בלאט 2 פון 5

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 13, 2018 10:12 am
דורך פיצי קעפעלע
געמאכט א דעליווערי פאר די נייע האטעל Entertainment Village

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 13, 2018 10:18 am
דורך אסדר לסעודתא
דריידל האט געשריבן:ס'איז שווער פאר אידן עס איבער צונעמען צוליב די הויכע שטאקן וואס איז נישט געאייגענט פאר שבת. וועט עס לכאורה אפשימלן

וועט מען העכסטנס לאזן די אויבערשטע שטאקן ליידיג...

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 13, 2018 10:23 am
דורך דריידל
כ'האב געפרעגט איינע פון די מענעזשערס פון ראלי האטעל פארוועם זיי האלטן אויפ'ן די רעסטאראנט אגאנץ יאר? זאגט ער מיר אז מענטשן קומען ארויס אינמיטן יאר צו די קאסינא און מ'קומט אריבער פאר א סאפער

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 13, 2018 10:26 am
דורך אלי' מקוה יוד
דריידל האט געשריבן:כ'האב געפרעגט איינע פון די מענעזשערס פון ראלי האטעל פארוועם זיי האלטן אויפ'ן די רעסטאראנט אגאנץ יאר? זאגט ער מיר אז מענטשן קומען ארויס אינמיטן יאר צו די קאסינא און מ'קומט אריבער פאר א סאפער

Ouch

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 13, 2018 1:26 pm
דורך ווייסע זאקן
יאפ עס איז אייביג דא דארט אסאך אידן ליידער

און שוין געהערט פון עטליכע פעלער פון יונגעלייט וואס זענען געווארן בעלי חובות דורעכדעם

לאמיר האפן עס פארמאכט זיך בקרוב

קיין געלט מאכן זיי עניוועי נישט

קודם פלאשן זיי מיליאנען פאר די נייע האטעל דערלעבן מיט די אינדאר וואסער פארק וואס אידן וועלן כאטש הנאה האבן דערפון

רעדן זיך איין אז די וואס ער פארק וועט ברענגען ביזנעס פאר די קאסינא

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 13, 2018 4:55 pm
דורך מונאוויטש
די פוילע ניו יארקער טאטעס, אנטשטאט אריין לייגן כוחות ומוחות אין א בינטל קאנקרעטע פלענער אויפצוארבעטן די פארטריקענטע אפסטעיט ראיאנען, זענען זיי אויפגעקומען מיט א וואשנע אומבאלומפערטע קוויק פיקס: קאסינאס. כן יאבדו.

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 13, 2018 9:39 pm
דורך זאב שלייערמאן
ווייסע זאקן האט געשריבן:יאפ עס איז אייביג דא דארט אסאך אידן ליידער

און שוין געהערט פון עטליכע פעלער פון יונגעלייט וואס זענען געווארן בעלי חובות דורעכדעם


בעפאר די גרויסע לאטערי לעצטנס, איז געווען א אונטערוויו אויף קול מבשר 114 מיט א איד פון מאנסי וועלכע האט דערלייגט אסאך געלט מיט זיין דירה. ער איז געווען א געמבלער פאר אכט יאר! ער האט פארציילט דארט זיינע מיטמאכענישן און וויאזוי ער האט זיך ארויסגעדרייט דערפון.

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 14, 2018 7:11 am
דורך שואלכענין
אויב איינער פארלירט, איז דאך פשט אז א צווייטער פארדינט. נישט אזוי?!

איך שטיי [זעלבסטפארשטענדליך] גאר גאר ווייט פון אזא פלאץ, אבער איך פרעג סתם, וויאזוי קען זיין אז יעדער דערלייגט?

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 14, 2018 7:29 am
דורך פיצי קעפעלע
שואלכענין האט געשריבן:אויב איינער פארלירט, איז דאך פשט אז א צווייטער פארדינט. נישט אזוי?!

איך שטיי [זעלבסטפארשטענדליך] גאר גאר ווייט פון אזא פלאץ, אבער איך פרעג סתם, וויאזוי קען זיין אז יעדער דערלייגט?

The house always wins

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 14, 2018 10:15 am
דורך לייבקע יענטע'ס
שואלכענין האט געשריבן:אויב איינער פארלירט, איז דאך פשט אז א צווייטער פארדינט. נישט אזוי?!

איך שטיי [זעלבסטפארשטענדליך] גאר גאר ווייט פון אזא פלאץ, אבער איך פרעג סתם, וויאזוי קען זיין אז יעדער דערלייגט?


ווייל מען שפיעלט ביז מען פארלירט.

געשריבן: דאנארשטאג יוני 20, 2019 8:01 pm
דורך מיללער
WOODBURY – The state Assembly, Senate and governor have reached a deal to allow Empire Resorts to open a $100 million electronic gaming parlor in the former Nepera chemical plant complex in the Town of Woodbury and the Village of Harriman.


א קאסינא הארט נעבן קרית יואל, אויפן אלד 17 ראוד

געשריבן: דאנארשטאג יוני 20, 2019 8:08 pm
דורך בבל
ווי איז עס.? אנהייב 6 אויף די רעכטע זייט?

געשריבן: דאנארשטאג יוני 20, 2019 8:10 pm
דורך מיללער
בבל האט געשריבן:ווי איז עס.? אנהייב 6 אויף די רעכטע זייט?

ווי איך פארשטיי, איז עס די פראפערטי ווי מ'האט עטליכע יאר צוריק אומגעווטרפן אן אלטע בנינים קאמפלעקס, אויף די לינקע זייט נאכן 6 ווען מפארט אויפן וועג צו טאקסידא.

איז די נייעס ערגעץ באשטעטיגט?

געשריבן: דאנארשטאג יוני 20, 2019 8:11 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
אמת׳דיג געפרעגט, איז עס א פראבלעם פאר עפעס? [חוץ פאר טרעפיק].

געשריבן: דאנארשטאג יוני 20, 2019 8:15 pm
דורך איש האשכולות
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אמת׳דיג געפרעגט, איז עס א פראבלעם פאר עפעס? [חוץ פאר טרעפיק].

יא, געמבלינג איז א געפערליכע אדיקשען,
די נאנטער מ'ברענגט עס צו א אידישע געגנט די מער אינגעלייט ווערן פאר'כישוף'ט דערינען

געשריבן: דאנארשטאג יוני 20, 2019 8:20 pm
דורך מיללער
איש האשכולות האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אמת׳דיג געפרעגט, איז עס א פראבלעם פאר עפעס? [חוץ פאר טרעפיק].

יא, געמבלינג איז א געפערליכע אדיקשען,
די נאנטער מ'ברענגט עס צו א אידישע געגנט די מער אינגעלייט ווערן פאר'כישוף'ט דערינען

איך בין נישט באהאוונט און נישט זיכער אז עס מאכט א חילוק, אבער די רעדע איז נישט פון א פולקאמע קאסינא, נאר ווידעאו-געמינג מאשינען, וואס האט זיך פארמאכט אין מאנטיסעחא מיט די עפענונג פון די פולע קאסינא.

די רעקארד באשטעטיגט די נייעס.

אויסער די אידישקייט אישו, איז עס א שטארקע ריעל עסטעיט אישו.

געשריבן: דאנארשטאג יוני 20, 2019 8:30 pm
דורך רעסטאראנט
אין מאנטיסעלא אין די נייע איז אייביג דא היימישע אידן דארט ווען אימער מען גייט , גערעדט צו עטליכע וואס גייען

געשריבן: דאנארשטאג יוני 20, 2019 8:57 pm
דורך nmi
רעסטאראנט האט געשריבן:אין מאנטיסעלא אין די נייע איז אייביג דא היימישע אידן דארט ווען אימער מען גייט , גערעדט צו עטליכע וואס גייען

ר"ל.

ווען מ'האט געעפנט אין די מאונטענס האט מען געשמועסט אז ס'ברענגט מיט די אלע קריים'ס מיט די גרויליגע חברה. זאל השי"ת האלטן די רעכטע האנט.

געשריבן: דאנארשטאג יוני 20, 2019 9:18 pm
דורך אהער און אהין
די געמינג פלעצער אין סאליוואן דערלייגן ממש ריזיגע געלטער.

פילייכט רעדן זיך די אינדיאנער/אזיאנער אן אז לא הרי אראנדזש כהרי סאליוואן?

געשריבן: דאנארשטאג יוני 20, 2019 9:25 pm
דורך אהער און אהין
סענאטאר סקופיס איז פארשטייט זיך היבש דערמאנט אין דעם רעקארד ארטיקל.

געשריבן: דאנארשטאג יוני 20, 2019 10:00 pm
דורך איש האשכולות
רעסטאראנט האט געשריבן:אין מאנטיסעלא אין די נייע איז אייביג דא היימישע אידן דארט ווען אימער מען גייט , גערעדט צו עטליכע וואס גייען

ס'האט מיר פארציילט אן ארבייטער פון ראלי האטעל, אז די סיבה פארוואס ס'לוינט זיך זיי שוין צו האלטן אפען די רעסטאראנט (נד"נ) דורכאויס ווינטער איז צוליב די אינגעלייט וואס קומען ארויס מיט די ב"ב געמבלען.

געשריבן: דאנארשטאג יוני 20, 2019 10:44 pm
דורך עקבי הצאן
מיללער האט געשריבן:אויסער די אידישקייט אישו, איז עס א שטארקע ריעל עסטעיט אישו.

טרייבט ארויף די פרייזן אדער אראפ?

געשריבן: דאנארשטאג יוני 20, 2019 10:52 pm
דורך בבל
סאיז זייער א שטארקע לאקאציע, עס קימט זיך ציזאמען עטליכע הייוועיס /טראוועי /17 /32 /6/ old 17 /

געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2019 8:55 am
דורך גרויסע-גדולה
למעשה דערלייגט נאך די קאסינא ? אדער ס'איז ארויף?

געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2019 9:17 am
דורך שואלכענין
בפשטות הייבט עס די ווערד פון אלע פראפערטיס ארום דעם