נייעס און אלעס ארום Elon Musk

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 12:46 pm

א הויפט זארג איבער טעסלע איז געווען צו די SEC וועט ווייטער אנגיין מיטן "מאסק/ SEC" סעטטעלמענט נאך די לעצטע ווילדע טוויט פון מאסק.

למעשה האט היינט די SEC פארגעזעצט מיט די פארלאנגטע שריט אינעם סעטטעלמענט פראדוציר, און ווי עס קוקט אויס וועט די זאך גיין ווייטער אן קיין פראבלעמען.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 11:34 am

judge approved today the SEC settlement and case with SEC is now closed
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג אוקטובער 23, 2018 1:43 pm

יעדן טאג איז דא נייעס ארום מאסק, העלמיר אראפשרייבן עטליכע נאטיצן פון די לעצטע עטליכע וואכן, לויטן סדר פון מיין איצטיגן מח פלוס, אדער בעסער געזאגט אן א סדר.

- מאסק באזוכט דעם וויייסן הויז, נישט באקאנט וואס ער האט דארט געזוכט.

-- גיין פרייוואט סומאטאכע-
- די SEC קלאגע איז שוין אראפ פון טיש.

- אויסער טעסלע האבן מאסק'ס אנדערע קאמפאניס אויך געמוזט אויסארבעטן מיט די SEC צו באקומען א ערלויבעניש צו נעמען פרישע געלט פון פרייוואטע אינוועסטארס. דאס רעכנט אריין באורינג קאמפאני, ניוראלינק, און ספעיס עקס.

- יוסטיץ דעפארטמענט קוקט נאך וואס איז געווען די ציהל פון מאסק טוויט בנוגע גיין פרייוואט, אויב איז זיין כוונה געווען ריין לשם באגראבן די טעסלע שארט סעללערס קענען זיי עם אנקלאגן, אויב איז עס בלויז א צופלויגענע אומאחריותדיגע אויפפירונג איז עס נישט אין די אינטערעסע פון יוסטיץ דעפארטמענט.

- פילע פריינט און געוועזענע שותפים, און פרייוואטע אינוועסטארס פון מאסק'ס פארשידענע קאמפאניס זענען ארויסגעקומען זיך אנצונעמען פאר מאסק, אבער האבן אויך געבעטן מאסק אז ער זאל מער שלאפן און ער זאל איבערלאזן טייל פון זיין ארבעט פאר זיינע ארבעטערס אנטשטאט אלעס טון אליין ווי עס איז זיין שטייגער.

--באורינג קאמפאני--

- מאסק מעלדעט אז זיין ערשטע טאנעל - מעשי ידי באורינג קאמפאני- איז כמעט פערטיג און וועט זיך עפענען און ווייניגער ווי צוויי חדשים. מען רעדט פון א ערענסטער טונעל 2 מייל לאנג, (לענגער ווי די האללאנד טונעל!) עס וועט האבן "סקעיטס" וואס וועט ארויפנעמן קארן אויף זיך און אויסשפייען 2 מייל ווייטער, דער סקעיט וועט פארן אויף מאגנעטישע רעלסען און קען פארן מיט א ספיד ראטע ביז 155 מייל פער שעה.

- דער טונעל אין לאס אנזשעלעס איז בלויז א טעסט פראגראם צו ווייזן וויאזוי עס ארבעט זיך אויס און אליין צו זעןוויאזוי צו מאכן בעסער, מאסק האט אויף זיין אגענדע צו בויען א גראנדיעזע מאסיווע נעץ פון טונעלן אינטער טשיקאגא ווי געמאלדן מיט ארום א האלבע יאר צוריק אינאיינעם מיטן טשיקאגא מעיאר, בכלל וויל ער אויפבויען א אינטערערדישער טראנספארטאציע סיסטעם איבער גאנץ אמעריקע, טראמפ האט עם שוין פארזיכער מיט א באשטעיגונג פאר א טונעל וואס זאל לויפן פון ניו יארק ביז וואשינגטאן די סי.

- טעסלע-

- טעסלע האט געמאלדן קאר סעילס פארן דריטן קווארטאל, טעסלע האט דעליווערט 83500 קארס אין דעם קווארטאל, איבער דאפעלט פון די צווייטער קווארטאל, זע טבלא פון טעסלע סעילס.

- מאסק האט געמאלדן אז טעסלע וועט ביז זעקס חדשים (ד.מ. ארום 9-12 חדשים אויף די געהעריגע זייגער) אנפאגן מיט די פראדוקציע פון איר אייגענע קאמפיוטער טשיפ ספעציעל דעזיינט פאר AI. עס איז 10 מאל שטערקער פון די NVIDA קאמפיוטערס וואס זיי האבן איצט אין זייערע קארס, ווער עס פארשטייט צו קאמפיוטערס ווייסט ווי וויכטיג אזא נייעס איז, פערזענליך בין איך אויסטערליש נתפעל פון טעסלע איבער די נייע קאמפיוטער וואס זיי האן זיך אליינס געלאזט בויען.

- וויבאלד דער איצטיגער קאמפיוטער קען נישט דערהייבן די סעלף דרייווינג סאפטוועיר וואס טעסלע פארמאגט וועלן אלע טעסלע OWNERS וואס האבן געצאלט פאר אויטא פיילאט אנגעהויבן מיט דריי יאר צירוק אום אקטאבער 16' למס' באקומען די נייע קאמפיוטער בחנם.

אינטערן טיש ארבעט שוין טעסלע אויף די נייע קאמפיוטער פון 2016 למס' דעמאלטס האבן זיי גע'הייערט קאמפיוטער ארכיטעקטן פון עפעל און פון AMD.


- טעסלע איז געווען זייער שטארק אויסגעשטעלט צו די נאכווייען פון די טרעיד אמפערייען צווישן טראמפ און טשיינע, צום ערשט האט טשיינע געזוכט צו זיין וואויל, האבן זיי געטוישט די פארבאט אויף אויסלענדישע קאמפאניס צו האבן אייגענע קאר פעקטאריס אין טשיינע, ווי אויך האבן זיי אראפגעלאזט טאריפס אויף אויסלענדישע קארס צו 15 פערצענט, טעסלע האט תיכף ומיד געשניטן אירע פרייזן אין טשיינע, און זיי האבן אנגעפאנגען ערענסט צו ארבעטן אויף זייער פעקטארי פלענער און טשיינע.

ווען אמעריקע האט למעשה ארויפגעלייגט טאריפס אויף טשיינע האט טשיינע נקמה גענומען און צירוקגעלייגט סאך העכערע טאריפס אויף אויסלענדיש פאבריצירטע קארס, אבער זיי האבן נישט צירוקגעצויגן פון זייער ערלויבעניש פאר אויסלענדישע קאמפאניס צו האבן אייגענע קאר פעקטאריס אין טשיינע, איז טעסלע שנעל געגאנגען און געפיילט זייער נייער טשיינע קארפארעישען אן סיי וועלכע שותפות מיט טשיינע קאמפאניס, ביזדערווייל זעענען זיי די איינציגסטע קאר קאמפאני אין טשיינע וואס בעלאנגט אויסשליסלעך צו אמעריקאנער בירגער. זשי עם /פארד/ בי עמ דאבעליו/ וכו' האבן א דרייסיג פערצענט שותפות מיט טשיינע קאמפאניס.

- למעשה זאגט טעסלע אז זייערע וויבאלד זייערע קארס ווערן אימפארטירט פון אמעריקע קאסט זיי יעדע קאר מיט ארום 60 פערצענט טייערער (טאריפ'ס + אימפארט קאסטן) ווי קארס וואס זענען פאבריצירט אין טשיינע, דאס האט גאר שטארק באזארגט אינוועסטארס ווייל טשיינע איז די גרעסטע קאר מארקעט אויף די וועלט, און טעסלע קען דאך נישט געהעריג קאמפיטן דארט, מאסק האט צוגעזאגט אז מען וועט פארשנעלערן די פלענער פאר טשיינע פעקטארי.

-לעצטע וואך האט טעסלע געמאלדן אז זיי האבן געשלאסן א מקח אויף א ריזיגע שטח אין טשיינע פאר א פעקטארי פאר די פרייז פון $140 מילליאן. ווי אויך אז זיי האבן באקומען הלוואות פון טשיינע בענק פון ארום 6 הינדרעט מילליאן דאלער, אויף בילדער פון צוויי טעג שפעטער קען מען זען ווי טראקטארס ארבעטן שוין אויסצוגראדן דעם שטח.

- ספעיס עקס האט געמאלדן אז די 2 סעטעלייטס וואס זיי האבן ארויפגעשאסן ארום א האלבע יאר צירוק מיטן פלאן אויצובויען א אייגענע אינטערנעט ביזנעס ארבעט זיך גוט אויס, איצט אז די טעסט איז סוקסעספול געלונגן קענען זיי פלאנירן פאר ווייטערדיגע שריט.

-ספעיס עקס-
- ספעיס עקס האט געהאט אין פלאן ארויצושיסן 30-25 ראקעט מיסיעס פאר 2018 למס'. למעשה זעט איצט אויס אז זיי וועלן בלויז האבן 21-23 מיסיעס. און 17' למספרם איז געווען 18 מיסיעס.

שוין...
צוגעלייגטע
quareter 3.PNG
quareter 3.PNG (31.98 KiB) געזעהן 1144 מאל
לעצט פאראכטן דורך דערבארומדיג'ער אום דינסטאג אוקטובער 23, 2018 1:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג אוקטובער 23, 2018 1:54 pm

עיקר שכחתי...

טעסלע סטאק איז איצט העכער מיט כמעט 10 פראצענט פארן טאג נאך וואס א אויסגערופענע שארט סעללער איז ארויסגעקומען זאגן אז ער האט געטוישט זיין מיינד. אצינד האט ער איינגעקויפ טעסלא סטאק פאר די לאנג טערם!

דער סטאק אנאליזירער -וואס קלאגט מאסק און געריכט פארן אויפבלאזן די ווערט פון טעסלע כדי שאדן צו מאכן שארט טערם אינוועסטירער- זאגט אצינד:
די מאדעל 3 קאר איז א קלארע סוקסעס.
פילע ווארענונגען איבער טעסלע שטעלט זיך ארויס צו זיין איבערגעטריבן.
טעסלע דאמינירט די קאטעגאריעס און וואס זי שפילט (ער מיינט לכאורה די לוקסוס קאר מארקעט) און זיי טוען פשוט און פראסט חרוב לייגן זייערע קאמפעטיטארס!
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5364
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג אוקטובער 23, 2018 1:56 pm

ווערי אינטערסטינג. האלט ביטע די סטאקס דארט אזוי האמער ריפארטס...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג אוקטובער 23, 2018 2:06 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:ווערי אינטערסטינג. האלט ביטע די סטאקס דארט אזוי האמער ריפארטס...

ברוך השם מיר האבן געמאכט עפעס געלט לעצטענס אין טעסלא "דעי טרעידינג" נעכטן האבן מיר פארקויפט פאר $261 וואס מיר האבן געקויפט פרייטאג פאר $257. אבער היינט יעצט וואלט איך דאס געקענט פארקויפן פאר $289 !!!

מיר האבן אויך טעסלע אינעם לאנג טערם פאזישן. אבער דארט קוק איך נישט היינט... די טעכנאלאגיע סטאקס איז נישט ווערט מיין בליק דעם היינטיגן טאג..
צוגעלייגטע
289.PNG
289.PNG (32.39 KiB) געזעהן 1134 מאל
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג אוקטובער 23, 2018 2:56 pm

טעסלע סטאק קען זיך נישט בארואיגן...

ברוך השם האלט ביי 12.33 % העכער פארן טאג. $293 א שעיר. דער באשעפער זאל העלפן אויף ווייטער
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג אוקטובער 23, 2018 6:47 pm

Wow! יישר כח פאר די שיינע באריכט!

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » דינסטאג אוקטובער 23, 2018 8:19 pm

;q;.i ={'}
ממה נפשך האט געשריבן:Wow! יישר כח פאר די שיינע באריכט!

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7357
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג אוקטובער 23, 2018 8:31 pm

א דאנק פאר דיין באריכט, דערבארומדיג'ער.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4794
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג אוקטובער 23, 2018 9:09 pm

ממה נפשך האט געשריבן:Wow! יישר כח פאר די שיינע באריכט!
די קראך פון די פיקל.. יוי..

אוועטאר
צוקער וואסער
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » דינסטאג אוקטובער 23, 2018 9:40 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:Wow! יישר כח פאר די שיינע באריכט!

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7608
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 10:13 am

יישר כוח, דערבארעמדיגער! מיר ליינען מיט הנאה.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 6:25 pm

יישר כחכם פאר אלע יישר כח'ס, ספעציעל פאר אינזער גאסט פון ספעיס, הרב זאכליך.

ברוך השם אז עס איז געווען היסטארישע טאג פאר טעסלע ווען זיי האבן געמאלדן זייערע פארדינסטן פארן איצטיגן קווארטאל, און צו אלעמענס אויסטערלישע סורפרייז האבן זיי געמאלדן א פראפיט פון 300 מילליאן דאללער!!!!!

דאס איז אין קעגענזאץ צו א פארלוסט פון זעקס זיבן הינדרעט מילליאן דאללער אין די ערשטע צוויי קווארטאלן. מאסק האט צוגעזאגט אז טעסלע גייט מאכן פראפיט ביים צווייטן האלב פון יאר, קיין איינער האט אים נישט געגלייבט, גאלדמאן סאקס, טשעיס, אלע אלע אלע סטאק באריכטער האבן געלאכט, גם אני הקטן האב עס נישט אנגענומען ערענסט. אבער מאסק האט זיך געהאלטן ביי זיינעם און כסדר איבערגעחזרט אז פון די צווייטע קווארטאל און ווייטער וועט טעסלע מאכן פראפיט, היינט איינמאל האט ער באוויזן זיך צו האלטן צו זיין טיימליין.

סטאק מארקעט - נאר די אומאפיציעלע מארקעט, די געהעריגע מארקעט שפארט צו 4 אזייגער- האט ארויפגעשאסן הויעך נאך די נייעס, אצינד איז עס איבער 10 פראצענט העכער, דאס איז בנוסף צו די ריזיגע סטאק שפרינג פון נעכטן!

- א זארג איז פארהאן אז טעסלע רעדט גארנישט אין איר בריוו איבער אירע סעלף דרייווינג אמביציעס, דאס איז אויסער די פאקט אז טעסלע האט לעצטע וואך אראפגענומען די אפציע פאר קונים צו קויפן די סעלף דרייווינג אפציעביים קויפן א נייע קאר . וואס גייט פאר?

-מער פרטים וועלן ארויסקומען אין די קומענדיגע מינוטן ווען די טעסלע פירערשאפט וועט אפהאלטן די פאון קאלל מיט אינוועסטארס אין אינוועסטמענט אדווייזארס.
צוגעלייגטע
unbelivable.PNG
unbelivable.PNG (55.5 KiB) געזעהן 741 מאל
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8050
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 6:37 pm

WOW, טעסלע האט פארדינט געלט, ווער האט זיך געגלייבט אז עס וועט שוין געשען אזוי שנעל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 6:40 pm

מאסק ערשיינט אויסגערוהט און רואיג צום פאון קאנפרענץ
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 7:18 pm

ישר כח גדול! מיר ווארטן פאר אן אפדעיט!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 7:23 pm

עס איז די דריטע קווארטל אינגאנצן זינט די גרינדונג וואס זיי מאכן געלט.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 7:45 pm

סעלף דרייווינג וועט אין די קומענדיגע פאר וואכן אריינגיין אין א נייע פאזע, די קאר וועט קענען אליין סוויטשן לעינס, אריין ארויסגיין פון הייוועי ועוד. דרייווער וועט נאך אלץ דארפן האלטן הענט אויף די רעדל אבאכט צו געבן, אלעס גייט פאראויס ווי געפלאנט
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 7:46 pm

אויב וועט די איצטיגע סטאק פרייז אנהאלטן וועלן די שארט סעללערס דערלייגן נאנט צו א בילליאן דאללער בלויז פון די עיצטיגע סטאק שפרינג.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 7:52 pm

טעסלע האט פאראיאר פארקויפט 100,000 קארס, היי יאר רעכענען זיי צו פארקויפן 340,000 .

אינעם איצטיגן קווארטאל האט טעסלע פארדינט 20 פראצענט פראפיט אויף די מאדעל 3 קארס (ד.מ. אויב רעכענט מען די פולע קאסט צו פראדוצירן די קארס, און די סכום פאר וויפיל עס האט זיך פארקויפט, האבן זיי געמאכט פראפיט 20 פראצענט)
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 7:59 pm

טעסלע זאגט אז זי האט געהאט איר בעסטע קווארטאל אין איר סאלער ביזנעס.

מאסק האט אנפאנג יאר געשלאסן א דיעל מיט האום דיפאוט אפצידינגען פלאץ אין זיבען הינדרעט האום דיפאוט סטארס, דארט וועלן שטיין טעסלע ארבעטערס און פארקויפן טעסלע סאולאר פאנעלס / סאלער דעכער. מיט א קורצע צייט שפעטער האט טעסלע אויגעזאגט די אלע סעילס מענטשען ביי האום דיפאוט, מאסק האט געזאגט אז טעסלע וועט מאכן סאך מער פראפיט אויב זיי וועלן עס פארקויפן אין איר אייגענע סטארס אדער אייגענע וועבזייטל.

איך שטעל זיך פאר אז זיי האבן נישט פארקויפט מער סאלער פאנעלס אינעם איצטיגן קווארטאל, נאר זיי האבן געמאכט מער פראפיט.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 8:03 pm

מאסק חזר'ט איבער טייל פון זיין וויזיע וואס ער האט ארויסגעלייגט צוויי אין א האלב יאר צוריק.

טעסלע קאר אייגענטומער וועלן קענען מיט איין קליק ארויסלייגן זייער קאר צו פארדינגען אויף די שעה, א שטייגער ווי מען לייגט ארויס הייזער צו פארדינגען אויף AIRBNB.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1805
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 8:13 pm

די עיקר וואס אנאליסטן נעמען ארויס פון די היינטיגעקאנפרענץ קאל איז: מאסק האט ביהעיווט אנדערש ווי סיי ווען, ער האט זיך אויפגעפירט אזוי ווי א געווענליכער סי אי או פון א געווענטליכע קאמפאני...

גוטע נאכט..
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 8:21 pm

שכח! קיפ איט קאמינג!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Come and go, tech yid, ברעחדך קאפ, גיט, הויעך, משהלע, נא_שכל און 61 געסט