אלעס ארום די 2018 גאווערמענט שאטדאון

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2799
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג ינואר 21, 2018 3:00 pm

פארדעם פאוסט עס יעצט צום צווייטען מאל...

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר האלפיים
תגובות: 2611
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג ינואר 21, 2018 3:00 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:
א גוטן האט געשריבן:איך מיין אז מדארף מאכן אז ווילאנג סאיז דא א שאטדאון באקומען די קאנגרעס און סענאט נישט זייערע טשעקלעך... אוי וועלן זיי לויפן צו מאכן א דיעל...

זיי באקומען נישט.

און טאקע דערפאר צאלט מען אלעמאל די ארבעטער למפרע נאכ'ן שאטדאון....

מען וואלט געדארפט מאכן א קאנסטיטושינעל אמענדמענט אז זיי קענען נישט באקומען באצאלט אפי' נאכדעם, וכולי האי ואולי...

דאס זאל נאר נישט בייפאלן פאר טראמפ.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3798
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג ינואר 21, 2018 3:03 pm

מעקאנעל קען נישט גיין נוקלער ווייל פון די 50, און מיט אים וואלט געווען 51 קעגן 48 , זענען דא פינעף דעמאקרעטס, סוי ער האט מקסימום 46 סענעטארן צו גיין נוקלער, אדער אפילו ווייניגער, ווייל איך ווייס אויב אלע רעפאבליקאנער וואס האבן געשטימט פאר די ביל זענען גרייט צו גיין נוקלער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

תגובהדורך קיין נפקמ » זונטאג ינואר 21, 2018 3:08 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:%100 אז ס'איז אויף די וואנט, און דאס שרייען די דעמאקראטן! די וואנט איז הכל מודים אז ס'איז א פארטייאישע אישו וואס איין פארטיי וויל בשו"א נישט, דאקא ווידער איז נישט, %70 לאנד וויל עס, און טראמפ אליין האט שוין געשלאסן א דיעל מיט טשאק ענד נענסי צו שטיצן א ריינע דאקא ביל.

נו, לייג אריין דאקא -די דעמאקראטן זענען נאך אפילו גרייט דיר צו געבן עטליכע ביליאן פאר באורדער סעקיורעטי- און אלעס איז כשר וישר. די גאווערמענט ווערט געפאנדעט!

וואס אין די וועלט בלאקירסטו די גאנצע גאווערמענט וועגן דיין נארישע וואנט?!


עטליכע ביליאן? אפשר גיבסטו א נומבער.


דאקא אן באורדער א וואנט איז קלאר א פארטיישע אישו, ווען די דעמס זאגן ווען איך גיב דיר די וואנט אבער איך דארף דאקא וואלסטו גערעכט געווען, דאס איז אבער נישט די קעיס דא!

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3798
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג ינואר 21, 2018 3:15 pm

שומער טענהט היינט אז ער האט קלאר געזאגט פאר טראמפ אז ער איז גרייט צו געבן וויפיל טראמפ וויל, און נאר ער מיט טראמפ זענען געווען אין די רום.

נעכטן האט מולוועיני געזאגט אז שומער האט נאר געוואלט געבן 2.5 ביליאן, היינט זאגט ער אז שומער האט נאר געוואלט ערלויבן צו צאלן 20 ביליאן, אבער ער האט נישט מסכים געווען עס צוצוטיילן בפועל. און דאס איז לכאורה אלעס בשם טראמפ, חוץ אויב מולוועיני טענהט אז ער איז יא דארט געווען.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג ינואר 21, 2018 3:16 pm

קיין נפקמ האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:%100 אז ס'איז אויף די וואנט, און דאס שרייען די דעמאקראטן! די וואנט איז הכל מודים אז ס'איז א פארטייאישע אישו וואס איין פארטיי וויל בשו"א נישט, דאקא ווידער איז נישט, %70 לאנד וויל עס, און טראמפ אליין האט שוין געשלאסן א דיעל מיט טשאק ענד נענסי צו שטיצן א ריינע דאקא ביל.

נו, לייג אריין דאקא -די דעמאקראטן זענען נאך אפילו גרייט דיר צו געבן עטליכע ביליאן פאר באורדער סעקיורעטי- און אלעס איז כשר וישר. די גאווערמענט ווערט געפאנדעט!

וואס אין די וועלט בלאקירסטו די גאנצע גאווערמענט וועגן דיין נארישע וואנט?!


עטליכע ביליאן? אפשר גיבסטו א נומבער.


דאקא אן באורדער א וואנט איז קלאר א פארטיישע אישו, ווען די דעמס זאגן ווען איך גיב דיר די וואנט אבער איך דארף דאקא וואלסטו גערעכט געווען, דאס איז אבער נישט די קעיס דא!


איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט דא זאגן, כאפצעם שרייט אז די דעמאקראטן האבן געהעריג מסכים געווען צו געבן אפאר ביליאן דאלער פאר א וואנט אויב מען לייגט אריין דאקא, און טראמפ איז א פשוט'ער משוגענער פארן נישט איינגיין אויפן דיעל, פרעג איך אים, פון וויפיל ביליאן דאלער איז באשטאנען דעי דיל אז דו שרייסט אז טראמפ איז משוגע פארן נישט מסכים זיין?
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג ינואר 21, 2018 3:17 pm

צל עובר האט געשריבן:שומער טענהט היינט אז ער האט קלאר געזאגט פאר טראמפ אז ער איז גרייט צו געבן וויפיל טראמפ וויל, און נאר ער מיט טראמפ זענען געווען אין די רום.

נעכטן האט מולוועיני געזאגט אז שומער האט נאר געוואלט געבן 2.5 ביליאן, היינט זאגט ער אז שומער האט נאר געוואלט ערלויבן צו צאלן 20 ביליאן, אבער ער האט נישט מסכים געווען עס צוצוטיילן בפועל. און דאס איז לכאורה אלעס בשם טראמפ, חוץ אויב מולוועיני טענהט אז ער איז יא דארט געווען.


און פארוואס האט טראמפ נישט מסכים געווען?
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3798
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג ינואר 21, 2018 3:31 pm

שומער זאגט אז דו גאנצע פראבלעם איז, אז דער טראמפ איז פשוט נישט קיין מענטש מיט וועם מקען האנדלען, ער זאגט אז טראמפ האט אים געזאגט ער זאל אויספיגערן וואס עס האלטן די רעפאבליקענס אין קאנגרעס, און מעקאנעל האט אים געזאגט ער זאל אויספיגערן וואס טראמפ האלט, ער זאגט אז ער איז גרייט געווען צו געבן אפילו די וואנט, וואס דעמאקרעטס און אפילו אסאך רעפאבליקענס האלטן אז עס גייט גארנישט אויפטון, און שומער לייגט נאך צו אז דראונס, פערסאנעל, און ראודס, קענען אסאך מער אויפטון, און ער שטיצט בעצם צו פארבעסערן בארדער סעקיוריטי, און טראמפ האט נישט מסכים געווען.

ער ברענגט ארויס אז ער איז גרייט געווען צו געבן די וואנט, וואס וועט גארנישט העלפן און קיינער דארף עס נישט, חוץ טראמפ ווייל דאס איז געווען זיין קאמפיין אישו, פאר דאקא, וואס טראמפ אליינס זאגט אז ער שטיצט עס, און דאך האט טראמפ נישט מסכים געווען.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3798
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג ינואר 21, 2018 3:33 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:שומער טענהט היינט אז ער האט קלאר געזאגט פאר טראמפ אז ער איז גרייט צו געבן וויפיל טראמפ וויל, און נאר ער מיט טראמפ זענען געווען אין די רום.

נעכטן האט מולוועיני געזאגט אז שומער האט נאר געוואלט געבן 2.5 ביליאן, היינט זאגט ער אז שומער האט נאר געוואלט ערלויבן צו צאלן 20 ביליאן, אבער ער האט נישט מסכים געווען עס צוצוטיילן בפועל. און דאס איז לכאורה אלעס בשם טראמפ, חוץ אויב מולוועיני טענהט אז ער איז יא דארט געווען.


און פארוואס האט טראמפ נישט מסכים געווען?


פרעג אים.

אפשר קען זיין ווייל די טראמפ רעפאבליקען ליין אז קודם מאך א CR פאר א חודש, און דעמאלטס וועל מיר פארהאנדלען אויף דאקא.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

שליו ודגים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » זונטאג ינואר 21, 2018 3:39 pm

צל עובר האט געשריבן:שומער זאגט אז דו גאנצע פראבלעם איז, אז דער טראמפ איז פשוט נישט קיין מענטש מיט וועם מקען האנדלען, ער זאגט אז טראמפ האט אים געזאגט ער זאל אויספיגערן וואס עס האלטן די רעפאבליקענס אין קאנגרעס, און מעקאנעל האט אים געזאגט ער זאל אויספיגערן וואס טראמפ האלט, ער זאגט אז ער איז גרייט געווען צו געבן אפילו די וואנט, וואס דעמאקרעטס און אפילו אסאך רעפאבליקענס האלטן אז עס גייט גארנישט אויפטון, און שומער לייגט נאך צו אז דראונס, פערסאנעל, און ראודס, קענען אסאך מער אויפטון, און ער שטיצט בעצם צו פארבעסערן בארדער סעקיוריטי, און טראמפ האט נישט מסכים געווען.

ער ברענגט ארויס אז ער איז גרייט געווען צו געבן די וואנט, וואס וועט גארנישט העלפן און קיינער דארף עס נישט, חוץ טראמפ ווייל דאס איז געווען זיין קאמפיין אישו, פאר דאקא, וואס טראמפ אליינס זאגט אז ער שטיצט עס, און דאך האט טראמפ נישט מסכים געווען.


און טראמפ זאגט אנדערש וועם גלייבט מען ?

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » זונטאג ינואר 21, 2018 3:48 pm

צל עובר האט געשריבן:שומער זאגט אז דו גאנצע פראבלעם איז, אז דער טראמפ איז פשוט נישט קיין מענטש מיט וועם מקען האנדלען, ער זאגט אז טראמפ האט אים געזאגט ער זאל אויספיגערן וואס עס האלטן די רעפאבליקענס אין קאנגרעס, און מעקאנעל האט אים געזאגט ער זאל אויספיגערן וואס טראמפ האלט, ער זאגט אז ער איז גרייט געווען צו געבן אפילו די וואנט, וואס דעמאקרעטס און אפילו אסאך רעפאבליקענס האלטן אז עס גייט גארנישט אויפטון, און שומער לייגט נאך צו אז דראונס, פערסאנעל, און ראודס, קענען אסאך מער אויפטון, און ער שטיצט בעצם צו פארבעסערן בארדער סעקיוריטי, און טראמפ האט נישט מסכים געווען.

ער ברענגט ארויס אז ער איז גרייט געווען צו געבן די וואנט, וואס וועט גארנישט העלפן און קיינער דארף עס נישט, חוץ טראמפ ווייל דאס איז געווען זיין קאמפיין אישו, פאר דאקא, וואס טראמפ אליינס זאגט אז ער שטיצט עס, און דאך האט טראמפ נישט מסכים געווען.


שומער האט אליינס געזאגט אז ער איז גרייט צו געבן די וואנט, און דו גלייבסט אים נאך.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג ינואר 21, 2018 3:56 pm

צל עובר האט געשריבן:מעקאנעל קען נישט גיין נוקלער ווייל פון די 50, און מיט אים וואלט געווען 51 קעגן 48 , זענען דא פינעף דעמאקרעטס, סוי ער האט מקסימום 46 סענעטארן צו גיין נוקלער, אדער אפילו ווייניגער, ווייל איך ווייס אויב אלע רעפאבליקאנער וואס האבן געשטימט פאר די ביל זענען גרייט צו גיין נוקלער.

או יאמר איפכא. די רעפובליקאנער וואס האבן געוואוט דערקעגן האבן עס גאנץ מעגליך געטון וויבאלד עס קען עניוועי נישט פעסן.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3798
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג ינואר 21, 2018 3:57 pm

מולוועיני זאגט נאך פון טראמפ יעדן טאג א צווייטע מעשה, דארף איך אים יא גלייבן?

צווישן טראמפ און שומער, גלייב איך שומער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג ינואר 21, 2018 4:00 pm

צל עובר האט געשריבן:שומער טענהט היינט אז ער האט קלאר געזאגט פאר טראמפ אז ער איז גרייט צו געבן וויפיל טראמפ וויל, און נאר ער מיט טראמפ זענען געווען אין די רום.

נעכטן האט מולוועיני געזאגט אז שומער האט נאר געוואלט געבן 2.5 ביליאן, היינט זאגט ער אז שומער האט נאר געוואלט ערלויבן צו צאלן 20 ביליאן, אבער ער האט נישט מסכים געווען עס צוצוטיילן בפועל. און דאס איז לכאורה אלעס בשם טראמפ, חוץ אויב מולוועיני טענהט אז ער איז יא דארט געווען.

איך בין נעכטן געווען מיט מלאך גבריאל אליינס אין א צימער, און ער האט מיר אליינס געזאגט אז עס איז נישט אמת.

הרוצה לשקר ירחיק עדותו. או דו בויעסט פיתום ורעמסס אויף די עדות פון א שקרן וואס דו זאגסט אליינס אז עס מאכט נישט קיין סענס.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג ינואר 21, 2018 4:02 pm

צל עובר האט געשריבן:מולוועיני זאגט נאך פון טראמפ יעדן טאג א צווייטע מעשה, דארף איך אים יא גלייבן?

צווישן טראמפ און שומער, גלייב איך שומער.

שומער. אה! דער איש אמת, דער ןואס וועט זיך נישט בייגן פון אמת קיין האר אפי' פאר פאליטישע געינס, ער זאגט אליינס אז ער איז געוועו אליינס אין א צימער מיט טראמפ אול טראמם האט בלא בלא בלא. און אזויווי ער איז אזא איש אמת וואס דער נאמען פאליטישאן קלעבט צו אים ווי ארבעס צום וואנט, גלייבסטו זיין פאני, סוספישעס מעשה בלינדערהייט.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3798
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג ינואר 21, 2018 4:03 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:מעקאנעל קען נישט גיין נוקלער ווייל פון די 50, און מיט אים וואלט געווען 51 קעגן 48 , זענען דא פינעף דעמאקרעטס, סוי ער האט מקסימום 46 סענעטארן צו גיין נוקלער, אדער אפילו ווייניגער, ווייל איך ווייס אויב אלע רעפאבליקאנער וואס האבן געשטימט פאר די ביל זענען גרייט צו גיין נוקלער.

או יאמר איפכא. די רעפובליקאנער וואס האבן געוואוט דערקעגן האבן עס גאנץ מעגליך געטון וויבאלד עס קען עניוועי נישט פעסן.


אז איין רעפאבליקאנער סענעטאר שטימט קעגן דעם גייט עס נישט דורך, ווייל עס איז יעצט נאר דא 50 רעפאבליקאנער סענעטארן קעגן 49 דעמאקראטישע סענעטארן, דזשאן מקעין איז אין אריזאנע, און מייק פענס איז אין זייער מדינה.

מייק לי און רענד פאול קען זיין אז די ביזט גערעכט, אבער דזשעף פלעיק און לינדזי גרעהעם גייען נישט גיין נוקלער, און עס קען זיין אז נאך אנדערע אויך.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » זונטאג ינואר 21, 2018 4:05 pm

צל עובר האט געשריבן:מולוועיני זאגט נאך פון טראמפ יעדן טאג א צווייטע מעשה, דארף איך אים יא גלייבן?

צווישן טראמפ און שומער, גלייב איך שומער.



וויאזוי האט שומער באוויזן צו געווינען דיין טראסט? מיט זיינע אפענע ליגענטס און קראנקע צוגאנג צו די טעקס רעפארם ביל, אדער גאר מיט זיינע יושר׳דיגע אימיגראציע פאליסיס?
לעצט פאראכטן דורך שמואל אלצווייסער אום זונטאג ינואר 21, 2018 4:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג ינואר 21, 2018 4:06 pm

צל עובר האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:מעקאנעל קען נישט גיין נוקלער ווייל פון די 50, און מיט אים וואלט געווען 51 קעגן 48 , זענען דא פינעף דעמאקרעטס, סוי ער האט מקסימום 46 סענעטארן צו גיין נוקלער, אדער אפילו ווייניגער, ווייל איך ווייס אויב אלע רעפאבליקאנער וואס האבן געשטימט פאר די ביל זענען גרייט צו גיין נוקלער.

או יאמר איפכא. די רעפובליקאנער וואס האבן געוואוט דערקעגן האבן עס גאנץ מעגליך געטון וויבאלד עס קען עניוועי נישט פעסן.


אז איין רעפאבליקאנער סענעטאר שטימט קעגן דעם גייט עס נישט דורך, ווייל עס איז יעצט נאר דא 50 רעפאבליקאנער סענעטארן קעגן 49 דעמאקראטישע סענעטארן, דזשאן מקעין איז אין אריזאנע, און מייק פענס איז אין זייער מדינה.

מייק לי און רענד פאול קען זיין אז די ביזט גערעכט, אבער דזשעף פלעיק און לינדזי גרעהעם גייען נישט גיין נוקלער, און עס קען זיין אז נאך אנדערע אויך.


פופציג קעגן ניין און פערציג איז א מאיאריטעט, און פענס איז בלויז א פלייט אוועק פון וואשינגטאן.

גרעהעם גלייב איך וואלט זיך יא צוגעשטעלט.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3798
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג ינואר 21, 2018 4:18 pm

שומער פאר זיך ווייס איך נישט צו איך גלייב, אבער יא קעגן טראמפ.

עקסטער, לייג צו קאפ, אויב שומער זאגט ברבים אין סענאט אז ער איז גרייט צו געבן די וואנט, איז דאס יעצט זיין פאזישן.

סוי אויב איז ער היינט מסכים צו געבן די וואנט מאכט סענס אז נעכטן האט ער אויך מסכים געווען.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3798
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג ינואר 21, 2018 4:22 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:מעקאנעל קען נישט גיין נוקלער ווייל פון די 50, און מיט אים וואלט געווען 51 קעגן 48 , זענען דא פינעף דעמאקרעטס, סוי ער האט מקסימום 46 סענעטארן צו גיין נוקלער, אדער אפילו ווייניגער, ווייל איך ווייס אויב אלע רעפאבליקאנער וואס האבן געשטימט פאר די ביל זענען גרייט צו גיין נוקלער.

או יאמר איפכא. די רעפובליקאנער וואס האבן געוואוט דערקעגן האבן עס גאנץ מעגליך געטון וויבאלד עס קען עניוועי נישט פעסן.


אז איין רעפאבליקאנער סענעטאר שטימט קעגן דעם גייט עס נישט דורך, ווייל עס איז יעצט נאר דא 50 רעפאבליקאנער סענעטארן קעגן 49 דעמאקראטישע סענעטארן, דזשאן מקעין איז אין אריזאנע, און מייק פענס איז אין זייער מדינה.

מייק לי און רענד פאול קען זיין אז די ביזט גערעכט, אבער דזשעף פלעיק און לינדזי גרעהעם גייען נישט גיין נוקלער, און עס קען זיין אז נאך אנדערע אויך.


פופציג קעגן ניין און פערציג איז א מאיאריטעט, און פענס איז בלויז א פלייט אוועק פון וואשינגטאן.

גרעהעם גלייב איך וואלט זיך יא צוגעשטעלט.


ביי 50-49 איז פענס גארנישט ווערט, מקעין איז אין אריזאנע, ממילא איז פלעיק שוין אויך גענוג עס זאל דורכפאלן,

עקסטער טראכט אריין, מעקאנעל איז נישט גרייט צו גיין נוקלער, חלוםסטו אז לינדזי גרעהעם אליינס וועט זיין גרייט אויב מעקאנעל איז.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג ינואר 21, 2018 4:23 pm

איך וואלט געהאלטן פונקט ווי דיר. נאר איך האב אויך געהאלטן אזוי ביי די סופרים קאורט און דערוויל האט טראמפ עס באוויזן, אשר על כן מאך איך נישט אוועק די מעגליכקייט אז ער קען עס באווייזן.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3798
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג ינואר 21, 2018 4:29 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:איך וואלט געהאלטן פונקט ווי דיר. נאר איך האב אויך געהאלטן אזוי ביי די סופרים קאורט און דערוויל האט טראמפ עס באוויזן, אשר על כן מאך איך נישט אוועק די מעגליכקייט אז ער קען עס באווייזן.


די סופרים קארט איז נאר געווען, ווייל הערי ריעד איז געגאנגען נוקלער אויף אלע נאמינעישענס חוץ די סופרים קארט, איז מעקאנעל גרייט געווען צו גיין נוקלער אויף די סופרים קארט אויך. און דאס איז געווען נאכן פייטן כמעט א יאר פאר די סופרים קארט מיט אבאמע.

אויך, דעמאלטס איז די סענאט געווען 52 - 48 , היינט איז עס אן מקעין, 50 - 49 .
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג ינואר 21, 2018 4:32 pm

איך - און נאך אסאך מענטשן אלע דריי זייטן פון די אייל - האב געהאלטן אז די חרוב'ע, אומבאלומפערטע, צוקראכענע רעפובליקאנע פארטיי וועט זיך קיינמאל באווייזן צוזאמענצוהאלטן דורכצופירן אזא מעידזשאר זאך.

אבער טראמפ האט עס יא באוויזן.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
שמרי' קערנקרויט
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 18, 2017 11:11 pm
לאקאציע: ביים טיר פון בית המדרש

מיין ארימע מיינונג

תגובהדורך שמרי' קערנקרויט » זונטאג ינואר 21, 2018 4:42 pm

טראמפ האט געוואלט דעם שאטדאון.
טיפיקל טראמפ צו זיכן צו ווייזן מיטן פינגער אויף די דעמאקראטן: "קוק ווי שלעכט זיי זענען, זיי האבן געמאכט דעם שרעקליכן שאט-דאון!"
דאס, איז עם ענדערש, ווי דורכשטיפן א דיעל איבער דעם וואנט.
א שנארער
הצלחה מיט שששמחחההה!

שליו ודגים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » זונטאג ינואר 21, 2018 4:50 pm

שומער דער זעלבער ליגנער ווי טראמפ

איך גלייב זאכן וועלכע מאכן סענס

נישטא קיין ריזען אז טראמפ זאל זיך נישט בייגן פאר שומער אויב ער גרייט צו זיין וואנט


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], police, shalsheles, אהבת השם, יאנקעל פעדראטשיק און 42 געסט