אלעס ארום די 2018 גאווערמענט שאטדאון

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מוצ"ש ינואר 20, 2018 10:22 pm

ווי דער פרעזידענט האט געשריבן די דעמאקראטן האבן איהם געגעבן א שיינע יארטאג מתנה.

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 633
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » מוצ"ש ינואר 20, 2018 10:29 pm

פארטראכטער האט געשריבן:למעשה האבן פינף דעמאקראטן געוואוט אנטקעגן די שאטדאון דאס נעמט אריין אלע 'רויטע דעמאקראטן' וואס קומען פון רויטע סטעיטס, אריינגערעכנט די ניי ערוועלטע דעמאקראט פון אלאבאמא, דאג דזשאונס.

פון די אנדערע זייט זענען געווען פינף רעפאבליקאנער וואס האבן געוואוט פארן שאטדאון, וואס רעכנט אריין סענעטאר לינדזי גרעהעם פון סאוט קאראליינע, זשעפ פלעיק פון אריזאונא, מייק לי פון יוטא, ראנד פאול פון קענטאקי און צום לעצט די מעדזשאריטי ליעדער מיטש מעקקאנעל פון קענטאקי.

וואס איז פשט אז די העכסטע רעפובליקאנער אין סענאט האט געוואוט דערפאר?


יעצט זע איך אז מעקקאנעל האט געוואוט אזוי צוליב פראצודערל סיבות, ווייל כדי ער זאל שפעטער קענען צוריק ארויפברענגען די אישו אויף א וואוט מוז ער זיין אויף די ווינינג זייט פון די ערשטע וואוט.

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4910
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש ינואר 20, 2018 10:33 pm

מייק לי פארשטיי איך נישט פארוואס ער האט געשטימט מיט די דעמאקרעטס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מוצ"ש ינואר 20, 2018 11:02 pm

כאפצעם האט געשריבן:1 טאג אריין אינעם צווייטן יאר און שוין ברעכט ער עטליכע פרישע רעקארדס.

ערשטע שאטדאון אין היסטאריע אזוי פריה אין א פרעזידענסי.

ערשטע שאטדאון אין היסטאריע ווען 1 פארטיי איז אין טאטאל קאנטראל פונעם גאווערמענט.

ערשטע שאטדאון אין היסטאריע אין א פרעזידענסי יארטאג.

אויך איז עס דער ערשטער שאָטדאון זייט דעם פארלאפענער שאָטדאון. א רעקארד

הרב כאפצעם, די ביסט פאר די רעקארד׳ס
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום מוצ"ש ינואר 20, 2018 11:06 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » מוצ"ש ינואר 20, 2018 11:04 pm

וואס פונקטליך געשעהט ביי א שאטדאון און וואס אפעקטירט עס דעם היימישן ציבור?
אויב ווילסטו עפעס פון מיר קענסטו מיר קענטעקטן אין אימעיל אדער הענגאוטס: ferdsminister@gmail.com

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מוצ"ש ינואר 20, 2018 11:08 pm

עס איז אינטערעסאנט צי זעהן ווי ביי די פאריגע שאטדאון איז עס געווארן געפאמפט אויף א וועג אז די לאנד זאל עס זעהן און פילן. אבער דאס מאל פרובירן זיי אז מען זאל עס ניט אמאל וויסן אז סדא חוץ וואס מהאט נישט קיין ברירה

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מוצ"ש ינואר 20, 2018 11:11 pm

!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2478
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מוצ"ש ינואר 20, 2018 11:11 pm

קודם, עס איז די אכצענטע שאטדאון אין די פערגאנגענע פערציג יאהר...
אלע נישט אזוי וויכטיגע רעגירונג פונקציעס ווערן אפגעשפארט. צ.ב.ש. פארק סערוויסעס א.ד.ג.
געלט פאר געוויסע זאכען ווערן צוריקגעהאלטן, אבער באצאלט ווען די רעגירונג עפנט זיך צוריק.
דעם היימישן ציבור וועט עס אפעקטירן פאר די מלחמה וועטעראנען צווישן אונז, זייער געלט וועט אנקומען נאך וואס די שאטדאון איז פאריבער.
ווי אויך ווערן נאציאנאלע פארקס פארשפארט, ווייל די ארבייטער און וועכטער פון דארט ווערן נישט באצאלט אין די צייט
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מוצ"ש ינואר 20, 2018 11:15 pm

פאריגע מאל האבן זיי טינקל געמאכט זייער וועבזייטל לכבוד דעם שאטדאון. יעצט איז אלעס ווי נורמאל.

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מוצ"ש ינואר 20, 2018 11:18 pm

איך וואלט געזאגט אז טראמפ זאל ארויסקומען.... אז ער גייט באבאכטען ווי אזוי דאס לאנד ווערט אפעקטירט פונעם שאטדאון. אויב זעט מען אז עולם כמנהגו נוהג, קענען די אלע אגענטורען בלייבן פארשפארט... Will save billions on this unneeded departments...

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9058
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מוצ"ש ינואר 20, 2018 11:33 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:1 טאג אריין אינעם צווייטן יאר און שוין ברעכט ער עטליכע פרישע רעקארדס.

ערשטע שאטדאון אין היסטאריע אזוי פריה אין א פרעזידענסי.

ערשטע שאטדאון אין היסטאריע ווען 1 פארטיי איז אין טאטאל קאנטראל פונעם גאווערמענט.

ערשטע שאטדאון אין היסטאריע אין א פרעזידענסי יארטאג.

אויך איז עס דער ערשטער שאָטדאון זייט דעם פארלאפענער שאָטדאון. א רעקארד

אין קעיס האסט נישט פארשטאנען, א רעקארד מיינט א זאך וואס פאסירט ס'ערשטע מאל אין היסטאריע.

שאטדאונס האט שוין פאסירט צענדליגע מאל, אבער אייביג איז עס געשעהן ווען איין פארטיי האט שוין נישט געהאט פולע גאווערמענט קאנטראל צו קענען מאנאווירן די געשפרעכן און די אישו'ס אז ס'זאל נישט קומען דערצו. דא, כאטש די פולע קאנעראל פון איין צד איז אצינד נישטא קיין שום ליעדערשיפ, ווי שומער און מעקאנעל זאגן ביידע אז ס'נישטא מיט וועם צו רעדן אין ווייסן הויז.

אזוי אויך האט אזאנס קיינמאל פאסירט אזוי פריה אין אן אדמיניסטראציע וויבאלד ביז היינט האט מען נאך געהאט א געוויסע רעספעקט פארן נייעם פרעזידענט וואס איז הערשט אריינגעקומען אין אמט מיט א געווינס פונעם פאלק. דא אבער האט דער פרעזידענט קיינמאל באקריגן קיין מאנדאט, סאו פאסירן זאכן גאר אנדערש.
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1678
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » זונטאג ינואר 21, 2018 12:04 am

מ'מעגן ספידן יעצט ?

אנפין נהירין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 2:01 pm

תגובהדורך אנפין נהירין » זונטאג ינואר 21, 2018 12:09 am

ווער איז זיי?
shimon7323 האט געשריבן:פאריגע מאל האבן זיי טינקל געמאכט זייער וועבזייטל לכבוד דעם שאטדאון. יעצט איז אלעס ווי נורמאל.

אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:45 pm

תגובהדורך יא איך » זונטאג ינואר 21, 2018 12:20 am

כאפצעם האט געשריבן:1 טאג אריין אינעם צווייטן יאר און שוין ברעכט ער עטליכע פרישע רעקארדס.

1)ערשטע שאטדאון אין היסטאריע אזוי פריה אין א פרעזידענסי.

2)ערשטע שאטדאון אין היסטאריע ווען 1 פארטיי איז אין טאטאל קאנטראל פונעם גאווערמענט.

3)ערשטע שאטדאון אין היסטאריע אין א פרעזידענסי יארטאג.

איז אזוי אונז וועלען מיר אביסעל צונעמען דיינע רעקערדס
1) ערשטע שאטדאון וואס די פרעזידענט הייסט טראמפ

2)וואס די האסט געשריבען איך האף אז די פארשטייסט אז דאס איז א שטארקע שעם פאר די דעמעקרעטס אז זיי זענען נישט און קאנטראל און קיין איין הויז און זיי דרייען איבער מיט א שאטדאון

3) ערשטע שאטדאון וואס עס זאל זיין אזא שיינע וועטער אינדערויסען

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » זונטאג ינואר 21, 2018 12:25 am

אנפין נהירין האט געשריבן:ווער איז זיי?
shimon7323 האט געשריבן:פאריגע מאל האבן זיי טינקל געמאכט זייער וועבזייטל לכבוד דעם שאטדאון. יעצט איז אלעס ווי נורמאל.



דער אבאמא ווייסהויז.
דער וועבזייטל פון דער ווייסער הויז האט ביי אבאמא רעפלעקטירט די שאטדאון

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג ינואר 21, 2018 1:01 am

כאפצעם האט געשריבן:
רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:ר' כאפצעם, די רעפובליקאנער זענען אויך אין שטיצע פון די דעמאקראטנס פארלאנגען. עס איז די דעמאקראטן וואס האבן זיך ארויסגעצויגן פון א דיעל, לפי כאפצעמ'ס רעפארט נעכטן.

טעות, לייען איבער כאפצעמס באריכט. טראמפ האט אפגעזאגט די בייפארטיזען דיעל.

viewtopic.php?p=1593014#p1593014
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1815
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » זונטאג ינואר 21, 2018 1:02 am

הצדיק האט געשריבן:מ'מעגן ספידן יעצט ?


:lol:
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג ינואר 21, 2018 1:04 am

כאפצעם האט געשריבן:%100 אז ס'איז אויף די וואנט, און דאס שרייען די דעמאקראטן! די וואנט איז הכל מודים אז ס'איז א פארטייאישע אישו וואס איין פארטיי וויל בשו"א נישט, דאקא ווידער איז נישט, %70 לאנד וויל עס, און טראמפ אליין האט שוין געשלאסן א דיעל מיט טשאק ענד נענסי צו שטיצן א ריינע דאקא ביל.

נו, לייג אריין דאקא -די דעמאקראטן זענען נאך אפילו גרייט דיר צו געבן עטליכע ביליאן פאר באורדער סעקיורעטי- און אלעס איז כשר וישר. די גאווערמענט ווערט געפאנדעט!

וואס אין די וועלט בלאקירסטו די גאנצע גאווערמענט וועגן דיין נארישע וואנט?!

דעמאקראטן זענען גרייט אפי' גרייט צו געבן....

די רעפובליקאנער האבן געהאט א ביל גרייט דורכצוגיין סענאט. פארוואס איז עס נישט דורך?
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג ינואר 21, 2018 1:09 am

כאפצעם האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:1 טאג אריין אינעם צווייטן יאר און שוין ברעכט ער עטליכע פרישע רעקארדס.

ערשטע שאטדאון אין היסטאריע אזוי פריה אין א פרעזידענסי.

ערשטע שאטדאון אין היסטאריע ווען 1 פארטיי איז אין טאטאל קאנטראל פונעם גאווערמענט.

ערשטע שאטדאון אין היסטאריע אין א פרעזידענסי יארטאג.

אויך איז עס דער ערשטער שאָטדאון זייט דעם פארלאפענער שאָטדאון. א רעקארד

אין קעיס האסט נישט פארשטאנען, א רעקארד מיינט א זאך וואס פאסירט ס'ערשטע מאל אין היסטאריע.

שאטדאונס האט שוין פאסירט צענדליגע מאל, אבער אייביג איז עס געשעהן ווען איין פארטיי האט שוין נישט געהאט פולע גאווערמענט קאנטראל צו קענען מאנאווירן די געשפרעכן און די אישו'ס אז ס'זאל נישט קומען דערצו. דא, כאטש די פולע קאנעראל פון איין צד איז אצינד נישטא קיין שום ליעדערשיפ, ווי שומער און מעקאנעל זאגן ביידע אז ס'נישטא מיט וועם צו רעדן אין ווייסן הויז.

אזוי אויך האט אזאנס קיינמאל פאסירט אזוי פריה אין אן אדמיניסטראציע וויבאלד ביז היינט האט מען נאך געהאט א געוויסע רעספעקט פארן נייעם פרעזידענט וואס איז הערשט אריינגעקומען אין אמט מיט א געווינס פונעם פאלק. דא אבער האט דער פרעזידענט קיינמאל באקריגן קיין מאנדאט, סאו פאסירן זאכן גאר אנדערש.

דו האלטסט אין איין איבער'חזר'ן די שקר אז איין פארטיי איז אין קאמפליט קאנטראל.

איי געס פאקטן מאכן נישט אויס, עז יוזשועל.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7593
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג ינואר 21, 2018 1:25 am

ערשטע שאטדאון נאך אזא קלאטע ווינטער.

ערשטע שאטדאון פרייטאג צונאכטס.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9058
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג ינואר 21, 2018 1:27 am

זיצט ער שוין מיטן קוטשמע גרייט צום גאלף, אין מאראלאגא ווארט א ריזיגע פארטי לכבוד זיין עניווערסיטי.. אבער גארנישט, מ'לאזט אים נעבאך נישט ארויס פון חדר..

העלאו?! טשאק, ווילאנג ברויך איך נאך זיצן דא?
צוגעלייגטע
IMG_20180121_010957.jpg
IMG_20180121_010957.jpg (104.5 KiB) געזעהן 981 מאל
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4910
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג ינואר 21, 2018 3:40 am

כאפצעם האט געשריבן:זיצט ער שוין מיטן קוטשמע גרייט צום גאלף, אין מאראלאגא ווארט א ריזיגע פארטי לכבוד זיין עניווערסיטי.. אבער גארנישט, מ'לאזט אים נעבאך נישט ארויס פון חדר..

העלאו?! טשאק, ווילאנג ברויך איך נאך זיצן דא?


;l;p- :lol: גוט...
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

מנטריאל
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 10:57 am

תגובהדורך מנטריאל » זונטאג ינואר 21, 2018 6:49 am

Will the us Canada border be affected by this shutdown ?

yes yes
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:01 pm

תגובהדורך yes yes » זונטאג ינואר 21, 2018 8:05 am

כאפצעם האט געשריבן:וואשינגטאן קאכט ווי א קעסל, ביידע פאליטישע פארטייען לויפן ארום ווי פארסאמטע מייזן, און די מידיע גרייט זיך מיט שארפע ציינער אריינצובייסן אין א זאפטיגע ספעקטאקל וואס עס מאכט זיי נישט אזוי אפט.

די רעדע איז איבער די גאווערמענט פאנדינג וואס דארף ווערן באשטעטיגט אינעם 2018 בודזשעט, וואס אין פאל ס'נישטא קיין ביל ביי די וואך פרייטאג צונאכטס 11:59 pm. פארשליסט זיך די אמעריקאנע גאווערמענט.

דעמאקראטן זאגן זיי פלאנירן ניצן זייער איינציגסטע לעוורידזש אלס פארטיי מינאריטעט און פארלאנגען א דאקא ביל אין אויסטויש פאר זייערע שטימען פאר סייוועלעכע בודזשעט ביל. די קאנסערוואטיווע "פרייהייט קאוקעס" פון די אנדערע זייט פארלאנגען א פרישע העכערונג אין מיליטער שטיצע אין אויסטויש פאר זייער שטימען.

די מיליטער ספענדינג פארלאנג קוקט אויס ווי עס וועט נישט אריינגיין אינעם ביל און די פרידאם קאוקעס סטראשעט צו שטימען דערקעגן. די קאנגרעס פירערשאפט האפט אבער אויסצוארבייטן א דיעל מיט זיי און זיי אריבערברענגען צו שטיצען, וואס מיינט אז אין קאנגרעס וועט עס דורכגיין.

אין סענאט ווידער ברויך מען צוקומען צו די דעמאקראטן צו געבן די פארלאנגטע 60 שטימען, און די דאקא מחלוקה זעהט אויס ווי עס האט זיך אנגעקלאפט אין א דעד ענד. דאס קומט שוין נאך וואס ס'האט לעצטע וואך אויסגעזעהן גאר נאענט צו א דיעל ווען טראמפ האט אין א בייפארטזען מיטינג גענוצט א גאר מעסיגע טאן און געגעבן אנצוהערן אז ער איז וויליג צו קאמפראמייז און גאר נעמען די היץ דערפאר.

די א.ג. "גענג אוו 6" וואס נעמט אריין סענעטארן פון ביידע פארטייען האבן טאקע עטליכע טעג דערויף געמאלדן א הסכם איבער א בייפארטיזען אימיגראציע פלאן. די דיעל האט אריינגענימען לעגאליזירן דאקא, רעפארמירן עטוואס "טשעין אימיגראציע", שניידן די "לאטארי אימיגראציע פראגראם", 1.5 ביליאן אין גרעניץ סעקיורעטי טעכנעלאגיע, און 1.5 ביליאן פאר א גרעניץ וואנט.

די דיעל איז אבער געשטארבן נאך וואס טראמפ האט זיך אפגעזאגט דערפון, און וואלגארישע קאמאנטארן קעגן אפריקאנע אימיגראנטן פון טראמפ וואס האט אנגעצינדן אן אינטערנאציאנאלן סקאנדאל האט גענצליך אפגעשאקלט די דעמאקראטן פונעם פארהאנדלטנגס טישל, דערלאנגענדיג א טויט קלאפ פאר די געשפרעכן.

אצינד שרייען די דעמאקראטן זיי ווילן א ריינע דאקא ביל אין אויסטויש פאר זייערע שטימען צום בודזשעט און זענען גרייט פאר א שאטדאון, די רעפובליקאנער פירערשאפט ווידער שלאגט פאר א צייטווייליגע פאנדינג ביל פאר צוויי וואכן און האבן מסכים געווען אריינצולייגן דערין די באנייאונג פון די קלינטאן העלט אינשורענס פראגראם טשי"פ וואס נעמט אריין 9 מיליאן קינדער, אין אויסטויש פאר די דעמאקראטישע שטימען.

דערווייל גייט אן אן אינערליכע דעבאטע ביי די דעמאקראטישע קאוקעס צו זיי זאלן יעצט ניצן זייער לעוורידזש אפצושליסן די גאווערמענט איבער דאקא, אדער ענדערש ווארטן אויף נעקסטע חודש ווען ס'וועט שוין זיין בלויז עטליכע טעג פארן דאקא עקספיירעישאן דאטום און פון איין זייט וועט זיין א ריסק אויב די געשפרעכן פאלן דאן דורך דאן איז מען אויסגעלאפן פון צייט און דאקא איז געענדיגט, אבער פון די אנדערע זייט וועט זיין די עדווענטידזש פון קענען שרייען אז ס'איז אן "עמערזשענסי" און בעסער אפעלירן צו אמעריקאנער זייער קעיס פאר א שאטדאון.

ונחי' ונראה..


זייער א שיינע אנאליז
אבער איך וויל פארשטיין עפעס וואס די ביסט מסביר די שרייבסט אז .

אצינד שרייען די דעמאקראטן זיי ווילן א ריינע דאקא ביל אין אויסטויש פאר זייערע שטימען צום בודזשעט און זענען גרייט פאר א שאטדאון, [/quote]

מען רעדט פין א פארטיי וואס די אמעריקאנע פאלק האט זיי נישט געוואלט געבן דאס רעכט צי פירן דאס לאנד
אבער ווי באלד עס איז א דעמעקראטישע סיסטעם האבן זיי א ווארט. אין לויפן אויף א פלאטפארמע פין THIS IS NOT MY PRESIDENT
דאס לצנות פין נעמען א לאנד אויף האסטעדזש אז ביז ווי לאנג מען גיבט נישט נאך זייער זאכן שטימען זיי נישט פארן ביל אין ווי די שרייבסט אז זיי ווילן א ריינע דאקא ביל אז נישט זאל דאס לאנד גיין שלאפן עס זעהט אויס ווי דאס צי שטימען פאר א ביל איז דאס וואס זיי גיבן נאך. דאס הייסט
די רעפאבליקענס גיבן נאך דאקא פראגראם
די דעמעקראטס גיבן נאך אז זיי וועלן שטימען
ווערי נייס אויף דעם

yes yes
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:01 pm

תגובהדורך yes yes » זונטאג ינואר 21, 2018 8:27 am

אין טראמפ איז דער פארטייאשער ווען ער פארלאנגט א וואנט אין אויסטויש פאר דאקא


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”