אלעס ארום די 2018 גאווערמענט שאטדאון

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

אלעס ארום די 2018 גאווערמענט שאטדאון

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך ינואר 17, 2018 4:42 pm

וואשינגטאן קאכט ווי א קעסל, ביידע פאליטישע פארטייען לויפן ארום ווי פארסאמטע מייזן, און די מידיע גרייט זיך מיט שארפע ציינער אריינצובייסן אין א זאפטיגע ספעקטאקל וואס עס מאכט זיי נישט אזוי אפט.

די רעדע איז איבער די גאווערמענט פאנדינג וואס דארף ווערן באשטעטיגט אינעם 2018 בודזשעט, וואס אין פאל ס'נישטא קיין ביל ביי די וואך פרייטאג צונאכטס 11:59 pm. פארשליסט זיך די אמעריקאנע גאווערמענט.

דעמאקראטן זאגן זיי פלאנירן ניצן זייער איינציגסטע לעוורידזש אלס פארטיי מינאריטעט און פארלאנגען א דאקא ביל אין אויסטויש פאר זייערע שטימען פאר סייוועלעכע בודזשעט ביל. די קאנסערוואטיווע "פרייהייט קאוקעס" פון די אנדערע זייט פארלאנגען א פרישע העכערונג אין מיליטער שטיצע אין אויסטויש פאר זייער שטימען.

די מיליטער ספענדינג פארלאנג קוקט אויס ווי עס וועט נישט אריינגיין אינעם ביל און די פרידאם קאוקעס סטראשעט צו שטימען דערקעגן. די קאנגרעס פירערשאפט האפט אבער אויסצוארבייטן א דיעל מיט זיי און זיי אריבערברענגען צו שטיצען, וואס מיינט אז אין קאנגרעס וועט עס דורכגיין.

אין סענאט ווידער ברויך מען צוקומען צו די דעמאקראטן צו געבן די פארלאנגטע 60 שטימען, און די דאקא מחלוקה זעהט אויס ווי עס האט זיך אנגעקלאפט אין א דעד ענד. דאס קומט שוין נאך וואס ס'האט לעצטע וואך אויסגעזעהן גאר נאענט צו א דיעל ווען טראמפ האט אין א בייפארטזען מיטינג גענוצט א גאר מעסיגע טאן און געגעבן אנצוהערן אז ער איז וויליג צו קאמפראמייז און גאר נעמען די היץ דערפאר.

די א.ג. "גענג אוו 6" וואס נעמט אריין סענעטארן פון ביידע פארטייען האבן טאקע עטליכע טעג דערויף געמאלדן א הסכם איבער א בייפארטיזען אימיגראציע פלאן. די דיעל האט אריינגענימען לעגאליזירן דאקא, רעפארמירן עטוואס "טשעין אימיגראציע", שניידן די "לאטארי אימיגראציע פראגראם", 1.5 ביליאן אין גרעניץ סעקיורעטי טעכנעלאגיע, און 1.5 ביליאן פאר א גרעניץ וואנט.

די דיעל איז אבער געשטארבן נאך וואס טראמפ האט זיך אפגעזאגט דערפון, און וואלגארישע קאמאנטארן קעגן אפריקאנע אימיגראנטן פון טראמפ וואס האט אנגעצינדן אן אינטערנאציאנאלן סקאנדאל האט גענצליך אפגעשאקלט די דעמאקראטן פונעם פארהאנדלטנגס טישל, דערלאנגענדיג א טויט קלאפ פאר די געשפרעכן.

אצינד שרייען די דעמאקראטן זיי ווילן א ריינע דאקא ביל אין אויסטויש פאר זייערע שטימען צום בודזשעט און זענען גרייט פאר א שאטדאון, די רעפובליקאנער פירערשאפט ווידער שלאגט פאר א צייטווייליגע פאנדינג ביל פאר צוויי וואכן און האבן מסכים געווען אריינצולייגן דערין די באנייאונג פון די קלינטאן העלט אינשורענס פראגראם טשי"פ וואס נעמט אריין 9 מיליאן קינדער, אין אויסטויש פאר די דעמאקראטישע שטימען.

דערווייל גייט אן אן אינערליכע דעבאטע ביי די דעמאקראטישע קאוקעס צו זיי זאלן יעצט ניצן זייער לעוורידזש אפצושליסן די גאווערמענט איבער דאקא, אדער ענדערש ווארטן אויף נעקסטע חודש ווען ס'וועט שוין זיין בלויז עטליכע טעג פארן דאקא עקספיירעישאן דאטום און פון איין זייט וועט זיין א ריסק אויב די געשפרעכן פאלן דאן דורך דאן איז מען אויסגעלאפן פון צייט און דאקא איז געענדיגט, אבער פון די אנדערע זייט וועט זיין די עדווענטידזש פון קענען שרייען אז ס'איז אן "עמערזשענסי" און בעסער אפעלירן צו אמעריקאנער זייער קעיס פאר א שאטדאון.

ונחי' ונראה..
לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום זונטאג ינואר 21, 2018 1:29 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פיין טונד מאשין

אוועטאר
מקווה איד
שר האלף
תגובות: 1449
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך מקווה איד » מיטוואך ינואר 17, 2018 4:49 pm

קומט הייסע נייעס, שכח
וואס?? נעילה, מנחה, האסט שוין געדאווענט מנחה?
(קרעדיט ארי אבראמאוויטש @מסטעריע)

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אין אוויון און דערנאך אין צייטונג און דערנאך אין מיסט קאסטן

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך ינואר 17, 2018 4:50 pm

כאפצעם האט געשריבן:די דיעל איז אבער געשטארבן נאך וואס טראמפ האט זיך אפגעזאגט דערפון, און וואלגארישע קאמאנטארן קעגן אפריקאנע אימיגראנטן פון טראמפ וואס האט אנגעצינדן אן אינטערנאציאנאלן סקאנדאל האט גענצליך אפגעשאקלט די דעמאקראטן פונעם פארהאנדלטנגס טישל, דערלאנגענדיג א טויט קלאפ פאר די געשפרעכן.


דאס איז טאקע געווען די סיבה פון זייער זיך אפגעשאקלען פונעם פארהאנדלטנגס טישל?
אדער ענטפער אדער זאג גארנישט..

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך ינואר 17, 2018 4:53 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:די דיעל איז אבער געשטארבן נאך וואס טראמפ האט זיך אפגעזאגט דערפון, און וואלגארישע קאמאנטארן קעגן אפריקאנע אימיגראנטן פון טראמפ וואס האט אנגעצינדן אן אינטערנאציאנאלן סקאנדאל האט גענצליך אפגעשאקלט די דעמאקראטן פונעם פארהאנדלטנגס טישל, דערלאנגענדיג א טויט קלאפ פאר די געשפרעכן.


דאס איז טאקע געווען די סיבה פון זייער זיך אפגעשאקלען פונעם פארהאנדלטנגס טישל?

יא, ווי ווייט ס'האט זיי פערזענליך אמתדיג געבאדערט ווייסעך נישט אבער די היץ פון די באזע צו אויפהערן דיעלן מיט אים האבן זיי קלאר געשפירט
פיין טונד מאשין

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך ינואר 17, 2018 5:02 pm

זייער שיין אויסגעשמיסט. שקויעך.
!...Jobs Jobs Jobs

אוועטאר
פרוביר אויך
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » מיטוואך ינואר 17, 2018 5:05 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:זייער שיין אויסגעשמיסט. שקויעך.
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » מיטוואך ינואר 17, 2018 5:06 pm

כאפצעם האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:די דיעל איז אבער געשטארבן נאך וואס טראמפ האט זיך אפגעזאגט דערפון, און וואלגארישע קאמאנטארן קעגן אפריקאנע אימיגראנטן פון טראמפ וואס האט אנגעצינדן אן אינטערנאציאנאלן סקאנדאל האט גענצליך אפגעשאקלט די דעמאקראטן פונעם פארהאנדלטנגס טישל, דערלאנגענדיג א טויט קלאפ פאר די געשפרעכן.


דאס איז טאקע געווען די סיבה פון זייער זיך אפגעשאקלען פונעם פארהאנדלטנגס טישל?

יא, ווי ווייט ס'האט זיי פערזענליך אמתדיג געבאדערט ווייסעך נישט אבער די היץ פון די באזע צו אויפהערן דיעלן מיט אים האבן זיי קלאר געשפירט


דאס מיינט צו זאגן אז אפילו אויב טראמפ האט עס נישט געזאגט ווי ער און אנדערע טענהן איז אבער די היץ ארום דעם גענוג שטארק אז זיי זאלן זיך אפזאגן
כ"ש שאר האנשים בראותם האמת נוטה עם הא' לא יקשה עורף וע"ז אמרו הוי מודה על האמת רצ"ל אע"פ שתוכל להציל נפשך בטענות תוכחיות כשתדע שהם אמת דבריו אשר טענתך עליו גלויה מפני חולשתו או מפני יכולתך להטעות האמת חזור לדבריו :

רמב"ם

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך ינואר 17, 2018 5:06 pm

כאפצעם האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:די דיעל איז אבער געשטארבן נאך וואס טראמפ האט זיך אפגעזאגט דערפון, און וואלגארישע קאמאנטארן קעגן אפריקאנע אימיגראנטן פון טראמפ וואס האט אנגעצינדן אן אינטערנאציאנאלן סקאנדאל האט גענצליך אפגעשאקלט די דעמאקראטן פונעם פארהאנדלטנגס טישל, דערלאנגענדיג א טויט קלאפ פאר די געשפרעכן.


דאס איז טאקע געווען די סיבה פון זייער זיך אפגעשאקלען פונעם פארהאנדלטנגס טישל?

יא, ווי ווייט ס'האט זיי פערזענליך אמתדיג געבאדערט ווייסעך נישט אבער די היץ פון די באזע צו אויפהערן דיעלן מיט אים האבן זיי קלאר געשפירט

ס׳באדערט זיי אזוי ווי דאס שלאגן כפרות ערב יוה״ק באדערט פאר פיטא.
ס׳איז האסע אויף טראמפ, אבער זיי שרייען ״יוש אפריקאנען אימיגרענט׳ס..״
און זיינע קאמאנטארן זענען נישטאמאל באשטעטיגט געווארן אלטס אקאראט. אבער ס׳איז פינקט און טיים אויף יעצט ביפארן שאָטדאון
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום מיטוואך ינואר 17, 2018 5:10 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
!...Jobs Jobs Jobs

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » מיטוואך ינואר 17, 2018 5:08 pm

:roll:
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אין אוויון און דערנאך אין צייטונג און דערנאך אין מיסט קאסטן

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך ינואר 17, 2018 5:18 pm

בקיצור, טראמפ'ס אנגעבליכע קאמענטארן האבן קיין שיכות מיט א דיל אויף גאווערמענט פאנדינג, נאר די דעמאקראטן האבן זיך צוגעכאפט דערצו ווי צו הייסע ווארע כדי צו באקומען נאציאנאלע מאמענטום און אטענטשן, און סאיז זיי ממש געווען כמים קרים..

#אבסטראקטער'ס
אדער ענטפער אדער זאג גארנישט..

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4937
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך ינואר 17, 2018 5:39 pm

צום שטוינען וואס דער סטאבילער חכם & גאון ווערטשאפט זיך אן מיט זיין לויזן צונג.
#סטראטעגיע
דע שיכולים לצעוק בקול דממה דקה

דגל יהודה
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:42 am

תגובהדורך דגל יהודה » מיטוואך ינואר 17, 2018 5:59 pm

בוידעם האט געשריבן:צום שטוינען וואס דער סטאבילער חכם & גאון ווערטשאפט זיך אן מיט זיין לויזן צונג.
#סטראטעגיע


ביזדערווייל (נישט וויל איך האלט פין עם נאר א טריקענע פאקט) האט זי אלעס אריינגעשפילט לטובתו
סייג לחכמה שתיקה- אין חכמה אליין איז ווען מרעדט אין מווייסט וואס מרעדט

קארן
שר חמש מאות
תגובות: 709
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

תגובהדורך קארן » מיטוואך ינואר 17, 2018 6:04 pm

געדענק איך נאך מיט עטליכע יאר צוריק ווען די רעפּובליקאַנער האבן געפירט צו א שאט דאון ווי די דעמאקראטן מיט די מידיע האבן דעמאלטס פארפירט, וואס איז יעצט געשען אז די דעמאקראטן קענען ביישטיין צו מאכן א שאט דאון? אַה... כאב פארגעסן אז טראמפ איז פּרעזידענט.

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אין אוויון און דערנאך אין צייטונג און דערנאך אין מיסט קאסטן

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך ינואר 17, 2018 6:07 pm

קארן האט געשריבן:געדענק איך נאך מיט עטליכע יאר צוריק ווען די רעפּובליקאַנער האבן געפירט צו א שאט דאון ווי די דעמאקראטן מיט די מידיע האבן דעמאלטס פארפירט, וואס איז יעצט געשען אז די דעמאקראטן קענען ביישטיין צו מאכן א שאט דאון? אַה... כאב פארגעסן אז טראמפ איז פּרעזידענט.


פארשטייסט נישט, טראמפ איז שילדיג!
אדער ענטפער אדער זאג גארנישט..

אוועטאר
באלזאם
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 9:13 am
לאקאציע: צווישן האמער און נאגל

תגובהדורך באלזאם » מיטוואך ינואר 17, 2018 7:12 pm

קארן האט געשריבן:געדענק איך נאך מיט עטליכע יאר צוריק ווען די רעפּובליקאַנער האבן געפירט צו א שאט דאון ווי די דעמאקראטן מיט די מידיע האבן דעמאלטס פארפירט, וואס איז יעצט געשען אז די דעמאקראטן קענען ביישטיין צו מאכן א שאט דאון? אַה... כאב פארגעסן אז טראמפ איז פּרעזידענט.

יעפ, גוט געזאגט. וועלקאם טו פאליטיקס...

יעצט וועלן די ראפאבליקנס ארויס נעמען פון די ארכיוון די טענות וואס די דעמאקרעטס האבן דאן פארפירט. וכן להפך...
העי, וואטש ווי די טרעטסט, טרעט נישט אין קיין מאראסט. . (קרעדיט: זעמל)

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » מיטוואך ינואר 17, 2018 7:15 pm

געב עס אפאר וואכען אין עס גייט ווערן א נארמאלע זאך א גאווערמענט שאט דאון,. מען וועט זיך צו דעם אויך צוגעוואוינען..

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך ינואר 17, 2018 10:21 pm

די בייפארטיזען פארגעשלאגענע אימיגראציע ביל.
צוגעלייגטע
IMG_20180117_221643.jpg
IMG_20180117_221643.jpg (282.74 KiB) געזעהן 1949 מאל
פיין טונד מאשין

אוועטאר
צל עובר
שר האלפיים
תגובות: 2155
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 1:21 am

פעיק נוז האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:געדענק איך נאך מיט עטליכע יאר צוריק ווען די רעפּובליקאַנער האבן געפירט צו א שאט דאון ווי די דעמאקראטן מיט די מידיע האבן דעמאלטס פארפירט, וואס איז יעצט געשען אז די דעמאקראטן קענען ביישטיין צו מאכן א שאט דאון? אַה... כאב פארגעסן אז טראמפ איז פּרעזידענט.


פארשטייסט נישט, טראמפ איז שילדיג!


שומער האט אנגעוויזן אין א אינטערוויו אז 78% אמעריקאנער האלטן אז טראמפ וועט זיין שולדיג אויב עס איז דא א שאטדאון, נאך זאגט ער אז טראמפ האט געטוויט אז מ'דארף א גוטן שאטדאון, ממילא איז א ראיה אז טראמפ וויל א שאטדאון, דאס איז א שטארקע טאקינג פוינט פאר די דעמאקרעטס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אין אוויון און דערנאך אין צייטונג און דערנאך אין מיסט קאסטן

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 2:07 pm

צל עובר האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:געדענק איך נאך מיט עטליכע יאר צוריק ווען די רעפּובליקאַנער האבן געפירט צו א שאט דאון ווי די דעמאקראטן מיט די מידיע האבן דעמאלטס פארפירט, וואס איז יעצט געשען אז די דעמאקראטן קענען ביישטיין צו מאכן א שאט דאון? אַה... כאב פארגעסן אז טראמפ איז פּרעזידענט.


פארשטייסט נישט, טראמפ איז שילדיג!


שומער האט אנגעוויזן אין א אינטערוויו אז 78% אמעריקאנער האלטן אז טראמפ וועט זיין שולדיג אויב עס איז דא א שאטדאון, נאך זאגט ער אז טראמפ האט געטוויט אז מ'דארף א גוטן שאטדאון, ממילא איז א ראיה אז טראמפ וויל א שאטדאון, דאס איז א שטארקע טאקינג פוינט פאר די דעמאקרעטס.


אין מיינע אויגן מיינט עס, אז ער איז גרייט אפי' אויף א שאטדאון.
אדער ענטפער אדער זאג גארנישט..

אוועטאר
צל עובר
שר האלפיים
תגובות: 2155
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 2:10 pm

קאן זיין אז אזוי מיינט עס, אבער שומער וועט לערנען פשט וויזוי ער וויל, און עס איז א גוטע ראיה צו באשולדיגן טראמפ אויב עס איז דא א שאטדאון.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

abeg
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 3:44 pm

Democrats will fight for illegal aliens in the budget when in the minority 100 times greater than Republicans will fight for Americans when in the majority.

אוועטאר
צל עובר
שר האלפיים
תגובות: 2155
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 3:48 pm

ווען די רעפאבליקענס האבן א פרעזידענט פון די אנדערע זייט וואס געט אזעלכע גוטע טאקינג פוינטס ווי, ווי ניד א גוד שאטדאון, און •••האול/האוז קאנטריס וואלטן זיי געקענט בעסער פייטן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר האלפיים
תגובות: 2155
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 3:52 pm

היינט צופרי למשל, האט טראמפ געטוויט אדער פאר אדער אנטעקעגן די פרלענגערונג פון טשיפ וואס רייען האט אריינגעלייגט אין די CR . און רעפאבליקאנער קאנגרעסלייט ברויכן זיך יעצט מוטשענען פשט אין די טוויט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 7:36 pm

ס'קומט א שאטדאון.
פיין טונד מאשין

אוועטאר
מקווה איד
שר האלף
תגובות: 1449
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך מקווה איד » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 8:07 pm

כאפצעם האט געשריבן:ס'קומט א שאטדאון.

פרעגסט אדער זאגסט?
וואס?? נעילה, מנחה, האסט שוין געדאווענט מנחה?
(קרעדיט ארי אבראמאוויטש @מסטעריע)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], police, rogers, אלי' מקוה יוד, טשאדעלע באדעלע, טשיינע רב, יראת שמים, ליבלעך און 26 געסט