1-31-2018 - לעצטער טאג צו באנייען ביקס פערמיט

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

1-31-2018 - לעצטער טאג צו באנייען ביקס פערמיט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

אונטער א נייעם געזעץ פון גובערנאטאר אנדרו קאומא, וועלן אלע מענטשן אין ניו יארק מיט ביקס פערמיטן דאס ברויכען באנייען פאר יאנואר דעם איין און דרייסיגסטן דאס יאהר.
ביז א יאהר צוריק, האבען די מיט ביקס פערמיטן, אויסער פון די פאלגענדע ערטער - ניו יארק סיטי, נעססאו, סאפפאלק, און וועסטטשעסטער קאונטיס - געהאט א לעבנסלענגליכע פערמיט אויף צו האלטן געווער. אבער זינט די מאסשטאבליכע שיסונגען וואס האבען גענומען ארט אין די פארגאנגענע יארען, האט דער גובערנאטאר געשטעלט א געזעץ אין ארט וואס פערלאנגט צו באנייען די פערמיטן יעדע פאר יאהר.
עס איז וויכטיג צו באטאנען, אז פיל מענטשן ווייסען ניטאמאל פון דעם נייעם געזעץ, און דורך נישט בענייען זייערע פערמיטן וועלן זיי האלטן זייער געווער אומלעגאל. אין צוגאב, די פערמיטן מאכט מען געווענליך דורך די קאנטי, וואס דאס באדייט אז דאס גייט דירך די שערריף'ס אפיס, אבער די נייע געזעץ ווערט אינפארסירט דורך די סטעיט פאליציי.
פאלגענד איז די לינק צו באנייען די פיסטאל פערמיטן אין אלע פלעצער, אויסער אין די אויבענדערמאנטע ערטער - ניו יארק סיטי, נעססאו, סאפפאלק, און וועסטטשעסטער קאונטיס - וואס דארט ברויך מען נאכקוקען די ספעציפישע ערטער וויאזוי מען ברויך עס דארט באנייען.

https://www.troopers.ny.gov/Firearms/pi ... cation.php
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

א גרויסען דאנק פארן פאסטען.
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

If your license was issued before January 15, 2013, the deadline to submit your recertification is January 31, 2018 and every five years thereafter. If your license was issued on or after January 15, 2013, the deadline to recertify is five years after the date the license was issued and every five years thereafter.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ארלעדיגט, גיימיר באלד קעיר נעמען דערפון
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

ש'כח פאר'ן מודיע זיין, כ'בין שיעור נישט ארויס צו שחרית דערמיט...
וויצן און א זייט, גאנץ אן אינטערסאנטע שטיקל נייעס דאס.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

יישר כוח פארן ארויפלייגן, כ'האב נישט געוויסט דערפון.

מיין לייסענס האב איך געמאכט אין ניו יארק, אבער יעצט אז איך וואוין אין ניו דזשערסי, אין וועלכע סטעיט דארף איך עס באנייען?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

זאכליך האט געשריבן:יישר כוח פארן ארויפלייגן, כ'האב נישט געוויסט דערפון.

מיין לייסענס האב איך געמאכט אין ניו יארק, אבער יעצט אז איך וואוין אין ניו דזשערסי, אין וועלכע סטעיט דארף איך עס באנייען?


לכאורה האסטו יעצט די געווער אומלעגאל אין ניו דזשערסי, ווייל דארט דארף מען האבן ניו דזשערסי לייסענס, זוי מיינעך.

עניוועי :lol:
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

דער עולם האט ערנסט ביקסן דא ?

עניוועי, איך האב היבשע פאר מעסערס.
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

ביי אונז מאכן מיר די דזאב מיט סקרא דרייווערס.
!!THANK YOU BANAA#
פינחס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינחס »

צווייפעל האט געשריבן:דער עולם האט ערנסט ביקסן דא ?

עניוועי, איך האב היבשע פאר מעסערס.

:lol: :lol: :lol: :lol:
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

צווייפעל האט געשריבן:דער עולם האט ערנסט ביקסן דא ?

.

איך ווייס נישט צו דער עולם דא האט ביקסן, אבער א שיינע פאר יונגעלייט דרייען זיך ארום מיט לעגאלע ביקסן
פון יעצט
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 08, 2016 8:10 am
לאקאציע: כ'ווייס נישט וואו כ'בין כ'ווייס אבער וואו כ'וויל אנקומען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון יעצט »

פון גאן קאנטראל דעבאטע אשכול
צו געזונט האט געשריבן:אלס א גאן אייגענטומער קאן איך אייך זאגען....
אוועטאר
ערליכע בחור
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערליכע בחור »

עס איז דא אסאך אידן וואס האלטן אז עס איז א גוטע זאך צו האבן א ביקס לעגאל, עס זענען אבער דא וואס האלטן אז מען טאר עס נישט האבן ווייל עס איז א בחינה פון כוחי ועוצם ידי.
מען דארף זעהן זיך צו האלטן ערליך... חזק ואמץ...
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

צווייפעל האט געשריבן:דער עולם האט ערנסט ביקסן דא ?

עניוועי, איך האב היבשע פאר מעסערס.

איך ווייס
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

מיין לאנגבוימערשיסער איז אויך אונטער די נייע געזעץ?
גראמער
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמער »

פאר עטליכע יאר צירוק נאך איינע פון די מאסן שיסערייען האט די מידיע אין ראקלענד קאונטי ארויסגעגעבען א ליסטע פון אלע לעגאלע ביקסן אייגענטומער און עס איז געווען א שיינע צאל פום היימישע ערענסטע אינגערלייט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

שכח, פון מאנסי, מאנסי איז דאך נישט אמעריקע.
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

דאכצעך אז אין קרית יואל איז דא מער אינגעלייט מיט ביקסען. בכלל אין ארענזש קאנטי גרינגער צו באקומען א קערי פורמיט ווי אין ראקלענד, וואס אין ראקלענד איז דא דער באשעפעניש ווי א Sportsman/Resident permit
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

עס איז נישט דא קיין נאמבער צו מאנסי צו קרית אויף ווער עס האט מער ביקסען. אבער ווען מיר גייען צו די רעינדזש, דאן איז עס מער פון קרית יואל. אפשר ווייל מאנסי האט נאך א רעינדזש אין די געגנט
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

איך האב געמיינט אז דא דרייען זיך נאר פון די אייניקלעך פונעם זיידן יעקב, האב איך נישט געוואוסט אז מיר האבן אויך דא אביסל פון אונזערע קאזינס דעם פעטער עשיו'ס קינדער, די וואס קענען זיך אויס אין זייער "ועל חרבך תחי'" פיעלד....

וועלקאום טו אואר עקסטענדעד פעמילי...
---
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

צו געזונט האט געשריבן:עס איז נישט דא קיין נאמבער צו מאנסי צו קרית אויף ווער עס האט מער ביקסען. אבער ווען מיר גייען צו די רעינדזש, דאן איז עס מער פון קרית יואל. אפשר ווייל מאנסי האט נאך א רעינדזש אין די געגנט

אונז - אין ראקלענד - האט דער אינסטראקטער רעקאמענדירט צו גיין צו די רענזש נעבן קרית יואל (איך בין נאך קיינמאל נישט דארט געווען, סא איך ווייס נישט ווי דאס איז פינקליך)
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

פיצי קעפעלע האט געשריבן:דאכצעך אז אין קרית יואל איז דא מער אינגעלייט מיט ביקסען. בכלל אין ארענזש קאנטי גרינגער צו באקומען א קערי פורמיט ווי אין ראקלענד, וואס אין ראקלענד איז דא דער באשעפעניש ווי א Sportsman/Resident permit


יא, אין אראנדש קאונטי איז פון די גרינגסטע פלעצער צו באקומען פערמיטן פאר ביקסן.
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

סמיר גוט ! וויפל ביקסען איז דא און קרית יואל ? בערך ?
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

נישט פשוט האט געשריבן:סמיר גוט ! וויפל ביקסען איז דא און קרית יואל ? בערך ?


דער רבי זי"ע האט נאר געזאגט אז ביי מיר אין שטעטל וויל איך נישט קיין בייקס, פון ביקסן האט מען נישט גערעדט...
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

נישט פשוט האט געשריבן:סמיר גוט ! וויפל ביקסען איז דא און קרית יואל ? בערך ?

איך ווייס פון אסאך נארמאלע יונגעלייט וואס פארמאגן אין זייער באזיצט ביקסן, סע איז דא וואס האלטן דאס אין דזשאב, וכו', פארשטייט זיך אז מיט א פערמיט.
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”