אפצייכענונג: 1 יאר טראמפ

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

זאכליך האט געשריבן:װען?


מאי 5 2017:

U.S. Senate passes bill to fund government through September

WASHINGTON (Reuters) - The U.S. Senate on Thursday gave final legislative approval to a $1.2 trillion spending bill to keep the government open through September, a measure President Donald Trump is expected to sign before Friday’s deadline.

FILE PHOTO: The dome of the U.S. Capitol is seen in Washington September 25, 2012. REUTERS/Kevin Lamarque/File photo
Senators from both Republican and Democratic parties voted in favor of the bill, which passed 79 to 18 with only Republicans opposing the measure, citing minimal changes to spending levels.

The bill, which was passed 309-118 in the Republican-controlled U.S. House of Representatives on Wednesday, now heads to Trump. While it failed to include many of the items Trump had requested, he is expected to sign the bill before midnight Friday, when without his signature the government would shut down.

As soon as this spending measure is law, lawmakers and Trump must already begin looking forward to the next deadline on Oct. 1. Lawmakers are hopeful they can pass regular spending bills but the process is likely to be complicated by Republican efforts to repeal Obamacare, a desire to rewrite the tax code and a need to find a deal to raise the debt ceiling since the limit is expected to be reached in the fall.

Under the compromise measure, the Pentagon’s funding increased, a priority that had been laid out by Republicans and Trump. It also funded Democratic priorities, including health care subsidies.

“This bill is far from perfect, but it’s better than how we are spending our money today, better than how we were spending our money a year ago,” Republican Senator Roy Blunt said on the Senate floor.

Democrats also claimed victory in the passage of the legislation, arguing that it fails to fund Trump’s priorities including money to build a wall along the U.S.-Mexico border. Additionally, the bill funds subsidies for health care coverage provided through the Affordable Care Act, former Democratic President Barack Obama’s signature domestic legislation.

Republican Senator Ted Cruz gave his reasons for voting against the bill.

“While I am pleased to see increased funding for our men and women in uniform and their critical missions across the globe, this bill fails in a number of ways, including by continuing to fund sanctuary cities, Planned Parenthood, and Obamacare,” Cruz said.

Sanctuary cities are those that give limited cooperation to the federal government in enforcing immigration laws and Planned Parenthood is a conservative target because abortion is among the women’s health care services it provides.

The spending bill does not include many of the spending cuts on domestic programs Trump had sought and adds $2 billion for the National Institutes of Health, $295 million for Puerto Rico’s underfunded Medicaid healthcare for the poor and $407 million for firefighting in Western states.

דערנאך ענדע יאר עטליכע סטאפגעיט בודזשעטן
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

דערוילעם כאפט אז מ'רעדט דא פון א צייטוויליגער בודשזעט וואס האט ס"ה געדארפט פארמיידען א שאטדאון, איא?!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

איש האשכולות האט געשריבן:דערוילעם כאפט אז מ'רעדט דא פון א צייטוויליגער בודשזעט וואס האט ס"ה געדארפט פארמיידען א שאטדאון, איא?!

נו אשר על כן, למעשה האט מען עס נישט געקענט דארט אריינשטופן אפילו איין פארטיי האט די דריי ברענטשס פון גאווערמענט. הוא אשר דיבור כאפצעם.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבסיטוט »

איש האשכולות האט געשריבן:דערוילעם כאפט אז מ'רעדט דא פון א צייטוויליגער בודשזעט וואס האט ס"ה געדארפט פארמיידען א שאטדאון, איא?!

איך כאפ נישט- כהאב געליינט דעי ארטיקל עס רעדט וועגן די געהעריגע בודזשעט פארן יאר 2017
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

שכח כאפצעם כמים קרים על נפש עייפה פאר אלע מתנגדים פונעם פרעזידענט.

--------------

בד"וו צו משה זוך מיר, לגבי אבאמע ביזטו גערעכט, אבער קוק אויף בוש השני וועם טראמפ האט אזוי אראפגעריסן.

ער האט בכלל נישט געהאט דעם סענאט רוב פון זיין ערשטן טערמין, און ווען יא 50-50 און נאך אלץ דורכגעפירט טעקס רעפארם,

און נאך עקאמפלישמענטס.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

בד"וו צו משה זוך מיר, לגבי אבאמע ביזטו גערעכט, אבער קוק אויף בוש השני וועם טראמפ האט אזוי אראפגעריסן.

ער האט בכלל נישט געהאט דעם סענאט רוב פון זיין ערשטן טערמין, און ווען יא 50-50 און נאך אלץ דורכגעפירט טעקס רעפארם,

און נאך עקאמפלישמענטס.[/quote]

נישט אזוי ברייט ווי יעצט
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

2 פאקטן.

1. אבאמא האט געהאט אין זיין ערשטע יאר, כמעט א סופער מיאריטעט אין ביידע הייזער, משא"כ טראמפ האט געהאט א פיצעלע מיאריטעט אינעם סענאט מיט 3 סענעטארס וואס האבן אלס געמאכט פראבלעמען.

צו פארגלייכן די 2 איז ממש א וויץ.

2. אבאמא האט נישט דורכגעפירט קיין איין גרויסע געזעץ אינעם ערשטן אין פארגלייך צו די שטייער שניטן. און אוועראלל האט טראמפ דורכגעפירט מער געזעצן אין די ערשטע יאר ווי אבאמא.

קלענערע מיאריטעט + מער געזעצן = דורכפאל?
איי געס פאקטן מאכן נישט אויס.

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
איש האשכולות האט געשריבן:דערוילעם כאפט אז מ'רעדט דא פון א צייטוויליגער בודשזעט וואס האט ס"ה געדארפט פארמיידען א שאטדאון, איא?!

נו אשר על כן, למעשה האט מען עס נישט געקענט דארט אריינשטופן אפילו איין פארטיי האט די דריי ברענטשס פון גאווערמענט. הוא אשר דיבור כאפצעם.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

כאפצעם! מאסיוו!!! אזוי שיין און פאכמאניש אראפגעלייגט דאס יאר. געוואלדיג.
____

אצינד פאר די וואס האלטן פון טראמפ:

איין יאר אפצייכענונג פון פרעזידענט טראמפ.

נאך אין די אמעריקאנע היסטאריע נישט געווען אזא סוקסעס, קיין איין פרעזידענט האט נאך נישט דערליווערט אזויפיל, לפניו לא היה כן ואחריו לא יהיה כן.

אינטער פרעזידענט טראמפ האט א שעה צו באקומען נאך פערציג סעקונדעס, א טאג נאך צען שעה, א יאר נאך 300 טעג.

אויף פרעזידענט טראמפ׳ס זייגער האט די אקאנעמי צו געזעהן אכט ביליאן דזשאב׳ס א טאג!

פרעזידענט טראמפ האט דערגרייכט א שלום אפמאך צווישן קעץ און מויז.

דער פרעזידענט האט גענצליך אפגעשאפן שניי, קעלט און רעגן.

טראמפ האט אויפגענומען איבער מיליאן מענטשן א טאג אינעם אוועל אפיס.

עס זענען צוגעקומען פרישע אכט הונדערט סענאטארן אינעם ערשטן יאר פון זיין קאדענץ.

ווענט ארום אלע גרעניצען איז א מילתא דפשיטא, רוב מיט א הויעכקייט עד קצה השמים.

צפון קאריע האט מיטן גוטן ווילן אויפגעלעזט זייער נוקלער ארסענאל-איראן האט ערקלערט וואשינגטאן אלס זייער הויפט שטאט-מעקסיקא באצאלט די קאסטן פון טראמפ׳ס רייזע קיין טשיינע-טראמפ בויעט א האטעל אויף די לבנה העכער איראק.

דאס איז בלויז א אפס קצהו פון קוים א יאר אינטער פרעזידענט טראמפ, ועוד ידו הגדולה נטויה.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פעיק נוז האט געשריבן:יעצט אז מען האלט שוין ביים ענדע יאר איז כדי אראפצוברענגען אלע סוקסען וואס פרעזידענט טראמפ האט געהאט במשך'ן יאר 2017, איך שרייב וויפיל איך געדענק ווער עס קען צולייגן, ווערט געבעטן אריין צו קומען.

1) טעקס רעפארם אדורך

2) איווידיווידאלע מאנדאט בטל

3) איליגעל אימיגרעישן איז אראפ צו רעקארד שטאפלען

4) סטאק מארקעט בליט און ברעכט רעקארדס

5) ארבעט'ס לאזיגקייט נידריגסטע אין צען יאר

6) דאקא בטל

TPP (7 ארויסגעצויגן

8) קליימעט דיעל ארויסגעצויגן

9) טשיינע - רוסלאנד שטעלן זיך צו צו אמעריקע בנוגע נארט קארעא


טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:10) ISIS פארלוירן אלע זייערע טערעטאריע׳ס און איראק/סיריע

11) טרעוועל בען און עפעקט

12) 5 - 1 ספעשיל עלעקשן געווינסן

13) א רעקארט מאס פעדעראלע דזשאדשעס עפוינטעט


היימישער אינגערמאן האט געשריבן:14) אויפגעהערט צו זיין האסטעזש צו איראן און היזבאלע.

15) אויפגעהערט מיט דעם צודרייטען דאקטארין פון זיך לעקן צו יעדן אמעריקאנער שונא, און צומאל שטעכן אירע פריינט.

16) ואחרון אחרון חביב, באפרייט רבי שלום מרדכי. מער ווערט ווי אלעס.


רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:17) אריינגעוועלט רעכטער סופרים קארט דזשאדזש
(עס איז א ספעציעלע געווינס פאר אונז פרומע אידן וועמין א לינקע קארט וואלט אנגעברענגט אסאך ערנסטע פראבלעמען, פון געלט פאר מוסדות ביז נארישע געזעצן און אלעס אינדערמיט)


זאכליך האט געשריבן:18) באשטעטיגט דאס גראבן אויל אין אלעסקא

19) בלמ איינגעשלאפן

20) גאר אסאך גאווערמענט רעגולאציעס פארשניטן
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבסיטוט »

כאפצעם האט געשריבן:יעצט צו די זאכן וואס ער האט נישט דעליווערט:

ברענגסט נאר די הויפט זאכן, לאמיר צולייגן אלע קלענערע זאכן אויך וואס ער האט אלץ צוגעזאגט און נישט דעליווערט:

נישט קיין אבאמאקעיר ריפיעל
נישט קיין איראן דיעל ריפיעל
נישט קיין מעקסיקאו וואנט
נישט קיין אינפערסטרוקטור
נישט קיין ענטייטעלמענט רעפארם
נישט קיין נארט קאריע סעלושען
נישט קיין מיטל-מזרח שלום
נישט קיין דרעין דע סוואמפ
נישט קיין טשיינע קורענסי מאניפולאציע לעיבל
נישט קיין רינעגאשיעטעד טרעיד דיעלס
נישט קיין רעספעקט אין די וועלט
נישט קיין נידערונג אין טעראר אטאקעס
נישט קיין העכערונג אין די קויל אינדוסטריה
נישט קיין נידערונג אין די שיסערייען (וכלשונו די "אמעריקען קארנידזש")
נישט קיין געהעכערטע שטראפן פאר קרימינאלן (קעיט אקט)
נישט קיין נידערונג אין די מידיעיס איינפלוס, רעיטינגס
נישט קיין פלענט פערנטהוד רעפארעם
נישט קיין מיליטער בען
נישט קיין סאנקציארע סיטיס עלימינירונג
נישט קיין דעפארטאציע קרימינעל טעסקפאורס
נישט קיין אפגאניסטאן געווינס
נישט קיין באנייטע גוטע באציאונגען מיט רוסלאנד
נישט קיין טאריפ'ס
נישט קיין העלט סעווינג אקאונטס ווי צוגעזאגט
נישט קיין בען אויף דרויסענדע עלעקשאן לאביאיסטן
נישט קיין ריפיעל פון די קעריד אינטערעסט לופהאל
נישט קיין ריפיעל פון די אלטארנאטיוו מינימום טעקס
נישט קיין רעדוקציע אין די טעקס ברעקעטס
נישט קיין עלימינירונג פון גאלף שפילערייען
נישט קיין טערם לימיטס אויף קאנגרעס
נישט קיין דעט פענעלטי פאר פאליציי מערדער
נישט קיין ספעציעלע פראסעקיוטער פאר הילערי קלינטאן
נישט געסטאפט די וויזע פראגראם פאר לענדער וואס נעמען נישט צוריק קרימינאלן
נישט פארראכטן די VA
נישט עלימינירט גאן-פרייע זאנעס
נישט קיין קאממען קאור ריפיעל
נישט קיין מענטאל העלט רעפארם
נישט קיין סקול טשויס רעפארעם
נישט קיין לייבל געזעץ ריפיעל
נישט קיין סעיף זאון פאר סיריע'ר רעפיודזשיס
נישט פארשפארט אינטערנעט חלקים ווי אייסיס פיגורירט
נישט קיין וואטערבאורדינג ריפיעל
נישט קיין ראדיקל איסלאם קאמיסיע
נישט קיין "בלויז אמעריקאנע אייזן" פאר די פייפליין'ס
נישט קיין ריפיעל פון די באנייטע אמעריקאנע אמבאסאדע און טרעיד אין קיובא
נישט קיין באצאלט פעמילי ליעוו
נישט קיין נידערונג אין קינדער וואקסינען
נישט קיין פרישע לעגאלע אימיגראציע לימיטס
נישט צוריקגעשיקט די סיריע רעפיודזשיס
נישט ריפיעלד בירטרייט בירגערשאפט
נישט קיין העכערונג אין וויזע פי'ס
נישט קיין %4 GDP
נישט קיין ריפיעל פאר די J-1 אויסלענדישע ארבייטער פראגראם
נישט קיין התחלה אין עלימינירן די נאציאנאלע חובות בארג
נישט קיין ענדע מיט זיין טוויטעריי
נישט קיינע לאו סוט קעגן זיינע באשולדיגער
נישט קיין ארבייט אין ווייסן הויז אנע וואקאציעס
נישט ארויסגעגעבן זיין טעקס ריטורן איינמאל די אודיט איז פארטיג
נישט קיין בעלענסד בודזשעט
נישט קיין אינקריעס אין זשאבס נאר א נידערונג
אא"וו.
לעצט פארראכטן דורך סאבסיטוט אום מאנטאג יאנואר 01, 2018 5:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

כאפצעם איך האב דורך גע'ליינט דייו תגובה אסאך זאכ'ן שטימ'ן מיר נישט

איך וועל מיר באגאנוגען מיט איינס
ביי די דורכפעלער רעכנסטו אויס זיצן וואס זענען אריבער פון איין פארטיי צו דע אנדערע
אבער ביי די סוקסעס'ן רעכנסטו נישט אויס זיצן וואס ער האט אנגעהאלט'ן

-------
איך בין נאך א גרינער אין שרייבן אבער אין ליינען נישט און איך האב ליב ווי אזוי דו ענפרעסט
סוי טו מיר א טובה
איך ווייס נישט וואס
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

בוידעם האט געשריבן:כאפצעם! מאסיוו!!! אזוי שיין און פאכמאניש אראפגעלייגט דאס יאר. געוואלדיג.


אצינד פאר די אלע וואס האלטן פון טראמפ:

איין יאר אפצייכענונג פון פרעזידענט טראמפ.

נאך אין די אמעריקאנע היסטאריע נישט געווען אזא סוקסעס, קיין איין פרעזידענט האט נאך נישט דערליווערט אזויפיל, לפניו לא היה כן ואחריו לא יהיה כן.

אינטער פרעזידענט טראמפ האט א שעה צו באקומען נאך פערציג סעקונדעס, א טאג נאך צען שעה, א יאר נאך 300 טעג.

אויף פרעזידענט טראמפ׳ס זייגער האט די אקאנעמי צו געזעהן אכט ביליאן דזשאב׳ס א טאג!

פרעזידענט טראמפ האט דערגרייכט א שלום אפמאך צווישן קעץ און מויז.

דער פרעזידענט האט גענצליך אפגעשאפן שניי, קעלט און רעגן.

טראמפ האט אויפגענומען איבער מיליאן מענטשן א טאג אינעם אוועל אפיס.

עס זענען צוגעקומען פרישע אכט הונדערט סענאטארן אינעם ערשטן יאר פון זיין קאדענץ.

ווענט ארום אלע גרעניצען איז א מילתא דפשיטא, רוב מיט א הויעכקייט עד קצה השמים.

צפון קאריע האט מיטן גוטן ווילן אויפגעלעזט זייער נוקלער ארסענאל-איראן האט ערקלערט וואשינגטאן אלס זייער הויפט שטאט-מעקסיקא באצאלט די קאסטן פון טראמפ׳ס רייזע קיין טשיינע-טראמפ בויעט א האטעל אויף די לבנה העכער איראק.

דאס איז בלויז א אפס קצהו פון קוים א יאר אינטער פרעזידענט טראמפ, ועוד ידו הגדולה נטויה.


אזוי גוט ארויסגעברענגט מיטן כח היאמער, לית טב מיניה!
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
רוח מצויה
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 4:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוח מצויה »

קודם כל, ישר כח הרב כאפצעם פאר אייער מאסיווע ארבעט, פשוט צוזאמצונעמען און איבערפרישן די מוח מיט כמעט אלעס וואס איז דורך דעם יאר בנוגע דעם פרעזידענט, כאטש מ'קען שטארק זיך דינגען וואס אלץ ס'איז א דורכפאל און וואס אלץ ס'איז א סוקסעס און וואס ס'איז ערגעץ אינצווישן.

אגב, בינעך סתם נייגעריג, האסטו טאקע אזא גוטע זיכרון צו געדענקן אזויפיל נייעסן און סענזאציעס וואס אונזער ירום הודו האט אונז אנגעמאכט, אדער האסט אזא עקסעל שיט וואס ווערט יעדן טאג געאפדעיט א ס"ה פונם טאג און יעצט סוף יאר האסטו עפעס א פארמולע וואס רעכענט עס אלעס צוזאם? :lol:

איבער דעם מהות פון טראמפ פרעזענליך איז א שאד מאריך צו זיין, רוב פרא טראמפ'ערס עכ"פ ביי אונז אנ"ש, זענען נישט פאר אים וועגן זיין פערסנעלעטי אדער זיינע שיינע אדער נאבעלע מידות, זיין וועג פון אראפרייסן אנדערע וואס שטייען אים אין וועג, צולייגן צו יעדעם אפאנענט א ניק-נעים, איז פשוט א אינדיקעיטער אויף זיין מהות און געמיינע מידות אן קיין שום כח המעצר, און דאס איז א זאך וואס פארעקלט זייער אסאך וויילערס פון אים, כאטש ס'איז דא אסאך וואס גלייכן אזא סטייל קאנדידאט וואס זשאכע"ט און באכע"ט און יעדן איינעם וואס שטייט אים אונטער די פוס, (כאטש וואס אנדערקאנטשענטלי טוהט עס זיכער אויף ביי כמעט יעדעם איינעם, בוש איז געבליבן געדעמעדשט אלץ א לאו ענערזשי און רוביא אפגעסטעמפעלט אלץ א ליטל גיי, און קלינטאן אלץ א קרוקעד, כאטש ס'איז שטארק מעגליך אז זי איז נישט מער קרוקעד ווי עני אנדערע פאליטישאן וואס זיצט ביים רידער) סאו זיין גיין שפילן גאלף 100 מאל די לעצטע יאר, אדער טרינקען ווי א קעמל וואסער ביי זיין דרשה בו בזמן ווען ער רייסט אראפ אנדערע מיינט ביי אים נישט גארנישט, און לכאורה אויך נישט ביי זיינע וואוטערס, זיכער נישט ביי די וואס זענען פארגלייבט אין אים און זעהן כל כולו חכמה או געלונגענקייט אין יעדע ריר זיינעם, און אויך נישט ביי די וואס האבן אים ערוועלט פאר זיינע פאליסיס, נישט ביי די ראסט בעלט סטעיט וויילער וואס מיינען זייערע זשאבס און פעי טשעקס, און נישט ביי די נאציאליסטן וואס ביי זיי איז אמעריקע פירסט און די מעקסיקאו וואנט, אפשטעלן אימיגראציע א שטארקע אישו, מאכט באמת אויס וויפיל ער רייסט אראפ אנדערע, אדער וויפיל דייעט קאוק ער טרונקט.

יעצט צו אפאר זאכן פון דיין ליסטע, זיינע 'ריווערסעלס' און זיך ארויסצוען פון די אלע זאכן וואס האט צוגעזאגט אז ער גייט טוהן, קענסט עס אנקוקן אלץ א 'חרוב מאכן קען א נער אויך', אבער למעשה האט ער מיט דעם דעליווערט פאר זיין באזע וואס זיי ווילן, און רוב זאכן גייען פאר אזא איינעם ווי מיר גאנץ קנאפ אן, למשל דאס זיך ארויסצוען זיך פון פאריז קלימאטן אפמאך, אדער די נעריטיוו אז מ'גייט מאכן גרינגער אין אמעריקע צו טוהן ביזנעס און מ'גייט שניידן רעגולעישענס וויפיל מ'קען איז א געבענשטע זאך, כאטש איך ווייס נישט וויפיל מ'האט טאקע למעשה געשניטן און וויפיל נישט.

איבער איראן, כ'ווייס באמת נישט וואס ס'איז בעסער, צו יא האבן א געצוימטע דיעל מיט איראן וואס בינד זיי כאטש האלב די הענט פון דערגרייכן אטאמישע וואפן, און האבן במציאות נאך נישט יעצט לע"ע קיין נוקלער וואפן כאטש מ'האט שוין באלד 10 יאר צוריק (סוף תקופת בית.. כ'מיין, בוש השני) געווארענט אז זיי זענען שוין אט אט דארט, אדער ענדערש יא געדארפט לאזן די גאר שטרענגע סאנקציעס וואס האבן למעשה כמעט נישט געהאלפן במשך די אלע יארן, און ס'איז שטארק מעגליך אז איראן וואלט שוין כהיום געהאט פערטיגע אטמישע געווער פונקט ווי נארט קארעא האט עס באוויזן כאטש אלע שארפע סאנקציעס קעגן איר, איין זאך איז אבער זיכער, מיט אבאמא ביים רעדל איז די נעריטיוו געווען אז פאר אמעריקע איז געגאנגען בנפשם צו באקומען א דיעל מיט איראן און איראן האט געשפילט ווי זיי טוהן א גאנצע טובה פאר אמעריקע אז זיי זענען בכלל צו עפעס מסכים און זיי האבן ארויסגעקוועשט די מאקסימום וואסי שייך לטובתם, יעצט מיט טראמפ אבער פארט די ניגון פונקט קאפויער, איראן איז דער וואס בעט זיך און ווארענט אז אמעריקע זאל האלטן דעם דיעל און אמעריקע איז גאר דער וואס זינגט דעם ניגון אז איך וויל עס מבטל זיין, סאו דאס אליינס איז באמת א שטארקע זיג פאר טראמפ, (און אויב זאל ער זיין גענוג קליג און קריעטיוו -ארט אוו דע דיעל- זאל ער קענען אויסשטעלן א נייע אפמאך וואס זאל נאך מער בינדן די הענט פון איראן)

ער קען אנצייגן אויף נאך סוקסעסן ווי איבער באזיגן אייסיס, אונטער זיין זייגער האבן זיי פארלוירן זייער גאנצע טעריטאריע אין איראק און אין סיריע, געוויזן פון די ערשטע מינוט אז ער קען טיילן פעטש ווען ס'פעלט זיך אויס און ס'איז כמעט זיכער אז סיי פוטין און סיי אסאד האבן דאס געהאט אין חשבון ביי אסאך פון זייערע ווייטערדיגע פלענער.

מעקסיקא וואנט, כ'ווייס נישט איך בעצם גלייב נישט אז ער גייט למעשה באקומען פאנדס פאר דעם פון די קאנגרעס און סענאט, (אפשר אויב וועט אים געלונגען צו פארברייטערן זיין מעדשארעטי אין 18 אפשר יא, אדער אויב וועט ער מאכן עפעס א פעטע אינפאנסטראקטשער ביל און אריינרוקן גענוג געלט פאר דיסטריקס און סטעיטס פון גענוג קאנגרעסלייט און סענעטארן וואס זאלן עס שטיצן) אבער ווי ס'קוקט אויס יעצט, גייט ער לכאורה נישט באקומען קיין געלט דערפאר, אבער פון די צווייטע זייט האט ער באמת אומבאקוועם געמאכט דאס לעבן פאר אימלעגאלע אימיגראנטן דא אין אמעריקע אפי' אן די וואנט, און די נאמבערס פון אימיגראנטן איז שטארק אראפ,

מוסלים בען, האט ער למעשה געהאט גאנץ א פיינע סוקסעס אין די סופרים קארט.

די זעלבע איז מיט אריינרוקן ריכטער גורסיטש, כאטש איך וואלט עס נישט אנגעקוקט ווי א סוקסעס ווייל אזוי דארף עס פשוט צו גיין, פונקט ווי איז זעה נישט קיין סוקסעס מיט אבאמאס אריינרוקן 3 ליבעראלע ריכטערס צום סופרים קאורט, א דורכפאל דא אבער האט אבאמא געהאט וואס פאר כמעט א יאר האט ער נישט געקענט אריינרוקן אפי' א מעסיגן ריכטער צו דעם סיעט, און ס'איז מיר כמעט זיכער אז ער האט עס געלאזט מער ווייניגער לויפן מיטן חשבון אז קלינטאן גייט ממילא געווינען און זי וועט שוין אריינלייגן דארט א ריכטיגן ליבעראלן זשארדש..

ווייטער אבאמא קער, דאס דורכפאלן איינמאל און נאכאמאל דורכצופירן אבאמא העלט ריפיעל כאטש ער האט א מאריאטעט אין קאנגרעס און סענאט איז א היבשער דורכפאל פאר אים אבער מ'קען עס אנקוקן אז למעשה האט ער מבטל געווען די הויפט באדער פאר די רעפאבליקענס, די מאנדאט צו צווינגען קויפן אינשורענס.

טשינע טשיינע טשיינע, (ווי לאוו טשיינע) פון איין זייט האט ער דערווייל היבש געלאזט טשיינע ווייטער לויפן אויף זייער וועג, כמעט גארנישט געטוהן זיי אפצוהאלטן אויף גארנישט, נישט אויף קארענסי, און נישט אויף די מיליטערישע פראנט ווי די טשיינע סי, אבער פון די צווייטע זייט האט טשיינע עכ"פ לפנים זיך מיטגעשטעלט מיט אמעריקע ביי אלע אפשטימונגען קעגן נארט קארעא, און זיכער צוגעלייגט אביסל פרעשור קעגן נארט קארעא, סאו אפשר איזעס נישט אזא דורכפאל פאר אים ווייל זייער קאפעראציע האט ער נאר געקענט באקומען דורך זיין שארפע קאמפיינען קעגן זיי.

שוואכסטע זשאב נאמבערס אין 6 יאר, ווייסעך נישט, אבער א גוטע סטאק מארקעט יאר האט ער זיכער געהאט, אנעפלוימענט האלט אויך פיין נידעריג, עכ"פ נישט דא איז זיין דורכפאל.

די יו ען שטומען קעגן אמעריקעס אנערקענען ירושלים, האט נישט מיט טראמפ בעצם קיין שייכות, ווייל מיט א צווייטן ענגוואליסטישע פרעזידענט וואס וואלט דאס געטוהן וואלט די יו ען שטומען אויך ווען געהאט בערך די זעלבע רעזולטאטן, פון די צווייטע זייט האט ער געטוהן וואס זיינע ענגוואליסטישע און ציאניסטישע וויילער האבן געוואלט, און זיך ווייטער ארויסגעשטעלט אלץ דער איינער וואס האט נישט קיין מורא צו טוהן וואס ער האלט פאר ריכטיג, נאר, און א גרויסע נאר, דאס סטראשען די וועלט לענדער אז ער גייט געדענקן די אלע וואס גייען שטימען קעגן אמעריקע האט מיך שטארק דערמאנט די רויטע ליניע פון אבאמא קעגן סיריע..

פארלירן סיטס אין סענאט און גאווערנאר, כך הוא מנהגו של עולם, סקאט בראון האט געווינען אין מאסעטשוטשעס א יאר נאך וואס אבאמא האט אריינגעשטורעמט מיט א לענדסלייד (עטוואס א שטערקערע לענדסלייד ווי טראמפ..) און ביי די מיד טורם האבן די דעמאקראטן פיין פארלוירן, און פונדעסטוועגן דאך האט אבאמא פיין געווינען ריעלעקשאן און ליבי אומר לי אז ס'גייט זיך היבש איבערשפילן די זעלבע נאכאמאל, די דעמאקראטן גייען לכאורה האבן היבש סוקסעסן אין די מיד טורם וואלן, די שאלה איז נאר ווי שטארק, פון די צווייטע זייט זע איך נאכנישט דערווייל א שטארקער געלונגענער דעמאקראטישער קאנדידאט וואס זאל זיך קענען פארמעסטן מיט דעם פיסק און עריטוט פון טראמפ.

אבער די שטערקסטער סוקסעס מיטן פרעזידענט האבן מיר געהאט דעם חנוכה ווען ער האט באפרייט ר' שלום מרדכי פון תפיסה א זאך וואס קיינער האט נישט געחלום'ט אז ער גייט טוהן און זיכער נישט די ערשטע יאר פון זיין פרעזידענטשאפט, סאו דער ס"ה שפייט מיין קאלקולעיטער אויס נישט אזא שלעכטער מארק.
--
בוידעם ;l;p- ;l;p- כ'גיי נאטס פאר דיין שפראך און איידיעס.
לעצט פארראכטן דורך רוח מצויה אום מאנטאג יאנואר 01, 2018 6:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

רב רוח מציוה, שיין צולייגט.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

רוח מצויה האט געשריבן:אדער די נעריטיוו אז מ'גייט מאכן גרינגער אין אמעריקע צו טוהן ביזנעס און מ'גייט שניידן רעגולעישענס וויפיל מ'קען איז א געבענשטע זאך, כאטש איך ווייס נישט וויפיל מ'האט טאקע למעשה געשניטן און וויפיל נישט.

ס'איז געווען א 22 - 1 רעשיאו, דאס הייסט אז פאר יעדע נייע רעגולאציע וואס מ'האט געמאכט אין 2017 האט מען געשניטן 22 אלטע!
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

רוח מצויה זייער קלאר און צו דער זאך! געבענטשט זאל זיין דער 'ווינטל' וואס האט אייך אריינגעבלאזן!
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

אפצייכענונג: 1 יאר טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

בס"ד
איך בין געוועזן אנטי טראמפ דורכאויס די עלעקשענס און ווי אויך אין אנפאנג פון זיין קאדענץ.
נאך עטליכע חדשים האט זיך מיר די אנטי פיללינג אביסל בארואיגט נאכן זעהן עטליכע מאל די זאכליכע צוגאנג פונעם ירום הודו אויף פארשידענע אישוס, און בעיקר ווייל כ'בין נמאס געווארן פון די נארישע וואלף געשרייערייען איבער די ראשען האועקס!

צוביסלעך האבעך געזעהן אז דער פרעזידענט על אף ער איז אין מיינע אויגן א ווילדער משוגענער, איז ער אבער דא צו רעדן ביזנעס... געטוהן וואס ער האט געברויכט צו איינהאלטן זיינע פראמיסעס, און געפיפן אויף די אלע ביוקראטיסטן און אויף די מידיע,

הגם איך בין נאכאלס גענויגט אנטי, זעה איך אבער היפש אסאך אקאמפלושמענטס פון איהם, עטליעסט קאמפערד צו אבאמא אדער בוש,

ער מאכט זיך טאקע צו'נער אויף טוויטער אבער וואס גייט דאס מיר אהן...

יעצט צו כאפצעם'ס לאנגע אינהאלטסרייכע תגובה, קודם יישר כוח פאר די שיינע אנאליז פון דיין שטארקע אנטי טראמפ קוק ווינקל.
יעצט אביסל פון מיין אנטי-טראמפ גענויגט קוק ווינקל.

(דיסקלעימער, "שטויות" טייטשט אז דאס איז נעריש אנצורפן א דורכפאל,)

כאפצעם האט געשריבן:
ווידער דורכפעלער האט ער געמענעדזשט אנצוזאמלען א שיין ביסל, לאמיר דורכגיין די ליסטע
1-ער זיצט אויף די שוואכסטע אפראוול רעיטינג אין די היסטאריע פון אמעריקאנע פרעזידענטן, א דורכפאל. נידעריגע אפראוועל רעיטינג טייטש נישט דורכפאל ביי מיר.
2-פראדוצירט די שוואכסטע זשאב נומבערס אין 6 יאר, א דורכפאל. מיט דזשאבס ביזטו גערעכט, הגם עס איז נארמאל אז די וואוקס פארשטייטערט זיך נאכן ענדיגן ריקאווערן פון א קראך, זעה אטטעטשמענט https://www.google.com/url?sa=t&rct=j&q ... wqp1LQKyOm
3-ער סטראשעט אפצוהאקן געלטער פאר לענדער, אבער די וועלט פייפט אריין און שטימט איבערוויגענד ביים UN אים צו פארדאמען, א מאסיווע דורכפאל. די ראזולוציע קעגן אמעריקע ווערט אין מיינע אויגן נישט פאררעכנט ווי א דורכפאל, ענדערש אויב טראמפ שנייד נישט די געלטער וועט ער ווערן א געלעכטער,
4-פארלוירן צוויי גאווערנער רעיסעס און 16 לעגיסלאטיווע זיצן אין איין נאכט, א דורכפאל. אגרי
5-פארלוירן 4 מאל מיטן ריפיעלן אבאמאקעיר, א הויפט קאמפיין פארשפרעך, די אלטימעט דורכפאל. נישט אזא שטארקע דורכפאל ער האט דאך אפגעשאפן די אינדיווידועל מאנדאט,
6-ער סטראשעט און ווארענט.. אבער נארט קאריע שיסט ICBM'ס, רייסט אויף נוקליארע היידריזשין באמבעס, אין שיסט די גרעסטע צאל מיסילס אין 2017 פייפנדיג א תקעיה גדולה ווי גרויס די יאר איז, א דורכפאל. אגרי
7-קאנגרעס באשטעטיגט מיט יונענימעס אפראוול רוסישע סאנקציעס על אפו ועל חמתו, א דורכפאל. אגרי
8-ער נעמט אן עפענטליך ווילאדימיר פוטין'ס "פארזיכערונג" אז ס'איז חלילה קיינע אריינמישונג נישט פארגעקומען.. אבער איז געצווינגען צו אימפלעמענטן די רוסישע סאנקציעס, א דורכפאל. שטויות
9-ער פאלט דורך ביי 3 בודזשעטס צו קריגן געלט פאר זיין לענדמארק קאמפיין פארשפרעך די "מעקסיקא וואנט", א דורכפאל. ווי אנדערע האבן שוין אנגעוויזן אז עס איז נאכנישטא קיין בודזעט יעצט, מקקאנעל האט שוין לאנג צוריק געזאגט אז מ'גייט אריינלייגן די געלט פאר די וואנט
10-נאכן מאכן לצנות פון מארקא רוביא פארן טרינקען אינמיטן א דרשה טוט ער דאס זעלביגע אינמיטן א נאציאנאלע אדרעס, ווערנדיג דערמיט די מידיע'ס שפאס ברעטל, א דורכפאל. שטויות
11-זיין אייגענער נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער 'ה.ר. מעקמעסטער' רופט דעם פרעזידענט א "א קינדערגארטן קינד", א דורכפאל. שטויות
12-ברענגט אן א נאציאנאלע קאנטראווערסיע מיטן באשולדיגן זיין פארגייער אלס "קראנק" און "ניקסאניען" איבער ווייערטעפן, אבער זיין אייגענע זשאסטיס דעפארטמענט שאקעלט זיך אפ דערפון, בושות פון א דורכפאל. בכלל נישט קיין דורכפאל! עס איז דא אין דעם אסאך אמת, למחצה לשליש ולרביע
13-ער דערקלערט מיט א שמחה אז די פארטא ריקאו האריקעין האט געקאסט בלויז 16 טויטע אבער דאן ווערט אויפגעדעקט דורכן טיימס אז די עכטע נומער שטייט ביי 499 צוליב די פארנאכלעסיגטע גאווערמענט רעספאנס, א דורכפאל. אגרי, א שטיקל דורכפאל מיט די וועג וויאזוי די רעגירונג האטעס באהאנדעלט
14-ער קאמפיינט אריינצוברענגען די "גרעסטע טעקס שניט" אבער ארלעדיגט אייגענטליך איינס פון די קלענסטע שניטן אין 80 יאר, א דורכפאל. דאס אז עס איז נישט די גרעסטע מאכט עס נאך נישט פאר קיין דורפאל
15-ער העצט צוויי יאר קעגן א געוויסער אימיגראנט און פרובירט דורך פירן אן אימיגראציע געזעץ גערופן די 'קעיט אקט' נאך יענעם, אבער די ביל פאלט דורך, און דערנאך ווערט נאך דער פארשוין דערקלערט אומשולדיג, א דורכפאל. שטויות
16-זיין געלט אפהאלטונג פאר "סאנקציארע סיטיס" ווערט בטל געמאכט דורך די געריכטן איינמאל און נאכאמאל, א דורכפאל. עס איז נאך אין געריכט נאכנישט אנגעקומען צום סופרים קאורט קען נאכנישט ווערן פאררעכנט ווי א דורכפאל.
17-טשאק און נענסי קענסלען א מיטינג מיט אים אלס רעזולטאט פון א טוויט זיינער און ער בלייבט זיצן מיט ליידיגע בענקלעך, א ציפעדיגע דורכפאל. שטויות
18-די געריכט ווארפט אפ זיין מיליטער רעגעסטראציע עקזעקיוטיוו ארדער אלס אומקאנסטעטוציאנאל, און ער איז געצווינגען אנצונעמען יעדעם גלייכערהייט, א דורכפאל. אגרי
19-ער ציעט ארויס די וואפן פאר די אמעריקאנע געשטיצטע רעבעלן און פוטין נעמט דערנאך איבער טאטאל קאנטראל איבער סיריע, א דורכפאל. אגרי
20-ער לאזט וויסן יעדעם ווי שטארק ער גארט צו קריגן דעם טיימ'ס "פערזאן פון יאר" אבער וואס ער קריגט איז דער "פערזאן פון שמוץ" פארן ערוועקן דעם גלאבאלע מאוומענט קעגן אלע שמוציאנען, א דורכפאל. שטויות
21-די טראמפ האטעלן אין מאנהעטן, מיזורי, אילינאו און טאראנטא נעמען אראפ זיין נאמען צוליב זיין שרעקליכע אומפאפולאריטעט, א דורכפאל. שטויות
22-ער קאמפיינט העפטיג פארן אלאבאמע סענאט זיץ מיט טוויטס,ראבאו קאולס, און ריזיגע ראליס אבער דער דעמאקראט ציהט ארויס א שטוינענדע זיג אין דעם פעפער רויטן סטעיט, א שאקינג דורכפאל. אגרי 100% אבער עס איז חזרה פון #4
23-זיין אדמיניסטראציע האלט אפ טאפ לעוול געשפרעכן מיט נארט קאריע -וואס האלט אפ ווייטערדיגע מיסיל טעסטס פאר 2 חדשים- אבער דאן פלאטשקעט ער אריין מיט א טוויט און נארט קאריע האקט אפ די געשפרעכן, א דורכפאל. דאס הייסט נישט קיין דורכפאל, ווי אויך איז דאס חזרה פון #6
24-די יו. עס. עי. טיעם ביים אינטערנאציאנאלע אלימפיקס מעלדט אז זיי רעפרעזענטירן אמעריקא אבער נישט דעם פרעזידענט, א דורכפאל. שטויות
25-ער ווארפט קאומי, אבער דער זעקלט אים איין מיט א ספעשל פראסעקיוטער וואס ריאונירט זיין פרעזידענסי, א דורכפאל. אגרי
26-זיין ביזנעס, אינפערסטרוקטור, און געזונטהייט קאנסול שפארן אפ, נאכפאלגענדיג זיין שארלעסטוויל קאנטראווערסיע, א דורכפאל. דאס מיינט נישט קיין דורכפאל
27-ער ארביייט אווערטיים צו אראפברענגען די מידיע, אבער די רעיטינגס היט אלל טיים הויעכקייטן, א דורכפאל. אגרי, אבער זענען טאקע די רעיטינגס העכער ווי פאראיאר?
28-ער עפענט א קאמפ צו פרעזערווירן די קאנפעדערעט מאניומענטן וכלשונו "אונזער העריטעדזש", אבער די רעזולטאטן זענען אז סטאטועס פאלן רעכטס און לינקס, א דורכפאל. שטויות
29-ער מאכט א וואכן לאנגע העץ קאמפיין קעגן די פוט באל שפילערס פראטעסטן, אבער די חברה גייען אן ביתר שאת ובעוז, א דורכפאל. שטויות
30-ער שליסט א דיעל מיט די טשייניזער איבער נארט קאריע סאנקציעס און ער גיבט זיי אלעס נאך פון די סאוט טשיינע סיע, ביז טרעיד, ביז נישט לעיבלען אלס קורענסי מאניפעלעטאר, ביז נישט פראסיקיוטן אינטעלעקטשועל גניבה, און דערצו איז ער מחמיר מיט א פלייץ פון נאכאנאדע לויב ווערטער... אבער שטעלטזעך ארויס אז די טשייניזער פייפן א גרויסע תרועה און די אויל ליפערונגען גייען אן כאילו לא היה, איי איז דאס א דורכפאל. אגרי
31-ער מאכט א דערקלערונג איבער ירושלים'ס הויפטשטאט, פארזיכערנדיג אז דאס וועט גאר העלפן שלום, אבער די פאלעסטינער בעקן ארויס און די געשפרעכן פאלן צוזאם, א דורכפאל. דאס מיינט בכלל נישט קיין דורכפאל
32-ער אינדארסירט "ביג לוטער" פאר די אלאבאמע סענאט נאמאנאציע אבער זיין "אייגענע פארטיי" שטימט פארן אנדערן קאנדידאט, א דורכפאל. חזרה פון #4 - #22
33-זיין קאמפיין מענעדזשער, עדווייזער, און נאציאנאלע זיכערהייט אדווייזער ווערן ארעסטירט צוליב ליגענט זאגן איבער רוסישע קעלוזשען, א דורכפאל. דאס איז גראדע נישט קיין דורכפאל, ווייל מ'האט זיי נישט אנגעקלאגט צוליב'ן קאנפערירן מיט די רוסן.
34-זיינע אפאראציעס אין נייזשיר און אין תימן פאלן דורך מיט פילע טויטע, א דורכפאל. אגרי
35-ער פאמפעט מיט אן "AT&T" דעקלערונג איבער געבן באונעסעס, אבער א וואך דערויף מעלדן זיי דאס עלימינירונג פון 1000+ זשאבס, א דורכפאל. דיסאגרי, עס איז א דערגרייכונג, 1,000 דזאבס איז ווייניגער ווי א פערטל פערצענט פון די AT&T ארבעט קראפט
36-מאכט א דיעל מיט "קעריער" מיט שטייערצאלער געלטער, אבער א יאר דערויף זענען רוב זשאבס אנטרינען, א דורכפאל. הייסט נישט דורכפאל
37-מאכט א דיעל מיט "קאמקאן" צו אינוועסטירן 3 בליאן פאר 13,000 זשאבס אבער עטליכע חדשים דערויף שפרינגט די פרייז טעג צו 4 אהאלב ביליאן אבער די צאל ארבייטער שרינקט צו 10,000, א דורכפאל. חזרה פון #36
38-ער איז אין אמט שוין א יאר צייט אבער זיין פארגייער פרעזידענט אבאמא קריגט גאר דעם טיטל "מערסט געשעצטע מענטש אין די פאראייניגטע שטאטן", א דורכפאל. שטויות
39-ער שליסט א דיעל מיט דעמאקראטן איבער דאק"א אבער ער מוז ארויסבעקן נאך רעפובליקען בעקלעש, א דורכפאל. אגרי
40-ער שליסט די אבאמאקעיר אדווערטייזינג קאמפיין, שטעלט אפ באצאלוגען פאר די אינשורענס פירמעס, שניידט די איינשרייבונגס צייט אין האלב, אבער צו אלעמענס וואונדער שליסט זיך די איינשרייבונגס תקופה מיט די זעלבע צאל סיינאפס ווי פאריאר, א דורכפאל. דאס הייסט נישט קיין דורפאל.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

דער אשכול וואקסט כמעט שנעלער פון רובאשקין'ס באפרייאונג
סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבסיטוט »

זאכליך האט געשריבן:האט דאך שוין איש האשכולות געענטפערט אז יענץ איז געווען א טעמפארערי בודזשעט, איך האב גערעדט פון די פערמענאנטע בודזשעט.

די מאי 1 בודזשעט איז געווען די אפיציעלע פערמענאנטע בודזשנט פאר 2017!
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

סאבסיטוט האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:האט דאך שוין איש האשכולות געענטפערט אז יענץ איז געווען א טעמפארערי בודזשעט, איך האב גערעדט פון די פערמענאנטע בודזשעט.

די מאי 1 בודזשעט איז געווען די אפיציעלע פערמענאנטע בודזשנט פאר 2017!

אויב אזוי, האב איך מיך טועה געווען.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

שכוח פאראינטערסירט פארן צושטעלן די ליסטע, לאמיר לייגן מיינע קאמענטס

כאפצעם האט געשריבן:
ווידער דורכפעלער האט ער געמענעדזשט אנצוזאמלען א שיין ביסל, לאמיר דורכגיין די ליסטע
1-ער זיצט אויף די שוואכסטע אפראוול רעיטינג אין די היסטאריע פון אמעריקאנע פרעזידענטן, א דורכפאל. ווי געשריבן אין אן אנדערע אשכול זענען זיינע נומערן געפאלן סאך ווייניגער ווי אבאמא'ס

2-פראדוצירט די שוואכסטע זשאב נומבערס אין 6 יאר, א דורכפאל. אנאינפלוימענט איז נידעריגער ווי סיי ווען אין די לעצטע 17 יאר, וואס מיינט אז ס'איז דא מער דזשאבס ווי סיי ווען אין די לעצטע 17 יאר

3-ער סטראשעט אפצוהאקן געלטער פאר לענדער, אבער די וועלט פייפט אריין און שטימט איבערוויגענד ביים UN אים צו פארדאמען, א מאסיווע דורכפאל. יאפ א דורכפאל, אבער ס'נעמט צייט ביז די חורבן וואס אבאמא האט געמאכט מיט אמעריקע'ס כבוד אין פארכט אין די וועלט היילט זיך אויס.

4-פארלוירן צוויי גאווערנער רעיסעס און 16 לעגיסלאטיווע זיצן אין איין נאכט, א דורכפאל.

5-פארלוירן 4 מאל מיטן ריפיעלן אבאמאקעיר, א הויפט קאמפיין פארשפרעך, די אלטימעט דורכפאל. דאס קומט ווייל די מאיאריטעט אין סענאט איז פיצל, און מיט דעם אלעס איז געלונגען אפצושאפן די אינדיווידועל מאנדאט,

6-ער סטראשעט און ווארענט.. אבער נארט קאריע שיסט ICBM'ס, רייסט אויף נוקליארע היידריזשין באמבעס, אין שיסט די גרעסטע צאל מיסילס אין 2017 פייפנדיג א תקעיה גדולה ווי גרויס די יאר איז, א דורכפאל. ווי אין #3 איז מצב ווי מ'שטייט א ריזאלט פון ליעדינג פראם ביהיינד 8 יאר, און קים יאנג אן איז שוין געגאנגען אויף די ריטעם אין 2016,
פון די אנדערע זייט אין נארט קאריע אינטער פרעשור ווי קיינמאל בעפאר


7-קאנגרעס באשטעטיגט מיט יונענימעס אפראוול רוסישע סאנקציעס על אפו ועל חמתו, א דורכפאל.

8-ער נעמט אן עפענטליך ווילאדימיר פוטין'ס "פארזיכערונג" אז ס'איז חלילה קיינע אריינמישונג נישט פארגעקומען.. אבער איז געצווינגען צו אימפלעמענטן די רוסישע סאנקציעס, א דורכפאל. וואס האט הוידל מיט בוידל

9-ער פאלט דורך ביי 3 בודזשעטס צו קריגן געלט פאר זיין לענדמארק קאמפיין פארשפרעך די "מעקסיקא וואנט", א דורכפאל. ווי אנדערע האבן שוין אנגעוויזן אז עס איז נאכנישטא קיין בודזעט יעצט, מקקאנעל האט שוין לאנג צוריק געזאגט אז מ'גייט אריינלייגן די געלט פאר די וואנט

10-נאכן מאכן לצנות פון מארקא רוביא פארן טרינקען אינמיטן א דרשה טוט ער דאס זעלביגע אינמיטן א נאציאנאלע אדרעס, ווערנדיג דערמיט די מידיע'ס שפאס ברעטל, א דורכפאל. שטויות

11-זיין אייגענער נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער 'ה.ר. מעקמעסטער' רופט דעם פרעזידענט א "א קינדערגארטן קינד", א דורכפאל. שטויות

12-ברענגט אן א נאציאנאלע קאנטראווערסיע מיטן באשולדיגן זיין פארגייער אלס "קראנק" און "ניקסאניען" איבער ווייערטעפן, אבער זיין אייגענע זשאסטיס דעפארטמענט שאקעלט זיך אפ דערפון, בושות פון א דורכפאל. בכלל נישט קיין דורכפאל! עס איז דא אין דעם אסאך אמת

13-ער דערקלערט מיט א שמחה אז די פארטא ריקאו האריקעין האט געקאסט בלויז 16 טויטע אבער דאן ווערט אויפגעדעקט דורכן טיימס אז די עכטע נומער שטייט ביי 499 צוליב די פארנאכלעסיגטע גאווערמענט רעספאנס, א דורכפאל. די אפיציעלע נומער איז 134, און די צושאסענע אונפראסטראקטער און טיעפע קארופציע איז די שולד

14-ער קאמפיינט אריינצוברענגען די "גרעסטע טעקס שניט" אבער ארלעדיגט אייגענטליך איינס פון די קלענסטע שניטן אין 80 יאר, א דורכפאל. הייסט טעקס קאט איז זיין דורכפאל? נאר אזאלכע דורכפעלער

15-ער העצט צוויי יאר קעגן א געוויסער אימיגראנט און פרובירט דורך פירן אן אימיגראציע געזעץ גערופן די 'קעיט אקט' נאך יענעם, אבער די ביל פאלט דורך, און דערנאך ווערט נאך דער פארשוין דערקלערט אומשולדיג, א דורכפאל.

16-זיין געלט אפהאלטונג פאר "סאנקציארע סיטיס" ווערט בטל געמאכט דורך די געריכטן איינמאל און נאכאמאל, א דורכפאל. עס איז נאך אין געריכט נאכנישט אנגעקומען צום סופרים קאורט קען נאכנישט ווערן פאררעכנט ווי א דורכפאל.

17-טשאק און נענסי קענסלען א מיטינג מיט אים אלס רעזולטאט פון א טוויט זיינער און ער בלייבט זיצן מיט ליידיגע בענקלעך, א ציפעדיגע דורכפאל. די לאנד האט געלאכט פון טשאק אין נענסי

18-די געריכט ווארפט אפ זיין מיליטער רעגעסטראציע עקזעקיוטיוו ארדער אלס אומקאנסטעטוציאנאל, און ער איז געצווינגען אנצונעמען יעדעם גלייכערהייט, א דורכפאל.

19-ער ציעט ארויס די וואפן פאר די אמעריקאנע געשטיצטע רעבעלן און פוטין נעמט דערנאך איבער טאטאל קאנטראל איבער סיריע, א דורכפאל. זאל זיך פוטין שמוציג מאכן

20-ער לאזט וויסן יעדעם ווי שטארק ער גארט צו קריגן דעם טיימ'ס "פערזאן פון יאר" אבער וואס ער קריגט איז דער "פערזאן פון שמוץ" פארן ערוועקן דעם גלאבאלע מאוומענט קעגן אלע שמוציאנען, א דורכפאל. שטויות

21-די טראמפ האטעלן אין מאנהעטן, מיזורי, אילינאו און טאראנטא נעמען אראפ זיין נאמען צוליב זיין שרעקליכע אומפאפולאריטעט, א דורכפאל. שטויות

22-ער קאמפיינט העפטיג פארן אלאבאמע סענאט זיץ מיט טוויטס,ראבאו קאולס, און ריזיגע ראליס אבער דער דעמאקראט ציהט ארויס א שטוינענדע זיג אין דעם פעפער רויטן סטעיט, א שאקינג דורכפאל. אויך מיר א שטוינענדע זיג, א דינע אויבערהאנט בשעת די רופאליקאנער האט א זאק שמוץ און טראמפ האט אפיציעל געשציט זיין קעגנער אין די פריימעריס. עס איז חזרה פון #4

23-זיין אדמיניסטראציע האלט אפ טאפ לעוול געשפרעכן מיט נארט קאריע -וואס האלט אפ ווייטערדיגע מיסיל טעסטס פאר 2 חדשים- אבער דאן פלאטשקעט ער אריין מיט א טוויט און נארט קאריע האקט אפ די געשפרעכן, א דורכפאל. שטיות

24-די יו. עס. עי. טיעם ביים אינטערנאציאנאלע אלימפיקס מעלדט אז זיי רעפרעזענטירן אמעריקא אבער נישט דעם פרעזידענט, א דורכפאל. שטויות

25-ער ווארפט קאומי, אבער דער זעקלט אים איין מיט א ספעשל פראסעקיוטער וואס ריאונירט זיין פרעזידענסי, א דורכפאל. ווען ער ווארפט ווען נישט קאומי וואלט געווען אסאך ערגער, ווי מ'זעסט יעדען טאג ווי די שפיאנאש געמיינדע האט געארבייט אויף קעסל און כלים צו אינטערברענגן טראמפ
26-זיין ביזנעס, אינפערסטרוקטור, און געזונטהייט קאנסול שפארן אפ, נאכפאלגענדיג זיין שארלעסטוויל קאנטראווערסיע, א דורכפאל.

27-ער ארביייט אווערטיים צו אראפברענגען די מידיע, אבער די רעיטינגס היט אלל טיים הויעכקייטן, א דורכפאל. נאופ, CNN רעיטנגס זענען געווארן גאר שוואך

28-ער עפענט א קאמפ צו פרעזערווירן די קאנפעדערעט מאניומענטן וכלשונו "אונזער העריטעדזש", אבער די רעזולטאטן זענען אז סטאטועס פאלן רעכטס און לינקס, א דורכפאל. שטויות

29-ער מאכט א וואכן לאנגע העץ קאמפיין קעגן די פוט באל שפילערס פראטעסטן, אבער די חברה גייען אן ביתר שאת ובעוז, א דורכפאל. די NFL רעיטנגס זענען טיעף אין די אדמה זייט דעמאלטס

30-ער שליסט א דיעל מיט די טשייניזער איבער נארט קאריע סאנקציעס און ער גיבט זיי אלעס נאך פון די סאוט טשיינע סיע, ביז טרעיד, ביז נישט לעיבלען אלס קורענסי מאניפעלעטאר, ביז נישט פראסיקיוטן אינטעלעקטשועל גניבה, און דערצו איז ער מחמיר מיט א פלייץ פון נאכאנאדע לויב ווערטער... אבער שטעלטזעך ארויס אז די טשייניזער פייפן א גרויסע תרועה און די אויל ליפערונגען גייען אן כאילו לא היה, איי איז דאס א דורכפאל. כינע איז א שווערע ניסל וואס נאר טראמפ האט באוויזן צו בייגן למחצה לשליש ולרביע, ווייט פון א דורכפאל, אבער ס'איז נאך דא א וועג צו גיין

31-ער מאכט א דערקלערונג איבער ירושלים'ס הויפטשטאט, פארזיכערנדיג אז דאס וועט גאר העלפן שלום, אבער די פאלעסטינער בעקן ארויס און די געשפרעכן פאלן צוזאם, א דורכפאל. וועלכע געשפרעכן??? נישטא ווער ס'זאל לאכן.

32-ער אינדארסירט "ביג לוטער" פאר די אלאבאמע סענאט נאמאנאציע אבער זיין "אייגענע פארטיי" שטימט פארן אנדערן קאנדידאט, א דורכפאל. חזרה פון #4 - #22

33-זיין קאמפיין מענעדזשער, עדווייזער, און נאציאנאלע זיכערהייט אדווייזער ווערן ארעסטירט צוליב ליגענט זאגן איבער רוסישע קעלוזשען, א דורכפאל. דאס איז גראדע נישט קיין דורכפאל, ווייל מ'האט זיי נישט אנגעקלאגט צוליב'ן קאנפערירן מיט די רוסן.

34-זיינע אפאראציעס אין נייזשיר און אין תימן פאלן דורך מיט פילע טויטע, א דורכפאל. נישט יעדע טויטע אויפן פראנט מיינט א דורכפאל פארן פרעזידענט

35-ער פאמפעט מיט אן "AT&T" דעקלערונג איבער געבן באונעסעס, אבער א וואך דערויף מעלדן זיי דאס עלימינירונג פון 1000+ זשאבס, א דורכפאל. דיסאגרי, עס איז א דערגרייכונג, 1,000 דזאבס איז ווייניגער ווי א פערטל פערצענט פון די AT&T ארבעט קראפט

36-מאכט א דיעל מיט "קעריער" מיט שטייערצאלער געלטער, אבער א יאר דערויף זענען רוב זשאבס אנטרינען, א דורכפאל. הייסט נישט דורכפאל

37-מאכט א דיעל מיט "קאמקאן" צו אינוועסטירן 3 בליאן פאר 13,000 זשאבס אבער עטליכע חדשים דערויף שפרינגט די פרייז טעג צו 4 אהאלב ביליאן אבער די צאל ארבייטער שרינקט צו 10,000, א דורכפאל. חזרה פון #36, די נומערן זענען פארדרייטע חשבונות פון די פעיק ניוז די עכטע פאטענשיעל פון אומדירעקטע דזשאבס איז סאך העכער

38-ער איז אין אמט שוין א יאר צייט אבער זיין פארגייער פרעזידענט אבאמא קריגט גאר דעם טיטל "מערסט געשעצטע מענטש אין די פאראייניגטע שטאטן", א דורכפאל. מאכט אים נישט פאר א דורכפאל, א חלק פון די פארדרייטע פאולס

39-ער שליסט א דיעל מיט דעמאקראטן איבער דאק"א אבער ער מוז ארויסבעקן נאך רעפובליקען בעקלעש, א דורכפאל. דאס איז געווען א וועג צו צוזאמנעמען די ריפאבליקאנע פארטיי און ס'האט למעשה גע'ארבייט

40-ער שליסט די אבאמאקעיר אדווערטייזינג קאמפיין, שטעלט אפ באצאלוגען פאר די אינשורענס פירמעס, שניידט די איינשרייבונגס צייט אין האלב, אבער צו אלעמענס וואונדער שליסט זיך די איינשרייבונגס תקופה מיט די זעלבע צאל סיינאפס ווי פאריאר, א דורכפאל. שקר, די מאל איינגעשריבענע איז ווייניגער ווי די צאל באנוצער אין 2017, אין די צאל באנוצער אין וויניגער ווי די צאל איינגעשריבענע אין 2017, פלאס אסאך מענטשן האבן פשוט נישט קיין ברירה, זינט אבאמאקעיר קען מען שוין באקומען קיין איין נארמאלע אינשורענס אין געוויסע געגענטער
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויבער-חכם »

קודם יישר כח כאפצעם פאר דיין הערליכע מאמר, דארפסט עס נאר איבערטייטשען אין ענגליש איז ס׳רעדי אריין צו גיין אין די טיימס. (חוץ אויב ס׳קומט לכתחילה פין דארט).
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

כאפצעם האסט געמאכט א פיינע ארבייט! צוזאמגעברענגט דעם פרעזידענטס אלע אקטיוויטעטן לפינדוק אחד.

אין מיין מיינונג איז טראמפס חוש צו טראגן די מידיע אויף א רייד פון זיינע גרעסטע דערגרייכונגען פונעם יאר (בעצם פון זיי גאנצע קאמפיין).

זיין "אמעריקע פורסט" אגענדע איז אין פולען שוואונג. אלע זיינע אקטיוויטעטן זענען מיוסד אויף "אמעריקע פורסט".

זיינע "פערזענליכע" דורכפעלער (דהיינו, דורכפעלער וועלכע דריקן "אים". ווס. וועלכע שטערן זיין אגענדע) זענען לכאורה

1 דשעף סעשאנס ריקיוזעל - א מעקעלע אטורני דשענערעל. לאזט זיך ווי א בטלן ווען מען באפאלט אים. פייט נישט צוריק...

2 ספעשיל קאונסיל - וועלכע אין זיין אויגן איז עס לופט וועלכע האלט אים פשוט אפ פון קענען פראמאטען זיין אגענדע און זיין פראדאקטיוועטעט.

אלע אנדערע זאכן איז נישט עפעס וועלכע דריקט "אים פערזענליך". ער - און זיינע שטיצער - קענען ספינען די אלע זאכן אויף זיין זייט, אדער קען ער אנצייגן אז די שולד דערפון איז א צווייטענס....
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

כאפצעם, כ׳האב יעצט אדורכגעליינט דיין לאנגע אנעליז אויפן פרעזידענט. כ׳מיז דיר זאגן, דיין פעידער שרייבט בעסער ווי דאס עצם אינהאלט וואס ער שרייבט.

קענסט נעמען דעם גאנצע ארטיקל און איבערשרייבן פיטש קאפויער, אלע דורכפעלער אויף סאקסעסן ס׳וועט נאך אלטס שטימען. טערעסאנט.

א סעמפאל פון א שטונונג איינזייטיגע תגובה
רשעות קאלטע סעלצער
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

הרב כאפצעם א יאאדדשש יש׳כ פאר דיין ארבעט מיט אזא לאנגע דיטעילד שרייבעריי אפילו איך קאמפליטלי דיסעגרי וויז יא.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”