״קרן מלמדים״ ד׳סאטמאר (מוהר״א)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

״קרן מלמדים״ ד׳סאטמאר (מוהר״א)

תגובהדורך צהלה ושמחה » מוצ"ש דעצמבער 16, 2017 9:46 pm

מיט שעצנוג און פרייד האבן אנשי שלומינו ד׳סאטמאר בפרט און חסידישע אידן בכלל אויפגענימען די היסטארישע נייעס פון די התייסדות פון ״קרן מלמדים״ צו העלפן מלמדים בעת שמחתם, די ציל פון די קרן איז צו געבן פאר יעדן מלמד בכל מקום שהוא א באטיידענע סכום בעת ער מאכט חתונה.

די פרטים ארום די קרן איז ברייט אויסגעשמיעסט געווארען צווישען די מלמדים ביי די ״שבת מצדיקי הרבים״, און עס איז עפענטליך געמאלדן פאר׳ן ציבור כ״א כסליו ביי די דרשה.

די סיסטעם וועט ארבייטען אויפן זעלבן אופן ווי ״ערבים״, די עלטערן וועלן זיך אויפסיינען מיט קרעדיט קארדס, און בעת א שמחה וועט מען טארטשען די קארטל, און דער מלמד וועט באקימען זיין פארדינטע נתינה בדרך כבוד פון די ארג.

די התייסדות פונעם קרן איז א היסטארישע זאך בעולם החינוך, די מלמדים ארבייטען פאר גאר א קליינע געהאלט, און עס איז נישט מער ווי יושר זיי צו העלפן מיט א מינעמאלע סכום בעת א שמחה.

עס איז ערווארטעט אז אלע גרעסערע מוסדות וועלן עס מיט די צייט איינפירען, דא אינעם אשכול וועט מען אויסשמיעסן די פרטים פונעם קרן, ביטע זיך האלטען צום נושא.
לעצט פאראכטן דורך צהלה ושמחה אום מוצ"ש דעצמבער 16, 2017 11:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מוצ"ש דעצמבער 16, 2017 10:23 pm

איז דא מער דעטאלן וויאזוי ס'גייט ארבעטן?
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » מוצ"ש דעצמבער 16, 2017 11:04 pm

אזוי ווי ערבים, לויט ווי אזוי איך פארשטיי האפט מען אז עלטערן פון די ילדי המוסדות, זיידעס, און אנ״ש איבער די וועלט זאלן זיך אויפסיינען מיט זייער קרעדיט קארד, און ווען אימער עס וועט זיין א חתונה ביי איינע פון די מלמדים איבער די וועלט וועט מען טארטשען די קארטל פאר די סכום וואס מען האט זיך אויפגעסיינט, עס האט א ציל צו געבן פאר יעדע מלמד צען אלפים.

כעת עתה שטעלט מען עסקנים אין יעדע שטאט איבער די וועלט, מיט די האפענוג בקרוב אנצוהייבן מיטען פראגראם.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מוצ"ש דעצמבער 16, 2017 11:40 pm

כ'כאפ נאכנישט וויאזוי ס'קען ארבעטן, ממילא אז ס'וועט ווערן א טעקס, אדער אז דער רבי וועט עס בעטן, און דער עולם וועט עס טוען צו ערפילן דעם וואונטש פונעם רבי'ן.

ווייל אדערווייז, וואסערע אינטערעס זאל איך האבן, צו זיין ווערן געטשארדשט יעדעס מאהל וואס א מלמד אין מאנטריאל אדער בני ברק מאכט חתונה צו קענען באשטיין צו ווערן געטשארדשט, פשוט מיטן חשבון אז מיין כתה א' יונגעל'ס 25 מלמד זאל אפשר באקומען 15 יאהר ארום?
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7293
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש דעצמבער 16, 2017 11:43 pm

למשל 5000 מענטשן געבן צוויי דאלער קומט אריין 10000

יעדער קען געבן ווי אסאך ער וויל למשל 1$ 2$ 3$ 5$ 10$.

משרייבט זיך איין מיט א קרעדיט קארד,און ווען א מלמד מאכט חתונה וועט מען אים טשארדזשן די סכום וואס ער האט זיך איינגעשריבן .

(אזוי האב איך פארשטאנען פון רבי'ן'ס [מהר" א] דרשה)

רבי אלי' פארדעם האט מען געמאכט דער רבי זאל עס בעטן ביי זיין דרשה.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מוצ"ש דעצמבער 16, 2017 11:51 pm

פאר די חסידות כתחלתה טוט אויף די התעוררות פונעם רבי'ן, אבער ס' זאל אנהאלטן דארף עס האבן אן אייגענעם דרייוו ביי די משתתפים.

א ק"ק איז נישט ווערט צו טשארדשען אונטער 5-10 דאלאר, און דו דארפסט האבן אן אפיס מיט א פול טיים ארבעטער דערפאר.

בקיצור ס'האט מסתם א חשבון, בינעך נייגעריג עס צו וויסן.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » מוצ"ש דעצמבער 16, 2017 11:52 pm

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:כ'כאפ נאכנישט וויאזוי ס'קען ארבעטן, ממילא אז ס'וועט ווערן א טעקס, אדער אז דער רבי וועט עס בעטן, און דער עולם וועט עס טוען צו ערפילן דעם וואונטש פונעם רבי'ן.

ווייל אדערווייז, וואסערע אינטערעס זאל איך האבן, צו זיין ווערן געטשארדשט יעדעס מאהל וואס א מלמד אין מאנטריאל אדער בני ברק מאכט חתונה צו קענען באשטיין צו ווערן געטשארדשט, פשוט מיטן חשבון אז מיין כתה א' יונגעל'ס 25 מלמד זאל אפשר באקומען 15 יאהר ארום?


עס איז דיין התחייבות פאר דיין מוסד, און עס איז דיין אחרית פאר דיינע קינדער׳ס מלמדים, עס איז דיין מינעמאלע מענטשליכקייט עפעס צירוק צוגעבן פאר דיינע קינדערס מלמדים וואס ארבייטען פאר גאר ביליג באצאלט, דו גייסט נעמען א חלק דערין וועלענדיג העלפן דיינע מלמדים.

און דער פון בני ברק גייט אויך צאלן ווען דיין מלמד מאכט חתונה, און דער פון מאנטריאל גייט צאלן ווען דער פון בני ברק מאכט חתונה. (א אנדערע גירסא האב איך געהערט אז אלע געלטער גייען בלייבן אינעם שטאט ווי מען קאלעקט עס, ולא מסתבר בעיני)
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מוצ"ש דעצמבער 16, 2017 11:53 pm

די צושטעל צו ערבים איז אביסל נישט קארעקט. די סיבה פארוואס כלאז ערבים טשארדשן מיין קארטל איז ווייל איך קען (זאל נישט) געניסן דערפון. אבער דא וואס פאר א הנאה און סיבה זאל איך האבן.
מילא ווען די מלמדים ציווישן זיך זאלן זיך לאזן טשארדשן די קארטלעך איינע פארן אנדערן מיטן חשבון צו באקומען ווען סוועט אי״ה זיין דיין רייע איז דאס א ענדליכע געדאנק צו ערבים. אבער אזוי בעט מען נדבות אין ק.ק פעימענטס. כהער.
סיי-ווי-סיי זאל עס מצליח זיין.
די עיקר איז די אויפוואכונג בענין המלמדים. וואס איז באגריסנד ביז גאר.

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7293
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש דעצמבער 16, 2017 11:59 pm

אויב א ק"ק איז נישט ווערט צו טשארדזשן אונטער צען דאלער,

קען מען פון איינעם וואס וויל געבן איין דאלער טשארדזשן יעדע צענטע מלמד און אזוי ווייטער.

אזוי האלט איך מזאל טון און איך האף זיי האבן די איידיע .

ווייל אויב נישט פרעגסטו זייער גוט

ערבים זאגט מען פשוט מסביר זיין ווי אזוי עס גייט ארבעטן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » זונטאג דעצמבער 17, 2017 12:18 am

עס וועלן זיכער זיין אסאך אסאך בעה״ב מענטשן וואס וועלן זיך אויפסיינען פאר צוואנציג טאלער און ארויף, אבער אויב האבן זיי אין ״עווריטש״ בערך דריי - פיר טויזענט מענטשן וואס געבן פינף טאלער א שמחה, דאן שטייען זיי זייער גוט, און מיט די והותר געלט פאר אפיס אויסגאבן און קאלעקטן עקספענעס.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2021
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג דעצמבער 17, 2017 12:42 am

וויפיל מלמדים מאכן חתונה אין א יאר? (עוורידש)

אויך, גייט דאס נאר פאר מלמדים אדער אלע כלי קודש?

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » זונטאג דעצמבער 17, 2017 1:51 am

איך פרוביר אויסצורעכענען וויפיל חתונות מען רעדט דא א יאר, איינער ווייסט א ציפער וויפיל מלמדים/כלי קודש וועלן זיין אריינגערעכנט?

---

די אויפוואכונג פאר זיך איז באגריסנסווערט.
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

תגובהדורך א נעכטיגן טאג » זונטאג דעצמבער 17, 2017 2:47 am

זייער א שטארקע זאך, אגב שוין צייט אז מלמדים זאלן באַקומען געהעריג באצאלט.

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » זונטאג דעצמבער 17, 2017 2:54 am

א נעכטיגן טאג האט געשריבן:זייער א שטארקע זאך, אגב שוין צייט אז מלמדים זאלן באַקומען געהעריג באצאלט.


הלוואי, אבער אונז טאטעס דארפן צאלן דאפלט שכר לימוד...

די_אמת
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 21, 2011 2:16 pm

תגובהדורך די_אמת » זונטאג דעצמבער 17, 2017 3:35 am

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:פאר די חסידות כתחלתה טוט אויף די התעוררות פונעם רבי'ן, אבער ס' זאל אנהאלטן דארף עס האבן אן אייגענעם דרייוו ביי די משתתפים.

א ק"ק איז נישט ווערט צו טשארדשען אונטער 5-10 דאלאר, און דו דארפסט האבן אן אפיס מיט א פול טיים ארבעטער דערפאר.

בקיצור ס'האט מסתם א חשבון, בינעך נייגעריג עס צו וויסן.


ווי נעמסטו אז סנישט ווערט, וועגן אונזערע גראסעריס האבן אזוי אפגעמאכט?
קוקט אויף אנליין ווערן טויזנטער זאכן געטשארשט אונטער 10 דאלאר, אפגערעדט פון apps וואס סקאסט אסאך מאל בלויז איין טאלער, אפילו סגייט אראפ פראצענט לוינט עס, ווייל סאיז אטאמאטיש און אפאר טויזנט מאל.
די זעלבע תירוץ איז פארוואס סלוינט אויפצוהאלטן אן אפיס.
תושב בלומינגבורג יצ"ו

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » זונטאג דעצמבער 17, 2017 5:30 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:וויפיל מלמדים מאכן חתונה אין א יאר? (עוורידש)

אויך, גייט דאס נאר פאר מלמדים אדער אלע כלי קודש?


עסיז סך הכל געווען 600 מלמדים סאו מן הסתם מאך נישט חתונה קיין הונרעדט א יאר

רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » זונטאג דעצמבער 17, 2017 5:53 am

די_אמת האט געשריבן:
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:פאר די חסידות כתחלתה טוט אויף די התעוררות פונעם רבי'ן, אבער ס' זאל אנהאלטן דארף עס האבן אן אייגענעם דרייוו ביי די משתתפים.

א ק"ק איז נישט ווערט צו טשארדשען אונטער 5-10 דאלאר, און דו דארפסט האבן אן אפיס מיט א פול טיים ארבעטער דערפאר.

בקיצור ס'האט מסתם א חשבון, בינעך נייגעריג עס צו וויסן.


ווי נעמסטו אז סנישט ווערט, וועגן אונזערע גראסעריס האבן אזוי אפגעמאכט?
קוקט אויף אנליין ווערן טויזנטער זאכן געטשארשט אונטער 10 דאלאר, אפגערעדט פון apps וואס סקאסט אסאך מאל בלויז איין טאלער, אפילו סגייט אראפ פראצענט לוינט עס, ווייל סאיז אטאמאטיש און אפאר טויזנט מאל.
די זעלבע תירוץ איז פארוואס סלוינט אויפצוהאלטן אן אפיס.

עס האט נישט מיט גראסעריס. די סיבה פארוואס די גראסעריס מאכן דעם לימיט איז וויבאלד געזעצליך מעג מען רעכענען א פי פאר א טשארדזש ביז צען טאלער - טאקע וויבאלד מען האט געפראווט פאר קאנגרעס אז אונטער צען דערלייגט מען אויב רעכנט מען נישט קיין פי.

נאר וואס, פאר א גראסערי לוינט עס טאקע נישט וויבאלד די פראסעסינג פי ציפט אראפ פון די פאר פראצענט וואס ער האט ארויפגעמארקט זיינע פראדוקטן. ביי נדבות לוינט לכאורה יא צו נעמען אפי' א דאלער, אבער מען בלייבט מיט ארום העלפט דערפון... (רעיט + טרענזעקשען פי + מאנטלי פי+ עניועל פי + PCI קאמפלייענס פי וכו' וגו'
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג דעצמבער 17, 2017 7:49 am

הערטס מיך אויס: ווער ס'וויל גיבן צדקה פאר מלמדים וואס מאכן חתונה, איז זייער שיין. אבער דרייטס נישט קיין קאפ אז מ'האט אן התחייבות פאר די נעבעכדיגע מלמדים וואס פארדינען אזוי ווייניג. א מלמד איז פונקט אזא ארבעטער ווי אנדערע ארבעטער און טאמער פארדינען זיי ווייניג איז עס ווייל זייער ארבעט איז נישט ווערד מער, און זיי האבן זיך עס אליינס אויסגעוועלט. א יונגערמאן וואס שטייט ביי א רעזשיסטער און פארדינט ווייניג איז פונקט אזא רחמנות און ס'איז א גרעסערע חיוב אים צו העלפן ווי א מלמד פון די אנדערע עק וועלט

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג דעצמבער 17, 2017 8:01 am

כדריידל ועוד לקרא.
אבער צו זאגען אז דער מלמד איז נישט (אייביג) קיין רחמנות איז נישט אזוי אמת, ווייל צומאל איז ער פונקט אזא יאקל אוואו דער וואס מאכט ווייניג ביי סיי וועלכע פלאץ ער זאל נאר ארבעטן.
נאר וואס דען? דער קעשיער וועט קיינמאל נישט קריגען קיין טיפ פון א גראסערי קליענט פאר ער מאכט חתונה, בשעת דער מלמד איז מער מעגליך אז ער וועט יא קריגען עפעס.
נאך א קליינע נקודה. דער מלמד פאר נאך אפאר טאללער וועט ער נעמען 25-35 א שטונדע פאר לערנען פריוואט. בשעת דער קעשיער וועט ארבען נאך אפאר שטונדען פאר די זעלבע פופצען-צוואנציג טאללער אויב ברויך נאך אפאר טאללער.
דעם מלמד'ס טאג הייבט זיך אן אז ער האט א מעגליכקייט צו לערנען מיט איינעם פאר באצאלט, סיי פארטאגס און סיי פון נאכמיטאג און ווייטער, בשעת דער הארעפאשנער ארבעטער קומט שוין אהיים אויסגעמארעוועט אנע מעגליכקייט צו טוהן נאך עפעס זייטיג פאר געלט
דער מלמד קריגט שכר לימוד פאר אומזיסט מיט דיסקאונט אין עטליכע געשעפטן, און דער ווייניג בעצאלטער ארבעטער צאלט (שרייבט אויף) פול פרייז איבעראל

אבער.... העלפן ברויך מען זיי נאך אלס
בוי זיך זעלבסט

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » זונטאג דעצמבער 17, 2017 8:23 am

נישט נאר דאס נאר קוקענדיג אויף היסטאריע וועלען די מוסדות נעמען עדווענטישט פון דעם אז מען העלפט די מלמדים חתונה מאכען זיי וועלען שוין מאכען זיכער אז די מלמדים פארדינען גארנישט נאר די מוסדות
אזוי ווי יעדע פראגרעם וואס געהערט צו טאטעס און מיט די צייט געהערט עס שוין צו די מוסדות

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » זונטאג דעצמבער 17, 2017 8:52 am

דריידל האט געשריבן:הערטס מיך אויס: ווער ס'וויל גיבן צדקה פאר מלמדים וואס מאכן חתונה, איז זייער שיין. אבער דרייטס נישט קיין קאפ אז מ'האט אן התחייבות פאר די נעבעכדיגע מלמדים וואס פארדינען אזוי ווייניג. א מלמד איז פונקט אזא ארבעטער ווי אנדערע ארבעטער און טאמער פארדינען זיי ווייניג איז עס ווייל זייער ארבעט איז נישט ווערד מער, און זיי האבן זיך עס אליינס אויסגעוועלט. א יונגערמאן וואס שטייט ביי א רעזשיסטער און פארדינט ווייניג איז פונקט אזא רחמנות און ס'איז א גרעסערע חיוב אים צו העלפן ווי א מלמד פון די אנדערע עק וועלט


1)ביסט בארעכטיגט צו עפענענן א פאנד פאר אלע רעזשיסטער איינגעשטעלטע, דאס האט גארנישט מיט די נושא אהער, און קום נישט נאכדעם מיט א טענה אז אויך פאר טעקסי דרייווער איינגעשטעלטע דארף מען עפענן א פאנד, קענסט עפענענן ביידע.

2) בדרך כלל דער ציבור שעצט די מלמדים, זיי טיען זייער א שווערע ארבייט און א עבודת הקודש,
מענטשן קוקען אן די מלמדים מיט די פריזם פון די אייגענע קינדער, אויב האלסטו אז די מלדים זענענן נישט גארנישט ווערט צו באקימען מער באצאלט ווי זייער קליינע געהאלט דאן איז עס דיין טשויס מער איינצורייסען ביי אהבה רבה אויף גיטע קינדער, אבער עס האט נישט קיין פשט סתם צו שימפען אז די מלמדים זענענן נישט ווערט מער, זיי באקימען נישט מער באצאלט צילוב די שכר לימוד, אין אנדערע פלעצער ווי שכר לימוד איז העכער באקומען זיי אסאך מער באצאלט.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג דעצמבער 17, 2017 9:07 am

די חשבון אז ארץ ישראל וועט געבן פאר אמעריקאנער מלמדים, איז א זיסע חלום, עס מיינט סך הכל אז אמעריקאנער אידן וועלן אויסהאלטן די ארץ ישראל מלמדים. אבער צוריק, שוואכע טשאנסן

צווייטענס. רוב מענטשן האבן צדקה התחייבות׳ער איבערן קאפ, און עס איז סך הכל נאך א התחייבות

גראדע איז דא איין ברענטש פון א תלמוד. תורה אין וויליאמסבורג וואס האט אזא זאך ווי ערבים אז יעדער מלמד שטעלט צוזאם $100 פאר יעדע מלמד׳ס חתונה

עס איז ארגאנאזירט געווארן דורך דער מנהל אליין און כפי השמועה ארבייט עס זייער פיין
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

תגובהדורך א נעכטיגן טאג » זונטאג דעצמבער 17, 2017 9:18 am

שאינו יודע האט געשריבן:די חשבון אז ארץ ישראל וועט געבן פאר אמעריקאנער מלמדים, איז א זיסע חלום, עס מיינט סך הכל אז אמעריקאנער אידן וועלן אויסהאלטן די ארץ ישראל מלמדים. אבער צוריק, שוואכע טשאנסן

צווייטענס. רוב מענטשן האבן צדקה התחייבות׳ער איבערן קאפ, און עס איז סך הכל נאך א התחייבות

גראדע איז דא איין ברענטש פון א תלמוד. תורה אין וויליאמסבורג וואס האט אזא זאך ווי ערבים אז יעדער מלמד שטעלט צוזאם $100 פאר יעדע מלמד׳ס חתונה

עס איז ארגאנאזירט געווארן דורך דער מנהל אליין און כפי השמועה ארבייט עס זייער פיין

סתם פאר אינטערעסאנטקייט פון וויפיל מלמדים רעדט זיך עס?

א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

תגובהדורך א נעכטיגן טאג » זונטאג דעצמבער 17, 2017 9:19 am

צהלה ושמחה האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:הערטס מיך אויס: ווער ס'וויל גיבן צדקה פאר מלמדים וואס מאכן חתונה, איז זייער שיין. אבער דרייטס נישט קיין קאפ אז מ'האט אן התחייבות פאר די נעבעכדיגע מלמדים וואס פארדינען אזוי ווייניג. א מלמד איז פונקט אזא ארבעטער ווי אנדערע ארבעטער און טאמער פארדינען זיי ווייניג איז עס ווייל זייער ארבעט איז נישט ווערד מער, און זיי האבן זיך עס אליינס אויסגעוועלט. א יונגערמאן וואס שטייט ביי א רעזשיסטער און פארדינט ווייניג איז פונקט אזא רחמנות און ס'איז א גרעסערע חיוב אים צו העלפן ווי א מלמד פון די אנדערע עק וועלט


1)ביסט בארעכטיגט צו עפענענן א פאנד פאר אלע רעזשיסטער איינגעשטעלטע, דאס האט גארנישט מיט די נושא אהער, און קום נישט נאכדעם מיט א טענה אז אויך פאר טעקסי דרייווער איינגעשטעלטע דארף מען עפענן א פאנד, קענסט עפענענן ביידע.

2) בדרך כלל דער ציבור שעצט די מלמדים, זיי טיען זייער א שווערע ארבייט און א עבודת הקודש,
מענטשן קוקען אן די מלמדים מיט די פריזם פון די אייגענע קינדער, אויב האלסטו אז די מלדים זענענן נישט גארנישט ווערט צו באקימען מער באצאלט ווי זייער קליינע געהאלט דאן איז עס דיין טשויס מער איינצורייסען ביי אהבה רבה אויף גיטע קינדער, אבער עס האט נישט קיין פשט סתם צו שימפען אז די מלמדים זענענן נישט ווערט מער, זיי באקימען נישט מער באצאלט צילוב די שכר לימוד, אין אנדערע פלעצער ווי שכר לימוד איז העכער באקומען זיי אסאך מער באצאלט.

אינטערסאנט אז פאר אפיס איינגעשטעלטע איז יא דא גענוג.

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג דעצמבער 17, 2017 9:33 am

צהלה ושמחה האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:הערטס מיך אויס: ווער ס'וויל גיבן צדקה פאר מלמדים וואס מאכן חתונה, איז זייער שיין. אבער דרייטס נישט קיין קאפ אז מ'האט אן התחייבות פאר די נעבעכדיגע מלמדים וואס פארדינען אזוי ווייניג. א מלמד איז פונקט אזא ארבעטער ווי אנדערע ארבעטער און טאמער פארדינען זיי ווייניג איז עס ווייל זייער ארבעט איז נישט ווערד מער, און זיי האבן זיך עס אליינס אויסגעוועלט. א יונגערמאן וואס שטייט ביי א רעזשיסטער און פארדינט ווייניג איז פונקט אזא רחמנות און ס'איז א גרעסערע חיוב אים צו העלפן ווי א מלמד פון די אנדערע עק וועלט


1)ביסט בארעכטיגט צו עפענענן א פאנד פאר אלע רעזשיסטער איינגעשטעלטע, דאס האט גארנישט מיט די נושא אהער, און קום נישט נאכדעם מיט א טענה אז אויך פאר טעקסי דרייווער איינגעשטעלטע דארף מען עפענן א פאנד, קענסט עפענענן ביידע.

ביטע נישט פארפארן. בסה"כ האב איך געזאגט אז פאר יעדער ארימאן איז דא די זעלבע חיוב צדקה,
נישט קיין נפק"מ א מלמד, גראסערי קעשיר אדער באס דרייווער. צו גרינדן א קרן בלויז פאר מלמדים האט נישט מיט צדקה פאר מלמדים ס'איז בלויז נאך א וועג צו שטיצן די מוסדות. אדער קומט די געדאנק פון די מלמדים זעלבסט וואס ווילן זיך אליינס העלפן. דאס איז נישט קיין שלעכטע זאך, אבער איך בין פעד אפ פון דאס ארום ספינען דעם עולם.

2) בדרך כלל דער ציבור שעצט די מלמדים, זיי טיען זייער א שווערע ארבייט און א עבודת הקודש,
מענטשן קוקען אן די מלמדים מיט די פריזם פון די אייגענע קינדער, אויב האלסטו אז די מלדים זענענן נישט גארנישט ווערט צו באקימען מער באצאלט ווי זייער קליינע געהאלט דאן איז עס דיין טשויס מער איינצורייסען ביי אהבה רבה אויף גיטע קינדער, אבער עס האט נישט קיין פשט סתם צו שימפען אז די מלמדים זענענן נישט ווערט מער, זיי באקימען נישט מער באצאלט צילוב די שכר לימוד, אין אנדערע פלעצער ווי שכר לימוד איז העכער באקומען זיי אסאך מער באצאלט.

טאמער די ציבור שעצט אזוי די מלמדים און זיי האלטן אז "די מלמדים ארבייטען פאר גאר א קליינע געהאלט, און עס איז נישט מער ווי יושר זיי צו העלפן", קען מען דאך פשוט העכערן שכר לימוד און צאלן מער פאר די מלמדים בדרך כבוד? פארוואס זאלן זיי דארפן באקומען געלט פון צדקה?
און דאס וואס כ'האב געשריבן אז זייער ארבעט איז נישט ווערד מער ווי זייער געהאלט האט גארנישט מיט שומפן. די מציאות איז אז א מלמד וואס איז גאר גוט וועט באקומען א רעיז ווען ער פארלאנגט. די וואס פארדינען ווייניג איז עס ווייל די מוסד וועט זיך נישט צעקראצן טאמער זיי גייען אוועק


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אלי' מקוה יוד, יאנקעל פעדראטשיק, מה ידידות און 62 געסט