פאטאלער פייער רח"ל אין פלעטבוש

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובה דורך פעיק ניוז »

גרויסע-גדולה האט געשריבן:די ווערטער שמעקן פון מלעיג. בעיקר די ווערטער ''בני תבל''.

אויב איינער פרעגט אן אויב עס איז פארהאן אזא קפידא, ווייל ער האט קיינמאל געהערט אזאנס; איז אקעי.
ווען איינער פרעגט אז כן נהוג אצל כמה בני ישראל, כולל גדולים וטובים ; איז אקעי.
אבער ווען איינער פרעגט ''כן נהוג אצל כל בני תבל '' זעט דאס אויס ער שטעלט מנהגי יושבי תבל אלץ א מקור פאר זיינע מנהגים


פיינער שמעקער דאס :?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

מ'קען שוין טוישן דעם קעפל
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19657
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

תגובה דורך moishy56 »

1]
ווען די ווייסט אז די גייסט צו א מסיבה נאכן צינדען, לייג נאר אביסל אויל.
ס'זאל ברענען נאר א האלבע שעה.

2]
אויב די גייסט שלאפן 11.30pm, לייג נישט צופיל אויל. כדי עס זאל זיך אויסלעשן ארום 11pm.

.
אטעטשמענטס
menorah fire.JPG
menorah fire.JPG (107.53 KiB) געזען 3796 מאל
לעצט פארראכטן דורך moishy56 אום דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 4:46 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובה דורך יוראפ »

דע מה שתשיב האט געשריבן:איך בין סתם נייגעריג, מ'האט גערעדט דא וועגן א קא-אינצידענט, אז ביידע פייערן האבן עפעס א שייכות, און איך זע אז ס'איז אראפגענומען געווארן. איז דא א אשכול וואו מען קען אנפרעגן ביי די הנהלה א סיבה פארוואס למשל דאס האט געדארפט אויסגעמעקט ווערן? תורה היא וללמוד אני צריך.

גראדע הרב ששון שליט"א רעדט נעכטן נאכט אויף ק"מ וועגן די ביידע ר"ח'ס און וועגן די זעלבע קריאה...
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובה דורך לא לנו »

יוראפ האט געשריבן:
דע מה שתשיב האט געשריבן:איך בין סתם נייגעריג, מ'האט גערעדט דא וועגן א קא-אינצידענט, אז ביידע פייערן האבן עפעס א שייכות, און איך זע אז ס'איז אראפגענומען געווארן. איז דא א אשכול וואו מען קען אנפרעגן ביי די הנהלה א סיבה פארוואס למשל דאס האט געדארפט אויסגעמעקט ווערן? תורה היא וללמוד אני צריך.

גראדע הרב ששון שליט"א רעדט נעכטן נאכט אויף ק"מ וועגן די ביידע ר"ח'ס און וועגן די זעלבע קריאה...

אויך שטארקע שייכות, חנוכה איז פארטיג געווארן משכן וואס איז נתחנך געווארן ר"ח ניסן, נס חנוכה איז א באצאלונג
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובה דורך נו וואדע »

סיז אינטערעסאנט צו באמערקן אז אין ספר אלף כתב פונעם ווערבויער רב ז"ל ברענגט ער דארט אז סיז מקובל פונעם הייליגן חת"ס זי"ע אז ער האט געזאגט אז א יאר וואס יוה"ק געפאלן אום שבת איז דא גאר אסאך שריפות מער אווי א געווענטליכע יאר

און ער ענדיגט צו דארט "וממש בדוק ומנוסה הוא"
והוא פלא
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3968
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובה דורך Haklal »

אז די אשכול איז עניוועי שוין פארפארן ווי אזוי בארואיגט מען קינדער וועגן אזעלכע פייער מעשיות ספעציעל ששון מעשה וואס מען האט נישט גארנישט געקענט מער פארזיכטיג זיין?
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19657
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

תגובה דורך moishy56 »

די לוויה אין א״י
איז היינט מיטוואך צופרי
אטעטשמענטס
levaya in israel wednesday.JPG
levaya in israel wednesday.JPG (73.35 KiB) געזען 3309 מאל
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19657
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

תגובה דורך moishy56 »

moishy56 האט געשריבן:די לוויה אין א״י
איז היינט מיטוואך צופרי

הר״ר גבריאל ששון
ביים לוויה אין א״י
היינט מיטוואך צופרי
אטעטשמענטס
levaya in israel....JPG
levaya in israel....JPG (65.54 KiB) געזען 3243 מאל
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובה דורך מחנך »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
בן ישראל האט געשריבן:וועלעכע סכנה? שוין יארן ב"ה וואס מען לעשט מיט די מויל און מיר זענען נישט געקומען קורב לחשש סכנה, וכן נהוג אצל כל בני תבל.

אויסבלאזן מיטן מויל ווערט געברענגט (וויל זוכן שפעטער וואו בל"נ) אז עס איז א סכנה.

_____

כל בו (סימן קיח) שהמכבה את הנר בפיו, הרי זה נכפה.


בראשית חכמה (חופת אליהו רבה) כתב:
ג' דברים העושה אותן דמו בראשו, ואלו הן וכו' והמכבה נר בפיו, מפני שנכפה (ה' ישמרנו ויצילנו)
sholom88
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2008 6:11 pm

תגובה דורך sholom88 »

מחנך האט געשריבן:בראשית חכמה (חופת אליהו רבה) כתב:
ג' דברים העושה אותן דמו בראשו, ואלו הן וכו' והמכבה נר בפיו, מפני שנכפה (ה' ישמרנו ויצילנו)

געווענליך מיש איך זיך נישט אריין ווען די תלמודי חכמים רעדן דא, אבער עס איז מיר פונקט אויסגעקומען צו זעהן פון דער בעל כף החיים (יו"ד סימן קטז', אות קטו') בשם הזבחי צדק, שבערב שבת נוהגות לכבות את הנרות בפיהם ושומר מצווה לא ידע דבר רע.
טייטל
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

תגובה דורך טייטל »

גרויסע-גדולה האט געשריבן:
בן ישראל האט געשריבן:וועלעכע סכנה? שוין יארן ב"ה וואס מען לעשט מיט די מויל און מיר זענען נישט געקומען קורב לחשש סכנה, וכן נהוג אצל כל בני תבל.

די ווערטער שמעקן פון מלעיג. בעיקר די ווערטער ''בני תבל''.

אויב איינער פרעגט אן אויב עס איז פארהאן אזא קפידא, ווייל ער האט קיינמאל געהערט אזאנס; איז אקעי.
ווען איינער פרעגט אז כן נהוג אצל כמה בני ישראל, כולל גדולים וטובים ; איז אקעי.
אבער ווען איינער פרעגט ''כן נהוג אצל כל בני תבל '' זעט דאס אויס ער שטעלט מנהגי יושבי תבל אלץ א מקור פאר זיינע מנהגים

גענוג! מען דארף נישט אזוי מדייק זיין אין די לשונות וואס מענטשן שרייבן דא פון הארבל ארויס!

(איך עכ"פ שרייב דא נאר פון הארבל ארויס, עס איז דא איינער וואס שרייבט דא נאך שוקל זיין בכובד ראש יעדע אות ותג וואס ווערט געקלאפט אויפן קיבארד??? אתמהה)
גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

ביזט גערעכט
mi a nagy ügy
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובה דורך אויפריכטיג »

נו וואדע האט געשריבן:סיז אינטערעסאנט צו באמערקן אז אין ספר אלף כתב פונעם ווערבויער רב ז"ל ברענגט ער דארט אז סיז מקובל פונעם הייליגן חת"ס זי"ע אז ער האט געזאגט אז א יאר וואס יוה"ק געפאלן אום שבת איז דא גאר אסאך שריפות מער אווי א געווענטליכע יאר

און ער ענדיגט צו דארט "וממש בדוק ומנוסה הוא"
והוא פלא

יישר כח פאר'ן מראה מקום.
קאווליר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

חיזוק בריוו

תגובה דורך קאווליר »

susan.JPG
susan.JPG (120.88 KiB) געזען 2929 מאל
אלע אנטיסעמיטישע אטאקעס זענען די ציונים ימ"ש שולדיג
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובה דורך ישלהוסיף »

פעיק נוז האט געשריבן:
דונש האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:אפיקורסות?

מיר געכאפט א שוידער ווי איינער שרייבט אזוי גלייכגילטיג איבער אן ענין וואס איז שטארק אנגענומען ביי כלל ישראל, איך האב נישט געוואלט אריינגיין אין א פאלעמיק מיט אים,

איך בין אים דן לכף זכות אז ער איז פשוט אומוויסינד


רואיג! דארפסט נישט כאפן קיין שוידער, ס'איז דא זייער אסאך וואס בלאזן אויס לעכט, און מען דארף נישט זיין אומוויסנד דערצו.


דער מנהג איז צו זאגן 'פורים פסח פורים פסח' העכער די ליכט ווען מ'זאגט דעם פ"ה בדגוש לעשט זיך די ליכט, ליתר שאת לייג איך צו צי דעם לחש אויך 'פאפא'.
בדוק ומנוסה.
בן ישראל
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:43 pm

תגובה דורך בן ישראל »

עפעס גרידזשעט מיר אין די בריוו פון הרב ששון צו הרב אזאן.
כ'גלויב נישט אז ווייל ער האט מיטגעמאכט ענליכס (און נאך גרעסער) געבט אים עס דאס רעכט צו פארלייגן פאר הרב אזאן ווי אזוי ער זאל טרויערן אויף זיין פארליסט. אז הרב ששון האט געפינען כח און מוט זיך צו ספראווען, מיט זיין אומבאשרייבלעכע צער, דורך אהבה און זיך דערהויבן, מיינט נאך נישט אז עס מוז, און וועט, ארבעטן ביי הרב אזאן.
ליבערשט וואלט ער געברויכט שרייבן וועגן זיך, נעמליך, ווי אזוי ער האט זיך דערהויבן איבער זיין צער און אויב וועט הרב אזאן פיהלן ווי דאס וועט ארבעטן ביי אים מה טוב ומה נעים.
איך וואלט ענדערש געראטן הרב אזאן זיך צו ערלויבן צו שפירן און פיהלן וואס ער פיהלט, און פראצעסירין זיין צער און טרויער לויט ווי זיין נשמה און קערפער פארלאנגט נישט קיין חילוק ווי לאנג עס געדויערט.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובה דורך רצון טוב »

בן ישראל האט געשריבן:עפעס גרידזשעט מיר אין די בריוו פון הרב ששון צו הרב אזאן.
כ'גלויב נישט אז ווייל ער האט מיטגעמאכט ענליכס (און נאך גרעסער) געבט אים עס דאס רעכט צו פארלייגן פאר הרב אזאן ווי אזוי ער זאל טרויערן אויף זיין פארליסט. אז הרב ששון האט געפינען כח און מוט זיך צו ספראווען, מיט זיין אומבאשרייבלעכע צער, דורך אהבה און זיך דערהויבן, מיינט נאך נישט אז עס מוז, און וועט, ארבעטן ביי הרב אזאן.
ליבערשט וואלט ער געברויכט שרייבן וועגן זיך, נעמליך, ווי אזוי ער האט זיך דערהויבן איבער זיין צער און אויב וועט הרב אזאן פיהלן ווי דאס וועט ארבעטן ביי אים מה טוב ומה נעים.
איך וואלט ענדערש געראטן הרב אזאן זיך צו ערלויבן צו שפירן און פיהלן וואס ער פיהלט, און פראצעסירין זיין צער און טרויער לויט ווי זיין נשמה און קערפער פארלאנגט נישט קיין חילוק ווי לאנג עס געדויערט.


די בריוו איז געשריבן צו אונז
צו אונז שרייבט ער זייער שטארק
אוועטאר
דוקטור
שר האלף
תגובות: 1106
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2008 7:27 am

תגובה דורך דוקטור »

די מצב פין שילת אהובה בת עליזה איז געווארען קריטיש.

זייטס מתפלל
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובה דורך דריידל »

כ'האב געזעהן אויפ'ן דעקל פון "די צייטונג". אז אן עצרת רבבות איז געפלאנט.

ווייסט איינער וואס, ווען, ווי?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

תגובה דורך מצלמה »

רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:ענדערש מאך קורצערע קנויטן, וואס זאלן נישט ליגן אזוי טיף אינעם אויל, אז עס זאל זיך אויסלעשן פריער.
עיין בכל הפוסקים ובכל הספרים, ואם תמצא אף אחד שאומר שיש ענין בזה שידלק המנורה שעות ארוכות, אכיר לך טובה.

מובא בכמה פוסקי זמנינו שיש ענין בזה כיום שהולכין בשוק עד שעות מאוחרות, וכן למדליק בתוך הבית במקום שאין נראה לבני רה''ר עדיין הב''ב ערים כמה שעות (איה''נ ביז צופרי איז לכאורה נישט קיין ענין).
וכן ראיתי בכמה מקומות (איני זוכר איפה) שהרה''ק מסאטמאר רצה שידלק לזמן רב, ושינה הכוסיות שעל המנורה לגדולים ביותר מהאי טעמא. (וכמדומה נהג כן הרה''ק נבריסק זי''ע)


ביי מרן הק' מסאקמיר זי"ע האט מען געלייגט וואסער אינעם אויל-האלטער. מ'האט נישט אנגעפילט דאס גלאז מיט אויל.

נישט ריכטיג אז ער האט געוואלט ס'זאל ברענען לאנג. לא הקפיד על זה.
נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:45 pm

תגובה דורך נעכטיגן טאג »

רצון טוב האט געשריבן:
בן ישראל האט געשריבן:עפעס גרידזשעט מיר אין די בריוו פון הרב ששון צו הרב אזאן.
כ'גלויב נישט אז ווייל ער האט מיטגעמאכט ענליכס (און נאך גרעסער) געבט אים עס דאס רעכט צו פארלייגן פאר הרב אזאן ווי אזוי ער זאל טרויערן אויף זיין פארליסט. אז הרב ששון האט געפינען כח און מוט זיך צו ספראווען, מיט זיין אומבאשרייבלעכע צער, דורך אהבה און זיך דערהויבן, מיינט נאך נישט אז עס מוז, און וועט, ארבעטן ביי הרב אזאן.
ליבערשט וואלט ער געברויכט שרייבן וועגן זיך, נעמליך, ווי אזוי ער האט זיך דערהויבן איבער זיין צער און אויב וועט הרב אזאן פיהלן ווי דאס וועט ארבעטן ביי אים מה טוב ומה נעים.
איך וואלט ענדערש געראטן הרב אזאן זיך צו ערלויבן צו שפירן און פיהלן וואס ער פיהלט, און פראצעסירין זיין צער און טרויער לויט ווי זיין נשמה און קערפער פארלאנגט נישט קיין חילוק ווי לאנג עס געדויערט.


די בריוו איז געשריבן צו אונז
צו אונז שרייבט ער זייער שטארק

ווען איך בין - לא עליכם - אריבער א שווערעקייט, און אידן רחמנים בני רחמנים האבן פרובירט מחזק צו זיין, דער אויבערשטער זאל יעדן באצאלן פאר זייער גוטע ווילן, אבער אסאך האבן גערעדט שטותים און פון זייערע ווערטער האט זיך געהערט אז זיי ווילן גאר זיך מחזק זיין...

ווען עס איז אבער געקומען איינער וואס איז אריבער דאס זעלבע ווי איך, האט ער געקענט רעדן שטותים ביז איבערן קאפ, און עס האט למעשה געגעבן חיזוק, וויבאלד עס האט געגעבן די געפיהל אז ער פארשטייט מיך...
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

מצלמה האט געשריבן:
רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:ענדערש מאך קורצערע קנויטן, וואס זאלן נישט ליגן אזוי טיף אינעם אויל, אז עס זאל זיך אויסלעשן פריער.
עיין בכל הפוסקים ובכל הספרים, ואם תמצא אף אחד שאומר שיש ענין בזה שידלק המנורה שעות ארוכות, אכיר לך טובה.

מובא בכמה פוסקי זמנינו שיש ענין בזה כיום שהולכין בשוק עד שעות מאוחרות, וכן למדליק בתוך הבית במקום שאין נראה לבני רה''ר עדיין הב''ב ערים כמה שעות (איה''נ ביז צופרי איז לכאורה נישט קיין ענין).
וכן ראיתי בכמה מקומות (איני זוכר איפה) שהרה''ק מסאטמאר רצה שידלק לזמן רב, ושינה הכוסיות שעל המנורה לגדולים ביותר מהאי טעמא. (וכמדומה נהג כן הרה''ק נבריסק זי''ע)


ביי מרן הק' מסאקמיר זי"ע האט מען געלייגט וואסער אינעם אויל-האלטער. מ'האט נישט אנגעפילט דאס גלאז מיט אויל.

נישט ריכטיג אז ער האט געוואלט ס'זאל ברענען לאנג. לא הקפיד על זה.

איך געדענק נישט דעם רבי'ן סאו איך קען נישט זאגן זיכער, אבער כ'מיין אז אין זכר צדיק לברכה טענה'ט ער אז דער רבי האט זיך אפגערעדט אויף די קליינע גלעזלעך פון די מנורה אין אמעריקע און האט ספעציעל געהייסן ארויפשמעלצן גרעסערע.

#נישט קיין ראי' אויף גארנישט...
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובה דורך שואלכענין »

די קליינע גלעזלעך, האט דער רבי מורא געהאט, אז שבת חנוכה ברענען זיי נישט גענוג לאנג.

לגבי לייגן ווייניגער שמן (אנשטאט קורצע קנויטן), איז עס נישט אזוי לכתחילה'דיג, ווייל עס מאכט די פייער ברענען קלענער, משא"כ ווען די שמן איז גלייך אונטער די שלהבת, ברענט עס גרעסער און שענער.

לגבי לייגן וואסער פון אונטן, דארף מען וויסן וויאזוי עס צו מאכן, ווייל די וואסער באבלס אין די שמן מאכט די ליכט צאנקען אדער זיך אפילו פארלעשן.

דעריבער, איז לכאורה די בעסטע וועג, (ווי אני הקטן טו), אז איך פול אן די גאנצע מיט שמן, און איך מאך קורצע קנויטן, און עס ברענט בערך א שעה אדער צוויי לכל היותר, חוץ שבת חנוכה מאך איך לענגערע קנויטן.

לויט דעם בלייבט איבער אלץ שמן אין די מנורה. דעריבער איז גוט זיך מתנה צו זיין בפירוש אז מען איז זיך נישט מקצה פון די שמן (עס פעלט אפילו נישט אויס מעיקר הלכה מתנה צו זיין אויף די איבריגע שמן, נאר אויב א ליכט לעשט זיך אויס בתוך החצי שעה), און נאך חנוכה ציט מען ארויס די שמן פון די מנורה מיט א סיירינזש, און מען לייגט עס אין א כלי, און מען נוצט עס א היבשע פאר וואכן אינעם אויל לייכטער פאר הדלקת הנרות לכבוד שב"ק.
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובה דורך מחנך »

sholom88 האט געשריבן:
מחנך האט געשריבן:בראשית חכמה (חופת אליהו רבה) כתב:
ג' דברים העושה אותן דמו בראשו, ואלו הן וכו' והמכבה נר בפיו, מפני שנכפה (ה' ישמרנו ויצילנו)

געווענליך מיש איך זיך נישט אריין ווען די תלמודי חכמים רעדן דא, אבער עס איז מיר פונקט אויסגעקומען צו זעהן פון דער בעל כף החיים (יו"ד סימן קטז', אות קטו') בשם הזבחי צדק, שבערב שבת נוהגות לכבות את הנרות בפיהם ושומר מצווה לא ידע דבר רע.


דער כף החיים רעדט דייקא וועגן ערב שבת, וועגן הלכה פראבלעמען, ווי ער לייגט צו אז שומר מצוה לא ידע דבר רע.
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”