חתונה תקנות איבערפרישונג (מהר"א)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

צדקה
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 9:40 pm

תגובהדורך צדקה » מוצ"ש מאי 18, 2019 11:45 pm

גאר איבערראשענדע נייעס, ר' שלמה לייב וויינבערגער בעל מנוחת הנפש האט פארקויפט די גאנצע ביזנעס פאר הנגיד ר' יואל עפשטיין

געוואלטיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

תגובהדורך געוואלטיג » מוצ"ש מאי 18, 2019 11:51 pm

איך האב שוין לאנג א געדאנק איבער די חתונה נאכט
די שאלה איז צי סאיז דא מיט וועם צו גיין צום טיש, די מהלך איז צו מאכן אויך א אפשען פון א חתונה אין ביהמ"ד אדער ביניני המסודות אויף א מהלך פון יואלי ראטה לדעתי וועט זיין גענוג ווער סוועט וועלן גיין דערמיט אפילו סאיז מעגליך עקסטריעם
און די מעלה וועט זיין אז כנור דוד וכדומה וועט שוין זיין די רייכע פענסי תקנות זאל און די מענטשן מיט מער קאנפעדענס קענען מאכן אין ביהמ"ד אדער פשוטע עסזאל אדער אין ק"י קען זיין גאר שטארק געאייגענט די מבצר הכוללים איין שטאק פאר מענער און איינס פאר פרויען פאר גענצליך בחינם..

מקען מאכן פירהענג אויף די ווענט אביסל צי באפיצן

מוועט געבן צי עסן א סעודה אבער אויף א א וואכנאכט פארנעם

מוועט אריינבויען א מייק סיסטעם וואס קיינער דארף נישט קאנטראלן א גאנצע נאכט נאר סזאל האבן גראבע באטענס.. איין באטען שטייטע מוזיק פאר די סעודה, איינס אנצוהייבן ערשטע טאנץ, און איינס פאר 2טע טאנץ, און מצוה טאנץ קען מען אויסוועלן איינס פון די פאריגע 2...

מקען אריינברענגען עסקני הכולל צו מאכן די טישן פארן אהיימגיין פון כולל

די שאלה איז אויך איבער די עזרת נשים זיי דארפן אביסל א רייכערע וואכנאכט, הגם עסן דארפן זיי באמת ווייניגער ווי מענער, רוב פרויען לאזן אלעס איבער, אבער סדארף זיין עפעס מער אהערגעשטעלט פאר נשים

נו וואס זאגט איר צי דעם פלאן...

בבל
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » זונטאג מאי 19, 2019 12:21 am

צדקה האט געשריבן:גאר איבערראשענדע נייעס, ר' שלמה לייב וויינבערגער בעל מנוחת הנפש האט פארקויפט די גאנצע ביזנעס

דאכט זיך מיר אז ר'שלומה לייב איז די ערשטע וואס האט ערנסט געטאן פאר די חתונה קריזיס, ערגעץ אין די ס יארן האט ער ארימגעשיקט א געלונגענע בראשור אויף פאסט איבער די צידרייטע חתונה סטענדארט א שאד איך האב נישט געסעווד יענע בראשור, לכאורה פין דארט איז ער געגאנגען צי מנוחת הנפש די ערשטע אזא איידיע וואס האט שפעטער געטוישט נאמען צי חתונה דיפא. מיט די יארן איז ציגעקימען עטליכע קאמפעטישן אין די ליין

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » זונטאג מאי 19, 2019 12:26 am

איך האב זיך ארויס געכאפט קיין אייקיע פאר אופיס פארניטשער, און אינאייוועגס געזען רעגולאר האם פארניטשער.

איך זע באמת נישט פארוואס אין די וועלט זאל מען צאלן $17000 פאר די חתונה מאלל'ס, איך האב געכאפט א לאנגע שמוס מיט א רעפרעזענטעיוו און איך זאג עם אז איך מאף צו א נייע דירה און איך וויל מיך אוסשטאפירן פון עי טו זי, וויפל דארף עס קאסטן.

ער זאגט מיר נישט מער ווי 6000.

אינקלאד קיטשן אייטעמ'ס, אין אפליינסעס.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג יוני 02, 2019 12:53 am

.
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום זונטאג יוני 02, 2019 1:21 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

תגובהדורך זופ מיט קניידל » זונטאג יוני 02, 2019 3:02 pm

בבל האט געשריבן:
צדקה האט געשריבן:גאר איבערראשענדע נייעס, ר' שלמה לייב וויינבערגער בעל מנוחת הנפש האט פארקויפט די גאנצע ביזנעס

דאכט זיך מיר אז ר'שלומה לייב איז די ערשטע וואס האט ערנסט געטאן פאר די חתונה קריזיס, ערגעץ אין די ס יארן האט ער ארימגעשיקט א געלונגענע בראשור אויף פאסט איבער די צידרייטע חתונה סטענדארט א שאד איך האב נישט געסעווד יענע בראשור, לכאורה פין דארט איז ער געגאנגען צי מנוחת הנפש די ערשטע אזא איידיע וואס האט שפעטער געטוישט נאמען צי חתונה דיפא. מיט די יארן איז ציגעקימען עטליכע קאמפעטישן אין די ליין

ווי איך פארשטיי איז דאס דער סיבה פון עס פארקויפן, די קאמפעטישאן האט גורם געווען אז מען האט כסדר געדארפט פארבעסערן - און אנדערע ווערטער ארויפברענגען דעם סטאנדארט, און דאס האט זייער וויגעטון פאר אנשי שלומינו און אויך פאר ר' שלמה לייב אליינס אבער ער איז געווען געבינדן,
ר' יואל עפשטיין האט עס אפגעקויפט מיטן חשבון אז עס גייט קלאר נישט זיין קיין פראפיט ביזנעס (א שטייגער וווי אולם עקשטיין ווי די זאל באערדע מאכן נישט קיין פעני אויפן זאל - און טאקע דאס ערמעגליכט זיי צו האלטן דעם סטענדערט ווי זיי ווילן) און ער טוט דאס בלויז אלס עסקנות פאר די עקזיסטענץ פון די חתונה תקנות.
דא דארף אבער געדענקט ווערן און ארויסגעברענגט ווערן לשבח ר' שלמה לייב וויינבערגער וואס האט זיך צופליקט פאר די תקנות שוין פון אנפאנג אן ווען ער איז געווען פון די נחשונים, און ער האט געטון כל מה שבידו דאס אנצוהאלט ווי וויט ער האט געקענט, ביז עס איז געקומען צו דעם אז דאס האט אים פערזענליך אריינגעשלעפט אין שווערע חובות און איז געווען געצווינגען דאס צו פארקויפן.

אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

תגובהדורך זופ מיט קניידל » זונטאג יוני 02, 2019 3:04 pm

געוואלטיג האט געשריבן:מוועט אריינבויען א מייק סיסטעם וואס קיינער דארף נישט קאנטראלן א גאנצע נאכט נאר סזאל האבן גראבע באטענס.. איין באטען שטייטע מוזיק פאר די סעודה, איינס אנצוהייבן ערשטע טאנץ, און איינס פאר 2טע טאנץ, און מצוה טאנץ קען מען אויסוועלן איינס פון די פאריגע 2...


נו וואס זאגט איר צי דעם פלאן...

נישט ביי די מייק סיסטעם שטעקט די פראבלעם, און וויאזוי עס איז יעצט איז די בעסטע וואס שייך,
עס דארף זיין איינער אויפן פלאץ וואס קען זיך אויס מיטן סיסטעם, נאו קוועסשאן אבאוט איט, קען זיין אז מיט די איבריגע ביסטו גערעכט, דארף מען דאס ארויפברענגען

בבל
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » זונטאג יוני 02, 2019 3:16 pm

געוואלטיג האט געשריבן:מקען מאכן פירהענג אויף די ווענט אביסל צי באפיצן

מוועט געבן צי עסן א סעודה אבער אויף א א וואכנאכט פארנעם

מוועט אריינבויען א מייק סיסטעם וואס קיינער דארף נישט קאנטראלן א גאנצע נאכט נאר סזאל האבן גראבע באטענס.. איין באטען שטייטע מוזיק פאר די סעודה, איינס אנצוהייבן ערשטע טאנץ, און איינס פאר 2טע טאנץ, און מצוה טאנץ קען מען אויסוועלן איינס פון די פאריגע 2...

ו וואס זאגט איר צי דעם פלאן...

איך האב אויך געטראכט אזוי עס דארף נישט זיין קיין באצאלטע ארבעטער און די טייערע נאכט שעהען עס קען זיין איזי באטנס.
סעודה /סוף סעודה/ טאנצן/ 2טע טאנץ/ 3טע טאנץ/ לעצטע 10 מניט טאנצן העכער שטילער. דעץאיט.
אין מען זאל באקומען קרעדיט פארן נישט האבן די קאנטראלער

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6392
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג יוני 02, 2019 3:22 pm

זופ מיט קניידל האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:
צדקה האט געשריבן:גאר איבערראשענדע נייעס, ר' שלמה לייב וויינבערגער בעל מנוחת הנפש האט פארקויפט די גאנצע ביזנעס

דאכט זיך מיר אז ר'שלומה לייב איז די ערשטע וואס האט ערנסט געטאן פאר די חתונה קריזיס, ערגעץ אין די ס יארן האט ער ארימגעשיקט א געלונגענע בראשור אויף פאסט איבער די צידרייטע חתונה סטענדארט א שאד איך האב נישט געסעווד יענע בראשור, לכאורה פין דארט איז ער געגאנגען צי מנוחת הנפש די ערשטע אזא איידיע וואס האט שפעטער געטוישט נאמען צי חתונה דיפא. מיט די יארן איז ציגעקימען עטליכע קאמפעטישן אין די ליין

ווי איך פארשטיי איז דאס דער סיבה פון עס פארקויפן, די קאמפעטישאן האט גורם געווען אז מען האט כסדר געדארפט פארבעסערן - און אנדערע ווערטער ארויפברענגען דעם סטאנדארט, און דאס האט זייער וויגעטון פאר אנשי שלומינו און אויך פאר ר' שלמה לייב אליינס אבער ער איז געווען געבינדן,
ר' יואל עפשטיין האט עס אפגעקויפט מיטן חשבון אז עס גייט קלאר נישט זיין קיין פראפיט ביזנעס (א שטייגער וווי אולם עקשטיין ווי די זאל באערדע מאכן נישט קיין פעני אויפן זאל - און טאקע דאס ערמעגליכט זיי צו האלטן דעם סטענדערט ווי זיי ווילן) און ער טוט דאס בלויז אלס עסקנות פאר די עקזיסטענץ פון די חתונה תקנות.
דא דארף אבער געדענקט ווערן און ארויסגעברענגט ווערן לשבח ר' שלמה לייב וויינבערגער וואס האט זיך צופליקט פאר די תקנות שוין פון אנפאנג אן ווען ער איז געווען פון די נחשונים, און ער האט געטון כל מה שבידו דאס אנצוהאלט ווי וויט ער האט געקענט, ביז עס איז געקומען צו דעם אז דאס האט אים פערזענליך אריינגעשלעפט אין שווערע חובות און איז געווען געצווינגען דאס צו פארקויפן.

ביטע ערקלערן די חלק פון קאמפאטישען? די קאמפאטישען האט געברענגט טייערערע זאכן? אדער בעסערע קוואליטי פאר די זעלבע פרייז
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

בבל
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » זונטאג יוני 02, 2019 3:24 pm

די קאמפעטישן האט געשריבן אז מען באקומט א פרי קאטוש, איז א קאטש אריין אין סטענדארט איז די פרייז פינעם מאלס ארויף מיט א 500 א זייט לדוגמא

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6392
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג יוני 02, 2019 3:26 pm

בבל האט געשריבן:די קאמפעטישן האט געשריבן אז מען באקומט א פרי קאטוש, איז א קאטש אריין אין סטענדארט איז די פרייז פינעם מאלס ארויף מיט א 500 א זייט לדוגמא

און קיינער מאכט נישט קיין קאלקולעישאן'ס אז יענער איז טייערער פאר די "פרי" קאוטש? א שטייגער ווי דער גראסערי וואס געבט ריבעיטס און איז טייערער ווי דעם קאמפעטישאן וואס געבט נישט?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3511
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג יוני 02, 2019 3:36 pm

דער וואס רעדט ווייסט נישט!
איי איי,-וועלט

אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

תגובהדורך קאקאש קעיק מיט מילך » זונטאג יוני 02, 2019 4:13 pm

בבל האט געשריבן:
געוואלטיג האט געשריבן:מקען מאכן פירהענג אויף די ווענט אביסל צי באפיצן

מוועט געבן צי עסן א סעודה אבער אויף א א וואכנאכט פארנעם

מוועט אריינבויען א מייק סיסטעם וואס קיינער דארף נישט קאנטראלן א גאנצע נאכט נאר סזאל האבן גראבע באטענס.. איין באטען שטייטע מוזיק פאר די סעודה, איינס אנצוהייבן ערשטע טאנץ, און איינס פאר 2טע טאנץ, און מצוה טאנץ קען מען אויסוועלן איינס פון די פאריגע 2...

ו וואס זאגט איר צי דעם פלאן...

איך האב אויך געטראכט אזוי עס דארף נישט זיין קיין באצאלטע ארבעטער און די טייערע נאכט שעהען עס קען זיין איזי באטנס.
סעודה /סוף סעודה/ טאנצן/ 2טע טאנץ/ 3טע טאנץ/ לעצטע 10 מניט טאנצן העכער שטילער. דעץאיט.
אין מען זאל באקומען קרעדיט פארן נישט האבן די קאנטראלער[/quote
עס וועט זיין א גוטע אונטערהאלטונג פאר די אינגווארג ...
אין אמת'ן גערעדט מען דארף האבן א מענטש אויפן פלאץ

Haklal
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » זונטאג יוני 02, 2019 4:38 pm

איך האלט אז דער קהילה זאל ארויסגעבן דעם ביהמ"ד, אדער בנין המוסד פארן שמש/מענעדזשער פינעם בנין אין ער זאל יא מאכן געלט אזוי האט ער אינטערעסע צי קאמפיינען דערפאר, אין עס וועט נאך אלץ זיין א שטארקע סעווינגס. עס וועלן זיין מאנכע וואס וועלן א טובה טוען אין אנדערע וועלן נאכדעם נאכטוען ווייל אז ראובן קען איז דאך אויך גיט פאר מיר..

די מיליאן דאלאר קוועשטאן איז וויפיל פין די יעצטיגע אנדערע הוצאות וועלן אראפגיין ווייל די חתונה איז נישט אין קיין זאל

אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

תגובהדורך זופ מיט קניידל » זונטאג יוני 02, 2019 6:41 pm

איך האלט נישט אז מען דארף יעצט בכלל גיין מער ווי עס איז,
די אולם עקשטיין איז גאר גוט און שטייט גאר גוט, די אלע פלענער פון גיין אויף א ראדיקאל ביליגע סטאנדארט קען זיך אויסלאזן זייער שלעכט,
אראפברענגען א סטאנדארט קענסטו נאר ווען דער מענטש דארף נישט פילן ווי ער האט עפעס ווייניגער, ער האט א זאל - טאקע ביליג, ער האט א שטריימל - טאקע ביליג, א.א.וו. אלעס קען מען האבן אבער מען מוז נישט איבערצאלן,
גיין און אוועקנעמען און עס מאכן נוסח ר' יואל ראטה, קען זיין סוועלן זיין מענטשן וואס וועלן זיך צוכאפן אבער נישט אזוי ברענגט מען אראפ א סטאנדארט, די ציהל פון די חתונה תקנות איז נישט צו זיין יוניק און אז יעדער זאל שמועסן אז ביי אונז איז נישט דא קיין פעיר פרעשור וכדו' די ציהל איז אז יעדער זאל קענען חתונה מאכן רואיג און אויף א שיינעם פארנעם,
די עסקנים זאגן אז די שטריימל תקנה איז גאר א גרויסער סוקסעס און זיי זענען עס תולה אין דעם אז דער חתן שפירט שוין היינט נישט אז ער גיבט אויף צופיל,
ווילאנג ער דארף אוועקרייסן פון זיך, מעג עס האבן א לאגישע הסבר, דאס הייסט נישט סטאנדארט,

אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

תגובהדורך זופ מיט קניידל » זונטאג יוני 02, 2019 6:50 pm

מי יודע האט געשריבן:
זופ מיט קניידל האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:
צדקה האט געשריבן:גאר איבערראשענדע נייעס, ר' שלמה לייב וויינבערגער בעל מנוחת הנפש האט פארקויפט די גאנצע ביזנעס

דאכט זיך מיר אז ר'שלומה לייב איז די ערשטע וואס האט ערנסט געטאן פאר די חתונה קריזיס, ערגעץ אין די ס יארן האט ער ארימגעשיקט א געלונגענע בראשור אויף פאסט איבער די צידרייטע חתונה סטענדארט א שאד איך האב נישט געסעווד יענע בראשור, לכאורה פין דארט איז ער געגאנגען צי מנוחת הנפש די ערשטע אזא איידיע וואס האט שפעטער געטוישט נאמען צי חתונה דיפא. מיט די יארן איז ציגעקימען עטליכע קאמפעטישן אין די ליין

ווי איך פארשטיי איז דאס דער סיבה פון עס פארקויפן, די קאמפעטישאן האט גורם געווען אז מען האט כסדר געדארפט פארבעסערן - און אנדערע ווערטער ארויפברענגען דעם סטאנדארט, און דאס האט זייער וויגעטון פאר אנשי שלומינו און אויך פאר ר' שלמה לייב אליינס אבער ער איז געווען געבינדן,
ר' יואל עפשטיין האט עס אפגעקויפט מיטן חשבון אז עס גייט קלאר נישט זיין קיין פראפיט ביזנעס (א שטייגער וווי אולם עקשטיין ווי די זאל באערדע מאכן נישט קיין פעני אויפן זאל - און טאקע דאס ערמעגליכט זיי צו האלטן דעם סטענדערט ווי זיי ווילן) און ער טוט דאס בלויז אלס עסקנות פאר די עקזיסטענץ פון די חתונה תקנות.
דא דארף אבער געדענקט ווערן און ארויסגעברענגט ווערן לשבח ר' שלמה לייב וויינבערגער וואס האט זיך צופליקט פאר די תקנות שוין פון אנפאנג אן ווען ער איז געווען פון די נחשונים, און ער האט געטון כל מה שבידו דאס אנצוהאלט ווי וויט ער האט געקענט, ביז עס איז געקומען צו דעם אז דאס האט אים פערזענליך אריינגעשלעפט אין שווערע חובות און איז געווען געצווינגען דאס צו פארקויפן.

ביטע ערקלערן די חלק פון קאמפאטישען? די קאמפאטישען האט געברענגט טייערערע זאכן? אדער בעסערע קוואליטי פאר די זעלבע פרייז

אלעס,
דער מושג פון פירן מנוחת הנפש ווי א ארגיניזאציע איז אוועקגעגאנגען,
ער האט נישט געקענט עפארדן צו פארלירן פופיג פראצענט קאסטומערס, ווייל דאס איז נישט געווען קיין גרויסע פראפיטן און די איינציגטע וועג וויאזוי ער האט געקענט אנגיין מיט אזויפיל געלט אינדרויסן איז נאר ווייל יעדער איז געקומען צו אים,
היות ער דארף באצאלן פאר די אלע זאכן וואס ער דעליווערט, און באצאלט פונעם קאסטומער באקומט ער נאר אחרי ככלות הכל, מיינט דאס צוזאגן אז ער איז אייביג בעקט אפ מיט די געלטער, משא"כ אנדערע ביזנעסער מאכן גרעסערע פראפיטן, שפורן זיי דאס נישט אזוי שטארק,
דעריבער איז ער אריין אין א פארמעסט מיטן קאמפעטישן, ווידער דער קאמפעטישן האט אויך געדארפט זיך האלטן ביליג כדי צו אקומען קאסטומערס, און אין די זעלבע צייט קאמפיטן מיט אים, אזוי האט זיך ארויסגעשטעלט אז זיי זענען אומוועלנדיג אריינגעשלעפט געווארן אין א געיעג פשוט פארן עקזיסטענץ פון זייער ביזנעס, אבער געלט האבן זיי ביידע נישט געמאכט,
ביז עס איז געקומען צו א מצב אז מנוחת הנפש איז געווען אין א מצב פון באו מים עד נפש,
דער שלמה לייב פארדינט אבער נאכאלס א מעדאל פאר זיין איבערגעגעבנקייט פאר די חתונה תקנות! (מאנכע מיינען אז דאס פלעגט זיין א גאלד גרוב פאר אים, שטעלט זיך יעצט ארויס אז פונקט פארקערט ער האט אינוועסטירט אין דעם און פרובירט וואס ער קען דאס צו האלטן, הקב"ה ישלם שכרו)

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » זונטאג יוני 02, 2019 6:53 pm

פון די צווייטע זייט זענען דא מענטשן וואס דארפן זיין מער ווי עוורעדזש. אויב איז עוורעדזש צי מאכן אין שוהל וועט ער מאכן אין א זאל אבער אויב א זאל איז עוורעדזש דארף ער גיין נאך העכער

נקודה למחשבה
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אפענע וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 3:26 pm

תגובהדורך אפענע וועלט » זונטאג יוני 02, 2019 6:58 pm

זופ מיט קניידל האט געשריבן:איך האלט נישט אז מען דארף יעצט בכלל גיין מער ווי עס איז,
די אולם עקשטיין איז גאר גוט און שטייט גאר גוט, די אלע פלענער פון גיין אויף א ראדיקאל ביליגע סטאנדארט קען זיך אויסלאזן זייער שלעכט,
עס איז שוין יעצט גאר שלעכט, מ'האלט נישט דארט ווי די אריגי'נעל תקנות האט אינז געדארפט פירן, וואס קען זיין ערגער?
אראפברענגען א סטאנדארט קענסטו נאר ווען דער מענטש דארף נישט פילן ווי ער האט עפעס ווייניגער, ער האט א זאל - טאקע ביליג, ער האט א שטריימל - טאקע ביליג, א.א.וו. אלעס קען מען האבן אבער מען מוז נישט איבערצאלן,
טויזענטער אידן זענען מחולק מיט אייך, די וואלן איבער די איבערגעמאכטע תקנות האט קלאר געוויזן אז מענטשן ווילן דירעקט יא מ'זאל שניידן פון די אייטעמס וואס ס'ווערט היינט צוטאגס צוגעשטעלט, ווייל די איצטיגע מהלך האט נישט געברענגט די ריכטיגע רעזולטאטן ביזדערווייל.
גיין און אוועקנעמען און עס מאכן נוסח ר' יואל ראטה, קען זיין סוועלן זיין מענטשן וואס וועלן זיך צוכאפן אבער נישט אזוי ברענגט מען אראפ א סטאנדארט, ווער זאגט? די ציהל פון די חתונה תקנות איז נישט צו זיין יוניק און אז יעדער זאל שמועסן אז ביי אונז איז נישט דא קיין פעיר פרעשור וכדו' ווער זאגט ? די ציהל איז אז יעדער זאל קענען חתונה מאכן רואיג און אויף א שיינעם פארנעם, דער מהלך האט נישט גע'ארבעט, און זיך איינרדן אז ס'גייט זיך עפעס טוישן אויף דעם מהלך איז ככלב שב על קיאו.
די עסקנים זאגן אז די שטריימל תקנה איז גאר א גרויסער סוקסעס און זיי זענען עס תולה אין דעם אז דער חתן שפירט שוין היינט נישט אז ער גיבט אויף צופיל,
ווילאנג ער דארף אוועקרייסן פון זיך, מעג עס האבן א לאגישע הסבר, דאס הייסט נישט סטאנדארט,

איר זענט סטאק אין 'סטאנדארט', פארגעסט דערפון, די היינטיגע זדשענערעשאן האט קלאר געלאזט וויסן אינז דארף מיר נישט קיין ארויפגעצווינגענע סטאנדארט וואס די איינציגסטע וואס האבן ריווח דערפון זענען די חתונה מאללס וכדו'. מיר ווילן האבן די פריוויליגיע צו 'חתונה מאכן' לויט אינזער בוזדשעט און נישט לויט'ן ארויפגעצווינגענע סטאנדארט.

איש ציון
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 26, 2019 10:14 pm

תגובהדורך איש ציון » זונטאג יוני 02, 2019 7:09 pm

איה"נ ר' יואל'ס מהלך איז עקסטרים אין הלואי מען זאל נעמען דעם שטארקייט
אבער איך האב א געדאנק וואס מען דארף קענען אויספירן פאר מען רעדט וויאזוי איז מיר אינטערסאנט דעת הקהל אויף דעם עצם געדאנק
דהיינו אז מען זאל בויען זאלן וואס זאל נאר קאסטען אזויפיל וויפיל עס קאסט די ארבעטעס צו צוגרייטן און אויפרוימען און די עלעקטריק
די מציאות איז סאיז שוין דא אזא גרויסע בר-מצוה זאל אין ביתר וואס בעט אויף די זאל בערך 150 שקל (בערך 35 דאללער) וואס איינער האט מנדב געווען פאר דעם צוועק
ס'ברויך נישט זיין די שענסטע זאל אבער אויך נישט דעם ארגסטע

אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

תגובהדורך זופ מיט קניידל » זונטאג יוני 02, 2019 7:24 pm

אפענע וועלט האט געשריבן:
זופ מיט קניידל האט געשריבן:איך האלט נישט אז מען דארף יעצט בכלל גיין מער ווי עס איז,
די אולם עקשטיין איז גאר גוט און שטייט גאר גוט, די אלע פלענער פון גיין אויף א ראדיקאל ביליגע סטאנדארט קען זיך אויסלאזן זייער שלעכט,
עס איז שוין יעצט גאר שלעכט, מ'האלט נישט דארט ווי די אריגי'נעל תקנות האט אינז געדארפט פירן, וואס קען זיין ערגער?
אראפברענגען א סטאנדארט קענסטו נאר ווען דער מענטש דארף נישט פילן ווי ער האט עפעס ווייניגער, ער האט א זאל - טאקע ביליג, ער האט א שטריימל - טאקע ביליג, א.א.וו. אלעס קען מען האבן אבער מען מוז נישט איבערצאלן,
טויזענטער אידן זענען מחולק מיט אייך, די וואלן איבער די איבערגעמאכטע תקנות האט קלאר געוויזן אז מענטשן ווילן דירעקט יא מ'זאל שניידן פון די אייטעמס וואס ס'ווערט היינט צוטאגס צוגעשטעלט, ווייל די איצטיגע מהלך האט נישט געברענגט די ריכטיגע רעזולטאטן ביזדערווייל.
גיין און אוועקנעמען און עס מאכן נוסח ר' יואל ראטה, קען זיין סוועלן זיין מענטשן וואס וועלן זיך צוכאפן אבער נישט אזוי ברענגט מען אראפ א סטאנדארט, ווער זאגט? די ציהל פון די חתונה תקנות איז נישט צו זיין יוניק און אז יעדער זאל שמועסן אז ביי אונז איז נישט דא קיין פעיר פרעשור וכדו' ווער זאגט ? די ציהל איז אז יעדער זאל קענען חתונה מאכן רואיג און אויף א שיינעם פארנעם, דער מהלך האט נישט גע'ארבעט, און זיך איינרדן אז ס'גייט זיך עפעס טוישן אויף דעם מהלך איז ככלב שב על קיאו.
די עסקנים זאגן אז די שטריימל תקנה איז גאר א גרויסער סוקסעס און זיי זענען עס תולה אין דעם אז דער חתן שפירט שוין היינט נישט אז ער גיבט אויף צופיל,
ווילאנג ער דארף אוועקרייסן פון זיך, מעג עס האבן א לאגישע הסבר, דאס הייסט נישט סטאנדארט,

איר זענט סטאק אין 'סטאנדארט', פארגעסט דערפון, די היינטיגע זדשענערעשאן האט קלאר געלאזט וויסן אינז דארף מיר נישט קיין ארויפגעצווינגענע סטאנדארט וואס די איינציגסטע וואס האבן ריווח דערפון זענען די חתונה מאללס וכדו'. מיר ווילן האבן די פריוויליגיע צו 'חתונה מאכן' לויט אינזער בוזדשעט און נישט לויט'ן ארויפגעצווינגענע סטאנדארט.

גאר גוט, אבער כפי הנראה וואוינסטו נישט אין קרית יואל,
זייענדיג פערזענליך נאנט מיט עטליכע פון די עסקנים פון די חתונה תקנות, און אליינס געווען אינוואלווד פאר א שטיק צייט, זאג איך דיר אז דו ביסט זיך טועה,
-אולם עקשטיין איז גאר גוט און מען איז זייער צופרידן, און די זעלבע איז מיט די שטריימל תקנה,
-קיין איינס פון די צוויי איז נישט קיין אינקאם פאר די קאמיטע (נישט ווא איך מיין, איך ווייס),
-די אריגינעלע תקנות איז א ליסטע מיט זאכן וואס קענען בעסער ווערן, און דער פלאן איז קיינמאל נישט געווען אלעס דורכצופירן, נאר זעהן וואס דער עולם וויל ווייל מען איז דא פארן עולם, און נישט ארויפצוצווינגען א סטאנדארט, (אט דאס קען דיר העלפן פארשטיין פארוואס מען שניידט נישט דערווייל קיין אייטעםס, ודו"ק)
-אין קרית יואל איז היינט העכסט נארמאל חתונה צו מאכן אויף א גאר ביליגן סטאנדארט און אויך ביי די שטריימלעך זעהט מען קלאר אז די חתנים וואס האבן טייערע שטריימלעך שעמען זיך פשוט אריינצוקומען אין ביהמ"ד דערמיט, (פרעג דיך נאך)
-אמת אז אין וויליאמסבורג איז עס נישט אזוי, דער סיבה איז אבער די פעיר פרעשור, און נאר דאס איז דער סיבה, (מהאמיר דאס דן געווען בכוסד ראש עטליכע מאל שוין)
-ס"ה - די קרית יואלע ציבור שטייט זייער גוט מיט די תקנות, און היינט איז אולם עקשטיין א סטענדערט חתונה זאל, משא"כ די וומ"ס אידן מוטשען זיך נאך און דער עצה דערצו איז טון וואס מען האט געטון אראפצורייסן די סטאנדארט אין קרית יואל (אויך שווער געווען) נאר עס איז פיל שווערער צוליב כמה סיבות,
די איידיע אויף וואס חתונה תקנות איז געבויעט האט זיך אבער נישט געטוישט און ווער עס וויל גיין ראדיקאל מעג, אבער אויב לייגט מען דאס אריין אין תקנות ברענגסטו מיט דעם אראפ די גאנצע איידיע פון די תקנות,

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג יוני 02, 2019 7:24 pm

איש ציון האט געשריבן:איה"נ ר' יואל'ס מהלך איז עקסטרים אין הלואי מען זאל נעמען דעם שטארקייט
אבער איך האב א געדאנק וואס מען דארף קענען אויספירן פאר מען רעדט וויאזוי איז מיר אינטערסאנט דעת הקהל אויף דעם עצם געדאנק
דהיינו אז מען זאל בויען זאלן וואס זאל נאר קאסטען אזויפיל וויפיל עס קאסט די ארבעטעס צו צוגרייטן און אויפרוימען און די עלעקטריק
די מציאות איז סאיז שוין דא אזא גרויסע בר-מצוה זאל אין ביתר וואס בעט אויף די זאל בערך 150 שקל (בערך 35 דאללער) וואס איינער האט מנדב געווען פאר דעם צוועק
ס'ברויך נישט זיין די שענסטע זאל אבער אויך נישט דעם ארגסטע

מען פארגעסט אז די חתונה נאכט איז נאר א קליין חלק פון די איבערגעטריבענע עקספענסעס, ר יואל ראטה איז געגאנגען עקסטרים פון ספענדען 5 אדער 60 טויזענט פאר איין צד צו חתונה מאכן קאסט עס בערך 15 אלפים א צד פון די ווארט ביז נאך די גאנצע שבע ברכות

מיטן מאכן די חתונה נאכט ביליגער ווי ביז היינט עיין ערך פרדס צבי /פיגא אן קיין תקנות ארום און ארום האט עס ארויפגעשאסן די סטענדארט ביי אנדערע זאכן און חתונה מאכן קאסט מער ווי פארדעם, וועגן דעם ארבעט מען ביטער שווער צי מאכן חתונה תקנות פון שידוך שליסן ביזן נאכן לעצטע שבע ברכות

למשל עס איז דא א זאל וואס האט זיך עדווערטייזט אפאר וואכן צוריק אין וויליאמסבורג פאר א תנאים פעקעזש פאר בלויז $3999 ! ממש שפאט ביליג, געזען אין בהמ"ד היינט 3 תנאים'ס וואס גייען פארקומען דארט די וואך , אלע 3 גייען לכאורה חתונה מאכן אין פרדס צבי/פיגא אדער אנדערע ביליגע זאלן, סא מה הועילו חכמים בתקנתן

וועגן דעם איז נישט דא קיין ברירה און מענטשן אליינס זאגן עס אויך אז די צווינגעסט מיך צומאכן תקנות פון ברעכן טעלער ביז נאך שבע ברכות דעמאלס וועל איך מיטגיין , וועגן דעם דארף מען עס מאכן ווי אין קינדערגארטען און מען ברויך מאכן תקנות און נישט נאר די זאל

אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

תגובהדורך זופ מיט קניידל » זונטאג יוני 02, 2019 7:28 pm

איש ציון האט געשריבן:איה"נ ר' יואל'ס מהלך איז עקסטרים אין הלואי מען זאל נעמען דעם שטארקייט
אבער איך האב א געדאנק וואס מען דארף קענען אויספירן פאר מען רעדט וויאזוי איז מיר אינטערסאנט דעת הקהל אויף דעם עצם געדאנק
דהיינו אז מען זאל בויען זאלן וואס זאל נאר קאסטען אזויפיל וויפיל עס קאסט די ארבעטעס צו צוגרייטן און אויפרוימען און די עלעקטריק
די מציאות איז סאיז שוין דא אזא גרויסע בר-מצוה זאל אין ביתר וואס בעט אויף די זאל בערך 150 שקל (בערך 35 דאללער) וואס איינער האט מנדב געווען פאר דעם צוועק
ס'ברויך נישט זיין די שענסטע זאל אבער אויך נישט דעם ארגסטע

גוט צו וויסן אז אזא זאל עקזיסטירט שוין, עס הייסט כינור דוד (מלפנים אולם עקשטיין) און געפונט זיך אין קרית יואל

איש ציון
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 26, 2019 10:14 pm

תגובהדורך איש ציון » זונטאג יוני 02, 2019 7:36 pm

יעדער האט בחירה
מיין שאלה איז זאל מען צושטעלן און געבען אן געלעגנהייט חתונה מאכן ביליג??
איך האף איר פארשטייט אז היינטיגע צייטן איז שוין נישט שייך צו צווינגען סאיז שוין נישט דא דאס פחד םון אמאל אז אפשר גייט מען ארויס ווארפען פון שטאט וכו' סך הכל דערגייט מען אביסל די יארן...
חוץ פון דעם טאמער איינער האלט אז מתנות איז וויכטיג פארוואס זאל מען באגראבען זיין דעה בשעת ווען ער רעדט צו דער זאך, אדער איינער וואס וויל טאנצען רואיג אהן אפרשור פארוואס נישט אדרבה מען איז מרבה במצווה פון שמחת חתן כלה
דהיינו וואס איך מיין צוזאגען תקנות איז א זאך וואס קען ארבעטען ביי א געוויסע סארט ציבור צו די וואס שפירן זיך פארצייטיש אדער צרי עין וכו' אבער נישט פאר גאנץ כלל"י

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג יוני 02, 2019 7:55 pm

עושר אדיר האט געשריבן:
Don't worry האט געשריבן:כינור דוד איז $7500, פאראדייס איז $13,350. די חילוק איז $2925 פער צד. די פרייז אינקלאד שוין מוזיק און גראמער.

כינור דוד באקומסטו
125 קאפל
טעיפ פאר די מיזיק
פיקטשער מאכער 2 שעה
פרייז איז גוט ביז 1:30

פאראדייס באקומסטו
150 קאפל
זינגער, שפילער
פיקטשער מאכער 5 שעה
פרייז איז גוט ביז 3:00

אויב כגעדענק גוט, ביי א חתונה דארטן אין פאראדייס, נישט לאנג צוריק, איז נישט געווען מער ווי עטליכע 30 פארציעס פיש אנגעגרייט אויף א "סערווינג סטענד" און ווער סהאט געכאפט האט געכאפט.....
און ווען די מחותן האט געפרעגט דערויף, האט מען אים גענפערט אז עס קאסט עקסטער געלט...
האט ער געפרעגט פארדעם באצאהל איך מיט 3,000 דאללער מער ווי אין כינור דוד אז אביסל פיש זאל איך נישט באקומען???? ביי מיין שמחה?????


עפעס פרטים פעלען פון דיין זכרון, די מעשה לויט ווי אזוי דערציילסט עס האט לכאורה נישט פאסירט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: rogers, בלינצע, גרינע בוים, והוא פלאי, חלה לכבוד שבת, מענטשאלע, קארפענטער און 48 געסט