חתונה תקנות איבערפרישונג (מהר"א)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2039
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » זונטאג אוגוסט 05, 2018 2:32 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:האט מיר אמאל געזאגט א מחותן
אויב איינער ווייסט נישט אז איך מאך היינט חתונה אן באקומען א בריוועל אויפן פאסט, זאל ער טאקע נישט קומען!!!
אוי איז ער גערעכט......

יאך וואלט געזאגט גענוי פארקערט
א מחותן וואס פארגינט מיר נישט א בריוועלע אויף די פאסט, פארוואדזשע זאל איך מיך זיך מטריח זיין לכבודו?

yalah
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:09 pm

תגובהדורך yalah » זונטאג אוגוסט 05, 2018 2:33 pm

גא"מ 100%
בלייב נישט שטעקן. גיי פאראויס!

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1401
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג אוגוסט 05, 2018 2:40 pm

ס'איז געמאלדן געווארן אז די תקנות חתונה-פעקעדזש אויסשטעלונג וואס וועט היינט נאכט געוויזן ווערן פאר'ן ציבור אין בית רחל פאראדייס ביים אבני חסד מסיבה, וועט מארגן נאכט פון 8 ביז 11 זיין צוגעשטעלט פאר פרויען דאס צו זען, באותו מקום.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2413
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג אוגוסט 05, 2018 2:47 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:האט מיר אמאל געזאגט א מחותן
אויב איינער ווייסט נישט אז איך מאך היינט חתונה אן באקומען א בריוועל אויפן פאסט, זאל ער טאקע נישט קומען!!!
אוי איז ער גערעכט......

דאָס איז געווען אמת 20-30 יאר צוריק ווען חתונות איז נישט געווען אזוי אפט, משפּחות זענען געווען פיל קלענער און נישט אזוי פארצווייגט, היינט בליע''ה מיט די ריבו עם איז נישט במציאות מיטצוהאלטן אלע חתונות אפי' בלויז פון ערשטע קאזינס.

לאדענען טעלעפאניש איז זייער נישט פראקטיש פאר די געסט, נישט קיין עכטע קאל און זיכער נישט קיין ראבאטישער.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג אוגוסט 05, 2018 2:48 pm

די חשבון איז פשוט
אז איינער האט מיט מיר שייכות ווייסט ער פון מיין שמחה און פרייט זיך דערמיט
אז איינער לעבט אין א אנדער וועלט און ער איז עפעס א אלטע חבר און ווייסט בכלל נישט פון מיין שמחה מיינט אז ער איז נישט אינטרעסירט אין מיין לעבן און האט ווייניג שייכות מיט מיר,
עס איז עם ווארשיינדליך א טירחא אפילו צו משתתף זיין
חוץ מזה רוב חתונה בריוולעך איז נישט פאר אומבאקאנטע ידידים נאר פאר יעדע משפחה מיטגליד. אויב ווייסט נישט דער פעטער אדער קאזען אז איך מאך היינט חתונה מיינט דאס אז איך האב מיט אים גאנץ קנאפ שייכות און איך שיק עם נאר א בריוועלע ווייל "עס פאסט" און ער קומט צום חתונה נאר ווייל "עס פאסט".......

אבער איך קען הערן וואס דער עולם דא טענה'ט אויכעט, ביידע האבען עטוואס אן אמת אין זיך

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5958
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג אוגוסט 05, 2018 4:20 pm

ס'איז מקום יש לדון אויב פעלט אויס חתונה בריוולעך בכלל אדער נישט, אבער דאס איז מיין איך כו"ע מודי אז די צאל וואס מ'שיקט פעלט זיכער נישט אויס, ס'קוקט אויס ווי ס'איז דא דארט א גזירת המינימום
איבער 50 פראצענט חתונה בריוולעך וואס איך באקום ווייס איך קוים ווער דאס איז, ס'איז א שוואגערס פערדע קאזיןס ברודער.
מיינע ערשטע קאזינס וואס מאכן חתונה אין א צווייטע שטאט שיקן מיר א חתונה בריוול, דער קאזין איז 10 יאר עלטער ווי מיר, קוים איך ווייס ווי אזוי ער זעט אויס, ער איז צוגעקומען צו די משפחה און איך בין צוגעקומען צו די משפחה, דו האסט א הוה אמינא איך גיי קומען?
רוב פון די חתונה בריוולעך דארף איך קוקן ביי די זיידעס צו כאפן אז ער איז עפעס א קרוב, נו וויפיל מענטשן גייען צו אזא חתונה בפרט ווען ס'איז אין א אנדערע שטאט?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

קיסריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 6:03 am

לא לנו האט געשריבן:ס'איז געמאלדן געווארן אז די תקנות חתונה-פעקעדזש אויסשטעלונג וואס וועט היינט נאכט געוויזן ווערן פאר'ן ציבור אין בית רחל פאראדייס ביים אבני חסד מסיבה, וועט מארגן נאכט פון 8 ביז 11 זיין צוגעשטעלט פאר פרויען דאס צו זען, באותו מקום.


ביטע מיט-טיילן ווער עס האט אינפאו איבער די אויסשטעלונג.

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1937
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 9:08 am

זיי שרייבן $6000 פאר שטאפיר פאר די כלה. מיין ווייב טענהט אז אפילו זאלסט קויפן נאר די מינומים קאסט עס אסאך מער אנגעהויבן ביי שייטלען/שפיצלען. טיכלעך/העטס. טורבאנס. קליידער שבת וואכן. זומער ווינטער. שטוב קליידער קורצע אין לאנגע שבת אין וואכן זומער אין ווינטער. קאוטס שבת וואכן. רעגן קאוט אונטער וועש..... וכו. שיך פאפאטש. די אלע זאכן קאסטן שווערע געלטער
אדרבה אויב איינער ווייסט אז מקען יא זאל ער זיך לאזן הערן

פארשטייט זיך ווען איך שרייב מינומים מיין איך נישט 1 פון יעדע דעמאלטס איז נאך ווייניגער ווי 6 אלפים. נאר וויפיל א פרוי ניצט נארמאל נאך די חתונה אין נישט קויפן פאר די קלאזעט
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5958
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 9:11 am

maybeeynot האט געשריבן:זיי שרייבן $6000 פאר שטאפיר פאר די כלה. מיין ווייב טענהט אז אפילו זאלסט קויפן נאר די מינומים קאסט עס אסאך מער אנגעהויבן ביי שייטלען/שפיצלען. טיכלעך/העטס. טורבאנס. קליידער שבת וואכן. זומער ווינטער. שטוב קליידער קורצע אין לאנגע שבת אין וואכן זומער אין ווינטער. קאוטס שבת וואכן. רעגן קאוט אונטער וועש..... וכו. שיך פאפאטש. די אלע זאכן קאסטן שווערע געלטער
אדרבה אויב איינער ווייסט אז מקען יא זאל ער זיך לאזן הערן

פארשטייט זיך ווען איך שרייב מינומים מיין איך נישט 1 פון יעדע דעמאלטס איז נאך ווייניגער ווי 6 אלפים. נאר וויפיל א פרוי ניצט נארמאל נאך די חתונה אין נישט קויפן פאר די קלאזעט

איך ווייס אז זיי ארבעטן מיט סופלייערס מ'זאל געבן א בעסערע פרייז און זיי שיקן אהין קויפן, ממילא מ'דארף רעכענען פאר דעם אויך
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20541
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 9:16 am

כ'גלויב אז ס'ווענדט זיך לויט די השגות אין ווייבער שול, יעדע שול ווי דארט דער מנהג, ס'רופט זיך נאר אפ ביים אויסשטאפירן צו די חתונה, אגב רוב פון די זאכן גייט אי"ה נישט פיטן ביז א יאר צוויי.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1937
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 9:20 am

פרויען שטאפיר איז נישט ווי מענער וואס מגייט אריין צי איינע פון די געשעפטן וואס סאיז אדער געווען אונטער א גלויבער אין מהאט א גאנצע פעקעדזש. ביי פרויען לויפט מען ארום איבער שטעט אין דערפער ווילאנג מאיז פארטיג . סא וואס איז שייך צי ארבטען מיט סופלייערס
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1937
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 9:27 am

farshlufen האט געשריבן:כ'גלויב אז ס'ווענדט זיך לויט די השגות אין ווייבער שול, יעדע שול ווי דארט דער מנהג, ס'רופט זיך נאר אפ ביים אויסשטאפירן צו די חתונה,
פארדעם האב איך געשריבן אפילו נאר מיט די מינומים. א פרוי גייט נישט מיט די זעלבע רעקל די ששת ימי המעשה. יעדן טאג עפעס אנדערש. בפרט שנה ראשונה ווען מגייט יעדן טאג ארויס ארבטען אין סאפערס
אגב רוב פון די זאכן גייט אי"ה נישט פיטן ביז א יאר צוויי.נאר אויף שמחות
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 9:56 am

בין איך געווען ביים מסיבה, עס איז געווען זייער אינטערעסאנט צו זעהן, עס איז געווען הערליך פרעזענטירט, כמעט יעדע חתונה מאכן אייטעם, אפילו אפלייענסעס איז געווען אויף דיספלעי, דער עולם איז געווען זייער איבערגענומען דערפון, בפרט פון די פורניטשער, איך מיין אז ביי די מענער זייט האט מען שוין געפועלט, עס איז דא א קליפ פון די פרעזענטאציע, אפשר וועט עס באלד איינער ארויפלייגן, לאמיר געבן א טשעק צו איך האב עפעס בילדער

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 9:59 am

בילדער
צוגעלייגטע
IMG-20180806-WA0005.jpg
IMG-20180806-WA0005.jpg (196.42 KiB) געזעהן 845 מאל
IMG-20180806-WA0003.jpg
IMG-20180806-WA0003.jpg (188.05 KiB) געזעהן 845 מאל
IMG-20180806-WA0006.jpg
IMG-20180806-WA0006.jpg (174.56 KiB) געזעהן 845 מאל

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

איבערן נעכטיגען עקספא

תגובהדורך אחת ואחת » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 10:11 am

איך האלט זייער פון די תקנות, און איך בעט עס זאל זיך איינגעבען אבער שרייבען כללות'דיגע נומערן איז נישט קיין קונץ, מען דארף ארויסשרייבען פרטים עס זאל קאנעקטען צום מציאות, טאקע צוליב דעם וועל איך נישט אריינרעדן אין די זאכן וואס האבן מיטען מאלל, ווייל זיי שטעלען דאך עס צו פארן באשטימטען פרייז אבער ביי די שטאפיר עס איז עפעס זייער אינטערגעשאצט
איך הייב אן מיט פרויען שטאפיר, קוקט אויס אז די וואס האבן אויסגעשטעלט די הונערן האבן נאך נישט חתונה געמאכט ווי איז מעגליך אז אלע פרויען קליידער\ דריי גוד\ קאפ צודעק\ שיך פאר $6000 איך זאג מינומם 10K
מענער מלבושים איז אויך היפש אינטערגעשאצט זיי שרייבען $3750
שטריימעל $1400
ביליגסטע קלאודינג פעקעדש $1200
דריי גוד $1000 זייער קאגערהייט
שיך $500
היטען $500
פארשידענס $200
=$4800
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

תגובהדורך שטיין » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 10:20 am

פארוואס איז GB דארט אין נישט די אנדערע וועכע קאמפניס זענען דארט אין וועכע נישט
Have it in mind don't be right be smart

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 10:30 am

ווייל קופת הלבשה פון מתיבתא, וואס איז שוין היינט ביינעזאמגעשמאלצען מיט אבני חסד, ארבעטען מיט GB דהיינו זיי געבען קיופאנס פוןן זיי, מסתם האבן זיי א געוויסע דיעל
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5958
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 10:39 am

אחת ואחת האט געשריבן:איך האלט זייער פון די תקנות, און איך בעט עס זאל זיך איינגעבען אבער שרייבען כללות'דיגע נומערן איז נישט קיין קונץ, מען דארף ארויסשרייבען פרטים עס זאל קאנעקטען צום מציאות, טאקע צוליב דעם וועל איך נישט אריינרעדן אין די זאכן וואס האבן מיטען מאלל, ווייל זיי שטעלען דאך עס צו פארן באשטימטען פרייז אבער ביי די שטאפיר עס איז עפעס זייער אינטערגעשאצט
איך הייב אן מיט פרויען שטאפיר, קוקט אויס אז די וואס האבן אויסגעשטעלט די הונערן האבן נאך נישט חתונה געמאכט ווי איז מעגליך אז אלע פרויען קליידער\ דריי גוד\ קאפ צודעק\ שיך פאר $6000 איך זאג מינומם 10K
מענער מלבושים איז אויך היפש אינטערגעשאצט זיי שרייבען $3750
שטריימעל $1400
ביליגסטע קלאודינג פעקעדש $1200
דריי גוד $1000 זייער קאגערהייט
שיך $500
היטען $500
פארשידענס $200
=$4800

הכי קרא שמו 'אחת ואחת', ער דארף איינס און נאכאיינס....
איך קען נישט אלע פרייזן אויסעווייניג, אבער איך קוק וואס דו שרייבסט וועגן היטן און שיך, דו קענסט מיר מסביר זיין די אפטייטש פון די ווארט "היטן"? א אינגערמאן גייט שבת מיט א ביבער היט? אה! די תירוץ איז אז מ'קויפט צוויי היטן, פארוואס? דער בחור איז דאך ביז די חתונה געגאנגען מיט א היט, די היט איז נישט קיין בר מצוה בחור היט, ווייל ער איז דאך א בחור אין די יארן, ס'איז נאך גאנץ שיין עכ"פ עס צו האלטן פאר א רעגנדיגן טאג, שוין איך פארשטיי ווילסט קויפן א נייע היט צו די חתונה, ווי נישט ווי ער ווערט דאך א אינגערמאן, אבער פארוואס רבונא דעלמא 2 היטן? אט דאס איז תקנות! קויף וואס דו דארפסט יעצט! נישט פאר צוויי יאר ארום! אפגערעדט פון דעם אז זייער אסאך מאל קען מען אפילו נישט נוצן די היטן עטליכע יאר שפעטער, ס'איז שוין צו שמאל די ברים וכו'
און די זעלבע איז מיט שיך, און מיט קלאדינג, אויסערליך איז קלאדינג פעקעזש 1200 דאלער היבש איבערגעטריבן, דארט ליגט א עקסטערע בעקיטשע אדער צוויי וואס גייט דיר סיי ווי נישט פיטן אין א יאר ארום
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 10:57 am

נאר א רעקל ליגט א צווייטס,
די היינטיגע קוואלעטעיט איז אזוי גארביטש אז מברויך שוין אינעם ערשטען יאר ארויסנעמען א צווייטס, אנעם פעקעדש אפ' קויפסט נאר איינס וועסטו אנקומען צום זעלבען,
רעקל 250
בעקיטשע 225
רעשוואלקע 225
טיש בעקיטשע 150
שבת הויזן \ וועסט 100
וואכן קויט 250
פרייזען שוין נאך א דיסקאונט
שיך איין וואכן \שבת \שטיוול\ פאפוטשען\איז כאטש $500
דריי גוד איז שוין נאכן רעכענען נאר 10 סעטס איבער $1000
ס"ה זאגסטו איך זאל אראפנעמען איין היט, מסכים שטיי מיר ביי $4600
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1937
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 11:15 am

פארוואס דארפסטו $500 פאר שיך א פאר קאסט בערך $100-120 וויפיל שיך דארף מען קויפן ? איך מיין 2 וואכן אין 1 שבת איז גענוג
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 11:29 am

א גיטע שיך קאסט מער פון 120
און וואס איז מיט שטיוול\ פאפוטשען\ קראקס
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

אוועטאר
ווייזער
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 11:35 am

maybeeynot האט געשריבן:פרויען שטאפיר איז נישט ווי מענער וואס מגייט אריין צי איינע פון די געשעפטן וואס סאיז אדער געווען אונטער א גלויבער אין מהאט א גאנצע פעקעדזש. ביי פרויען לויפט מען ארום איבער שטעט אין דערפער ווילאנג מאיז פארטיג . סא וואס איז שייך צי ארבטען מיט סופלייערס


הרב הערשקאוויטש פון תימן האט מיר אמאל געזאגט אז אין תימן גייען אלע אידישע פרויען אינדערוואכן מיט אזא מין שווארצע בורקע, און שבת מיט א ווייסע בורקע.

דאהי, (ליידער) דארף מען קליידער פאר יעדע נאכט שבע ברכות, שול פירן וכו' וכו', און מ'צאלט אלפי אלפים פאר שניידערינס וועלכע לאזן זיך באצאלן א "עשרת אלפים ככר זהב" א קלייד.

אויב גייען מיר קיין תימן, קען מען מאכן אלע שטאפיר פאר $200.

משה ווייס
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 19, 2018 2:47 pm

תגובהדורך משה ווייס » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 11:41 am

שטיין האט געשריבן:פארוואס איז GB דארט אין נישט די אנדערע וועכע קאמפניס זענען דארט אין וועכע נישט


מען האט געבעטן ווער עס וויל קומען און זיי האבן מסכם געווען.
די זעלבע סיבה פארוואס נאר מנוחת הנפש איז דארט געווען

משה ווייס
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 19, 2018 2:47 pm

קתר מלכות שטריימלעך

תגובהדורך משה ווייס » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 11:45 am

וואס איך האב באמערקט אז כתר מלכות האט שיינע און עכטע שטריימלעך וואס איז עכט שיין.
אויך האבן זיי ארויסגעלייגט דארט וויידלעך וואס מען ניצט פאר די שטריימלעך

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1937
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 1:17 pm

ווייזער האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:פרויען שטאפיר איז נישט ווי מענער וואס מגייט אריין צי איינע פון די געשעפטן וואס סאיז אדער געווען אונטער א גלויבער אין מהאט א גאנצע פעקעדזש. ביי פרויען לויפט מען ארום איבער שטעט אין דערפער ווילאנג מאיז פארטיג . סא וואס איז שייך צי ארבטען מיט סופלייערס


הרב הערשקאוויטש פון תימן האט מיר אמאל געזאגט אז אין תימן גייען אלע אידישע פרויען אינדערוואכן מיט אזא מין שווארצע בורקע, און שבת מיט א ווייסע בורקע.

דאהי, (ליידער) דארף מען קליידער פאר יעדע נאכט שבע ברכות, שול פירן וכו' וכו', און מ'צאלט אלפי אלפים פאר שניידערינס וועלכע לאזן זיך באצאלן א "עשרת אלפים ככר זהב" א קלייד.

אויב גייען מיר קיין תימן, קען מען מאכן אלע שטאפיר פאר $200.

איך פארשטיי נישט פארוואס די האסט מיך געקוואט איך האב דירעקט נישט גערעדט פון די חתונה ש"ב קליידער וואס זיי שרייבן סוועט זיין א גמח איך האב געשריבן פון שטאפיר
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ברוינע באנאנע, משהלע און 50 געסט