בלאט 1 פון 38

חתונה תקנות איבערפרישונג (מהר"א)

געשריבן: מוצ"ש ינואר 06, 2018 9:32 pm
דורך רעסטאראנט
כדאי צו הערן ר' שמואל ווידער יעצט ווי ער לייגט פאר די רעוואלוציע פון חתונה תקנות קהל יטב לב מהר"א

געשריבן: מוצ"ש ינואר 06, 2018 9:40 pm
דורך אפענע וועלט
אפשר קען איינער אים בעטן צו רעדן פון דעם אנגעווייטאגטן ענין און גרעסטע אומוויכטיגע עקפענס וואס הייסט פורניטשער?
אלעס וואס מען רערט און טוט איז זייער שיין אבער ווען קהל ייטב לב וועט פראקלאמירן אז פורנישער קויפט מען ביי אייקיע וועט מען באמת עפעס האבן אויפגעטוען

געשריבן: מוצ"ש ינואר 06, 2018 9:44 pm
דורך בעלבאטיש
אפענע וועלט האט געשריבן:אפשר קען איינער אים בעטן צו רעדן פון דעם אנגעווייטאגטן ענין און גרעסטע אומוויכטיגע עקפענס וואס הייסט פורניטשער?
אלעס וואס מען רערט און טוט איז זייער שיין אבער ווען קהל ייטב לב וועט פראקלאמירן אז פורנישער קויפט מען ביי אייקיע וועט מען באמת עפעס האבן אויפגעטוען


ער איז נאכנישט פארטיג

אפשר קומט דאס נאך

געשריבן: מוצ"ש ינואר 06, 2018 9:46 pm
דורך תמים תהיה
איך גלייב אז ס׳איז אין די works

געשריבן: מוצ"ש ינואר 06, 2018 9:48 pm
דורך Haklal
ווער איז דער יושב ראש?, ווער רעדט יעצט

געשריבן: מוצ"ש ינואר 06, 2018 9:49 pm
דורך בעלבאטיש
Haklal האט געשריבן:ווער איז דער יושב ראש?, ווער רעדט יעצט


ר' שמואל ווידער יושב ראש חתונה תקנות פון די לעצטע 10 יאר אין די קהלה

געשריבן: מוצ"ש ינואר 06, 2018 9:57 pm
דורך איסר האטלקי
דערמאנט לשבח יעצט פרדס זאלן און עטרת חיה שרה מאנסי.

געשריבן: מוצ"ש ינואר 06, 2018 9:58 pm
דורך תמים תהיה
אינטרעסאנטע איידיע לגבי חתונה בריוולעך... דארף נאר מער ווערן אויסגעארבייט טעקניקעל׳ס

געשריבן: מוצ"ש ינואר 06, 2018 10:04 pm
דורך Haklal
ער האט פריער געזאגט אז 99% געבן סיזי שטיין, מיר געווען א חידוש

געשריבן: מוצ"ש ינואר 06, 2018 10:06 pm
דורך Haklal
קליידונג פאר פרויען#

געשריבן: מוצ"ש ינואר 06, 2018 10:10 pm
דורך בעלבאטיש
Haklal האט געשריבן:ער האט פריער געזאגט אז 99% געבן סיזי שטיין, מיר געווען א חידוש


ער רעדט פון חסידי מהר"א לכאורה

געשריבן: מוצ"ש ינואר 06, 2018 10:10 pm
דורך בעלבאטיש
א גוטע פונקט אז חתונה מאכען וואלט געדארפט זיין ווי אויפשטייגען אויף א פליגער אז דער פשוטער המון עם וואקט דורך די פאר זיצען פון ערשטע קלאס אין וואקט דורך ווייל ער ווייסט אז דעס איז נישט פאר עם

געשריבן: מוצ"ש ינואר 06, 2018 10:14 pm
דורך תמים תהיה
מרעהט פונעם פאקט אז די תנאים איז געווארען א come & go די סעודה איז געווארען אויסגעריסן לגמרי

געשריבן: מוצ"ש ינואר 06, 2018 10:14 pm
דורך Haklal
בעלבאטיש האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:ער האט פריער געזאגט אז 99% געבן סיזי שטיין, מיר געווען א חידוש


ער רעדט פון חסידי מהר"א לכאורה

פארשטייט זיך, מסתמא נאר אין ק"י

געשריבן: מוצ"ש ינואר 06, 2018 10:16 pm
דורך בעלבאטיש
Haklal האט געשריבן:
בעלבאטיש האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:ער האט פריער געזאגט אז 99% געבן סיזי שטיין, מיר געווען א חידוש


ער רעדט פון חסידי מהר"א לכאורה

פארשטייט זיך, מסתמא נאר אין ק"י


בכלל נישט

סיזי שטיין איז היינט גאר שטארק ביי אלע מחותתנים נישט קיין חילוק סאטמאר פאפא בעלז

געשריבן: מוצ"ש ינואר 06, 2018 10:18 pm
דורך תמים תהיה
שטריימלעך הצלחה , צד החתן קויפט דעם איינצעלען ״כתר״ שטריימעל פאר $1400
אויב וויל דער אינגערמאן קען ער טיהן מה שבלבו נאך זיין חתונה ס׳איז נישט דעם טאטענס פראבלעם

געשריבן: מוצ"ש ינואר 06, 2018 10:19 pm
דורך Haklal
איך ווייס נישט אויב עס איז דא א שענערע זאך ווי נגידים זאלן מאכן אויפפאלענד ביליג חתונה, דאס וועט שטארק העלפן פארן המון עם

געשריבן: מוצ"ש ינואר 06, 2018 10:24 pm
דורך תמים תהיה
מוטיגט די שדכנים צו מחזק זיין די זאך, זיי קענען האבן א שטארקע השפעה

געשריבן: מוצ"ש ינואר 06, 2018 10:26 pm
דורך תמים תהיה
ווער איז דער שניטצלער וואס ליפטערט זיין מיינונג?

געשריבן: מוצ"ש ינואר 06, 2018 10:30 pm
דורך איסר האטלקי
תמים תהיה האט געשריבן:ווער איז דער שניטצלער וואס ליפטערט זיין מיינונג?

בארימטער שריפטשטעלער פון קרית יואל. רעדאקטער פון 'דער בית' אויסגאבע.

געשריבן: מוצ"ש ינואר 06, 2018 10:31 pm
דורך חדשות
Haklal האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב עס איז דא א שענערע זאך ווי נגידים זאלן מאכן אויפפאלענד ביליג חתונה, דאס וועט שטארק העלפן פארן המון עם

אזוי וואלט ווען געדארפט צו זיין, ליידער נישט אינגאנצען אזוי.

מען וואלט געדארפט מאכן א קאמפיין, און א ווינט, אז דער עושר וועט זיין 10 מאל מער ארויפגעקוקט אויב מאכט ער א שפארעדיגע חתונה. און פארקערט אן עושר וואס רייסט זיך אויף זאל זיין אראפגעקוקט.

געשריבן: מוצ"ש ינואר 06, 2018 10:31 pm
דורך איסר האטלקי
בעלבאטיש האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:
בעלבאטיש האט געשריבן:
Haklal האט געשריבן:ער האט פריער געזאגט אז 99% געבן סיזי שטיין, מיר געווען א חידוש


ער רעדט פון חסידי מהר"א לכאורה

פארשטייט זיך, מסתמא נאר אין ק"י


בכלל נישט

סיזי שטיין איז היינט גאר שטארק ביי אלע מחותתנים נישט קיין חילוק סאטמאר פאפא בעלז

אממממממ.... איך בין נישט זיכער דערמיט....

געשריבן: מוצ"ש ינואר 06, 2018 10:34 pm
דורך תמים תהיה
ביי אינז און די משפחה איז עס א סטייל, סטאנדארד

געשריבן: מוצ"ש ינואר 06, 2018 10:37 pm
דורך פימפערנוטער
אסר'ן טשיינע קלאזעט, איך וועל בלי"נ ארויסווארפן מיינע, נעמט סתם אויף פלאץ, מאכט סתם איבעריגע ארבייט פאר די ב"ב און להבדיל די גויעטע.


----

נייע איידיע (c) קאפירייט ביי פימפערנוטער.

מזאל מאכן א גמ"ח וואס וועט פארבארגן די ריזן שפיצן שטריימלעך, טשיינע קלאזעטס, מגילה האלטערס, דיימאנד רינגלעך, וכו' וכו' פאר די ערשטע פאר חדשים, דערנאך וועט מען עס צוריק געבן און זיך באגענוגן מיט די פשוט'ערע שטריימלעך וכו', גענוי ווי עס זענען דא גמ"ח'ן פאר כלה קליידער.

געשריבן: מוצ"ש ינואר 06, 2018 10:41 pm
דורך תמים תהיה
מיין טשיינע קלאזעט איז שוין לאנג א פארגאנגענהייט... אן עבירה געווען די געלט