״קרן מלמדים״ ד׳סאטמאר (מוהר״א)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5918
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 2:44 pm

דריידל האט געשריבן:פארוואס נישט? פונקט ווי עני ביזנעס צאלט א 401k אדער אנדערע רעטייערמענט פלען. דאס ווערט אייביג אריינגענומען אין חשבון.

לאמיר זאגן א מלמד באקומט א 10% רעיז א יאר, יעצט קען די מוסד גיבן נאר א 5% רעיז. אדער ווען אנדערע מוסדות גייען ארויף מיט די געהאלט פאר נייע מלמדים וועלן זיי קענען טרעפן מלמדים פאר די אלטע פרייז צוליב זי חתונה בענעפיט.

די מוסד איז נישט קיין צדקה ארגעניזעישן וואס זיכט צו טיילן געלט. טאמער קענען זיי שפארן אויף זייער פעיראלל וועלן זיי דאס טון.

די מלמדים זענען גרייט צו באקומען נאר 5% רעיז א יאר....
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

ניי-געגרינדעטע קאסע "קרן מלמדים דמוסדות וק''ק סאטמאר" גייט פאראויס מיט א זעלטענע סוקסעס

תגובהדורך סעטינגס » דינסטאג ינואר 23, 2018 12:11 pm

ניי-געגרינדעטע קאסע "קרן מלמדים דמוסדות וק''ק סאטמאר"
גייט פאראויס מיט א זעלטענע סוקסעס

נדיבים בעם שליסן זיך אן טעגליך מיט אויסערגעווענליכע הערצה/ווערט פארגעזעהן צו קענען גאנץ בקרוב אנצוהייבן מיט די תמיכות פאר די "חתונות מלמדים החשובים"/אויפגענומען עסקן ומפקח הר"ר משה אהרן פריעדמאן שליט"א, אנצופירן מיט אלע וויכטיגע פרטים

ניו יארק. – נאכפאלגנדיג וועכנטליכע פעולות לטובה אהערצושטעלן א יסוד פאר די קופת "קרן מלמדים דמוסדות וק''ק סאטמאר" צו צו פארטיילן די סכומים פאר די חשוב'ע מלמדים ומנהלים בעת שמחתם, ווערט אריינגעלייגט אויסטערלישע כוחות אויפצובויען א יסודות'דיגן סיסטעם דורך די ועד ההנהלה וועלכע זענען נתמנה געווארן דורך כ"ק מרן רבינו שליט"א.
עס איז אויסגעארבעט געווארן ווי פאראויס געזאגט א סיסטעם צוזאמצוקלויבן די סכומים אויף אן אויטאמאטישן אופן, ווען אלע נדיבים בעם וועלן אריינלייגן די קרעדיט-קארד אדער באנק-אקאונט אינפארמאציע אינעם סיסטעם מיט א באשטימטע סומע וויפיל צו ביישטייערן ביי יעדע חתונה, און די נדבה וועט ווערן אויטאמאטיש אראפגערעכנט ביי יעדע חתונה פון א מרביץ תורה פון איינע פון די סאטמארער תלמוד תורה'ס איבער דער וועלט.
דער ציהל אויף וואס דעם סיסטעם איז אוועקגעשטעלט געווארן אויף דעם מייסטער-האפטיגן אופן, איז כדי מען זאל קענען קענען באגלייטן די תמיכות פאר די חשובע מלמדים און מנהלים שליט"א בעת שמחתם בלי שום עיכוב אויף א פארזיכערטן לייכטן מהלך, אז זיי זאלן קענען פראווען זייערע שמחות מיט הרחבת הדעת און קענען אנגיין מיט זייער עבודת הקודש.
ווי געמאלדן איז אוועקגעשטעלט דורך דעם מייסד הקופה מרן רבינו שליט"א א ועד הנהלה פון אחריות'דיגע פראמינענטע בעלי בתים ואנשים מכובדים פון יעדן געגנט באזונדער, צו זיין אחראי ביים פארטיילן די סכומים פאר די חשוב'ע מלמדים ומנהלים פון די ארטיגע תלמוד תורה, הלא המה, הרבני הנכבד מו"ה אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו, בארא פארק , יושב ראש "קרן מלמדים דמוסדות וק''ק סאטמאר"; ואתו עמו הרבני הנכבד מו"ה דוד יושע הירש הי"ו, בארא פארק; הרבני הנכבד מו"ה יואל עפשטיין הי"ו, קרית יואל; הרבני הנכבד מו"ה יצחק שיף הי"ו, וויליאמסבורג; הרבני הנכבד מו"ה אברהם סופר הי"ו, וויליאמסבורג; און הרבני הנכבד מו"ה משה יצחק לאנדא הי"ו, מאנסי. אזוי אויך איז נתמנה געווארן א ועד בעלי בתים אין פארשידענע געגנטער פון חסידי סאטמאר, וועלכע וועלן באגלייטן און שטיין בראש האנט ביי האנט מיט די אפיציעלע ועד ההנלה פון ניו יארק, די פאלגענדע חשוב'ע בעלי בתים ועסקנים דגולים, ה"ה מו"ה אברהם יצחק צבי ברי"נ שרייבער הי"ו, לאנדאן; מו"ה אביגדור גראססבערגער הי"ו, מאנטשעסטער; מו"ה שלום יצחק דאסקאל הי"ו, בני ברק; מו"ה גבריאל חיים צבי פייערשטיין הי"ו, ירושלים; מו"ה משה ארי' היילברון הי"ו, בית שמש; ובראשם עומד כ"ק דער רבי שליט"א, מייסד ונשיא הקופה.
עס זעהט זיך טאקע אן א שטארקע אינטערעסע ביי די חשוב'ע נדיבי לב שפירנדיג מיט גרויס פארשטאנד און ווארימקייט איבער די וויכטיגקייט און געוואלדיגע תועלת פון די קאסע "קרן מלמדים דמוסדות וק''ק סאטמאר", און נעמענדיג אין באטראכט די גרויסע זכי' צו זיין א שותף אין אזא הייליגער פראיעקט און זיך איינקויפן דאפעלטע אומגעהויערע זכותים פון "הכנסת כלה" און פון "החזקת מרביצי תורה" באופן נעלה ובדרך כבוד עד מאוד.
אלס א פרישע רינגעלע אין די אנטוויקלונג און פארשריט אינערהאלב די חשוב'ע קאסע "קרן מלמדים" פארזעענדיג די אחריות'דיגע ארבעט צו באגלייטן אלע וויכטיגע פרטים בעתיד פאר די הצלחה, האט די חשובע ועד ההנהלה אויפגענומען אן אחריות'דיגן עסקן ומפקח ה"ה הר"ר משה אהרן פריעדמאן שליט"א ר"מ בישיבת מבצר התורה ד'סאטמאר, אנצופירן מיט די פאקטישע ארבעט פון איינקאסירן און באגלייטן די תמיכות הגונות, און אויספירן מכח אל הפועל אלע וויכטיגע ענינים פאר די הצלחה פון די "קרן מלמדים" קאסע, ארויסקוקנדיג שוין צו קענען בקרוב אנהייבן בשעטו"מ אריינצושיינען אורה ושמחה מיט די חלוקה פון תמיכות הגונות פאר די חשובע מרביצי תורה פון אונזערע טייערע קינדערליך.
די פרישע אנטוויקלונג און פארשריט אינערהאלב די חשוב'ע קאסע "קרן מלמדים דמוסדות וק''ק סאטמאר" ווערט נאכגעפאלגט מיט גרויס הנאה און התפעלות דורך תלמידי וחסידי סאטמאר אלוועלטליך, שפירנדיג א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר די חשוב'ע מלמדים וכלי קודש וועלכע זענען עוסק במלאכת שמים באמונה, אריינלייגנדיג אזויפיל כוחות אין די טויזנטער צאן קדשים זיי צו ערציען על דרך התורה והמצות.
ספעציעל הערט זיך צוריק פון די ברייטע תורה'דיגע גאס אין פעלד פון הרבצת התורה איבער די וועלט, שיינע באגריסן אויף דעם געוואלדיגן רעיון פון מייסד זיין אזא נאבעלע פראיעקט פון אוועקשטעלן דעם "קרן מלמדים דמוסדות וק''ק סאטמאר" אלס א מלמדים קאסע אויפצוהייבן דעם כח פון הרבצת התורה אויף אזא שיינע פארנעם און ארויפברענגען דעם גייסט פון די חשובע כלי קודש ומרביצי התורה מיט א אויסטערלישע הרחבת הדעת.
-תחזקנה ידיכם-

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג ינואר 23, 2018 12:41 pm

וואלט געווען שיין צו געבן קרעדיט ווען מען קאפי פעיסט אן ארטיקל, אדער כאטש שרייבן קפ.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

חזן שמילאוויטש
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 10:37 am

תגובהדורך חזן שמילאוויטש » דינסטאג ינואר 23, 2018 1:20 pm

סעטינגס האט געשריבן:ניי-געגרינדעטע קאסע "קרן מלמדים דמוסדות וק''ק סאטמאר"
גייט פאראויס מיט א זעלטענע סוקסעס

נדיבים בעם שליסן זיך אן טעגליך מיט אויסערגעווענליכע הערצה/ווערט פארגעזעהן צו קענען גאנץ בקרוב אנצוהייבן מיט די תמיכות פאר די "חתונות מלמדים החשובים"/אויפגענומען עסקן ומפקח הר"ר משה אהרן פריעדמאן שליט"א, אנצופירן מיט אלע וויכטיגע פרטים

ניו יארק. – נאכפאלגנדיג וועכנטליכע פעולות לטובה אהערצושטעלן א יסוד פאר די קופת "קרן מלמדים דמוסדות וק''ק סאטמאר" צו צו פארטיילן די סכומים פאר די חשוב'ע מלמדים ומנהלים בעת שמחתם, ווערט אריינגעלייגט אויסטערלישע כוחות אויפצובויען א יסודות'דיגן סיסטעם דורך די ועד ההנהלה וועלכע זענען נתמנה געווארן דורך כ"ק מרן רבינו שליט"א.
עס איז אויסגעארבעט געווארן ווי פאראויס געזאגט א סיסטעם צוזאמצוקלויבן די סכומים אויף אן אויטאמאטישן אופן, ווען אלע נדיבים בעם וועלן אריינלייגן די קרעדיט-קארד אדער באנק-אקאונט אינפארמאציע אינעם סיסטעם מיט א באשטימטע סומע וויפיל צו ביישטייערן ביי יעדע חתונה, און די נדבה וועט ווערן אויטאמאטיש אראפגערעכנט ביי יעדע חתונה פון א מרביץ תורה פון איינע פון די סאטמארער תלמוד תורה'ס איבער דער וועלט.
דער ציהל אויף וואס דעם סיסטעם איז אוועקגעשטעלט געווארן אויף דעם מייסטער-האפטיגן אופן, איז כדי מען זאל קענען קענען באגלייטן די תמיכות פאר די חשובע מלמדים און מנהלים שליט"א בעת שמחתם בלי שום עיכוב אויף א פארזיכערטן לייכטן מהלך, אז זיי זאלן קענען פראווען זייערע שמחות מיט הרחבת הדעת און קענען אנגיין מיט זייער עבודת הקודש.
ווי געמאלדן איז אוועקגעשטעלט דורך דעם מייסד הקופה מרן רבינו שליט"א א ועד הנהלה פון אחריות'דיגע פראמינענטע בעלי בתים ואנשים מכובדים פון יעדן געגנט באזונדער, צו זיין אחראי ביים פארטיילן די סכומים פאר די חשוב'ע מלמדים ומנהלים פון די ארטיגע תלמוד תורה, הלא המה, הרבני הנכבד מו"ה אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו, בארא פארק , יושב ראש "קרן מלמדים דמוסדות וק''ק סאטמאר"; ואתו עמו הרבני הנכבד מו"ה דוד יושע הירש הי"ו, בארא פארק; הרבני הנכבד מו"ה יואל עפשטיין הי"ו, קרית יואל; הרבני הנכבד מו"ה יצחק שיף הי"ו, וויליאמסבורג; הרבני הנכבד מו"ה אברהם סופר הי"ו, וויליאמסבורג; און הרבני הנכבד מו"ה משה יצחק לאנדא הי"ו, מאנסי. אזוי אויך איז נתמנה געווארן א ועד בעלי בתים אין פארשידענע געגנטער פון חסידי סאטמאר, וועלכע וועלן באגלייטן און שטיין בראש האנט ביי האנט מיט די אפיציעלע ועד ההנלה פון ניו יארק, די פאלגענדע חשוב'ע בעלי בתים ועסקנים דגולים, ה"ה מו"ה אברהם יצחק צבי ברי"נ שרייבער הי"ו, לאנדאן; מו"ה אביגדור גראססבערגער הי"ו, מאנטשעסטער; מו"ה שלום יצחק דאסקאל הי"ו, בני ברק; מו"ה גבריאל חיים צבי פייערשטיין הי"ו, ירושלים; מו"ה משה ארי' היילברון הי"ו, בית שמש; ובראשם עומד כ"ק דער רבי שליט"א, מייסד ונשיא הקופה.
עס זעהט זיך טאקע אן א שטארקע אינטערעסע ביי די חשוב'ע נדיבי לב שפירנדיג מיט גרויס פארשטאנד און ווארימקייט איבער די וויכטיגקייט און געוואלדיגע תועלת פון די קאסע "קרן מלמדים דמוסדות וק''ק סאטמאר", און נעמענדיג אין באטראכט די גרויסע זכי' צו זיין א שותף אין אזא הייליגער פראיעקט און זיך איינקויפן דאפעלטע אומגעהויערע זכותים פון "הכנסת כלה" און פון "החזקת מרביצי תורה" באופן נעלה ובדרך כבוד עד מאוד.
אלס א פרישע רינגעלע אין די אנטוויקלונג און פארשריט אינערהאלב די חשוב'ע קאסע "קרן מלמדים" פארזעענדיג די אחריות'דיגע ארבעט צו באגלייטן אלע וויכטיגע פרטים בעתיד פאר די הצלחה, האט די חשובע ועד ההנהלה אויפגענומען אן אחריות'דיגן עסקן ומפקח ה"ה הר"ר משה אהרן פריעדמאן שליט"א ר"מ בישיבת מבצר התורה ד'סאטמאר, אנצופירן מיט די פאקטישע ארבעט פון איינקאסירן און באגלייטן די תמיכות הגונות, און אויספירן מכח אל הפועל אלע וויכטיגע ענינים פאר די הצלחה פון די "קרן מלמדים" קאסע, ארויסקוקנדיג שוין צו קענען בקרוב אנהייבן בשעטו"מ אריינצושיינען אורה ושמחה מיט די חלוקה פון תמיכות הגונות פאר די חשובע מרביצי תורה פון אונזערע טייערע קינדערליך.
די פרישע אנטוויקלונג און פארשריט אינערהאלב די חשוב'ע קאסע "קרן מלמדים דמוסדות וק''ק סאטמאר" ווערט נאכגעפאלגט מיט גרויס הנאה און התפעלות דורך תלמידי וחסידי סאטמאר אלוועלטליך, שפירנדיג א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר די חשוב'ע מלמדים וכלי קודש וועלכע זענען עוסק במלאכת שמים באמונה, אריינלייגנדיג אזויפיל כוחות אין די טויזנטער צאן קדשים זיי צו ערציען על דרך התורה והמצות.
ספעציעל הערט זיך צוריק פון די ברייטע תורה'דיגע גאס אין פעלד פון הרבצת התורה איבער די וועלט, שיינע באגריסן אויף דעם געוואלדיגן רעיון פון מייסד זיין אזא נאבעלע פראיעקט פון אוועקשטעלן דעם "קרן מלמדים דמוסדות וק''ק סאטמאר" אלס א מלמדים קאסע אויפצוהייבן דעם כח פון הרבצת התורה אויף אזא שיינע פארנעם און ארויפברענגען דעם גייסט פון די חשובע כלי קודש ומרביצי התורה מיט א אויסטערלישע הרחבת הדעת.
-תחזקנה ידיכם-

סאיז א גיוואלדיגע גוטע זאך, נאכדערצו דא אין ניו יארק ווי א מלמד באקומט גאר גאר א קליין געהאלט,
מען נעמט די קריספי עק, און מען טינקט עס איין אין די קאטשעניא,,, אההההה

יצחק ברוך
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 19, 2018 11:05 am

תגובהדורך יצחק ברוך » דינסטאג ינואר 23, 2018 1:59 pm

willibugy האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
איך_וויל_יא האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:פארוואס נישט? פונקט ווי עני ביזנעס צאלט א 401k אדער אנדערע רעטייערמענט פלען. דאס ווערט אייביג אריינגענומען אין חשבון.

לאמיר זאגן א מלמד באקומט א 10% רעיז א יאר, יעצט קען די מוסד גיבן נאר א 5% רעיז. אדער ווען אנדערע מוסדות גייען ארויף מיט די געהאלט פאר נייע מלמדים וועלן זיי קענען טרעפן מלמדים פאר די אלטע פרייז צוליב זי חתונה בענעפיט.

די מוסד איז נישט קיין צדקה ארגעניזעישן וואס זיכט צו טיילן געלט. טאמער קענען זיי שפארן אויף זייער פעיראלל וועלן זיי דאס טון.

לויט מיין אינפארמאציע באקומט א מלמד איין מאל אין 10 יאר א רעיס נישט 10% א יאר

איך האב נישט קיין ערשטהאנטיגע אינפארמאציע, אבער ס'איז נישט מסתבר. עניוועי, איך האב נאר געגעבן א משל

לענ"ד דארף דאס זיין א עקסטערע ארגענזעישאן וואס האט נישט קיין דירעקטע שייכות מיט די הנהלת המוסדות, כדי צו פארמיידן דעם פראבלעם.

יעדע ביזנעס רעכנט אריין אלע בענעפיטן אפילו ס'איז ווייניג און אפילו ס'מאכט נישט קיין סענס, למשל G&G וועט אריינרעכענען א פרי רעקל איינמאל א יאהר און אז מ'קען גיין אויף דאטשע אין די ניין טעג (און גארנישט חוץ דעם) ווען זיי קענען נישט זיין אפען, מילא אויב איז עס א בענעפיט וואס מלמדים גייען האבן גייט עס די מוסד אויסרעכענען ביים אויפנעמען מלמדים און גייט זיכער האבן א אפעקט אויף די פעיטשעק נישט אפילו עס איז עקסטער
Wall clocks
הערליכע וואנט זייגערס פאר מתנות און דאס גלייכן

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2539
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג ינואר 23, 2018 2:34 pm

יצחק ברוך האט געשריבן:

איר קענט מיר אפשר מסביר זיין וואספארא אפעקט לרע ס'קען נאך מאכן
אויף די אזויגערופענע געהאלט וואס די כלי קודש באקומען ?

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1680
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דינסטאג ינואר 23, 2018 4:57 pm

למעשה, וואו האלט עס? ווען קומט די ערשטע פעימענט פאר די מלמדים?

(ס'איז צום האפן אז אנדערע וועלן דאס נאכמאכן).

אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » דינסטאג ינואר 23, 2018 6:18 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:וואלט געווען שיין צו געבן קרעדיט ווען מען קאפי פעיסט אן ארטיקל, אדער כאטש שרייבן קפ.

קרעדיט קרן מלמדים פאר 'בחצרות סאטמאר'
דער אימעיל פונעם מערכת פאר קאמענטארן, נייעסן, בילדער,
און וויאזוי אויך ארויפצוגיין אויף אונזער רשימה איז:
BechatsrosSatmar@Gmail.com

ארויפצוגיין אויף אונזער ליסטע, אדער אראפצוגיין
מוז אריינגעשיקט ווערן א אימעיל אדרעס מיט א נאמען
פונעם ערהאלטער פון יענער אדרעס און שטאט ווי מען וואוינט.

יצחק ברוך
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 19, 2018 11:05 am

תגובהדורך יצחק ברוך » דינסטאג ינואר 23, 2018 6:55 pm

יעדער ארבייטער האט א דין ודברים מיט זיין בעל בית אזויפיל גיב איך דיר און אזויפיל באקום איך פון דיר, אויב איז דא נאך א בענעפיט פארן ארבייטער נוצט עס דער בעל בית לטובתו, צו ביי א רעיז צו ביים אויפנעמען נייע ארבייטער.
Wall clocks
הערליכע וואנט זייגערס פאר מתנות און דאס גלייכן

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1907
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » מיטוואך ינואר 24, 2018 9:38 am

אבער דא איז עס נאר ביים חתונה מאכן נישט יערלי ביי יעדעם. אין נישט יעדער מאכט שוין/מאך חתונה. סא ווען א 25 יעריגע יונגערמאן ווערט א מלמד קען די הנהלה נישט זאגן אז א חלק פון די פעי קומט פון דא
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2791
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך ינואר 24, 2018 9:45 am

maybeeynot האט געשריבן:אבער דא איז עס נאר ביים חתונה מאכן נישט יערלי ביי יעדעם. אין נישט יעדער מאכט שוין/מאך חתונה. סא ווען א 25 יעריגע יונגערמאן ווערט א מלמד קען די הנהלה נישט זאגן אז א חלק פון די פעי קומט פון דא

ווען א 25 יעריגע יונגערמאן וויל ווערן א מלמד און ער האט די אפשען צו נעמען א פאסטן ביי מוסדות מהר"א אדער אן אנדערע מוסד. חוץ פון די חתונה בענעפיט זענען ביידע זשאבס איינציגסטע, וועט ער דען נישט ענדערש נעמען די פאסטן ביי מהר"א?
פאר די זעלבע סיבה קען די מוסד עס ניצן אלס לעווריזש ווען מ'פארהאנדעלט איבער די געהאלט פון מלמדים

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5918
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך ינואר 24, 2018 10:01 am

יצחק ברוך האט געשריבן:יעדער ארבייטער האט א דין ודברים מיט זיין בעל בית אזויפיל גיב איך דיר און אזויפיל באקום איך פון דיר, אויב איז דא נאך א בענעפיט פארן ארבייטער נוצט עס דער בעל בית לטובתו, צו ביי א רעיז צו ביים אויפנעמען נייע ארבייטער.

אין וועלכע פלאנעט לעבסטו?
א מלמד ווערט אויפגענומען ווי א ארבייטער? מ'זעצט זיך אראפ כך וכך שעות ארבעטסטו כך וכך באקומסטו? אז דו ארבעטס בעסער באקומסטו א באנוס? הלואי וואלט עס געארבעט אויף די וועג
א מלמד ווערט אויפגענומען ווי א כולל אינגערמאן, לויט די כיתה וואס ער איז אזויפיל מאכט ער א וואך, אן קיין באנוס אן קיין גארנישט, די איינציגסטע עפרישיעשאן וואס ער באקומט ווען ער מאכט א גוטן דזשאב איז אז אויפן קומענדיגן יאר באקומט ער די צווויי שווערסטע קינדער פון די עיזש אין זיין כתה (קרעדיט: ציעשנובער רב), די מלמדים האבן שוין נישט געזען קיין רעיס די לעצטע 5-6 יאר (מ'זאגט שוין די לעצטע יאר אז יעצט גייט מען געבן א רעיס דערווייל האט עס נאך נישט פאסירט), בענעפיטן בלייבן די זעלבע, און דאס איז שכר מלומדות, ס'מאכט אויס גוט ביי ווער ס'האט א שטוב מיט קינדער און דאס איז עס, ממילא זע איך נישט ווי די קרן מלמדים זאל עפעס שניידן אין זיי
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מיטוואך ינואר 24, 2018 10:19 am

איך ווייס נישט פון ווי די רעדסט אבער ווי איך הער און ק"י איז שוין צענדלידע יארן וואס די פעיראל איז נישט ארויף קיין גרייצער בשעת שכ"ל איז ממש לעצטענס ארויף
פון עקספיריענס אויס ערווארט ער נישט דעם רעיס, יעצט וועט ער כאטש זיין ראויגער ווען עס קומט צו חתונה מאכן,
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2539
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 11:54 am

די אפליקאציע פארן קרן המלמדים
צוגעלייגטע
KerenApplication.pdf
(88.11 KiB) דאונלאודעד 199 מאל
KM_Letter.pdf
(112.23 KiB) דאונלאודעד 147 מאל

אוועטאר
משה11
שר חמש מאות
תגובות: 935
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 3:21 pm

אחת ואחת האט געשריבן:איך ווייס נישט פון ווי די רעדסט אבער ווי איך הער און ק"י איז שוין צענדלידע יארן וואס די פעיראל איז נישט ארויף קיין גרייצער בשעת שכ"ל איז ממש לעצטענס ארויף
פון עקספיריענס אויס ערווארט ער נישט דעם רעיס, יעצט וועט ער כאטש זיין ראויגער ווען עס קומט צו חתונה מאכן,

דרך אגב א מוסד האט נאך אסאך הוצאות חוץ פעראל, און אויך גייט מען די יאר ארויפ גיין ביי מוסדות מהר''א אין ק''י
גאר ווערדפולע מציאות
געט א בליק און האט הנאה

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 3:28 pm

מיינסט די יו"ט באונעס וואס איז שוין אריין און קראפט, אדער א געהעריגע וועכענטליכע רעיס
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

שמע בני
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 11:27 pm

תגובהדורך שמע בני » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 2:08 pm

מתוך דברי היושב ראש הר"'ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א מנהל כיתה ט' בארא פארק, בעת די מלוה מלכה "מצדיקי הרבים" פאר די מלמדים פון מוסדות סאטמאר (מהר"א) מכל רחבי ניו יארק פארגעגאנגענע מוש"ק תולדות תשע"ט. בענין די הצלחה פונעם קרן מלמדים.
אגב די מלוה מלכה איז געווען זייער סוקסעספול.איך בין דארטן געווען און גערעדט מיט עטליכע מלמדים, עס דערהייבט זיי שטארק און גיט זיי אסאך חיזוק.

https://www.dropbox.com/s/u8kjqmtkxexkxlw/04.mp3?dl=0

Wow a1
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

תגובהדורך Wow a1 » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 2:13 pm

האסט די דרשה פון ר ישראל בער ?
People are looking for the place of happiness they are not realizing that it is located in the brain

אוועטאר
ווייזער
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 3:04 pm

שמע בני האט געשריבן:מתוך דברי היושב ראש הר"'ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א מנהל כיתה ט' בארא פארק, בעת די מלוה מלכה "מצדיקי הרבים" פאר די מלמדים פון מוסדות סאטמאר (מהר"א) מכל רחבי ניו יארק פארגעגאנגענע מוש"ק תולדות תשע"ט. בענין די הצלחה פונעם קרן מלמדים.
אגב די מלוה מלכה איז געווען זייער סוקסעספול.איך בין דארטן געווען און גערעדט מיט עטליכע מלמדים, עס דערהייבט זיי שטארק און גיט זיי אסאך חיזוק.

https://www.dropbox.com/s/u8kjqmtkxexkxlw/04.mp3?dl=0

אפשר קענט איר איבערגעבן פרטים וואס מ 'האט דארט גערעדט.
אפשר קען עס זיין אינטרעסאנט פאר אנדערע מוסדות אויך?

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 783
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

תגובהדורך חסיד אמיתי » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 3:17 pm

אי הצעיר ווייס פערזענליך פון א אינגערמאן א מלמד האט באקומען א צענערעל...! בלויז ווייל ער איז א מלמד, עס איז א מורידיגע זאך
פארוואס זאג איך עס אייך ווייל אמאל איז דא גרודער און מען זעהט נישט קיין ריזאלט'ס.. אבער דא איז עס עכט
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 3:31 pm

חסיד אמיתי האט געשריבן:אי הצעיר ווייס פערזענליך פון א אינגערמאן א מלמד האט באקומען א צענערעל...! בלויז ווייל ער איז א מלמד, עס איז א מורידיגע זאך
פארוואס זאג איך עס אייך ווייל אמאל איז דא גרודער און מען זעהט נישט קיין ריזאלט'ס.. אבער דא איז עס עכט

!!!beautiful! activists: keep on the good work!!!

שמע בני
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 11:27 pm

תגובהדורך שמע בני » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 8:11 pm

Wow a1 האט געשריבן:האסט די דרשה פון ר ישראל בער ?

ניין. נישט געווען דארט בשעת זיין דרשה. ס'איז מיר גראדע אינטערסאנט איבער צו הערן, און אויף קול סאטמאר האבן זיין דאס אויך נישט ארויף געלייגט.

שמע בני
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 11:27 pm

״קרן מלמדים״ ד׳סאטמאר (מוהר״א)

תגובהדורך שמע בני » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 8:14 pm

ווייזער האט געשריבן:
שמע בני האט געשריבן:מתוך דברי היושב ראש הר"'ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א מנהל כיתה ט' בארא פארק, בעת די מלוה מלכה "מצדיקי הרבים" פאר די מלמדים פון מוסדות סאטמאר (מהר"א) מכל רחבי ניו יארק פארגעגאנגענע מוש"ק תולדות תשע"ט. בענין די הצלחה פונעם קרן מלמדים.
אגב די מלוה מלכה איז געווען זייער סוקסעספול.איך בין דארטן געווען און גערעדט מיט עטליכע מלמדים, עס דערהייבט זיי שטארק און גיט זיי אסאך חיזוק.

https://www.dropbox.com/s/u8kjqmtkxexkxlw/04.mp3?dl=0

אפשר קענט איר איבערגעבן פרטים וואס מ 'האט דארט גערעדט.
אפשר קען עס זיין אינטרעסאנט פאר אנדערע מוסדות אויך?

אי"ה עוד חזון למועד.

מיין צייט איז נישט יעצט געאייגנט.

עס וועט זיכער זיין אינטערסאנט צו פאר אנדערע מוסדות. זיי וועלן דאס זיכער לאזן דרוקן אין זייערע גליונות.

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2539
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 4:03 pm

אינטרעסאנט אז ס'איז נישט אינערגעץ באריכטעט געווארן
קהילת מהרז"ל האט די וואך געגרינדעט אפעציעל א קרן מלמדים
מען האט די וואך אויפגענומען א וועד בעלי בתים דערפאר
לויט ווי איך האב געהערט איז עס כעת נאר פאר די מלמדים פון די וויליאמסבורגע מוסדות

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20412
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 4:19 pm

ניס קראכער האט געשריבן:אינטרעסאנט אז ס'איז נישט אינערגעץ באריכטעט געווארן
קהילת מהרז"ל האט די וואך געגרינדעט אפעציעל א קרן מלמדים
מען האט די וואך אויפגענומען א וועד בעלי בתים דערפאר
לויט ווי איך האב געהערט איז עס כעת נאר פאר די מלמדים פון די וויליאמסבורגע מוסדות

ווער זענען די חברי הועד?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”