נייעס און אלעס ארום Elon Musk

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ממה נפשך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

נייעס און אלעס ארום Elon Musk

תגובהדורך ממה נפשך » זונטאג ינואר 28, 2018 1:07 pm

Elon Musk איז אן אמעריקאנער ביליאנער און איז די גרינדער, קא-גרינדער אדער CEO פון היפש אפאר קאמפעני'ס, אינאוועטיוו קאמפעני'ס, וואס ער איז זייער שטארק אין אויפקומען מיט איידיעס אוו אינאוועישאן צו מאכן גרינגער פאר די מענטשהייט און פאר די וועלט. אזוי זאגט ער און ס'איז אביסל אמת.

ער האט זיך ערווארבן א זייער גוטע נאמען מיט'ן זיין איינער וואס רעדט ווייניג און טוט צו די זאך. ווען ער זאגט עפעס אז ער גייט עס מאכן ווערט עס געווענליך דעליווערט 100 פראצענט, אויפן דאטום אדער פֿריער. בכלל איז ער שטארק באקאנט מיט זיינע טיים-פרעים'ס, טיילמאל, ארויסציווייזן ווי זיכער ער איז ביי זיך, איז די דיעל אז אדער איז עס רעדי אין צייט אדער איז עס free, ווי אויסגעשמועסט שפעטער. ער האט א שטארקע באזע וואס שטיצט אים אויף וואס ער טוט נאר.

פאלגענד וועלן מיר אביסל אויסשמועסן זיינע ביזנעסער אין אויפטוהונגען.


Tesla קאר קאמפעני
איז באקאנט מיט'ן זיין די ערשטע פולע עלעקטריק קאר וואס האט נישט קיין געזאלין טאנק, ווי אויך איז עס שטארק פאראויס אין די סעלף דרייווינג טעכנעלאגיע. סאיז א טייערע קאר, אסאך אמעריקאנער גוים קוקן ארויס צו דרייוון א טעסלא אלס באווייז אז זיי זענען ערגעץ אנגעקומען..

לעצטענס איז די נייעס ארויס אז טעסלע פלאנט ארויסצוקומען מיט א טרעילער! גערופן Tesla Semi. פארשטייט זיך מיט די זעלבע מעלות, פולי עלעקטריק און סעלף דרייווינג. תיקף ווען ס'איז באקאנט געווארן די נייעס האבן קאמפעני'ס איבער אמעריקא געמאלדן איינס נאכן צווייטן אז זיי גייען - אדער האבן שוין - באשטעלט צענדליגער צו הונדערטער פון די נייע סארט טרעילארס. די נייעס איז געווען זייער פאזיטיוו.

Tesla Semi:
TeslaSemiZoom.png
TeslaSemiZoom.png (392.98 KiB) געזעהן 2945 מאל



Solar City סאָלאַר פאנעלן - טשעירמאן
סאָלאַר סיטי פארקויפט און אינסטאלירט סאָלאַר פאנעלן פאר היימען פון אינדיווידועלן, געצילט צו שטעלן דעם טאן אז א הויז אן א עלעקטריק בילל איז א נארמאלע זאך.

און א אינטערעסאנטע אנטוויקלונג האט מאסק - אונטער זיין קאמפעני טעסלא - לעצטענס געבויעט א מעכטיגע באטערי קאמפלעקס אין אויסטראליע, וואס איז די גרעסטע lithium ion באטערי אין די וועלט. די באטערי וואס ווערט געטשארדזשט מיט סאלאר פאנעלן, קען צושטעלן ענערגיע פאר אזויפיל ווי דרייסיג טויזענט היימען, און איז די ערשטע ענערדזשי פראוויידער פון קלין ענערדזשי.

דאס קומט נאכדעם וואס ס'איז געווען א קאטאסטראפישע אינצידענט אז די עלעקטריק קאמפעניס דארט האבן זיך נישט געקענט צושטעלן וועגן די וועטערס, האט מאסק אויף טוויטער געטשעלענדזשט די אויסטראלישער פריים מיניסטער פארוואס ס'איז נישט דא קיין בעקאפ, האט ער צוריקגעפרעגט האסט אן עצה? האט מאסק געענטפערט אז ער קען בויען א בעקאפ פלענט וואס זאל נישט זיין אנגעבינדן צו קיין שום פראוויידערס. האט ער געפרעגט וואס איז די עסטימעיט, האט מאסק געענטפערט "Hundred days or it's free". און ער האט עס דעליווערט! דאס איז יעצט איינע פון זיינע שטערקסטע באווייזן אז מ'קען טשעינדזשן די וועלט צו נוצן קלין ענערדזשי.


SpaceX ראקעט קאמפעני
עלאן מאסק איז באקאנט מיט זיין גאול צו אויפסעטן רוטינע טריפס צו פירן טוריסטן קיין מארס ארביט, און עווענטועל קיין מארס. די ערשטע טוריסטן טריפ איז געסקעדזשולט פאר אזוי פרי ווי די ענדע יאר 2018.

מיט דעם ציל האט ער געגרינדעט ספעיס-עקס וואס איז באקאנט צו זיין די ביליגסטע ראקעט קאמפעני אין אמעריקע, טאקע פאר דעם צו קענען געבן די געלעגנהייט פאר אינדיווידועלן און נישט נאר פאר גרויסע ארגעניזעישאנס, צו מאכן דעם אויסוואל.

די עיקר סיבה פארוואס זיי קענען זיין אזוי ביליג איז, ווייל א ספעיס-עקס ראקעט איז אויס געשטעלט צו קענען ווערן איבערגענוצט מער ווי איין מאל. אמאל ווען מ'האט ארויפגעשאסן א ראקעט איז די גרעסטע חלק פארברענט געווארן, צוריק געקומען - ווען ס'איז - איז נאר די חלק וואס האט צוריק געברענגט עפעס וואס מ'האט געדארפט, לדוגמא די אסטראנאטן. איז דער חשבון געווען פשוט: באשטעלסט א טריפ באצאל פארן ראקעט.

ספעיס-עקס האט אויסגעשטעלט א סיסטעם אז ווי נאר די ראקעט טיילט זיך אפ פונעם שטיקל דרייט זיך עס אויס און מאכט זיין וועג צוריק צו די ערד. געווענליך לאנדעט עס אויף א שווימנדיגע שיף אין ים, צו פארמיידן אומאנגענעמליכקייטן. דאס האט געמאכט א מהפיכה אין דעם פעלד, זעענדיג אז ס'מוז נישט זיין אזוי שווער און טייער זיך צו פארבינדן מיט די אינדרויסענדיגע וועלטן.. אסאך האבן אנגעהויבן זיי צו נוצן, אריינגערעכנט די US Air Force פאר שפיאנאזש מיסיעס.

און מיט דעם מאכן זיי אסאך נאנטער דעם ציל אז פריוואטע מענטשן זאלן אויך קענען אנקומען דערצו.


Hyperloop שנעלצוג באנען - איידיע
אין 2013 האט עלאן מאסק ארויס געלייגט אין די עפענטליכקייט אן איידיע פון א באן וואס קען פארן מיט א שנעלקייט פון 750 מפש. די ציל דערפון אז מ'זאל קענען פטור ווערן פון די שטארקע טראפיק וואס פלאגן געוויסע שטעט און לענדער. ער האט דעמאלט ארויסגעלייגט די פלענער און געגעבן רשות אז ווער ס'וויל קען עס בויען.

צו מאכן די זאך אינטערעסאנטער, האט ער אויסגעשטעלט א קאמפעטישן פון אפאר קליינע קאמפעני'ס פאר ווער ס'וועט בויען מיט די בעסטע רעזולטאטן. און די פארגאנגענהייט איז שוין געווען אפאר אזעלכע קאמפעטישאן'ס מיט געוויסע געצילטע פרטים. מער דעטאלן דא.


The Boring Company פאר טונעלן גראבונגען
איין טאג איז ער אויפגעקומען מיט אזא המצאה, לייגט צו קאפ: פארוואס אין די גרויסע סיטי'ס ווי ס'איז נישט דא קיין טראפ פלאץ זיך צו רירן, זענען דא געביידעס פון צענדליגער שטאק הויך פאר אפיסעס און הייזער, אבער ראודס צו די געביידעס איז דא נאר איין שטאק, נעמליך גראונד לעוועל. ער טענה'ט אז פונקט ווי ווען ס'איז נישט דא קיין פלאץ פאר בילדינגס זיך אויסצושפרייטן אין די ברייט, גייט מען אויף ארויף, די זעלבע זאך דארף זיין מיט ראודס. א לאגישע טענה.

די בארינג קאמפעני איז א קאמפעני וואס וועט גראבן טונעלן אויף זייער א גרינגע אין פאראנטווארטליכע וועג, כדי צו קענען נוצן פאר קארס און ראודס צו פארגרינגערן טראפיק. די טונעלן וועלן זיין אויסגעשטעלט צו ארייננעמען קארס, אבער נישט פארנדיג, נאר אין אזא קליינע טעלערל וואס וועט פארן אויף טרעקס און די קאר וועט זיצן אין דעם אויסגעלאשענערהייט. די טעלערל וועט אנקומען אין טונעל דורך אן עלעוועיטאר וואס וועט אראפ פארן גראד פונעם אויבערשטן ראוד.

לויט זיין מהלך האבן די סארט טונעלן כמה וכמה מעלות:
די טעלערל קען פארן שנעלער ווי סתם א קאר. שפארסטו צייט און טראפיק.
די קאר איז אויסגעלאשן און לאזט נישט קיין שעדליכע געז. ע"ע טעסלא עלעקטריק קאר.
די טונעלן וועלן עווענטועל אויך קענען גענוצט ווערן פאר די דערמאנטע הייפערלופ.


דאס איז אין קורצן געשריבן זיין בליק אין די ביזנעס וועלט. ביטע עס נישט נעמען אלס אן ארויפקוק אויפן גוי, כ׳האב נאר געשפירט אז ס׳קען זיין אינטערעסאנט פאר די ליינער.

ביטע לאזט הערן אייערע קאמענטארן און פארשטייט זיך אויך ״נייעס און אלעס ארום Elon Musk".

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » זונטאג ינואר 28, 2018 2:12 pm

זייער אינטערעסאנט!

מ'הערט אלץ פון עם בנוגע די טעסלא קאר קאמפאני, און לעצטענס ווען ער האט געמאלדן איבער די "באורינג קאמפאני", כ'האב נישט געכאפט אז ער האט א שייכות מיט אזויפיל אנדערע אינטערעסאנטע פראיעקטן.

איז ער א ספעציעלע קלוגע מענטש? אדער ס'איז פשוט אז ער האט די דרייסטקייט (גאטס בלע"ז) זיך אונטערצונעמען זאכן וואס קיינער אנדערש וואלט נישט געטוהן?

אוועטאר
כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » זונטאג ינואר 28, 2018 2:25 pm

יישר כח
זייער אינטערעסאנט
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » זונטאג ינואר 28, 2018 2:43 pm

נאך רייכע אשכולות איבער די נושא

viewtopic.php?f=57&t=20852

viewtopic.php?f=69&t=26466
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

ממה נפשך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » זונטאג ינואר 28, 2018 5:59 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט!

מ'הערט אלץ פון עם בנוגע די טעסלא קאר קאמפאני, און לעצטענס ווען ער האט געמאלדן איבער די "באורינג קאמפאני", כ'האב נישט געכאפט אז ער האט א שייכות מיט אזויפיל אנדערע אינטערעסאנטע פראיעקטן.

איז ער א ספעציעלע קלוגע מענטש? אדער ס'איז פשוט אז ער האט די דרייסטקייט (גאטס בלע"ז) זיך אונטערצונעמען זאכן וואס קיינער אנדערש וואלט נישט געטוהן?


מן הסתם ביידע צוזאם, ווי באשריבן אין די געלינקטע אשכול אז ער האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין זייער קלוג פון אלס יונג אן.

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4247
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג ינואר 28, 2018 6:53 pm

א דאנק
שטארק הנאה געהאט
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2251
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » זונטאג ינואר 28, 2018 6:57 pm

Thanks great discussion

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג ינואר 28, 2018 10:32 pm

יישר כוח ממה נפשך, מיר האבן הנאה פון אייך סיי דא און סיי אין די ספעיס נייעס, קיפ איט אפ!
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » זונטאג ינואר 28, 2018 11:34 pm

ישר כוח פארן גיין פתיחה, א אינטערעסאנטע פערזאן וואס מוועט יארן ארום שטודירן זיין פערזענדליכקייט.

דאכט זיך ער האט אנגעהויבן זיין קאריער מיט איבעי און פעיפעל, א אקשען סייט און א פעימענט סיסטעם אנליין, חידושים נפלאים באותו זמן.

אוועטאר
זזה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

Hyperloop

תגובהדורך זזה » זונטאג ינואר 28, 2018 11:43 pm

ממה נפשך האט געשריבן:Elon Musk



he started the Hyperloop in 2013 and still not finished
I think that China by now ha's it
"sign up @ ebates for free and save @ all stores
https://goo.gl/oFZR4y

https://goo.gl/Rrje39 Ebay daily deals
יש"כ

ממה נפשך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג ינואר 30, 2018 10:37 am

לעצטענס האט ער זיך אביסל צולאזט מיט זיין באזע און באשלאסן צו מאכן פאן..

ער האט געמאכט א קעפ מיט The Boring Company לאגא דערויף און עס אנגעהויבן צו פראמאוטן אויף סאושעל מידיע, ווער סקויפט די 5000'טע שטיקל באקומט איינס אומזיסט... די נומערן האבן אנגעהויבן ארויפפארן און גאנץ שנעל אנגעקומען צו 5000... עווענטשולי איז געווארן פארקויפט 50,000 שטיק אין א קורצע צייט.

די זעלבע האט ער געטון דעם שבת מיט א נייע אייטעם וואס רופט זיך The Boring Company Flamethrower עפעס וואס שיסט פייער, סופאסדלי טוט מען עפעס דערמיט ביים גראבן טונעלן, פאר $500 א שטיקל. בקיצור, עולם גולם לויפט און קויפט אזש אין די ערשטע שעה איז געגאנגען טויזענט שטיק...

Screenshot_20180130-102433.jpg
Screenshot_20180130-102433.jpg (110.45 KiB) געזעהן 2025 מאל


ער איז אפט אויף טוויטער מיט אפדעיטס וואו די נומבערס האלטן און וואס מ'קען טון דערמיט, ווי ראוסטן נאטס אד"ג... (איר ווילט ניסלעך פאר חמשה עשר? האנדלט אייך איין א גאן...)

ס'נאר דא 20,000 שטיק אוועילעבל, מאנטאג צופרי איז שוין 7,000 שטיק געווען פארקויפט!

בארואיגט-אייך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דינסטאג ינואר 30, 2018 10:52 am

נעקסטע פרעזידענט.....

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4985
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג ינואר 30, 2018 11:16 am

יעצט געליינט. ייש'כ ממה נפשך,זייער אינטערעסאנט און זייער מסודר געשריבן.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

ממה נפשך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג ינואר 30, 2018 6:57 pm

א לאומעקער אין קאליפארניע האט זיך געלאזט הערן אז ער וויל טוישן די רולס אז די Flamethrower זאל ווערן פאררעכנט ווי א וואפן.

לויט די יעצטיגע רולס ווערט עס פאררעכנט ווי א פלעינע טארטש, וויבאלד עס שיסט פייער ווייניגער ווי 10 פיס.

אפילו אויב ס'גייט דורך וועט עס נאר עפעקטן קאליפארניע איינוואוינער.

די פראבלעם איז נאר אז Elon Musk וואוינט אין קאליפארניע...

---
שכח פאר אלע שכח'ס

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » דינסטאג ינואר 30, 2018 7:12 pm

ממה נפשך האט געשריבן:
די זעלבע האט ער געטון דעם שבת מיט א נייע אייטעם וואס רופט זיך The Boring Company Flamethrower עפעס וואס שיסט פייער, סופאסדלי טוט מען עפעס דערמיט ביים גראבן טונעלן, פאר $500 א שטיקל. בקיצור, עולם גולם לויפט און קויפט אזש אין די ערשטע שעה איז געגאנגען טויזענט שטיק...

Screenshot_20180130-102433.jpg


ער איז אפט אויף טוויטער מיט אפדעיטס וואו די נומבערס האלטן און וואס מ'קען טון דערמיט, ווי ראוסטן נאטס אד"ג... (איר ווילט ניסלעך פאר חמשה עשר? האנדלט אייך איין א גאן...)

ס'נאר דא 20,000 שטיק אוועילעבל, מאנטאג צופרי איז שוין 7,000 שטיק געווען פארקויפט!


שכוח פאר די אינפערמאציע און באשרייבנוג,

וואס איז די חידוש מיט די אייטעם חוץ די דיזיין? עס אזי דא גאנץ אסאך עקזיסטינג טארטש וואס שיסט פייער.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

ממה נפשך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג ינואר 30, 2018 8:46 pm

נאטינג ספעשל אויסער די פאן אוו איט...

אין זיינע ווערטער:
“I want to be clear that a flamethrower is a super-terrible idea. Definitely don’t buy one. Unless you like fun.”

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3603
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג ינואר 30, 2018 9:43 pm

הערליך שיין ממה נפשך! א דאנק!
געלייענט און הנאה געהאט!
איך פלעג מיינען אז איך פארשטיי אלעס, אין זייט איך דריי מיר דא הייב איך טאקע אן אלעס פארשטיין.
קרעדיט פאר דוקא

ממה נפשך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 12:38 am

אקעי, די Flamethrower איז סאלד אוט, מיט טאטעל סעילס - לויט'ן חשבון - פון 10 מיליאן דאלער. די אלע וואס האבן באשטעלט איינס וועלן אויך באקומען א Boring Company fire extinguisher.

אז ס'האט זיך אויסגעארבעט איז ער גערעכט... וועל מיר ווארטן מיט געדולד אויפן נעקסטן משוגעת.

ממה נפשך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מאנטאג פאברואר 05, 2018 10:30 am

אינטערעסאנטע מענטש דער:
Some customs agencies are saying they won't allow shipment of anything called a 'Flamethrower,' To solve this, we are renaming it 'Not a Flamethrower.'

ugprrmdbhorlrp2gpggq.png
ugprrmdbhorlrp2gpggq.png (89.81 KiB) געזעהן 1493 מאל

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג פאברואר 12, 2018 12:45 am

מיסטער מאסק ביים אבזערווירן זיין פאלקאן העווי זיך הייבן...
צוגעלייגטע
elonmusknatgeo.jpg
elonmusknatgeo.jpg (52.76 KiB) געזעהן 1327 מאל
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
צל עובר
שר האלפיים
תגובות: 2503
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג פאברואר 12, 2018 12:47 am

זאכליך האט געשריבן:מיסטער מאסק ביים אבזערווירן זיין פאלקאן העווי זיך הייבן...


א פאני מענטש דער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

פראהביטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » מאנטאג פאברואר 12, 2018 8:37 am

צל עובר האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:מיסטער מאסק ביים אבזערווירן זיין פאלקאן העווי זיך הייבן...


א פאני מענטש דער.

ווי זעסטו זיין פאניקייט?

אוועטאר
נישט פשוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » מאנטאג פאברואר 12, 2018 2:00 pm

וואס שטעק ער ארויס די צונג פארוואס ?
ער זעט אויס זייער יונג און די בילד ווי אלט איז ער ?
איך בין נייגעריג וואס די האסט צו זאגן.

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג פאברואר 12, 2018 2:15 pm

46
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
צל עובר
שר האלפיים
תגובות: 2503
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג פאברואר 12, 2018 4:34 pm

פראהביטש האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:מיסטער מאסק ביים אבזערווירן זיין פאלקאן העווי זיך הייבן...


א פאני מענטש דער.

ווי זעסטו זיין פאניקייט?


זיין אנטועכץ זיין פעיס, קוק א קליפ פונעם.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בארג, דוקטור, חמרא טבא, קהל עדתינו און 59 געסט