בלאט 1 פון 4

עפפ פאר נסיעות צו מקומות הק' - "נסיעה טובה"

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 4:58 pm
דורך שטייט
מיט פרייד האט מען פאריגע וואך אויפגענומען די בשורה טובה אז ס'איז ענדליך ארויסגעקומען א נייע עפפ "נסיעה טובה" וואס ענהאלט אין זיך די אדרעסן און נומערן פון הונדערטע מקומות הקדושים אין אייראפע.

די אלע וואס פארן נאר ארום אויף די פלעצער ווייסן אז מ'האלט זיך אין איין אנשטויסן מיט שוועריקייטן, אמאל טרעפט מען נישט קיין בית החיים און אז שוין יא האט מען נישט קיין נומבער פון די שומר, צו זאל עס זיין הכנסת אורחים, מקוה, אדער וואו מ'קען עסן צו סיי וואס.

ס'איז געווען אסאך מענטשן וואס האבן צוגעשטעלט אינפארמאציע צו ר' ישראל מאיר גבאי אדער אנדערע, אסאך וועבזייטלעך מיט אינפארמאציע, דא אויפן וועלטל איז אויך דא אסאך אינפארמאציע געברענגט דורך חברים, אבער ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין געהעריגע דעטא בעיס מיט ממש אלעס.

אבער יעצט ווען ס'איז ארויסגעקומען די נייע עפפ וואס האט אין זיך שווערע הונדערטע בתי חיים ועוד ידם נטיעה, איז א פרייד אנטשטאנען ביי יעדעם איינעם בכל קצבי תבל און בפרט ביי די אלע נוסעים צו מקומות הקדושים.

דא קענט איר א בליק טוהן און דאונלאודן די נייע עפפ https://www.nesiyatova.com

זאל די אויבערשטער זיי שיקן ברכה והצלחה, אויב האט איהר אינפארמאציע וואס פעלט נאך קענט איהר אריינשיקן צו זייער אנגעגעבנע אימעיל אדרעס אויפ'ן סייט.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 10:10 pm
דורך קאווע באנדל
געוואלדיג געוואלדיג! יעצט דאונלאודעד און פארברענגט אויפן עפפ.
יישר כח פארן ברענגען!

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 10:16 pm
דורך אלי' מקוה יוד
אן אויבערפלעכליכן בליק אויפן סייט אליין, בעפארן זעהן דעם עפפ, קוקט אויס פיינע נייעס!

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 11:16 pm
דורך אויפריכטיג
די עפפ קוקט אויס גוט, אבער עס איז ממש ליידיג פון אינפארמאציע, וואס האט ער זיך געיאגט דאס ארויסצוגעבן איידער עס האט גענוג אינפארמאציע.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 11:17 pm
דורך רבי משה
אויפריכטיג האט געשריבן:די עפפ קוקט אויס גוט, אבער עס איז ממש ליידיג פון אינפארמאציע, וואס האט ער זיך געיאגט דאס ארויסצוגעבן איידער עס האט גענוג אינפארמאציע.

הה"ד די גלעזל איז האלב ליידיג....

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 11:25 pm
דורך שטייגען
אויפריכטיג האט געשריבן:די עפפ קוקט אויס גוט, אבער עס איז ממש ליידיג פון אינפארמאציע, וואס האט ער זיך געיאגט דאס ארויסצוגעבן איידער עס האט גענוג אינפארמאציע.

זייער ליידיג פון אינפארמעישן

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 11:28 pm
דורך איפה פייביש
בי מיר קומט אלעס ארויף coming soon און עס קראכט יעדע מאל איך טרי צו זיכן עפעס.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 11:31 pm
דורך קנאפער ידען
שטייגען האט געשריבן:
אויפריכטיג האט געשריבן:די עפפ קוקט אויס גוט, אבער עס איז ממש ליידיג פון אינפארמאציע, וואס האט ער זיך געיאגט דאס ארויסצוגעבן איידער עס האט גענוג אינפארמאציע.

זייער ליידיג פון אינפארמעישן

למעשה דער האט שוין דער גוגל מעפ און GPS פיילס פאר יארן און עס איז גארנישט געווארן ערענסט דערפון, סאו יעצט האט ער עס געמאכט פאר עפפ איז דא מער שאנס אז עס זאל זיך פארבעסערן.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 11:37 pm
דורך אמת לאמיתו
איפה פייביש האט געשריבן:בי מיר קומט אלעס ארויף coming soon און עס קראכט יעדע מאל איך טרי צו זיכן עפעס.



Got an email from the developer


It's a filter issue they are working on it
Hopefully will be solved tomorrow morning or afternoon

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 12:37 am
דורך שמש
עפעס א קאמפעטישן פאר yidmaps.com?

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 12:42 am
דורך תחשוב טוב
איפה פייביש האט געשריבן:בי מיר קומט אלעס ארויף coming soon און עס קראכט יעדע מאל איך טרי צו זיכן עפעס.

ביי מיר די זעלבע זאך געמיינט אפשר מיין פאון טויג נישט זאגסטו אז די האסט די זעלבע פראבלעים, וואס איז די סיבה דערפין?

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 3:27 am
דורך רבניש
א גוטער עפפ סיז נישט גענצליך ליידיג סיז יעצט בעיקר נאר אונגארן, נו דארף מען העלפן אנפילן די איבריגע אינפורמאציע סקען זיין א דבר השלם ודבר טוב מאוד

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 9:58 am
דורך שטייגען
רבניש האט געשריבן:א גוטער עפפ סיז נישט גענצליך ליידיג סיז יעצט בעיקר נאר אונגארן, נו דארף מען העלפן אנפילן די איבריגע אינפורמאציע סקען זיין א דבר השלם ודבר טוב מאוד

אז איהר רעדט פון אונגארן
אונגארן האט היינט צו טאגס 4 נייע הכנסת אורחים׳ס שטייט בכלל נישט, אפאר נייע מקוואות וואס שטייט נישט, אסאך בתי מדרשים וואס שטייען נישט,
רבי ליפא לויפער האט דאס אלע יארן געטון לשם מצווה אין האט נישט געזיכט צו מאכן געלד דערויף, ווען יא וואלט עס ווען אנדערשט אויסגעקוקט.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 10:33 am
דורך שטייט
רבניש האט געשריבן:א גוטער עפפ סיז נישט גענצליך ליידיג סיז יעצט בעיקר נאר אונגארן, נו דארף מען העלפן אנפילן די איבריגע אינפורמאציע סקען זיין א דבר השלם ודבר טוב מאוד


זייער גוט געזאגט, פאר די ערשטע מאל איז עס גוט, אוואדאי דארף נאך צוקומען אפדעיטס אז ס'זאל ווערן א דבר השלום, אבער די התחלה איז גוט.

אויב האט איינער אינפארמעישן, שיקט אריין ארויסצוהעלפן די כלל.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 11:23 am
דורך רבניש
שטייגען האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:א גוטער עפפ סיז נישט גענצליך ליידיג סיז יעצט בעיקר נאר אונגארן, נו דארף מען העלפן אנפילן די איבריגע אינפורמאציע סקען זיין א דבר השלם ודבר טוב מאוד

אז איהר רעדט פון אונגארן
אונגארן האט היינט צו טאגס 4 נייע הכנסת אורחים׳ס שטייט בכלל נישט, אפאר נייע מקוואות וואס שטייט נישט, אסאך בתי מדרשים וואס שטייען נישט,
רבי ליפא לויפער האט דאס אלע יארן געטון לשם מצווה אין האט נישט געזיכט צו מאכן געלד דערויף, ווען יא וואלט עס ווען אנדערשט אויסגעקוקט.

נו דער איד האט גענומען די מיה און ערצייגט א גוטן עפפ, יעצט נעם די מיה און שיק ארינטער די 4 הכנסת אורחים׳ס זאלן אידן הנאה האבן. ואני בתוכם

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 12:59 am
דורך נסיעה טובה עפפ
שלום עליכם אייך

ראשית שכוח פארן פותח האשכול

אזוי ווי עטליכע האבן שוין דא ערווענט, ר' ליפא לויפער וחביריו די גרינדערס פון די נסיעה טובה גרופ זענען עוסק אין דעם ענין שוין פאר די לעצטע 10 יאר לשם מצוה שלא על מנת לקבל פרס, סיי פריוואט מיטן הילף פאר יעדען יחיד, און בכלליות מיטן צושטעלען פארן כלל א וועג צו פארן צו מקומות הקדושים וואס טויזענטער מענטשען האבן הנאה דערפון, פון אנהויב איז געווען די GPS שפעטער maps me מעפ

נאך איבער א יאר ארבעט האט די גרופא ברוב חסדי הוי' ערמעגליכט אן עפפ וואס איז צוגעשטעלט אויף א הויעכע סטאנדארד מיטן אסאך נייע options וואס ס'איז נישט שייך געווען ביז אהער

פארשטייט זיך ווייט פון א דבר השלם נאך, קודם האמיר ארויפגעלייגט די אינפא וואס ס'איז געווען ביז היינט (בעיקר בתי החיים) [לאו דוקא אונגארן אויך פולין, רוסלאנד, ארץ ישראל וכו], ועוד ידינו נטי' צו אנפולן דעם חלל מיט צדיקים, בתי מדרשים, עירפארטס, דרייווערס און אלעס אין דעם ענין, און מיר קוקן ארויס אויפן הילף פונעם עולם
די אדרעסס ווי צו שיקען אינפא איז [email protected]
פאר עני developing issue contact [email protected]

זאלן מיר פועל'ן אלעס גוטס און עס זאל זיין לזכות פאר די וואס זענען מזכה הרבים

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 1:05 am
דורך נסיעה טובה עפפ
מיר האבן געהאט א אישו מיט פאונס וואס האבן א פילטער
ב"ה מיר האבן יעצט ארויפגעלייגט אויפן פלעי סטאר א update וואס דארף האפעטנליך צו סאלווען דעם פראבלעם

אויב ווייסט איר פון עני פראבלעם זייט אונז מודיע

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 1:18 am
דורך קנאפער ידען
א דאנק פארן עפפ!

איך וואלט מייעץ געווען אז דער בילד ווען עטץ האטס נישט קיין אנדערע בילד פונעם מציבה/ביה"ח זאל נישט זיין דער איין בילד פון א ביה"ח נאר עפעס מער פאלש מען זאל זען אז עס האט נאכנישט קיין בילד.

אויך וואלט געווען פול גרינגער (צו שיקן טעותים אדער בילדער פון ספעציפישע מקומות) אויב עס איז ווען דו ביי יעדע ליסטינג א ריפארט/עדיט פאר יענער ספעציפישער ליסטינג וואס מען קען דארט גרינג סאבמיטן א סודזשעסטען פאר א טויש.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 1:39 am
דורך נסיעה טובה עפפ
קנאפער ידען האט געשריבן:איך וואלט מייעץ געווען אז דער בילד ווען עטץ האטס נישט קיין אנדערע בילד פונעם מציבה/ביה"ח זאל נישט זיין דער איין בילד פון א ביה"ח נאר עפעס מער פאלש מען זאל זען אז עס האט נאכנישט קיין בילד.


אזוי איז געווען אין פלאן מתחילה, פשוט ארויסגעפאלן

אויך וואלט געווען פול גרינגער (צו שיקן טעותים אדער בילדער פון ספעציפישע מקומות) אויב עס איז ווען דו ביי יעדע ליסטינג א ריפארט/עדיט פאר יענער ספעציפישער ליסטינג וואס מען קען דארט גרינג סאבמיטן א סודזשעסטען פאר א טויש.


שיינע איידיע, וועלמיר עס צולייגן צום ליסט

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 8:16 am
דורך רבי משה
איך וואלט מציע געוועהן - אויב סאיז שייך.
מזאל אריינלייגן אין my route די דעסטינאציעס ווי מוויל אלץ פארן, און דער עפפ זאל אויסרעכענען דעם וועג וויאזוי מזאל אויסשטעלן דעם טאג.
למשל מוועט אריינלייגן פעסט, אוהעל, ליזענסק, קאלוב, צאנז, קראקע, קערעסטיר.
וואס יעדער פארשטייט אז מען קען נישט פארן אויף דעי סדר, דער עפפ זאל געבן די פונקטליכע route פונעם ערשטען לאקאציע על ראשון ראשון.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 1:44 pm
דורך דער קוטשער
ר' משה איר האט שוין אויסגעטשעקט דער עפפ.?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 10:23 pm
דורך רבי משה
יא, איך האב נישט געטראפן אזא אפציע, אדרבה ווייזט מיר אהן.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 10:53 pm
דורך shalsheles
זעהט אויס פיין, וועט זיכער העלפן אסאך אידן. יש״כ וזכות הצדיקים יגן עליכם.
פעלט נאך אסאך אינפא, עטליכע וואס פעלט:
פיטע, האלאנד
איסטאנבול, איזמיר, טערקיי
מאראקא

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 11:04 pm
דורך דער קוטשער
רבי משה האט געשריבן:יא, איך האב נישט געטראפן אזא אפציע, אדרבה ווייזט מיר אהן.


איר קענט גוגל מעפס? דאס ארבעט באנאזאם.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2017 11:06 pm
דורך נסיעה טובה עפפ
רבי משה האט געשריבן:יא, איך האב נישט געטראפן אזא אפציע, אדרבה ווייזט מיר אהן.


דער קוטשער האט געשריבן:איר קענט גוגל מעפס? דאס ארבעט באנאזאם.

לאו דוקא, גוגל מעפ אליין האט נישט די option, סאיז אן עקסטערע feature וואס מיר האפן צוצולייגן בקרוב