נס חנוכה תשע"ח: ר' שלום מרדכי בן רבקה רובאשקין באפרייט ב"ה!

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 5:59 pm

בוידעם האט געשריבן:וואוו!!! ברוך הטוב והמטיב!

קידאס מיסטער פרעזידענט.

ומי יודע אם לעת כזאת הגעת למלכות..

cha cha
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 21, 2012 2:10 pm

תגובהדורך cha cha » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 6:00 pm

יענקעלע האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:אלע מעינסטרים נעטווארקס

דערווייל אין ערגעץ נישט


https://www.desmoinesregister.com/story ... 971291001/

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1398
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 6:00 pm

ועל בשורות הטובות אומר ברוך הטוב והמטיב! העטס אפף צו מיסטער טראמפ יר"ה פארן טוהן דעם ריכטיגן שריט!

מיט א יאר צוריק האבן מיר קליינע מוחות נישט פארשטאנען פארוואס און ווי אזוי אן אומקאנוואנציאלער פיגור איז אנגעקומען צום אוועל אפיס. זאת חנוכה תשע"ח איז אלעס קלאר געווארן--ומי יודע אם לעת כזאת הגעת למלכות!

ברוך מתיר אסורים!

רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 6:00 pm

יענקעלע האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:אלע מעינסטרים נעטווארקס

דערווייל אין ערגעץ נישט

ABC באריכטעט עס שוין א שיינע פאר מינוט צוריק, און די דע-מוין רעדזשיסטער באריכט עס אויך.
אויף די ווייסע הויז סייט איז עס אויך דא.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.

שטאטסמאן
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2016 7:01 pm

תגובהדורך שטאטסמאן » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 6:01 pm

מזל טוב!

איך מיין אז ס'האט עפעס מיט די ראושען קאלוזשען. ווייל חב"ד קומט אריגינעל פין רוסלאנד(אזוי מיינעך, פארעכטס מיך אויב איך בין נישט גערעכט) און ר' בערל לאזאר איז גוט מיט פוטין. מ'וועט ברויכן רעדן מיט מוללער אז ער זאל דאס אויך אויספארשטן.
אויב האסטו גארנישט צו פארלירן, קענסטו נאר געווינען!

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 6:01 pm

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!

די כח פון יודישע תפילות!!!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 6:01 pm

נישטא קיין ווערטער!!!

יישר כח הייליגער באשעפער!!! יישר כח טייערע אידן וואס האבן געזאגט תהלים!!! יישר כח חשוב'ע עסקנים!!!

און יישר כח דער גוטער שליח דאנעלד דזשעי טראמפ! טוסט דיין שליחות זייער גוט!!!

עס לאזט זיך נישט גלייבן ווי שטארק איין איד איז פרייליך מיט א פרעמדע איד'ס באפרייאונג!!! מי כעמך ישראל!!!
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

אוועטאר
לעמעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

תגובהדורך לעמעלע » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 6:02 pm

צוגעלייגטע
rubashkin.JPG
rubashkin.JPG (214.44 KiB) געזעהן 1205 מאל
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם

אוועטאר
פרעזידענט
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 6:02 pm

מזל טוב רבי שלום מרדכי
מזל טוב רבי פנחס ליפשיץ
מזל טוב רבי שמעון ראלניצקי
מזל טוב הרב רבי לייביש ליש וכל תלמידיו, ביטע ווייטער אנהאלטען קול שלום מרדכי
מזל טוב קול מבשר
מזל טוב כלל ישראל

עס איז א שטאלץ היינט צו טארגן דעם טיטל פרעזידענט!
יעדער מענטש דארף זיין פרעזידענט אויף זיך אליין

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2362
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 6:02 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:ריקודים יעצט אין 770
קען איינער ברענגען?


http://www.770live.com/En770/770live.asp?lang=1

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 6:03 pm

חסדי ה' כי לא תמנו, כי לא כלו רחמיו"

נאך לאנגע יארן, וואס רבי שלם מרדכי שליט"א האט מקדש שם שמים געווען מיט זיין פעלזן פעסטע אמונה וביטחון, האט דער רבש"ע געוויזן אז ברוך הגבר אשר יבטח בה'!!!

אומגלויבליך! איך קענישט פאוסטען מיין תגובה, יעדער מינוט קומט א נייע תגובה, כאטש איין תגובה איז אריין געקומען אין די אשכול, ווילסט זעהן יענעמ'ס איידער דו האקסט אריין.

shalsheles
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 6:03 pm

א שטויס פאר ריכטערין ריעד...
שטייט אין בני יששכר אז חנוכה איז מסוגל אויף נצחון אין די שונאים

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 6:04 pm

אויבער-חכם האט געשריבן:אין סטאלין יעצט

כ'טאנץ מיט, לעבעדיג....
ר' שלום מרדכי האט געוויס א גרויסן זכות!! שנתקדש שם שמים על ידו!!
בימים ההם בזמן הזה!!

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7593
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 6:05 pm

אויבער-חכם האט געשריבן:אין סטאלין יעצט

שוין אנגעגרייט א סעודה, אויפגעגעסן, און מ'טאנצט שוין? כמעט אזוי געשיקט ווי פרעזידענט טראמפ.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11995
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 6:06 pm

קדוש ונורא האט געשריבן:MORE: Wife of R' Shalom Mordechai Rubashkin is on her way to Ottisville Prison to pick him up; he's waiting for paperwork.

מיין ווייב זאגט מיר אז ר' שלום מרדכי'ס ווייב פיל מיט אמונה און בטחון האט געהאט גרייט שוין א לאנגע צייט א רענצעל מיט זיינע וועש; גרייט צו לויפען ווען דער ישועה וועט קומען.

מי כעמך ישראל!
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום מיטוואך דעצמבער 20, 2017 6:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2376
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 6:07 pm

.
צוגעלייגטע
WhatsApp Image 2017-12-20 at 6.04.03 PM (1).jpeg
WhatsApp Image 2017-12-20 at 6.04.03 PM (1).jpeg (23.52 KiB) געזעהן 1247 מאל
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19729
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 6:07 pm

ברוך הגבר אשר יבטח בה'!

והבוטח בה' חסד יסובבנו.

כי הוא אמר ויהי הוא צוה ויעמוד.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1299
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 6:08 pm

ר' שלום מרדכי !!
די וועסט אריינגיין אין די אידישע היסטאריע פון בלבולים אזוי ווי די ביילוס פרשה וכדו'

אבער בעיקר וועט אריינגיין אין די היסטאריע, דיין פעלזן אמונה וואס האט אינסעפערירט טויזענטער אידן איבער די גארער וועלט


הצלחה און מזל טוב צו דיין ניי-אלט לעבן.

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1428
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 6:09 pm

WOW
איך בין ספיטשלעס!

אין אנו מספיקים להודות לך ה' אלוקינו,

און אונז בעט מער אז אלע אחינו בנ"י יושבי חושך וצלמות זאלו שוין אויך זען זייער ישועה כהרף עין!

----
אין א סייד נאוט האב איך נצחון אין די רשענטע פון אהייא
זוכט איר דוי?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25359
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 6:10 pm

מזל טוב כלל ישראל, די הארץ רוישט, די געפילן קאכט, דער מח שטורעמט און די פינגער לאזט זיך שווער דרוקען.

מי מילל ומי פילל, ישועת ה' כהרף עין, אין כאלוקינו! א פארריקטער בר נש, אקעגן אלע ערווארטונגען, ווערט אויפאיינמאל דער פירער פון א מאכטפולער מדינה, ער באגייט גענוג נער'ישקייטן און אומפאפולערע שטיק, אזוי אז דאס זאל שוין פאררעכנט ווערן פון זיינע קלענסטע וואנזיניגקייטן, און נאר אזוי פירט הקב"ה זיין וועלטל פון אויבן מיט א צעל אז דער אומשולדיגער צדיק און ערליכער איד וועם גאנץ כלל ישראל האט קענען געלערנט, און גאנץ כלל ישראל האט באגלייט אין תפיסה, זאל ווערן באפרייט בעצם יום זאת חנוכה!

שעשה נסים לאבותינו בימים ההם - ובזמן הזה!

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 6:10 pm

טרערן פון התרגשות רינען פון מיינע אויגן.

סאם האו גיט עס מיר חיזוק א ליכטיגקייט אין די פונסטערע גלות.
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

תגובהדורך יענקעלע » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 6:11 pm

רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:ABC באריכטעט עס שוין א שיינע פאר מינוט צוריק

נאר אויף טוויטער
רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:די דע-מוין רעדזשיסטער באריכט עס אויך.

ווער איז דאס?
רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:אויף די ווייסע הויז סייט איז עס אויך דא.

וואו?

CNN

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 6:11 pm

מונאוויטש האט געשריבן:ועל בשורות הטובות אומר ברוך הטוב והמטיב! העטס אפף צו מיסטער טראמפ יר"ה פארן טוהן דעם ריכטיגן שריט!

מיט א יאר צוריק האבן מיר קליינע מוחות נישט פארשטאנען פארוואס און ווי אזוי אן אומקאנוואנציאלער פיגור איז אנגעקומען צום אוועל אפיס. זאת חנוכה תשע"ח איז אלעס קלאר געווארן--ומי יודע אם לעת כזאת הגעת למלכות!

ברוך מתיר אסורים!

זיך דערמאנט פונעם באקאנטען רמב"ם וואס שרייבט (בערך) אז אמאל בויעט אויף א גאנצען פאלאץ, אז יארן שפעטער וועט א חסיד אמאל אריבערגיין, און זיך קענען באשיצן פון די רעגן.

האט זיך אלעס געלוינט.

(גראדע דערמאן איך פון געוויסע דא וואס האבן נאכגעפלאפעלט די מידיא אז טראמפ איז גאר אן אנטיסעמיט... דא האסטו. און דוקא אבאמא, וואס האט געפארדענט טויזענטער, האט אבער נישט זיך געקענט ברענגען צו העלפן א איד על אף וואס עס איז גווען ברייטע אומפארטייאישע שטיצע פאר דעם).

וואטעווער, חסדי ה' כי לא תמנו. אין אן אויסערארדנטליכע שריט מעלדט דאס קול מבשר גלייך ווען מען רופט אריין בעפאר אלע עדס.

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5819
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 6:12 pm

<:>P{ <:>P{ <:>P{ <:>P{
מזל טוב מזל טוב!!!!
האט דאס אפשר מיטן עלימינירן אלטע פעדעראלע רעגעלוציעס? ממילא הוברר הדבר למפרע אז ער איז נישט שולדיג מיט גארנישט?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3192
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 6:12 pm

cha cha האט געשריבן:
יענקעלע האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:אלע מעינסטרים נעטווארקס

דערווייל אין ערגעץ נישט


https://www.desmoinesregister.com/story ... 971291001/

וואס ברויכסטע מער ווי די ווייסע הויז וועבזייטל אליין,


מזל טוב!!!!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: police, rogers, אבן יקרה, דריידל, וויכטיג מאכער, ידעתי, כאפצעם, מה ידידות, משה11, משהלע, נודניק, שטיל און 71 געסט