חתונה תקנות איבערפרישונג (מהר"א)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4093
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

אפשר לכבוד חנוכה,

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 10:50 am

וועלן מיר ארויסנעמען אונזערע אקטשועלע חתונה עקספענס שיט פון לעדל
און איבערגיין וואס האט געקאסט, און וואס מ'קען שפארן מיט תקנות און /אדער כרם מנחם, חתונה פעקעדזש וכו'
ביטע מיר נישט בעטן אין אישי ווייל אויב כ'וועל האבן געדולד און צייט וועט עס בל"נ זיין אין פובליק לכבוד חנוכה
אויך האב איך שוין געשריבן יעדע משפחה און טענעסטע איז דיפערענט, מיר וואלט געקאסט מער געלט און כח און צייט (הנקרא ג"כ געלט) ארום צו גיין זוכן עקסטער און קלעטערן
אלזא קען איך עס אפילו נישט אפשאצן געהעריג ווייל פאר מיר איז עס נישט קיין אפציע ויבואו אלו שיכולים וידונו בזה
אויך האב איך שוין געשריבן און כמעט מגלה געווען אלעס אז מיר רעדן פון א מער צוריק געצויגענע בעלבאטישע (צו די פרומע זייט) משפחה, מיר געבן נישט אויס קיין געלט אויף מעיקאפ טענעסטע גאון, איבעריגע בילדער /ווידיאו ועוד, סא דאס קומט אויך נישט אין מיינע חשבונות
אויך האב איך שוין געשריבן אז דאס נארמאלע קליידונג פון געשוויסטער און עלטערן, אנגעפאנגען פון מיר און געענדיגט ביי אלע אנדערע טעכטער (אינקלודינג טענסעסטע) איז אזוי אנדערש צווישן איין חתונה אין די אנדערע לויטן געברויך לויט וואס מ'האט גרייט פון פריערדיגע און פון יום טוב וכדו', אז אויב וויל מען עס עכט שאצן דארף מען מאכן א שאצונג פון מער ווי איין קינד, לאמיר זאגן חתונה מאכן פינף קינדער קאסט פאר'ן מחותן אין עוורידזש 8000 אין קליידונג, שטריימל, וכו' סא קומט עס אויס 1300 בערך פער קינד.
נאר די האר פאר די מיידלעך (שיגעאס ווערט גרעסער פון טאג צו טאג, היינט ברויך איך שוין ביי מיין שוועסטערס אייניקל צאלן מיין טאכטער 50 דאלער האר) וואס קאסט יעדעס מאל עקסטער.
אויך דירה צוגרייטונגען איז זייער אנדערש פון קינד צו קינד לויט וואסערע דירה מען טרעפט, כ'האב נישט קיין אנונג וויאזוי דאס צו עווערידזשן, ס'איז געלאפן פון כמעט גארנישט צו פופצן אלפים
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5131
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 11:27 pm

maybeeynot האט געשריבן:
כלל וכלל האט געשריבן: וואס כגלייב אייך באמת אז דאס איז אייער ציהל, און איר זענט נישט דא פאר פארפיטן.

טענקס פאר ליסטענינג..

דיין יסוד איז ראנג ער איז בפירוש יא דא פאר ביזנעס. אין ער דארף מאכן פראפיט ווייל אז נישט איז א רעספי פאר דיזעסטער.
אבער די מעלה פון אים איז אז ער טוט עס מיט הארץ

נישט ריכטיג, ער איז קלאר נישט דא פאר ביזנעס, ער איז נאר אריינגעשפרינגען מטעם די וועד החתונה תקנות אין קרית יואל, לפי השמיע אז ער האט איבערגעגעבן פאר זיינע חברים און די וועד א נומער ביז וויפיל א יאר ער איז גרייט צו דערלייגן, אויף דעם געשעפט, וואס ער וועט דעקן פון זיין טאש,, (איך געדענק נישט צו א האלב מיליאן צו א מיליאן א יאר, אבער אן אסטראנאמישע מספר)
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12040
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג דעצמבער 24, 2019 12:45 am

לויט ווי יעך האב פארשטאנען פון ר' יואל אין בלאט, ארבעט מען אויף א סיסטעם אז אידן וואס די וועד התקנות אין זייער קהילה וועט באשטעטיגן אז זיי הארכן די תקנות, וועלן נישט דארפן נעמען אלעס פון דעם פעקעדזש.
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל שאקין איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4093
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג דעצמבער 24, 2019 10:40 am

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:
כלל וכלל האט געשריבן: וואס כגלייב אייך באמת אז דאס איז אייער ציהל, און איר זענט נישט דא פאר פארפיטן.

טענקס פאר ליסטענינג..

דיין יסוד איז ראנג ער איז בפירוש יא דא פאר ביזנעס. אין ער דארף מאכן פראפיט ווייל אז נישט איז א רעספי פאר דיזעסטער.
אבער די מעלה פון אים איז אז ער טוט עס מיט הארץ

נישט ריכטיג, ער איז קלאר נישט דא פאר ביזנעס, ער איז נאר אריינגעשפרינגען מטעם די וועד החתונה תקנות אין קרית יואל, לפי השמיע אז ער האט איבערגעגעבן פאר זיינע חברים און די וועד א נומער ביז וויפיל א יאר ער איז גרייט צו דערלייגן, אויף דעם געשעפט, וואס ער וועט דעקן פון זיין טאש,, (איך געדענק נישט צו א האלב מיליאן צו א מיליאן א יאר, אבער אן אסטראנאמישע מספר)

פארשטייט זיך אז פון א ריין ביזנעס פערספעקטיוו איז די מאל א נאנסטארטער, אבער לויט ווי כ'האב פארשטאנען פון רעבעלעזערן אין זיין לאנגע אנאליז איין וואך איבער די מאל
וויל מען עס זאל זיך קענען עטליסט אויסהאלטן אליין און נישט דארפן צוקומען צו נדבות מהיום והלאה,
אויך וואס צל האט געברענגט פון בלאט מאכט אסאך סענס, אז אויב די סיבה פון ארויסנעמען איז צו שפארן איז עס ערלויבט, אויב איז די סיבה צו גיין מער, פארוואס זאל די מאל זיך מוטשען איבער דיר.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דינסטאג דעצמבער 24, 2019 3:01 pm

כלל וכלל האט געשריבן:כרעד נאר, אויב ער וויל באמת צישטעלן א ביליגע אפציע להנות בהם בני אדם, נאר ער האט מורא צי שפרינגען צי אגרעסיוו, קום איך מעלדן אז כהאלט סהאט אסאך מער הצלחה טשאנסן ווי א 7500 פעקעדזש, און כהאלט באמת די אייזן אין ווארעם דערפאר עט דיס פוינט.
און כהאב געברענגט צווי ראיות דערצי אז מקען אדער גיין איינגעהאלטן אין שפארן אביסעל, אדער גיין ווילדער און אויסרייסן די תפשותדיגע ספענדונג לגמרי, אין די עבר האט געוויזן אז אפציע צוויי האט א שטארקע טשאנס פאר הצלחה!

איר רעדט וואס איר האפט, אדער שטעלט זיך פאר?

איך ווייס בידיעה ברורה פון ערפארונג, אז רוב ציבור וויל 'נישט' חתונה מאכן ח...ריש, די אייזן איז הייס אויף צו חתונה מאכן נארמאל, אנשטענדיג, און ביליג, א פעקעדזש פון $3-4000 א צד וועט זיך זעהר גוט פארקויפן אין 27 סקילמאן, קיין פוס ארויסציהר, אפילו אויף די $7500 דארף מען גרויס רחמים איינער זאל דאס נעמען.

ביטע נישט רעדן פון געפילן.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4093
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג דעצמבער 24, 2019 3:33 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:
כלל וכלל האט געשריבן:כרעד נאר, אויב ער וויל באמת צישטעלן א ביליגע אפציע להנות בהם בני אדם, נאר ער האט מורא צי שפרינגען צי אגרעסיוו, קום איך מעלדן אז כהאלט סהאט אסאך מער הצלחה טשאנסן ווי א 7500 פעקעדזש, און כהאלט באמת די אייזן אין ווארעם דערפאר עט דיס פוינט.
און כהאב געברענגט צווי ראיות דערצי אז מקען אדער גיין איינגעהאלטן אין שפארן אביסעל, אדער גיין ווילדער און אויסרייסן די תפשותדיגע ספענדונג לגמרי, אין די עבר האט געוויזן אז אפציע צוויי האט א שטארקע טשאנס פאר הצלחה!

איר רעדט וואס איר האפט, אדער שטעלט זיך פאר?

איך ווייס בידיעה ברורה פון ערפארונג, אז רוב ציבור וויל 'נישט' חתונה מאכן ח...ריש, די אייזן איז הייס אויף צו חתונה מאכן נארמאל, אנשטענדיג, און ביליג, א פעקעדזש פון $3-4000 א צד וועט זיך זעהר גוט פארקויפן אין 27 סקילמאן, קיין פוס ארויסציהר, אפילו אויף די $7500 דארף מען גרויס רחמים איינער זאל דאס נעמען.

ביטע נישט רעדן פון געפילן.


פערצופאל האב איך א באקאנטן וואס ארבעט אין א אנדערע ברענטש פון די מאל נישט קרית יואל, און מ'הערט נישט אויף צו פרעגן פארוואס קען מען נישט קריגן די 7500 (איך האב נישט געפרעגט וואס מ'קען און וואס נישט אבער דער באקאנטער האט מיר געזאגט אז אין ברענטש וואו ער ארבעט איז נישטא די פעקעדש און ער שיקט קיין קרית יואל דערפאר
די כח הרבים + רעבלעזער זענען גוטע מארקעטערס און קול מבשר מיט די גאנצע חברה לייגן א שטארקע דרוק אויפן ציבור און מ'הייבט אן צו קומען צום שכל
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2781
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » דינסטאג ינואר 21, 2020 3:00 pm

וויפיל קאסט א תנאים ביי רבין אין שטוב?
איך זעה אז סאיז תנאים'ס די וואך דארט אפילו די רבי איז נישט דאהי
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

022950
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 10:53 pm

תגובהדורך 022950 » דינסטאג ינואר 21, 2020 3:02 pm

maybeeynot האט געשריבן:וויפיל קאסט א תנאים ביי רבין אין שטוב?
איך זעה אז סאיז תנאים'ס די וואך דארט אפילו די רבי איז נישט דאהי

כמיין 750

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1320
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » דינסטאג ינואר 21, 2020 3:46 pm

פאריגע וואך געהערט 1000
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » פרייטאג ינואר 31, 2020 10:19 am

איך ווייס נישט צו נאך איינער האט באמערקט, אז די ניי איבערגעמאכטע כינור דוד איז עטוואס מער פארטונקלט ווי עס איז געווען בעפאר. די ווייסע לעקטערס מאכט עס אביסל אנגעזויערט און מצומצום, און שרייט ארויס אז דא איז א תקנות זאל! עס ברענגט ארויף קאשמארן פון א חתונה אין בית מרדכי לאנטש-רום אין די פריע ניינציגער יארן...
מען האט דאס געטוישט פון א רייכע טשענדעליר דיזיין צו א מאדערן געשניטענע led סטייל, וואס איז שיין אין א שאפינג מאלל, אבער קומט נישט עכט אריין אין א אידישע חתונה זאל. איך האב בעסער ליב געהאט די אלטע. קען זיין עס איז נאר די קאליר פון די באלב'ס וואס מ'קען טוישן.

פארוואס זאג איך דאס? ווייל איך וויל דארט חתונה מאכן בעזר ה' ווען ס'וועט זיין די ריכטיגע מינוט.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5835
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » פרייטאג ינואר 31, 2020 10:31 am

נאופ, איך גלייך זייער די נייע דעזיין. סאיז עכט פריש. די לעקטערס אויף די זוילן וואס ציען זיך ארויף העכער די מאלדינגס (אבסיל נידריגער פונעם דאך) גיבט עס א פיהל ווי די דאך איז העכער ווי עס איז עכט.

עכ״פ לכאורה א טעיסט (אדער עידזש...).
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: burich, דברים אלו, סמארט, ר' יום טוב און 64 געסט