן פלאץ, אבער די מצבה זאל זיין די ארגינעלע, זוך עך א מקור בהלכה]
כ'זעה אבותינו ספענד אלפים ורבבות צוצוקלעבן ציברעקלטע מצבות פון זיידעס און באבעס, האט דאס עפעס אן ענין? אויב נישט, לייג א נייע מצבה און פטור אן עסק, וואס איז דאס געקלעבעכץ פון אלטע שטיינער??
איך רעד נישט דא פון דעם פאל, דאס איז גראדע יא א שאק אז א פאלנער גוי קען זיך דארט טוהן מה שלבו חפץ, דאס איז שרעקליכע הפקירות, [ער קען טוהן ערגערס אויך ה"י]
איך פרעג סתם בכלליות
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

א מצבה איז די אייגנטום פון דעם מת
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

קאזאבלאנקא האט געשריבן:א מצבה איז די אייגנטום פון דעם מת

מקור?
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6761
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

זבחי. דאס וואס איך האב געשריבן האב איך געפרעגט מורי הוראה און באקומען די תשובה

אין קיין שום פאל נעמט מען נישט אוועק עפעס פונעם מת
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

איך בין נישט באקאנט מיט מקורות, איך ווייס נאר אביסל זאכן וואס איך האב מיטגעהאלטן פראקטיק לויט הוראות פון רבנים.

יעצט ווייס איך פון אן אנדער פאל, ווי מען האט פאר בערך 40 יאר געשטעלט א גענצליך נייע מציבה אויף א קבר פון א גדול בישראל וואס די אריגינאלע מציבה איז שוין נישט געווען, און יעצט האט מען געטראפן דעם אלטן מציבה גאנץ אן א פעלער, איז די שאלה וואס מען טוט? איך מיין אז דארט גייט מען אויפשטעלן דעם אלטן ערגעץ ווי אין די זייט אבער מען גייט לאזען דעם נייעם (שוין אויך נישט אזוי ניע) אומבארירט.

עס איז זיכער נישט קיין פשוטע זאכן!
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

הקיצור, קיינער ווייסט נישט קיין מקורות
אקעי, כ'העל אליינס נאכזוכן אי"ה
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

זבחי צדק האט געשריבן:הקיצור, קיינער ווייסט נישט קיין מקורות
אקעי, כ'העל אליינס נאכזוכן אי"ה

עי' שו"ע יו"ד ריש סי' שס"ד ובפוסקים שם
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

וואס איז געווארן? איז אלעס שוין מסודר?
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

שאק: מצבה פונעם הייליגן פנים מאירות אין אייזענשטאט באזייטיגט!
אזא קעפל מאכט ער סענס!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

זבחי צדק האט געשריבן:
קאזאבלאנקא האט געשריבן:א מצבה איז די אייגנטום פון דעם מת

מקור?

געדענקעך אויך אזוי אבער איך געדענק נישט קיין מקור
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

גוטע נייעס ב"ה:

ברוך השם אז מען קען מעלדן אז נעכטן נאכמיטאג האט מען פארענדיגט צוריק צו שטעלן די מצבה פונעם הייליגן פנים מאירות זי"ע אונטערן אויפזיכט פון איינער פון די חשובע עסקנים און שליחא דרחמנא פון שטאט וויען.

טאקע געווען זייער נישט אנגענעהם און שאקירנד די וועג וויאזוי דאס איז צוגעגאנגען, אבער די עסקנים האפן און טוען ווייטער פארהאנדלען אז אין עתיד וועט זיין א שטארקע שינוי לטובה אין די ענינים. אזוי אויך פרייען מיר זיך אז די ארגינאלע מצבה איז כאטש געווארן גערייניגט און זעהט אויס ממש ווי ניי.
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

שמחת עולם האט געשריבן:גוטע נייעס ב"ה:

ברוך השם אז מען קען מעלדן אז נעכטן נאכמיטאג האט מען פארענדיגט צוריק צו שטעלן די מצבה פונעם הייליגן פנים מאירות זי"ע אונטערן אויפזיכט פון איינער פון די חשובע עסקנים און שליחא דרחמנא פון שטאט וויען.

טאקע געווען זייער נישט אנגענעהם און שאקירנד די וועג וויאזוי דאס איז צוגעגאנגען, אבער די עסקנים האפן און טוען ווייטער פארהאנדלען אז אין עתיד וועט זיין א שטארקע שינוי לטובה אין די ענינים. אזוי אויך פרייען מיר זיך אז די ארגינאלע מצבה איז כאטש געווארן גערייניגט און זעהט אויס ממש ווי ניי.

פון ווי ציטירסטו?
און וואס איז טאקע די פול סטארי געווען?
יישר כח
mi a nagy ügy
וואץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2015 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואץ »

גרויסע-גדולה האט געשריבן:
שמחת עולם האט געשריבן:גוטע נייעס ב"ה:

ברוך השם אז מען קען מעלדן אז נעכטן נאכמיטאג האט מען פארענדיגט צוריק צו שטעלן די מצבה פונעם הייליגן פנים מאירות זי"ע אונטערן אויפזיכט פון איינער פון די חשובע עסקנים און שליחא דרחמנא פון שטאט וויען.

טאקע געווען זייער נישט אנגענעהם און שאקירנד די וועג וויאזוי דאס איז צוגעגאנגען, אבער די עסקנים האפן און טוען ווייטער פארהאנדלען אז אין עתיד וועט זיין א שטארקע שינוי לטובה אין די ענינים. אזוי אויך פרייען מיר זיך אז די ארגינאלע מצבה איז כאטש געווארן גערייניגט און זעהט אויס ממש ווי ניי.

פון ווי ציטירסטו?
און וואס איז טאקע די פול סטארי געווען?
יישר כח

על בשורות טובות מברכים ברוך הטוב והמיטב ! זכינו שחזר עטרת צדיק ליושנ''ה
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”