חתונה תקנות איבערפרישונג (מהר"א)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19473
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אפריל 25, 2018 12:36 pm

yoy האט געשריבן:דעס נארישע בלאז, בויט אויף דעם פראבלעם אויף 100 די גראד
א חתונה....??
שבת'דיג...!
פרעג פארוואס??

נאו פראבלעם פון מיר אויס קום מיט די ארבעט'ס קליידער..
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

yoy
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

תגובהדורך yoy » מיטוואך אפריל 25, 2018 1:28 pm

נאו פראבלעם?
קום די מיט ארבעט'ס קליידער..
איך קום מיט וואכנדיג קליידער
1 זאך איז שוין זיכער, מע דארף שוין נישט קיין walking closet אין די זאלן, פֿאַר די שטריימל באקס בעקישע/רעקל

אוועטאר
Think and Thank
שר האלף
תגובות: 1481
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך אפריל 25, 2018 8:25 pm

ריכטיג!געכאפט דעם טוטער! אויב וועט מען גיין הוטן וועט די קאפל זיך באגיין מיט א צאמלייג טיש און בענקלעך, און שלאפן אויף מאטראצן אויף דער ערד.
אויב פראטעסטירן קעגן אראפנעמען ראבערט לי'ס סטאטוע מאכט דיר פאר א נאצי, ווי גרויס מוז שוין זיין די נאציזם פון קלינטאן וואס האט צאמגעשטעלט ראבערט לי דעי מיט MLK day און דעזיגנירט א שטערן פון די ארקענסאו פלעג פאר די קענפעדערעסי?

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10973
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג מאי 11, 2018 5:17 pm

ברוך השם מ'גייט ווייטער
צוגעלייגטע
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (116.02 KiB) געזעהן 1566 מאל

אפענע וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 3:26 pm

תגובהדורך אפענע וועלט » פרייטאג מאי 11, 2018 5:36 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:ברוך השם מ'גייט ווייטער

וואס זענען די פלענער וועגן פורניטשער? גייט מען זיך צושטעלן צו רוב עלטערן וואס ווילן אייקיע פורניטשער אדער צו די חתונה מאלס וואס ווילן איטאליע פורניטשער ?

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10973
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג מאי 11, 2018 5:44 pm

לויט רוב דיעות דאס מיינט רוב עלטערן און נישט לויט די חתונה מאלס
די פראבלעם איז נאר מען זאל גיין וואויטן.. דאס מיינט אריינשיקן די סורוועיס, מען דארף האבן א כח הרבים צו מאכן אזא דראסטישע שריט פון זאגן פאר א טאכטער א כלה איך גיי נישט צום חתונה מאל נאר איך גיי צו אייקיע גלייב מיר סאיז נישט גרינג, אבער מיט א כח הרבים קען מען
צוגעלייגטע
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (92.04 KiB) געזעהן 1539 מאל
unnamed (3).jpg
unnamed (3).jpg (84.86 KiB) געזעהן 1539 מאל

אפענע וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 3:26 pm

תגובהדורך אפענע וועלט » זונטאג מאי 13, 2018 11:24 am

טייערע אידן!!! רחמנים בני רחמנים!!!
עס ליגט אין אייערע הענט צו ראטעווען דורות!!!
ביטע מאכט נויז!!! לאזט הערן אייער מיינונג הויעך אין קלאר!!!
מיר דארפן נישט און מיר ווילן נישט איטאליענישע פורניטשער!!!
מיר ווילן נישט די סטאנדארט וואס די חתונה מאל צווינגט ארויף אויף אונז!!!
מיר ווילן אויסדריקליך נאר אייקיע פורנישטער, אינזערע ווייבער אין קינדער ווילן אויך אזוי. נאר מיר זענען נישט גענוג שטארק זיך קעגען צו שטעלן די חתונה מאלס, וואס האבן זייער גוט געארבער צו ברעינוואשן דעם ציבור פאר 10-20 יאר אז זיי זענען דא צו שפארן געלט פארן ציבור.
ביטע ביטע
מיין קהלה
מיר בעטן אייך בתחנונים
ראטעוועט אונז ארויס פון די ביטערע לאפעס וואס האבן זיך ארויפגעזעצט אויף אינז.
העלפט אינז מיר זאלן קענען חתונה מאכן אן קיין הארץ אטאקעס,
העלפט אינז היינט אפצושטעלן די טייערע פורניטשער פון די חתונה מאלס
מיר ווילן אייקיע פורנישטער היינט
ביטע אראפשטעלן די תקנות אז פורנישטער קויפט מען ביי אייקיע.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1678
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » זונטאג מאי 13, 2018 11:31 am

פאטאקי08 האט געשריבן:לויט רוב דיעות דאס מיינט רוב עלטערן און נישט לויט די חתונה מאלס
די פראבלעם איז נאר מען זאל גיין וואויטן.. דאס מיינט אריינשיקן די סורוועיס, מען דארף האבן א כח הרבים צו מאכן אזא דראסטישע שריט פון זאגן פאר א טאכטער א כלה איך גיי נישט צום חתונה מאל נאר איך גיי צו אייקיע גלייב מיר סאיז נישט גרינג, אבער מיט א כח הרבים קען מען

עס קימט אן צו די עסקנים וואס מען שרייבט דא אויפן וועלטל? אדער מען דארף אריינשיקן די סורוועיס?
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

עכט היימיש
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
לאקאציע: כיכר השבת פון וויליאמסבורג (קרעדיט: מאמענט)

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג מאי 13, 2018 11:33 am

אלט מאנרא האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:לויט רוב דיעות דאס מיינט רוב עלטערן און נישט לויט די חתונה מאלס
די פראבלעם איז נאר מען זאל גיין וואויטן.. דאס מיינט אריינשיקן די סורוועיס, מען דארף האבן א כח הרבים צו מאכן אזא דראסטישע שריט פון זאגן פאר א טאכטער א כלה איך גיי נישט צום חתונה מאל נאר איך גיי צו אייקיע גלייב מיר סאיז נישט גרינג, אבער מיט א כח הרבים קען מען

עס קימט אן צו די עסקנים וואס מען שרייבט דא אויפן וועלטל? אדער מען דארף אריינשיקן די סורוועיס?

איך ווייס נישט. אבער איך גלייב אז אין באטראכט נעמען זיי בלויז וואס מען שיקט אריין
שרייב צו דער 'זאך.....'

אפענע וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 3:26 pm

תגובהדורך אפענע וועלט » זונטאג מאי 13, 2018 11:49 am

אלט מאנרא האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:לויט רוב דיעות דאס מיינט רוב עלטערן און נישט לויט די חתונה מאלס
די פראבלעם איז נאר מען זאל גיין וואויטן.. דאס מיינט אריינשיקן די סורוועיס, מען דארף האבן א כח הרבים צו מאכן אזא דראסטישע שריט פון זאגן פאר א טאכטער א כלה איך גיי נישט צום חתונה מאל נאר איך גיי צו אייקיע גלייב מיר סאיז נישט גרינג, אבער מיט א כח הרבים קען מען

עס קימט אן צו די עסקנים וואס מען שרייבט דא אויפן וועלטל? אדער מען דארף אריינשיקן די סורוועיס?

מיין שאלה איז, עס קומען אן צו די עסקנים וואס מען שיקט אריין אין די סורוועיס?
איז דא איינער א בר סמכא וואס נעמט ריספאנסיביליטי אז וואס מען שיקט אריין ווערט גענומען אין באטראכט?
איז דא א מושב בית דין וואס הערט אויס מיינונגען בכובד ראש און איז דן דיני נפשות אן קיין נגיעות?
איז דא באזעסענע מענטשן 'מיט נעמען' צו וועם מ'קען צוגיין פרעגן צו זיי זענען נייטראל צו 'העלפן' מענשטן אדער זיי זענען משוחד צו די טיפע טאשען?
איז דא איינער וואס פארשטייט ווי אזוי מ'קען מאכן פורים פון א גאנצע קהלה אזא לאנגע צייט
רעדן פון שפארן געלט און איבערלאזן די גרעסטע, מערסט אומניצבארא (די טייערע), נישט געבעטנע, גרינגסטע צו שניידן, הוצאה אומגערירט אלעס ווייל געציילטע דארפן מאכן פרנסה?

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג מאי 13, 2018 12:47 pm

האסט גוטע שאלות. איך ווייס נישט די תשובה אויף די אלע שאלות.
עס איז דא עסקנים אבער איך ווייס נישט פונקטליך ואס ווערט גענימען אין באטראכט און צסאיז דא א ""מושב בית דין""....
אז דו וועסט זוכן דעם בעסטן עסקן אין דער וועלט און פארזיכערען מושב בית דין און נאך צענדליגער פארלאנגען וועסטו אין ערגעץ נישט אנקומען. אויב ווייסטו נישט קיין תשובה אויף דיינע שאלות גייסטו נישט ענטפערן, גייסט נישט קאפערירן??

עפעס עסקנים זענען דא וואס זיי שרייען און ווילן העלפן. זיי האבן שוין דעליווערט אויך. סאו שטעל זיך צו קודם צו דאס וואס דו האסט יא, יא מושב בית דין אדער אן, הו קעריס.... איט דזשאסט דאזענט מעטטער. אז דו ווילסט קענסטו אויפשטעלן א אייגענע מושב בית דין און מאכן סורוועיס.

אוועטאר
זזה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

תגובהדורך זזה » זונטאג מאי 13, 2018 1:16 pm

;l;p-
דניאל אויערבאך האט געשריבן:האסט גוטע שאלות. איך ווייס נישט די תשובה אויף די אלע שאלות.
עס איז דא עסקנים אבער איך ווייס נישט פונקטליך ואס ווערט גענימען אין באטראכט און צסאיז דא א ""מושב בית דין""....
אז דו וועסט זוכן דעם בעסטן עסקן אין דער וועלט און פארזיכערען מושב בית דין און נאך צענדליגער פארלאנגען וועסטו אין ערגעץ נישט אנקומען. אויב ווייסטו נישט קיין תשובה אויף דיינע שאלות גייסטו נישט ענטפערן, גייסט נישט קאפערירן??

עפעס עסקנים זענען דא וואס זיי שרייען און ווילן העלפן. זיי האבן שוין דעליווערט אויך. סאו שטעל זיך צו קודם צו דאס וואס דו האסט יא, יא מושב בית דין אדער אן, הו קעריס.... איט דזשאסט דאזענט מעטטער. אז דו ווילסט קענסטו אויפשטעלן א אייגענע מושב בית דין און מאכן סורוועיס.
"sign up @ ebates for free and save @ all stores
https://goo.gl/oFZR4y

https://goo.gl/Rrje39 Ebay daily deals
יש"כ

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10973
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג מאי 13, 2018 3:27 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:לויט רוב דיעות דאס מיינט רוב עלטערן און נישט לויט די חתונה מאלס
די פראבלעם איז נאר מען זאל גיין וואויטן.. דאס מיינט אריינשיקן די סורוועיס, מען דארף האבן א כח הרבים צו מאכן אזא דראסטישע שריט פון זאגן פאר א טאכטער א כלה איך גיי נישט צום חתונה מאל נאר איך גיי צו אייקיע גלייב מיר סאיז נישט גרינג, אבער מיט א כח הרבים קען מען

עס קימט אן צו די עסקנים וואס מען שרייבט דא אויפן וועלטל? אדער מען דארף אריינשיקן די סורוועיס?

ניין, מען דארף אריינשיקן

אפענע וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 3:26 pm

תגובהדורך אפענע וועלט » זונטאג מאי 13, 2018 3:53 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:האסט גוטע שאלות. איך ווייס נישט די תשובה אויף די אלע שאלות.

אויב ווייסטו נישט קיין תשובה אויף דיינע שאלות גייסטו נישט ענטפערן, גייסט נישט קאפערירן??
אודאי קאפעריר איך, די ווייסט מיט וועם איך קאפעריר? מיט די אידן וואס ווילן באמת שפארן געלט און זיי ווילן אייקיע פורניטשער.
די ווייסט מיט וועם איך קאפעריר נישט? מיט די אידן וואס ווילן ביזנעס און זיין ווילן אידן זאלן נעמען גמח'ים צו באצאלן איטאליענישטע פורניטשער.

עפעס עסקנים זענען דא וואס זיי שרייען און ווילן העלפן. זיי האבן שוין דעליווערט אויך. סאו שטעל זיך צו קודם צו דאס וואס דו האסט יא, יא מושב בית דין אדער אן, הו קעריס.... איט דזשאסט דאזענט מעטטער.
הו קעירס? די הונדערטער אידן וואס ווילן באמת שפארן געלט ווען זיי מאכן חתונה, זיי ווילן נישט פורניטשער וואס באלאנגט פאר פריצים, זיי ווילן אייקיע פורנישטער, זיי קעירן שוין גאר שטארק. איט מעטטערס עלאט..., די אידן שרייען, הערטס אויף משוגע מאכן אז די ווילסט מיך העלפן, נעם אראפ פון מיר די לאסט פון איטאליענישע פורניטשער, לאז מיך קויפן אייקיע פורניטשער, וויל לאנג זיי באקומען נישט קיין ענטפער וועל איך מיך אננעמען פאר זיי, און אויסשרייען זייער וויי געשריי

אז דו ווילסט קענסטו אויפשטעלן א אייגענע מושב בית דין און מאכן סורוועיס.

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » זונטאג מאי 13, 2018 4:12 pm

אפענע וועלט האט געשריבן:
מיין שאלה איז, עס קומען אן צו די עסקנים וואס מען שיקט אריין אין די סורוועיס?
איז דא איינער א בר סמכא וואס נעמט ריספאנסיביליטי אז וואס מען שיקט אריין ווערט גענומען אין באטראכט?
איז דא א מושב בית דין וואס הערט אויס מיינונגען בכובד ראש און איז דן דיני נפשות אן קיין נגיעות?
איז דא באזעסענע מענטשן 'מיט נעמען' צו וועם מ'קען צוגיין פרעגן צו זיי זענען נייטראל צו 'העלפן' מענשטן אדער זיי זענען משוחד צו די טיפע טאשען?
איז דא איינער וואס פארשטייט ווי אזוי מ'קען מאכן פורים פון א גאנצע קהלה אזא לאנגע צייט
רעדן פון שפארן געלט און איבערלאזן די גרעסטע, מערסט אומניצבארא (די טייערע), נישט געבעטנע, גרינגסטע צו שניידן, הוצאה אומגערירט אלעס ווייל געציילטע דארפן מאכן פרנסה?

איך כאפ נישט פונקטליך וועמען די ווילסט אראפרייסען, קיינער מאכט נישט קיין געלד דא, און מען האט שוין בעבר אויפגעטון זייער אסאך, לאמיר האפן אז אויך בעתיד וועט קומען גרויסע תקנות וואס זאלן ארויבהעלפען דעם ציבור
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג מאי 13, 2018 4:13 pm

אחת ואחת האט געשריבן:

וואס רעדסטו שטותים?
די גאנצע תקנות איז א באצאלטע קאמפיין פון די חתונה מאללס!

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: הארטע בענקל

תגובהדורך סיז מסודר » זונטאג מאי 13, 2018 4:17 pm

אפענע וועלט האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:האסט גוטע שאלות. איך ווייס נישט די תשובה אויף די אלע שאלות.

אויב ווייסטו נישט קיין תשובה אויף דיינע שאלות גייסטו נישט ענטפערן, גייסט נישט קאפערירן??
אודאי קאפעריר איך, די ווייסט מיט וועם איך קאפעריר? מיט די אידן וואס ווילן באמת שפארן געלט און זיי ווילן אייקיע פורניטשער.
די ווייסט מיט וועם איך קאפעריר נישט? מיט די אידן וואס ווילן ביזנעס און זיין ווילן אידן זאלן נעמען גמח'ים צו באצאלן איטאליענישטע פורניטשער.

עפעס עסקנים זענען דא וואס זיי שרייען און ווילן העלפן. זיי האבן שוין דעליווערט אויך. סאו שטעל זיך צו קודם צו דאס וואס דו האסט יא, יא מושב בית דין אדער אן, הו קעריס.... איט דזשאסט דאזענט מעטטער.
הו קעירס? די הונדערטער אידן וואס ווילן באמת שפארן געלט ווען זיי מאכן חתונה, זיי ווילן נישט פורניטשער וואס באלאנגט פאר פריצים, זיי ווילן אייקיע פורנישטער, זיי קעירן שוין גאר שטארק. איט מעטטערס עלאט..., די אידן שרייען, הערטס אויף משוגע מאכן אז די ווילסט מיך העלפן, נעם אראפ פון מיר די לאסט פון איטאליענישע פורניטשער, לאז מיך קויפן אייקיע פורניטשער, וויל לאנג זיי באקומען נישט קיין ענטפער וועל איך מיך אננעמען פאר זיי, און אויסשרייען זייער וויי געשריי

אז דו ווילסט קענסטו אויפשטעלן א אייגענע מושב בית דין און מאכן סורוועיס.

דו האלט דיך שטארק און לאז דיך נישט פון די אלע פריצים וואס מיינען ביזנעס! (כזאג עס גוט נאך?)
למעשה, דו שרייסט כאילו זיי וואלטן געמאלדן אז זיי גייען נישט צורירן צו די פורניטשער נושא. אויב זיי גייען מאכן תקנות אויף די נושא גייסטו זיי אויסהערן אפילו סאיז נישט קיין מושב בית דין? אויב יא, הייסט דיין פראבלעם איז בכלל נישט מושב בי"ד! אויב נישט, דעמאלטס וואס גייט דיך אן צו זיי רעדן יא פון פורניטשער אדער נישט? סאיז דאך נישט קיין מושב בי"ד!

סך הכל, דאס האט דניאל ארויסגעברענגט. די פוינט איז נישט דא יא אדער נישט מושב בי"ד, די פוינט איז צו זיי טוען אויף אדער נישט. און אויף דעם איז די תירוץ: קוק אויפן עבר!! זיי האבן געשפארט אסאך געלט פאר אידן!!! טאקע נישט ביי פורניטשער אבער ביי אנדערע תקנות.
יעצט אויב דו האלטסט אז פורניטשער איז א וויכטיגע נושא, זאג זיי, זיי הערן "דיך" אויס
פרעג מיך נישט פון ווי איך ווייס, ווייל סאיז א פאקט...

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » זונטאג מאי 13, 2018 4:18 pm

הייסט די הונטרעטער CZ שטיינער האבן זיי גאר פארלאנגט,
באלד וועסטו נאך זאגן אז די תקנות שטריימלעך, וואס 80% חתנים חסידי מהר"א גייען היינט, איז א באצאלטע קאמפיין פון די שטריימעל סטארס
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מאי 13, 2018 4:19 pm

כאף אז איר זענט סארקאסטיש.
ניס קראכער האט געשריבן:קהלה
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג מאי 13, 2018 5:11 pm

צל עובר האט געשריבן:כאף אז איר זענט סארקאסטיש.
ניס קראכער האט געשריבן:קהלה

די פרעגסט?

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מאי 13, 2018 8:10 pm

ניין, איך זאג, און איך בעט אז איר זאלט עס קאנפירמען.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

שפרינגער
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2018 3:50 pm

תגובהדורך שפרינגער » זונטאג מאי 13, 2018 10:10 pm

צל עובר האט געשריבן:ניין, איך זאג, און איך בעט אז איר זאלט עס קאנפירמען.

אקעי, איך מוז קאנפירמען אנשטאט @ניס קראכער, אז יא, ער איז געווען סארקאסטיש.

ווען מ'זעהט אז ס'איז דא איינער וואס וויל זייער שטארק אז זיין הצעה אין די תקנות זאל מען אננעמען און אויב נישט איז די גאנצע תקנות גארנישט ווערט - כאטש מ'שפארט א צוואנציג 25 אלפים ווי גארנישט - און אלעס איז באצאלט דורך די פירמעס וכו' וגו', און נארמאל שפראך פארשטייט ער נישט, פרובירט מען אביסל סארקאסטיש, אפשר דאס וועט ער יא פארשטיין.

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » זונטאג מאי 13, 2018 10:18 pm

דער אמת איז כ'האב שוין אביסל פארגעסן. וויפיל איז די מעבל, פער צד, דורך די חתונה מאולס, דוכט זיך פיר טויזענט פער צד, אדער זעקס טויזענט, קען מיר עמיצער דערמאנען.

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג מאי 13, 2018 11:49 pm

פער צד איז די איטאליענע פורניטשער אונטער זעקס טויזענט טאלער.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4804
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג מאי 14, 2018 6:48 am

איך ווייס בידוע אז די עסקנים לשם מצוה ארבעטן שוין כמעט א יאר אינטערן טיש וועגן פירניטשער, און איינמאל עס וועט זיין רייף וועט מען וויסען דערפון.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot], בינוני, כאפצעם, קארפענטער און 38 געסט