אל תחטאו בילד! פארט נישט אריבער סקול באס מיט לייטס אנגעצינדן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » פרייטאג פאברואר 22, 2019 7:35 am

נישטא קיין תירוץ פאר וואס ער האט געטון. טאמער ח"ו וואלט געשען א טראגעדיע וואלט ער געווען א פשוטע רוצח.
כל המרחם על האכזרים....

קושטא
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

תגובהדורך קושטא » פרייטאג פאברואר 22, 2019 8:33 am

nmi האט געשריבן:
קושטא האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:
קושטא האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:איך האף אויך אז ער וועט עס מער נישט קענען טוהן.

זיי נישט ברוגז, אבער די האסט די מידות פון עשו הרשע, וואס ביי אים שטייט ''עברתו שמורה נצח'' ער קען נישט מוחל זיין בשום אופן. א מענטש האט סך הכל געמאכט א טעות, טאקע א הארבע טעות, אבער געוואלד ס'איז דאך נאר א טעות.
און וועמען ווילסטו איינרעדן אז ביי דיר וואלט נישט געקענט אזאנס פאסירן, און אויב די רעדסט טאקע אזוי איין, ביסטו נאך צו דיינע פארדארבענע מידות א גרויסער שוטה אויכעט.

גראדע האב איך ליב דעם יוד אהבת נפש. ער קען קומען צו מיר עסן יעדן שבת. אבער צו א רעדל זאל ער ח"ו קיינמאל מער נישט צורירן.

איך האב נישט געזאגט אז די ווילסט אים הרגנע'ן, אבער דו ביסט נישט מוותר אויפן עונש, די קענסט נישט אריינעמען און דיין פארגויישטן קאפ, אז אפילו ס'איז געשעהן זייער נישט קיין געשמאקע זאך, אבער וויבאלד ס'איז נאר בטעות, און א טעות קען זיך מאכן ביי ''יעדן מענטש'' מאכט מען אים אויפמערקזאם אזוי ווי מ'באדארף, און שלום על ישראל.
אבער ניין, ער מוז כאפן דעם עונש פאר יעדן פרייז. און דאס איז במחילת כבודך .....

הרב קושטא. איך האלט אויך אז מ'דארף נישט גיין אזוי לחומרא אווי שטאלצער יוד. אבער א טעות? וויזוי קומט א וויהקל אן אויפן סייד וואלק בטעות און ער פארט שטייטלעך צו צו די קינדער נענטער און נענטער בטעות?

ווי שוין אויבן דערמאנט. ווען עלטערן זעהן אזא קליפ גיט דאס א גיטן צופ אין הארץ

איך האב גערעדט פון פון אן אנדערן קליפ
געזעצן זענען געמאכט געווארן, אז זיי זאלן דינען די מענטשהייט. און נישט אז די מענטשהייט זאל דינען די געזעצן.

קושטא
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

תיקון טעות

תגובהדורך קושטא » פרייטאג פאברואר 22, 2019 8:49 am

יעצט זעה איך אז איך האב גערעדט פון איין קליפ, און @שטאלצער איד האט גערעדט פונעם סיידוואק קליפ, וואס דארט איז איז שוין גאר אן אנדערע מעשה, ממילא וויל איך אים דא מפייס זיין ברבים.
לעצט פאראכטן דורך קושטא אום פרייטאג פאברואר 22, 2019 11:07 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
געזעצן זענען געמאכט געווארן, אז זיי זאלן דינען די מענטשהייט. און נישט אז די מענטשהייט זאל דינען די געזעצן.

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » פרייטאג פאברואר 22, 2019 9:07 am

יעדע קליפ וואס איז געברענגט געווארן דא אין דעם אשכול איז א שרעק, הן פון באס דרייווער און הן פון קאר דרייווער, מען דארף עס ברענגן און רעדן דערפון און מעורר זיין און פארלאנגן ביז עס וועט זיין א תיקון אין דעם ענין, מען שפארט זיך אפאר סעקונדעס אדער אפאר מינוט, און מען קען אומגליקליך מאכען יענעם און זיך אויך.

און ליידער איז א פאקט אז די זאך דארף א תיקון גדול, וואס אויסער די קליפס קען מן הסתם יעדער דא מעיד זיין אויף אפאר שוידערליכע אינצידענטן, און מען מוז טוען עפעס באצייטנס פאר עס קען חלילה קאסטן א פרייז וואס מען קען נישט באצאלן און נישט צוריקדרייען, ה"י.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5077
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג פאברואר 22, 2019 9:33 am

דער סיידוואלק דרייווער האט געטאן א אומדערהערטע משוגענע זאך, געבראכן דעם געזעץ, און בכלל איז עס עפעס וואס שטעלט זיך נישט אויפן שכל. פארט אויפן סיידוואלק אויסצומיידן א חדר באס!?.. אנבעליוועבל!

דאס שרייען ער איז א רוצח איז נישט ריכטיג [כרעד יעצט נישט פונעם אידישן פערפעקטיוו, נאר סתם קאמענסענס]. קיינעם׳ס לעבן איז נישט געווען אין קיין שום געפאר. ער איז געפארן אויף 0.5 מפש, און געסטאפט יעדע רגע, און דירעקט יא געווען פארזיכטיג ביים אדורכפירן זיין משוגעת.

משא״כ ווען א דרייווער לאזט ארויס א קינד פון באס און יאגט אפ נאך ווען ס׳קינד איז אין די 5 אינטשעס פונעם חרב חדה, אנדעם וואס דער דרייווער זאל אפילו א בליק טאן ווי דעי נשמה איז אהין געקומען, ווי כאילו ער דיסטריביוט מאגאזינען וואס מ׳ווארפט פשוט ארויס פונעם טיר און מ׳פארט ווייטער.. אדער אויב זאל א באס דרייווער פארהאקן דעם טיר פון א באס און אוועק ציען אהן בכלל קוקן אינעם ריכטונג פונעם טיר צו איינער איז בכלל אראפ, אדער איז איינער האלבוועגס אויפן ראוד.. אזא איינער איז אסאך ענדערש א *** ווי דער וואס טוט א משוגענע זאך מיט פארזיכטיקייט.

עגען, נישט אז איך סטעמפ אפ יענע דרייווער׳ס אלטס רוצחים, ז׳זענען נארמאלע און פארשטענדליכע מענטשן אידישע קינדער רחמנים בני רחמנים. פארט קען מען אמאל זיין איבערגעאיילט, ושלא בכוונה אריינלייגן אנדערע אין א לעבן׳ס געפאר.

יעצט, פונעם אידישן פערספעקטיוו. דאס איבערגעבן א איד פאר די פאליציי איז מסירה גמור, אזאנס איז אומדערהערט, דאס טאר מען אויף קיין שום פאל נישט טאן! נישט ווען יענער טוט א שרעקעדיגע זאך, און נישט ווען יענער משוגענע זאך.. מ׳טאר נישט מסרן א איד!

די קליפ וויזוי יענער פארט אויפן סיידוואלק האט מען געזעהן זיין פלעיט, מ׳האט דערגאנגען יענעם׳ס אינפארמאציע, ארומגעפויקט אין די גאנצע שטאט.. די פאליציי האבן אים צוגענומען די קאר, און זיי זיכן דעם אייגענטומער! פלוני ופלוני עסקן וואס האט זיך ספעציעל פארבינדן מיט די פאליציי וועט מיזן אפגעבן א דין וחשבון אויף וואס ער האט געטאן, ער האט גע׳מסר׳ט א צווייטע איד!.

[און פונעם חילל ה׳ וואס דער זעלבער אומפארשעמטע עסקן האט גורם געווען, מיטן געבן סטעיטמענטס פאר די מידיע רעד איך נישט אפילו]

און לאו דוקא יענער עסקן, נאר די אלע וואס האבן ארומגעפאמט יענעם׳ס פריוואטע אינפארמאציע, אריינגערעכנט אזאנע מיאוס׳ע לאזינגען באגלייט מיט שרעקליכע קללות ה״י.. האבן אויך נישט מקיים געווען דעם נצור לשונך מרע. א קליפ וואס מ׳זעהט דערין א בילד פונעם דרייווער, אדער אינפארמאציע וואס מ׳קען דורכדעם אידענטעפיצירן ווער יענער איז.. [א איד], טאק נישט ארויפגעשטעלט ווערן אויף אייוועלט! דאס גרעניצט זיך מיט לשון הרע ושפיכות דמים.

אנדערע קליפים וואס גייט ארום לעצטענס ווי מ׳זעהט בלויז א שווארצע קאר, א געלע באס.. טאן עפעס נישט אויסגעהאלטן, שרעקעדיג, אדער סתם משוגע.. און קען געניצט ווערן צו אויפמערקזאם מאכן אנדערע דרייווער.. איך האב נישט אדורכגעלערענט דעם ספר חפץ חיים וואס ר׳ הערשל קויפמאן האט איבערגעדריקט.. ס׳איז אבער עכ״פ ענדערש׳ער אויסגעהאלטן און מער עפעקטיוו.
די קראך פון די פיקל.. יוי..

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2197
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » פרייטאג פאברואר 22, 2019 9:45 am

;l;p- טשאדעלע
שפתים ישק
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » פרייטאג פאברואר 22, 2019 9:51 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:דער סיידוואלק דרייווער האט געטאן א אומדערהערטע משוגענע זאך, געבראכן דעם געזעץ, און בכלל איז עס עפעס וואס שטעלט זיך נישט אויפן שכל. פארט אויפן סיידוואלק אויסצומיידן א חדר באס!?.. אנבעליוועבל!

יעצט, פונעם אידישן פערספעקטיוו. דאס איבערגעבן א איד פאר די פאליציי איז מסירה גמור, אזאנס איז אומדערהערט, דאס טאר מען אויף קיין שום פאל נישט טאן! נישט ווען יענער טוט א שרעקעדיגע זאך, און נישט ווען יענער משוגענע זאך.. מ׳טאר נישט מסרן א איד!

די קליפ וויזוי יענער פארט אויפן סיידוואלק האט מען געזעהן זיין פלעיט, מ׳האט דערגאנגען יענעם׳ס אינפארמאציע, ארומגעפויקט אין די גאנצע שטאט.. די פאליציי האבן אים צוגענומען די קאר, און זיי זיכן דעם אייגענטומער! פלוני ופלוני עסקן וואס האט זיך ספעציעל פארבינדן מיט די פאליציי וועט מיזן אפגעבן א דין וחשבון אויף וואס ער האט געטאן, ער האט גע׳מסר׳ט א צווייטע איד!.


עס איז באקאנט די פסק פון גדולי ההוראה אז איינצוזעצן א מזיק, כדי מונע צו זיין אז ער זאל קענען טוהן הזיקות און די צוקומפט, איז א מצות פון לא תעמוד על דם רעך.

מסירה איז ווען מ'זוכט מעניש צו זיין לעבר. ווען מ'וויל זיך באהיטן אויף לעתיד, איז עס גאר א מצוה.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5077
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג פאברואר 22, 2019 9:55 am

אה, די רעדסט מסתמא פון א קליפ וואס איך האבנישט געזעהן. איך האב נישט געזעהן קיין שום קליפ ווי עימיצער האט מזיק געווען עימיצן.

אזוי אויך, אויב ביסטו אזא תלמיד חכם, זאג, מ׳האט יענעם געגעבן התראות?

[און איך רעד דייקא פון דעם קליפ, אנדערע פעלער ווי דעת תורה האט מתיר געווען מסירה לאגמוניות איז נישט די נושא דא.. וד״ל]
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום פרייטאג פאברואר 22, 2019 10:04 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
די קראך פון די פיקל.. יוי..

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » פרייטאג פאברואר 22, 2019 10:04 am

אדרבה, עס וואלט געווען א חשוב'ע זאך אז ס'קומט ארויס א דעת תורה איבער דעם מעשה.

עציץ נקוב
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

תגובהדורך עציץ נקוב » פרייטאג פאברואר 22, 2019 10:17 am

בארא פארק – די ניו יארק סיטי פאליציי האט גענומען שריט אין פארבינדונג מיט א שרעקעדיגן אינצידענט וואס האט פאסירט מיטוואך אינדערפרי פארנט פון א חדר אין בארא פארק. דער אינצידענט האט פאסירט פארנט פון דער תלמוד תורה אמרי חיים וויזשניץ, וואו א קאר האט נישט געוואלט ווארטן אויף די באסעס וואס האבן אראפגעלייגט די קינדער, און דער דרייווער איז אנשטאט ארויפגעפארן אויפ'ן סיידוואלק, שיער אראפקלאפנדיג עטליכע קינדער. די ווידעא פונעם אינצידענט איז ברייט פארשפרייט געווארן, און מיטוואך נאכט איז די פאליציי אראפגעקומען קיין בארא פארק און אוועקגעפירט די קאר.

יוד דעילי

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » פרייטאג פאברואר 22, 2019 10:20 am

כ׳אניש געוויסט אז טשאדי קען רעדן ערנסט.

פאָרט זאגט ער ריכטיג!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1540
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » פרייטאג פאברואר 22, 2019 11:25 am

@טשאדעלע, איי עגרי מיט יעדעס ווארט.

גראדע קען איך נישט אויפכאפען די פלעיט נאמבער אויפן קליפ, אבער קען זיי אז עס איז דא קלארערע ווערסיעס.

בבל
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

מענין לענין באותו ענין

תגובהדורך בבל » פרייטאג פאברואר 22, 2019 1:02 pm

מענין לענין באותו ענין איך האף אז די אשכול קען זיין די פלאטץ פאר די געדאנק
אזוי ווי דא דרייען זיך באס דרייווערס אין מען רעדט די נושא פין באסעס וויל איך דא פארשלאגן א אינטערעסאנטע געדאנק וואס וועט לינדערן אסאך פראבלעמען ווי /טרעפיק /געלט
אז אלע באסעס פין א שטאט זאל ארבעטן אינאיינעם, ענדליך ווי די באסעס זימער צי די קעטסקילס
א יעדע גאס וועט פארן נישט מער ווי איין באס פאר אינגלעך פין אלע מוסדות אין איין באס פאר מיידלעך פין אלע מוסדות ,
עס וועט זיין 1 אדער 2 אדער 4 סענטער פינקט אין יעדע שטאט ווי די קינדער וועלן אראפ גיין פין די גאס באס און ארויפגיין אויף די מוסד באס וואס וועט אפווארטן ביי די סענטער
די קלענערע קינדער וועלן ווערן געסקענט די באס פין, סיי ביי די ערשטע באס אין סיי ביי די 2 באס ביים ארויף אין ביים אראפ
עס וועט נעמען שנעלער. ווייניגער טרעפיק. עגמת נפש פאר דרייווער. אין ביליגער
וואס זאגן די באס דרייווער צי די איידיע?

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » פרייטאג פאברואר 22, 2019 1:09 pm

טראכט עס איבער בבל .......

וויפיל מוסדות זענען דא?
פון לעוועל איינס ביז צען, וויפיל דרגות אין חסידות/פרומקייט -רוף עס ווי אזוי דו ווילסט- זענען דא?
ווי גייט מען מאכן דעם סעלעקציע?
ווי לאנג גייט נעמען נאכדעם אנצוקומען צום חדר?
וכו' וכו'
ס'איז מער א שאלה פאר די מנהלים ווי פאר באס דרייווער......
. . . . . . .

בבל
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » פרייטאג פאברואר 22, 2019 1:19 pm

אגב איך האב שוין געשריבן 2 יאר צוריק די פלאן דא
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 1#p1367311

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2251
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג פאברואר 22, 2019 1:20 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:@טשאדעלע, איי עגרי מיט יעדעס ווארט.

גראדע קען איך נישט אויפכאפען די פלעיט נאמבער אויפן קליפ, אבער קען זיי אז עס איז דא קלארערע ווערסיעס.

RT.
לעצטנס יאווענען זיך דא אויפן וועלט ערנסטע דיינים אין הלכות דיני נפשות...
מ'ווייסט נישט וויפיל איין ווארט אויפן אינטערנעט קען אפטוען און שאדן מאכן פאר מענטשן ברוחניות ובגשמיות.
#חכמים_הזהרו_בדבריכם
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
Belz123
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

תגובהדורך Belz123 » פרייטאג פאברואר 22, 2019 1:44 pm

דריידל האט געשריבן:נישטא קיין תירוץ פאר וואס ער האט געטון. טאמער ח"ו וואלט געשען א טראגעדיע וואלט ער געווען א פשוטע רוצח.
כל המרחם על האכזרים....


Ok but if he promised to drive normal with all the rules are you ready to forgive him?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16936
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » פרייטאג פאברואר 22, 2019 2:12 pm

בבל האט געשריבן:מענין לענין באותו ענין איך האף אז די אשכול קען זיין די פלאטץ פאר די געדאנק
אזוי ווי דא דרייען זיך באס דרייווערס אין מען רעדט די נושא פין באסעס וויל איך דא פארשלאגן א אינטערעסאנטע געדאנק וואס וועט לינדערן אסאך פראבלעמען ווי /טרעפיק /געלט
אז אלע באסעס פין א שטאט זאל ארבעטן אינאיינעם, ענדליך ווי די באסעס זימער צי די קעטסקילס
א יעדע גאס וועט פארן נישט מער ווי איין באס פאר אינגלעך פין אלע מוסדות אין איין באס פאר מיידלעך פין אלע מוסדות ,
עס וועט זיין 1 אדער 2 אדער 4 סענטער פינקט אין יעדע שטאט ווי די קינדער וועלן אראפ גיין פין די גאס באס און ארויפגיין אויף די מוסד באס וואס וועט אפווארטן ביי די סענטער
די קלענערע קינדער וועלן ווערן געסקענט די באס פין, סיי ביי די ערשטע באס אין סיי ביי די 2 באס ביים ארויף אין ביים אראפ
עס וועט נעמען שנעלער. ווייניגער טרעפיק. עגמת נפש פאר דרייווער. אין ביליגער
וואס זאגן די באס דרייווער צי די איידיע?

כ'האלט גראדע מיט ווי א גרויסע מוסד טוט דאס, אז מ'נעמט קליינע שעפעלעך צו איין דעסטינאציע און פון דארט ווערן זיי טראנספארירט צו א צווייטע באס וואס פירט זיי צו זייער פיינעל דעסטינאציע. וואס זאל איך אייך זאגן, א ריזיגן רחמנות נעבעך אויף די שעפעלעך און ב"ה כ'שיק נישט אין יענע מוסד!
(למען האמת לעצטענס איז מיר נישט אויסגעקומען דאס צו זען, סאו כ'האף אז זיי האבן עס באמת געסטאפט)

אוועטאר
ירום הודו
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 8:28 pm

תגובהדורך ירום הודו » פרייטאג פאברואר 22, 2019 3:03 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:פונעם אידישן פערספעקטיוו. דאס איבערגעבן א איד פאר די פאליציי איז מסירה גמור, אזאנס איז אומדערהערט, דאס טאר מען אויף קיין שום פאל נישט טאן! נישט ווען יענער טוט א שרעקעדיגע זאך, און נישט ווען יענער משוגענע זאך.. מ׳טאר נישט מסרן א איד!

די קליפ וויזוי יענער פארט אויפן סיידוואלק האט מען געזעהן זיין פלעיט, מ׳האט דערגאנגען יענעם׳ס אינפארמאציע, ארומגעפויקט אין די גאנצע שטאט.. די פאליציי האבן אים צוגענומען די קאר, און זיי זיכן דעם אייגענטומער!


ס'משמע פון אייך אז דאס מפרסם זיין די קליפ איז א עוולה, מסירה, לשה"ר ועוד ועוד.

יעך פסק'ען נישט אבער יעך בין מחולק. היינו איז א וועלט וואס ס'איז מוחזק אז וואס ווערט געטון ברבים איז לייקלי אפגעכאפט סאמהאו און קען גיין וויירעל עני גיבען סעקאנד. ואדעתא דהכי קיבל לעשות.
דאס אז די באהערדע מישט זיך אריין איז קאנסיקווענצן פון זיינע מעשים נישט פון די מוסד'ס ארויסגעבן די קליפ אדער א לינק דא אויפן וועלטל צו די קליפ.
אדרבא, ס'זייער מסתבר אז ס'איז א חיוב גאר מפרסם זיין אלס לא תעמוד על דם רעך ווארענען דעם ציבור פון א שור המזיק.
די נקודה איז אז מ'זוכט נישט מחנך זיין דעם פארשוין. (אז ער וויל דוקא ראטעווען זיין רעפוטאציע קען ער זיך נעמען א ספאוקסמען אין מאכן א מיע קאלפעי. לכאורה וועט עס אים פארגעבן ווערן.) אבער דאס איז זיכער אז ווען דאס ווערט נישט מפורסם וואלט יענער געבליבן א סכנה פאר מענטשן וואס פירן זיך צו וואקן אויפן סיידוואק.
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו

הרב_שלום
שר חמשת אלפים
תגובות: 5076
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » מוצ"ש פאברואר 23, 2019 9:28 pm

ווען א מוסד וויל ארויף לאדענען די קינדער זאל זיי שטעלן איינער וואס ביים קארנער פון די בלעק און זיכער מאכען אז קיינער פארט נישט אריין
צ.ב. וויזניץ זאל שטעלן איינעם ביי 19 פאר זייער באסעס טוען אן לאדענען די קינדער,מען קען דארט ווארטען איבער 15 מינוט ביז מען ענדיגט א לאדענען אלע קינדער
Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2967
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מוצ"ש פאברואר 23, 2019 10:16 pm

ירום הודו האט געשריבן:ס'משמע פון אייך אז דאס מפרסם זיין די קליפ איז א עוולה, מסירה, לשה"ר ועוד ועוד.

יעך פסק'ען נישט אבער יעך בין מחולק. היינו איז א וועלט וואס ס'איז מוחזק אז וואס ווערט געטון ברבים איז לייקלי אפגעכאפט סאמהאו און קען גיין וויירעל עני גיבען סעקאנד. ואדעתא דהכי קיבל לעשות.



זייט ווען ווערט עס אויס מסירה, ווייל היינט איז א וועלט וואס אלעס ווערט אפגעכאפט?

לאמיר פרעגן אנדערש. אויב ווייסטו אויף א געוויסע פאל אז די פאליציי זוכט א געוויסע אינגערמאן וואס האט עפעס אנגעווערטשאפט, און ס'איז שטארק מסתבר אז זיי וועלן נאכגיין קאמערעס און איהם כאפן. איז דאס א היתר פאר דיר צו גיין מפרסם זיין אידענטיטעט?

אמאל מיטגעהאלטן א היימישע היט ענד ראן עקסידענט. א חו"מ דיין האט גע'פסק'נט אז מען טאר נישט גיין צו די פאליציי (אפילו ס'איז געווען קאמערעס)
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » זונטאג פאברואר 24, 2019 12:25 am

איך האב אזא פלאן.
מוסדות זאלען שערען בילדיניגס אלא כיתה א ב קינדער זאלען זיין אין די זעלבע בילדינג אין יעדע מוסד וועט האבען א שטאק אדער א האלבע וויפעל עס דארף האבען סא וועט זיין נאר איין באס פער בלאק פאר די קינדער וואס פארען 7 אין נאכדעם פאר די אנדערע יארגאנג.
#משיחצייטען
Sorry for my misspellings

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג פאברואר 24, 2019 9:25 am

Belz123 האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:נישטא קיין תירוץ פאר וואס ער האט געטון. טאמער ח"ו וואלט געשען א טראגעדיע וואלט ער געווען א פשוטע רוצח.
כל המרחם על האכזרים....


Ok but if he promised to drive normal with all the rules are you ready to forgive him?

ניין. איך האלט אז אזא איינער דארף באקומען א שטראף ווי למשל סוספענדן זיין לייסענס פאר א שטיק צייט.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג פאברואר 24, 2019 9:28 am

עציץ נקוב האט געשריבן:בארא פארק – די ניו יארק סיטי פאליציי האט גענומען שריט אין פארבינדונג מיט א שרעקעדיגן אינצידענט וואס האט פאסירט מיטוואך אינדערפרי פארנט פון א חדר אין בארא פארק. דער אינצידענט האט פאסירט פארנט פון דער תלמוד תורה אמרי חיים וויזשניץ, וואו א קאר האט נישט געוואלט ווארטן אויף די באסעס וואס האבן אראפגעלייגט די קינדער, און דער דרייווער איז אנשטאט ארויפגעפארן אויפ'ן סיידוואלק, שיער אראפקלאפנדיג עטליכע קינדער. די ווידעא פונעם אינצידענט איז ברייט פארשפרייט געווארן, און מיטוואך נאכט איז די פאליציי אראפגעקומען קיין בארא פארק און אוועקגעפירט די קאר.

יוד דעילי

די פאליציי איז הויפטקוואטירט און די הויפט שטאט - וויליאמסבורג און ווען ס'פעלט אויס קומען זיי אראפ קיין בארא פארק

אוועטאר
ירום הודו
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 8:28 pm

תגובהדורך ירום הודו » מאנטאג פאברואר 25, 2019 12:40 pm

הלשון האט געשריבן:
ירום הודו האט געשריבן:ס'משמע פון אייך אז דאס מפרסם זיין די קליפ איז א עוולה, מסירה, לשה"ר ועוד ועוד.

יעך פסק'ען נישט אבער יעך בין מחולק. היינו איז א וועלט וואס ס'איז מוחזק אז וואס ווערט געטון ברבים איז לייקלי אפגעכאפט סאמהאו און קען גיין וויירעל עני גיבען סעקאנד. ואדעתא דהכי קיבל לעשות.



זייט ווען ווערט עס אויס מסירה, ווייל היינט איז א וועלט וואס אלעס ווערט אפגעכאפט?

לאמיר פרעגן אנדערש. אויב ווייסטו אויף א געוויסע פאל אז די פאליציי זוכט א געוויסע אינגערמאן וואס האט עפעס אנגעווערטשאפט, און ס'איז שטארק מסתבר אז זיי וועלן נאכגיין קאמערעס און איהם כאפן. איז דאס א היתר פאר דיר צו גיין מפרסם זיין אידענטיטעט?


דו רעדסט פון גיין צו די פאליציי?! ח"ו מאן דכר שמיה.
מ'רעדט צו ס'איז א פראבלעם ארויסגעבן די ווידיאו קליפ אויף די גאס לצורך הרבים (און נישט נאר פאר טשיקאווע נייעס פון איינער וואס האס 'עפעס' אנגעווערטשאפט), הגם אז פאליטיקאנטן און ביוראקראטן קענען צוברענגן מ'זאל מאכן א קעיס פון דעם. איך זעה נישט וויאזוי ארויס געבן דעם קליפ איז מער מסירה ווי אייער זיך שושקענען אין מקוה ווער דער יעניגער איז וואס ווערט געזוכט דורך די באהערדע.

ואי משום חשש לשון הרע, איז קודם כל אין דער פאל איז די מאקסימום לשון הרע אויף א פלעיט נומער, מ'זעט נישט קיין דרייווער (וואס אגב איז אויך לכאורה נוצבאר לגבי עני קלאגעס ווילאנג ער איז זיך נישט אליין מודה). שנית, איז דא א צד אז ס'איז א אמת'ע סכנה פאר'ן ציבור וואס איז מצוה לפרסם.

(באמת וואלט מען געדארפט א ברייטע בירור להלכה ווייל ס'איז מעשים בכל יום נוגע למעשה.
למשל, איז געוועזן אן עקסידענט צווישן צוויי אחב"י אפגעכאפט אויף מיין קאמערא, מעג איך עס ארויסגעבן אז דער אומשילדיגער זאל קענען האבן א גרינגערע פעלד מיט די אינשורענס קלעים? )
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 24 געסט