אפצייכענונג: 1 יאר טראמפ
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל
זאכליך האט געשריבן:בכלל, כדי צו באקומען פאנדינג פאר די וואנט דארף מען דורכפירן א בודזשעט, וואס איז נאכנישט פארגעקומען.
abeg האט געשריבן:סאבסיטוט האט געשריבן:די מאי 1 בודזשעט איז געווען די אפיציעלע פערמענאנטע בודזשנט פאר 2017!
בעצם איז די 2017 בודזשעט א בודזשעט װאס געהירט נאך צי אובאמא
איז וואס טוצעך מיט די 2018 בודזשעט?!...
- פאראינטערסירט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4332
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am
אפצייכענונג 2 יאר טראמפ
פאראינטערסירט האט געשריבן:בס"ד
איך בין געוועזן אנטי טראמפ דורכאויס די עלעקשענס און ווי אויך אין אנפאנג פון זיין קאדענץ.
נאך עטליכע חדשים האט זיך מיר די אנטי פיללינג אביסל בארואיגט נאכן זעהן עטליכע מאל די זאכליכע צוגאנג פונעם ירום הודו אויף פארשידענע אישוס, און בעיקר ווייל כ'בין נמאס געווארן פון די נארישע וואלף געשרייערייען איבער די ראשען האועקס!
מיט יעדע לעכערליכע באשולדיגונג געגן מיסטער טראמפ, רוקט עס ארויף מיין שטיצע פארן "משוגענעם" טראמפ!
ווען טראמפ איז געווארן עלעקטעד בין איך ממש געווען פארלוירן, אנגעשראקן פון די מידיע אז דער איז אומסטאביל און אמעריקע גייט חרוב גיין. אדרבה קוק מיינע תגובות אין יענער צייט.
אבער מיט יעדע נאכפאלגנדיגע פון פינגער ארויסגעזויגענער סקאנדאל פון די מידיע און גאר דורך די קארפאטירטע עף בי איי, האב איך איינגעזעהן למי החותמת ולמי הפסילים!!!
צוביסלעך האבעך געזעהן אז דער פרעזידענט על אף ער איז אין מיינע אויגן א ווילדער משוגענער, איז ער אבער דא צו רעדן ביזנעס... געטוהן וואס ער האט געברויכט צו איינהאלטן זיינע פראמיסעס, און געפיפן אויף די אלע ביוקראטיסטן און אויף די מידיע,
הגם איך בין נאכאלס גענויגט אנטי, זעה איך אבער היפש אסאך אקאמפלושמענטס פון איהם, עטליעסט קאמפערד צו אבאמא אדער בוש,
ער מאכט זיך טאקע צו'נער אויף טוויטער אבער וואס גייט דאס מיר אהן...
יעצט צו כאפצעם'ס לאנגע אינהאלטסרייכע תגובה, קודם יישר כוח פאר די שיינע אנאליז פון דיין שטארקע אנטי טראמפ קוק ווינקל.
יעצט אביסל פון מיין פרא-טראמפ גענויגט קוק ווינקל.
די ווערטער מיט די שווארצע קאליר זענען כאפצעם'ס ארגינעלע ווערטער.
די ווערטער מיט די רויטע קאליר זענען מיינע פאראיאריגע הערות.
די ווערטער מיט די גרינע קאליר איז מייו יעצטיגע אפיניאן.
-דיסקלעימער, "שטויות" טייטשט אז דאס איז נעריש אנצורפן א דורכפאל,כאפצעם האט געשריבן:
ווידער דורכפעלער האט ער געמענעדזשט אנצוזאמלען א שיין ביסל, לאמיר דורכגיין די ליסטע:
1- ער זיצט אויף די שוואכסטע אפראוול רעיטינג אין די היסטאריע פון אמעריקאנע פרעזידענטן, א דורכפאל.
נידעריגע אפראוועל רעיטינג טייטש נישט דורכפאל ביי מיר.
זיינע רעיטינגס איז שוין נישט אזוי שוואך ווי דעמאלטס, עס זיצט שוין ערגעץ העכער פערציג פראצענט.
2- פראדוצירט די שוואכסטע זשאב נומבערס אין 6 יאר, א דורכפאל.
מיט דזשאבס ביזטו נישט גערעכט, הגם עס איז נארמאל אז די וואוקס פארשטייטערט זיך נאכן ענדיגן ריקאווערן פון א קראך,
אבער אין די צוויי יאר אונטער טראמפ איז צוגעקומען אזויפיל ווי 4.8 מיליאן דזאבס! קרוב צו האלב פון די 10.6 מיליאן וואס איז צוגעקומען אין אבאמא'ס אכט יאר. זעה אטטעטשמענט פאר מער דעטאלן פון די גאר גוטע דזאב מארקעט.
3- ער סטראשעט אפצוהאקן געלטער פאר לענדער, אבער די וועלט פייפט אריין און שטימט איבערוויגענד ביים UN אים צו פארדאמען, א מאסיווע דורכפאל.
די ראזולוציע קעגן אמעריקע ווערט אין מיינע אויגן נישט פאררעכנט ווי א דורכפאל, ענדערש אויב טראמפ שנייד "נישט" די געלטער וועט ער ווערן א געלעכטער,
4- פארלוירן צוויי גאווערנער רעיסעס און 16 לעגיסלאטיווע זיצן אין איין נאכט, א דורכפאל. אגרי
מ'קען צולייגן צו זיין דורכפאל דאס פארלירן די האוז. אבער סוקסעס דאס בלייבן און גאר אויסברייטערן זיין קאנטראל אין סענאט.
5- פארלוירן 4 מאל מיטן ריפיעלן אבאמאקעיר, א הויפט קאמפיין פארשפרעך, די אלטימעט דורכפאל.
נישט אזא שטארקע דורכפאל ער האט דאך אפגעשאפן די אינדיווידועל מאנדאט, דאס אראפנעמען די געלט שטראף אויב מ'קויפט נישט קיין אינשורענס ווארפט צוזאם און הרג'ט דאס גאנצע אבאמאקעיר. און אזוי אויך האט די געריכט אין ליכט פונעם מאנדאט ריפיעל, גע'פסל'ט אויף דערווייל דאס גאנצע אבאמאקעיר.
6- ער סטראשעט און ווארענט.. אבער נארט קאריע שיסט ICBM'ס, רייסט אויף נוקליארע היידריזשין באמבעס, אין שיסט די גרעסטע צאל מיסילס אין 2017 פייפנדיג א תקעיה גדולה ווי גרויס די יאר איז, א דורכפאל. אגרי
שוין לאנג נישט געווען אזוי רואיג מיט נארט קאריע, און די מיסיל טעסטס האבן זיך אינגאנצן אפגעשטעלט אויפדערווייל אונטער דעם דרוכגעפאלענע טראמפ.
7- קאנגרעס באשטעטיגט מיט יונענימעס אפראוול רוסישע סאנקציעס על אפו ועל חמתו, א דורכפאל. אגרי
פאריגע וואך האט סענאט רידזשעקטעט א ביל צו פארבאטן פון טראמפ אראפצונעמען סאנקציעס פון רוסלאנד. סוקסעס.
8- ער נעמט אן עפענטליך ווילאדימיר פוטין'ס "פארזיכערונג" אז ס'איז חלילה קיינע אריינמישונג נישט פארגעקומען.. אבער איז געצווינגען צו אימפלעמענטן די רוסישע סאנקציעס, א דורכפאל. שטויות
9- ער פאלט דורך ביי 3 בודזשעטס צו קריגן געלט פאר זיין לענדמארק קאמפיין פארשפרעך די "מעקסיקא וואנט", א דורכפאל.
ווי אנדערע האבן שוין אנגעוויזן אז עס איז נאכנישטא קיין בודזשעט יעצט, מקקאנעל האט שוין לאנג צוריק געזאגט אז מ'גייט אריינלייגן די געלט פאר די וואנט.
דאס איז טאקע געווען א דורכפאל. דארף מען אבער יעצט ווארטן צו זעהן וויאזוי די יעצטיגע בודזשעט וועט זיך ענדיגן..
10- נאכן מאכן לצנות פון מארקא רוביא פארן טרינקען אינמיטן א דרשה טוט ער דאס זעלביגע אינמיטן א נאציאנאלע אדרעס, ווערנדיג דערמיט די מידיע'ס שפאס ברעטל, א דורכפאל. שטויות
11- זיין אייגענער נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער 'ה.ר. מעקמעסטער' רופט דעם פרעזידענט א "א קינדערגארטן קינד", א דורכפאל. שטויות
12- ברענגט אן א נאציאנאלע קאנטראווערסיע מיטן באשולדיגן זיין פארגייער אלס "קראנק" און "ניקסאניען" איבער ווייערטעפן, אבער זיין אייגענע זשאסטיס דעפארטמענט שאקעלט זיך אפ דערפון, בושות פון א דורכפאל.
בכלל נישט קיין דורכפאל! עס איז דא אין דעם אסאך אמת, למחצה לשליש ולרביע.
וואס א טאג לענגער שטעלט זיך ארויס אז עס איז פארגעקומען ערנסטע פרואוון פון די אבאמא אדמיניסטראציע צו אינטערברענגען טראמפ.
13- ער דערקלערט מיט א שמחה אז די פארטא ריקאו האריקעין האט געקאסט בלויז 16 טויטע אבער דאן ווערט אויפגעדעקט דורכן טיימס אז די עכטע נומער שטייט ביי 499 צוליב די פארנאכלעסיגטע גאווערמענט רעספאנס, א דורכפאל.
אגרי, א שטיקל דורכפאל מיט די וועג וויאזוי די רעגירונג האטעס באהאנדעלט.
דאכצעך אז די נומבער שטייט שוין ביי ארום 3,000 טויטע וואס זענען געשטארבן אין די 6 חדשים נאכן האריקעין וואס די אינסטאנצן זאגן אז עס איז רילעיטעט צו די האריקעין, גאר א שטארקע דורכפאל! אבער טראמפ טענה'ט אז עס איז פארדרייט געווארן דירעקט דורך די דעמאקראטן.
14- ער קאמפיינט אריינצוברענגען די "גרעסטע טעקס שניט" אבער ארלעדיגט אייגענטליך איינס פון די קלענסטע שניטן אין 80 יאר, א דורכפאל.
דאס אז עס איז נישט די גרעסטע מאכט עס נאך נישט פאר קיין דורפאל.
15- ער העצט צוויי יאר קעגן א געוויסער אימיגראנט און פרובירט דורך פירן אן אימיגראציע געזעץ גערופן די 'קעיט אקט' נאך יענעם, אבער די ביל פאלט דורך, און דערנאך ווערט נאך דער פארשוין דערקלערט אומשולדיג, א דורכפאל. שטויות
16- זיין געלט אפהאלטונג פאר "סאנקציארע סיטיס" ווערט בטל געמאכט דורך די געריכטן איינמאל און נאכאמאל, א דורכפאל.
עס איז נאך אין געריכט נאכנישט אנגעקומען צום סופרים קאורט קען נאכנישט ווערן פאררעכנט ווי א דורכפאל.
17- טשאק און נענסי קענסלען א מיטינג מיט אים אלס רעזולטאט פון א טוויט זיינער און ער בלייבט זיצן מיט ליידיגע בענקלעך, א ציפעדיגע דורכפאל. שטויות
לפי זה איז א סוקסעס אז ער האט גע'קענסעלט פעלאוסי'ס טריפ...
18- די געריכט ווארפט אפ זיין מיליטער רעגעסטראציע עקזעקיוטיוו ארדער אלס אומקאנסטעטוציאנאל, און ער איז געצווינגען אנצונעמען יעדעם גלייכערהייט, א דורכפאל.
אגרי
דער די סי געריכט האט אנפאנג די חודש אראפגענומען די בלאקאדע אויף די א.ד. עקזעקעטיוו ארדער, אין א שטארקע זיג פאר טראמפ.
19- ער ציעט ארויס די וואפן פאר די אמעריקאנע געשטיצטע רעבעלן און פוטין נעמט דערנאך איבער טאטאל קאנטראל איבער סיריע, א דורכפאל. אגרי
איז עס שוין געשען א יאר צוריק??.. נאכנישט ארויס! און אפי' ווען מ'וועט ארויסגיין וועט עס ענדערש זיין א דערגרייכונג פאר טראמפ ווי איידער א דורכפאל.
20- ער לאזט וויסן יעדעם ווי שטארק ער גארט צו קריגן דעם טיימ'ס "פערזאן פון יאר" אבער וואס ער קריגט איז דער "פערזאן פון שמוץ" פארן ערוועקן דעם גלאבאלע מאוומענט קעגן אלע שמוציאנען, א דורכפאל.שטויות
21- די טראמפ האטעלן אין מאנהעטן, מיזורי, אילינאו און טאראנטא נעמען אראפ זיין נאמען צוליב זיין שרעקליכע אומפאפולאריטעט, א דורכפאל. שטויות
22- ער קאמפיינט העפטיג פארן אלאבאמע סענאט זיץ מיט טוויטס,ראבאו קאולס, און ריזיגע ראליס אבער דער דעמאקראט ציהט ארויס א שטוינענדע זיג אין דעם פעפער רויטן סטעיט, א שאקינג דורכפאל. אגרי 100% אבער עס איז חזרה פון #4
23- זיין אדמיניסטראציע האלט אפ טאפ לעוול געשפרעכן מיט נארט קאריע -וואס האלט אפ ווייטערדיגע מיסיל טעסטס פאר 2 חדשים- אבער דאן פלאטשקעט ער אריין מיט א טוויט און נארט קאריע האקט אפ די געשפרעכן, א דורכפאל.
דאס הייסט נישט קיין דורכפאל, ווי אויך איז דאס חזרה פון #6
עס הייסט יעצט אז אין א חודש ארום גייט פארקומען די צווייטע סאמיט מיט טראמפ אליינס...
24- די יו. עס. עי. טיעם ביים אינטערנאציאנאלע אלימפיקס מעלדט אז זיי רעפרעזענטירן אמעריקא אבער נישט דעם פרעזידענט, א דורכפאל. שטויות
25- ער ווארפט קאומי, אבער דער זעקלט אים איין מיט א ספעשל פראסעקיוטער וואס ריאונירט זיין פרעזידענסי, א דורכפאל.
אגרי. און דאס איז איינגענטליך זיין גרעסטע דורכפאל אלץ פרעזידענט!
26- זיין ביזנעס, אינפערסטרוקטור, און געזונטהייט קאנסול שפארן אפ, נאכפאלגענדיג זיין שארלעסטוויל קאנטראווערסיע, א דורכפאל.
דאס מיינט נישט קיין דורכפאל.
27- ער ארביייט אווערטיים צו אראפברענגען די מידיע, אבער די רעיטינגס היט אלל טיים הויעכקייטן, א דורכפאל.
אגרי, אבער זענען טאקע די רעיטינגס העכער ווי פאראיאר?
מ'קען זאגן אז די באגלייבטקייט וואס די מידיע האט געהאט אין די אויגן פון די מענטשן איז היבש געפאלן אין די לעצטערע תקופה..
28- ער עפענט א קאמפ צו פרעזערווירן די קאנפעדערעט מאניומענטן וכלשונו "אונזער העריטעדזש", אבער די רעזולטאטן זענען אז סטאטועס פאלן רעכטס און לינקס, א דורכפאל. שטויות
29- ער מאכט א וואכן לאנגע העץ קאמפיין קעגן די פוט באל שפילערס פראטעסטן, אבער די חברה גייען אן ביתר שאת ובעוז, א דורכפאל. שטויות
30- ער שליסט א דיעל מיט די טשייניזער איבער נארט קאריע סאנקציעס און ער גיבט זיי אלעס נאך פון די סאוט טשיינע סיע, ביז טרעיד, ביז נישט לעיבלען אלס קורענסי מאניפעלעטאר, ביז נישט פראסיקיוטן אינטעלעקטשועל גניבה, און דערצו איז ער מחמיר מיט א פלייץ פון נאכאנאדע לויב ווערטער... אבער שטעלטזעך ארויס אז די טשייניזער פייפן א גרויסע תרועה און די אויל ליפערונגען גייען אן כאילו לא היה, איי איז דאס א דורכפאל.
אגרי
וואס האבעך געשריבן פאראיאר? אגרי??! בכלל נישט!! די טרעיד מלחמה איז געגאנגען דאס יאר אויף די העכסטע שטאפלען, ביז טשיינע איז געקומען צו לויפן אויף אלע פיר פיס אויסצוארבעטן א נייעם דיעל!
31- ער מאכט א דערקלערונג איבער ירושלים'ס הויפטשטאט, פארזיכערנדיג אז דאס וועט גאר העלפן שלום, אבער די פאלעסטינער בעקן ארויס און די געשפרעכן פאלן צוזאם, א דורכפאל.
דאס מיינט בכלל נישט קיין דורכפאל.
שוין גערוקט די אמבאסאדאר אויך, און... עולם כמנהגו נוהג... די פאלעסטינער זענען נאך ביזדערווייל גרייט אז טראמפ זאל אויפוויקלען זיין שלום פלאן.
32- ער אינדארסירט "ביג לוטער" פאר די אלאבאמע סענאט נאמאנאציע אבער זיין "אייגענע פארטיי" שטימט פארן אנדערן קאנדידאט, א דורכפאל.
חזרה פון #4 - #22
33- זיין קאמפיין מענעדזשער, עדווייזער, און נאציאנאלע זיכערהייט אדווייזער ווערן ארעסטירט צוליב ליגענט זאגן איבער רוסישע קעלוזשען, א דורכפאל.
דאס איז גראדע נישט קיין דורכפאל, ווייל מ'האט זיי נישט אנגעקלאגט צוליב'ן קאנפערירן מיט די רוסן.
34- זיינע אפאראציעס אין נייזשיר און אין תימן פאלן דורך מיט פילע טויטע, א דורכפאל.
אגרי
35- ער פאמפעט מיט אן "AT&T" דעקלערונג איבער געבן באונעסעס, אבער א וואך דערויף מעלדן זיי דאס עלימינירונג פון 1000+ זשאבס, א דורכפאל.
דיסאגרי, עס איז א דערגרייכונג, 1,000 דזאבס איז ווייניגער ווי א פערטל פערצענט פון די AT&T ארבעט קראפט.
36- מאכט א דיעל מיט "קעריער" מיט שטייערצאלער געלטער, אבער א יאר דערויף זענען רוב זשאבס אנטרינען, א דורכפאל.
הייסט נישט דורכפאל
37- מאכט א דיעל מיט "קאמקאן" צו אינוועסטירן 3 בליאן פאר 13,000 זשאבס אבער עטליכע חדשים דערויף שפרינגט די פרייז טעג צו 4 אהאלב ביליאן אבער די צאל ארבייטער שרינקט צו 10,000, א דורכפאל.
חזרה פון #36
38- ער איז אין אמט שוין א יאר צייט אבער זיין פארגייער פרעזידענט אבאמא קריגט גאר דעם טיטל "מערסט געשעצטע מענטש אין די פאראייניגטע שטאטן", א דורכפאל.
שטויות
39- ער שליסט א דיעל מיט דעמאקראטן איבער דאק"א אבער ער מוז ארויסבעקן נאך רעפובליקען בעקלעש, א דורכפאל.
אגרי
40- ער שליסט די אבאמאקעיר אדווערטייזינג קאמפיין, שטעלט אפ באצאלוגען פאר די אינשורענס פירמעס, שניידט די איינשרייבונגס צייט אין האלב, אבער צו אלעמענס וואונדער שליסט זיך די איינשרייבונגס תקופה מיט די זעלבע צאל סיינאפס ווי פאריאר, א דורכפאל. דאס הייסט נישט קיין דורפאל.
פאריאר איז עס אביסעלע געפאלן, און היי יאר איז עס געפאלן נאך מער, אבער לכאורה ווייט נישט גענוג צו אנרופן סוקסעס.
לעצט פארראכטן דורך פאראינטערסירט אום מאנטאג יאנואר 21, 2019 4:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
- ר' זעקל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11453
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
- לאקאציע: אונטערן זעקל
22- ער קאמפיינט העפטיג פארן אלאבאמע סענאט זיץ מיט טוויטס,ראבאו קאולס, און ריזיגע ראליס אבער דער דעמאקראט ציהט ארויס א שטוינענדע זיג אין דעם פעפער רויטן סטעיט, א שאקינג דורכפאל. אגרי 100% אבער עס איז חזרה פון #4
היינט איז שוין באקאנט אז ס'איז געשען דורך א נידריגע אקט פין די דעמעקראטען ציצושטעלען פאלשע נייעס ווי כאילו די רוסן העלפען אים.
היינט איז שוין באקאנט אז ס'איז געשען דורך א נידריגע אקט פין די דעמעקראטען ציצושטעלען פאלשע נייעס ווי כאילו די רוסן העלפען אים.
ר' זעקל, לאמיר אייך געבן א פיצי שיעור אין פאליטיק.
אין 2016 איז יעדער געווען סטאנד מיט טראמפ'ס זיג, און עס הייסט א מעכטיגע געווינס, פארוואס? ער האט דאך קוים אויסקעוועטשט א זיג אין דריי סטעיטס מיט די הילף פון קאומי'ס מעלדן א אויספארשונג 11 טעג פאר די וואלן, און מיט רוסלאנד אינטערווענשען? *
נאר וואס דען, דאס אליינס אז די פארמעסט אין די שטאטן איז בכלל געווען נאנט, אט דאס איז געווען טראמפ'ס מעכטיגע נצחון, און.... ער האט למעשה געוינען די שמאלע פארמעסט וועגן די פאקטארן הנזכרים לעיל.
וכן ב'אלאבאמע להיפך.
*אויב מען האלט אז די רוסישע סטייל טאקטיקן האבן געארבעט אין אלאבאמע, וואס איז בלויז געווען אויף אסאך א קלענערע פארנעם ווי 2016, און דזשאונס האט געווינען אין אלאבאמע צוויי מאל אזוי שטארק ווי טראמפ די דריי סטעיטס, און דאך האלט מען אז בלויז וועגן די טאקטיקן האט דזשאונס געווינען, איז א כל שכן אז טראמפ האט בלויז געווינען די דריי סטעיטס וועגן רוסלאנד, דאס איז חוץ פון די קאומי פעקטאר, וואס איז ביי מיר א ודאי אז ווען נישט געווינט קלינטאן.
אין 2016 איז יעדער געווען סטאנד מיט טראמפ'ס זיג, און עס הייסט א מעכטיגע געווינס, פארוואס? ער האט דאך קוים אויסקעוועטשט א זיג אין דריי סטעיטס מיט די הילף פון קאומי'ס מעלדן א אויספארשונג 11 טעג פאר די וואלן, און מיט רוסלאנד אינטערווענשען? *
נאר וואס דען, דאס אליינס אז די פארמעסט אין די שטאטן איז בכלל געווען נאנט, אט דאס איז געווען טראמפ'ס מעכטיגע נצחון, און.... ער האט למעשה געוינען די שמאלע פארמעסט וועגן די פאקטארן הנזכרים לעיל.
וכן ב'אלאבאמע להיפך.
*אויב מען האלט אז די רוסישע סטייל טאקטיקן האבן געארבעט אין אלאבאמע, וואס איז בלויז געווען אויף אסאך א קלענערע פארנעם ווי 2016, און דזשאונס האט געווינען אין אלאבאמע צוויי מאל אזוי שטארק ווי טראמפ די דריי סטעיטס, און דאך האלט מען אז בלויז וועגן די טאקטיקן האט דזשאונס געווינען, איז א כל שכן אז טראמפ האט בלויז געווינען די דריי סטעיטס וועגן רוסלאנד, דאס איז חוץ פון די קאומי פעקטאר, וואס איז ביי מיר א ודאי אז ווען נישט געווינט קלינטאן.
צל עובר האט געשריבן:ר' זעקל, לאמיר אייך געבן א פיצי שיעור אין פאליטיק.
אין 2016 איז יעדער געווען סטאנד מיט טראמפ'ס זיג, און עס הייסט א מעכטיגע געווינס, פארוואס? ער האט דאך קוים אויסקעוועטשט א זיג אין דריי סטעיטס מיט די הילף פון קאומי'ס מעלדן א אויספארשונג 11 טעג פאר די וואלן, און מיט רוסלאנד אינטערווענשען? *
נאר וואס דען, דאס אליינס אז די פארמעסט אין די שטאטן איז בכלל געווען נאנט, אט דאס איז געווען טראמפ'ס מעכטיגע נצחון, און.... ער האט למעשה געוינען די שמאלע פארמעסט וועגן די פאקטארן הנזכרים לעיל.
וכן ב'אלאבאמע להיפך.
*אויב מען האלט אז די רוסישע סטייל טאקטיקן האבן געארבעט אין אלאבאמע, וואס איז בלויז געווען אויף אסאך א קלענערע פארנעם ווי 2016, און דזשאונס האט געווינען אין אלאבאמע צוויי מאל אזוי שטארק ווי טראמפ די דריי סטעיטס, און דאך האלט מען אז בלויז וועגן די טאקטיקן האט דזשאונס געווינען, איז א כל שכן אז טראמפ האט בלויז געווינען די דריי סטעיטס וועגן רוסלאנד, דאס איז חוץ פון די קאומי פעקטאר, וואס איז ביי מיר א ודאי אז ווען נישט געווינט קלינטאן.
אפשר איז אין 2016 אױך נאר געװען רוסישע סטייל טאקטיקן אין עכט האבן עס די דעיקראטען אינטערגעשטעלט אין 2016 די זעלבע װי זײ האבן געטאהן אין אלאבאמע?
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד
שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
די פוינט איז דאכציך אירעלעווענט לגבי ר' @זעקל'ס תגובה. און לגבי וואס איך האב געוואלט ארויסברענגן.
אין קורצן מיין פוינט, די קונץ - פון טראמפ אין די דריי שטאטן און נאך מער דזשאונס אין אלאבאמע - איז נישט אזוי ווייט די אויסגעקוועטשטע זיג, נאר די עצם מציאות אז עס איז געווען טייט בכלל.
ממילא קומט אויס אז לגבי די קונצן איז אירעלעווענט וואס האט זיי געברענגט אריבער די טאפ.
אין קורצן מיין פוינט, די קונץ - פון טראמפ אין די דריי שטאטן און נאך מער דזשאונס אין אלאבאמע - איז נישט אזוי ווייט די אויסגעקוועטשטע זיג, נאר די עצם מציאות אז עס איז געווען טייט בכלל.
ממילא קומט אויס אז לגבי די קונצן איז אירעלעווענט וואס האט זיי געברענגט אריבער די טאפ.