למעלה משבעים האט געשריבן:צהלה ושמחה האט געשריבן:ביי אונז דא אין נ"י לערענט מען אויך נישט מיט די קינדער אינטער פינף יאר אז די תורה איז באשטעטיגט דורוך חקירה, סייענעס, און עווידענטס, מעלום לא שמעתי אז מען לייגט דא א דגוש אויסצולערנען די פיצליך קליינע קינדער אז אונזערע עלטערן האבן משיג געווען די תורה מיט חקירה, סייענעס און עווידענטס, אויף פארקערט האבן מיר יא געהערט, מיר האבן געהערט אז מען דארף גלייבען בשם ותורתו אן קיין שום חקירה, סייענעס, און עווידענטס, נאר דשאסט מיר גלייבען ווייל אזוי האבן מיר מקבל געווען פון די אבות ארויף, אונזערע קינדער לערענט מען אויס אז מען דארף גלייבען אפילו מען פארשטייט נישט און מען האט נישט קיין שום הוכחה.
קודם צו מען לערנט יא צו נישט, דאס עצם מסכים זיין אז די קינדער זאלן נישט וויסן אז דער באשעפער און די תורה איז א מציאות, איז אומדערהערט. אבער לאמיר שוין מסכים זיין אז ס'איז נישט קיין פראבלעם, ס'האט מיר שוין לאנג אויסגעזען אז איר האט נישט קיין קינדער אין חדר... אוודאי לערנט מען מיט די קינדער דאס.
פארציילט מען דען נישט פאר די קינדער די פאלגענדע?גראדער האט געשריבן:איין טאג, ווען אברם איז געווען 3 יאר אלט, האט ער אנגעהויבן צו טראכטן, איך זעה דא פאר מיר אזא שיינע וועלט, פול מיט אזויפיל שיינע זאכן, ס'קען דאך נישט זיין אז די אלע זאכן זענען געווארן פון זיך אליינס, ס'מוז זיין אז איינער האט די אלע זאכן געמאכט און ער פירט אלעס ווייטער, "ס'מוז זיין זייער אינטערעסאנט זיך צו באקענען מיט אים, ער מוז זיין זייער גרויס און שטארק צו קענען געוועלטיגן איבער אלעם, ס'איז נישט מער ווי יושר איך זאל אים לויבן און דאווענען צו אים" האט אברם אנגעהויבן צו טראכטן ווער קען זיין דער באשעפער?
ווען זיין מאמע פלעגט אים קומען באזוכן אין הייל האט ער איר אלעמאל געפרעגט ווער עס איז דער באשעפער, "וואס הייסט ווער? האט זי זיך געוואונדערט, דער גרויסער נמרוד!, ס'קען נישט זיין האט אברם זיך גע'טענה'ט, ער איז דאך א מענטש וואס איז נעכטן געבוירן געווארן און מארגן שטארבט ער, ווי קען ער זיין דער וואס האט באשאפן הימל און ערד?
"איך ווייס ווער" האט ער איין טאג מחליט געווען, "קוק אן דעם זון, ער איז אזוי גרויס און שטארק, די גאנצע וועלט איז ליכטיג מיט זיין כח, ער קען מאכן הייס דעם גאנצן ערד קוגל, ס'מוז זיין אז ער איז דער באשעפער," האט דער 3 יעריגער אברמ'ל זיך געשטעלט דאווענען מיט גרויס כוונה צום זון.
דער טאג האט זיך געריקט פאראויס, אברם נעמט נישט אראפ קיין אויג פון זיין נייעם גאט, דער זון, פלוצלונג ווערט אים שלעכט, אוי, דער זון ווערט שוואכער און שוואכער, ס'ווערט טונקעלער און טונקעלער, דער גאט גייט אונטער, און ווער נעמט אים איבער? די לבנה! ס'מוז זיין אז די לבנה האט באשאפן די וועלט האט אברם באשלאסן, אויב ער איז אזוי שטארק אז ער קען אוועקשטיפן די זון, מוז זיין אז ער איז דער גאט, האט אברם זיך געשטעלט פרום דאווענען צו די לבנה.
די נאכט גייט אריבער, און פלוצלונג זעהט אברם ווי די לבנה ווערט נעלם, און דער נעכטיגער זון איז צוריק דא... ס'מוז זיין אז קיינער פון זיי האט נישט באשאפן די וועלט, זיכער איז דא איינער העכער זיי וואס האט באשאפן די וועלט און ער פירט די זון מיט די לבנה און אלע באשעפענישן אויף די וועלט! און נאר אים דארף מען דינען! אברם האט אנגעהויבן דאווענען צום אויבערשטן, און דער גרויסער באשעפער האט טאקע זיך אנטפלעקט פאר אברם, "איך בין דער באשעפער און מיר דארף מען דינען!"
לפי זייער פשרה טאר מען דאס נישט פארציילן.
ב"ה געטראפן אן הסבר פארוואס מטאר נישט
משרייבט קלאר אז מגייט יא לערנען אמונה און מיר האבן דאס בקבלה פון אונזערע עלטערן וואס זענען געווען ביי יציאת מצרים מתן תורה אבער אממממ......