אל תחטאו בילד! פארט נישט אריבער סקול באס מיט לייטס אנגעצינדן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Horizontal
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

תגובהדורך Horizontal » זונטאג פאברואר 10, 2019 3:39 pm

וועלטניק האט געשריבן:
Horizontal האט געשריבן:וואס זאגט דער עולם צו אזא איידיע,
א סטאפ זיין זאל זיין ווי א טאו בוט שטעקן די דרייווער זאל קענען בלאקן די קארן אן זיך מאכן שיף

http://www.schoolbusfleet.com/news/6858 ... al-passing

;l;p- ... און איך האב שוין געוואלט מאכן געלט דערויף...
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

קאנסילמאן
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג פאברואר 17, 2019 1:59 pm

פארלוירען א הארטביעט פון די נייע קליפ ווי א באס האט שיעור געשיקט א קינד לעולם שכילו טוב.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4532
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג פאברואר 17, 2019 2:09 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:פארלוירען א הארטביעט פון די נייע קליפ ווי א באס האט שיעור געשיקט א קינד לעולם שכילו טוב.


די רעדסט מסתמא פון דעם:

דראפבאקסגוגל דרייוו

די שולד איז לכאורה די באס, אדער גאר די פיר רעדער וואס האבן אים שיעור.. אפשר גאר די קעכער פון די ת״ת, ווייל ער האט נישט צוגעשטעלט גענוג ברויט פאר די באס׳דרייווער וואס קומען אן אין קאך הערשט נאך פרישטאג.

די דרייווער!?.. נע, וואס ווארפסטע א נאסע ליילעך אויף אזאלכע וואס באקומען אזאנע קליינע געהאלטן?.. מ׳מעג דן זיין לכף זכות אויך, אקעי?

און אויב הערסטע אז ער האט למעשה באקומען א פסק פון זיין אויבערהאר, איז עס ווייל יענער איז זעכער א אנגארישער.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

קאנסילמאן
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג פאברואר 17, 2019 2:12 pm

יא, איך רעדט פון די קליפ, עס איז א שרעעעקקק!

נודניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

תגובהדורך נודניק » זונטאג פאברואר 17, 2019 2:31 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:פארלוירען א הארטביעט פון די נייע קליפ ווי א באס האט שיעור געשיקט א קינד לעולם שכילו טוב.


די רעדסט מסתמא פון דעם:

דראפבאקסגוגל דרייוו

די שולד איז לכאורה די באס, אדער גאר די פיר רעדער וואס האבן אים שיעור.. אפשר גאר די קעכער פון די ת״ת, ווייל ער האט נישט צוגעשטעלט גענוג ברויט פאר די באס׳דרייווער וואס קומען אן אין קאך הערשט נאך פרישטאג.

די דרייווער!?.. נע, וואס ווארפסטע א נאסע ליילעך אויף אזאלכע וואס באקומען אזאנע קליינע געהאלטן?.. מ׳מעג דן זיין לכף זכות אויך, אקעי?

און אויב הערסטע אז ער האט למעשה באקומען א פסק פון זיין אויבערהאר, איז עס ווייל יענער איז זעכער א אנגארישער.



Wow just wow,

אוי זאגסטו גיט, געפייערט? אה חס ושלום, מהאט אים מן הסתם צי געגעיבן נאך א באס ראוט נאכן זען אז ער קען מאכן די סטאפס שנעלער ווי אנדערע דרייווער,

רח״ל

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

יעצט געקוקט דעם קליפ

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג פאברואר 17, 2019 5:47 pm

איך בין נישט זיכער צו מ'וואלט דאס געקענט פארמיידן, דאס איז א גרעסער קינד וואס מ'קוקט שוין נישט ווי מען לייגט אים אראפ, איך ווייס נישט פארוואס מ'האט נישט געבלאקט די גאס, אויב איז די סיבה אז דער מוסד בלאקט נישט ווייל מ'יאגט זיך איז עס א עוולה שאין כמוה, ס'איז גאנץ מעגליך אז דער קינד האט באשלאסן שוין נאכן אראפ גיין אז ער גייט יעצט קראסן, אדער אז ער איז נישט קיין "סטעדי" און ער האט גארנישט געזאגט פארן דרייווער.
ער הייבט אן אריבער צו גיין פון א פוינט וואס דער דרייווער קען אים נישט מערקן - מ'זעט כלל נישט אז דער דרייווער יאגט, פארקערט, וואלט ערזיך ווען געיאגט וואלט ווער ווייסט דעס קינד געווען
אז מ'לעבט דערלעבט מען

כשרע טעלעפאן
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » זונטאג פאברואר 17, 2019 5:55 pm

זיינע רויטע לעמפעלעך האט ער פארגעסן צו אנצינדן... שמעתי אז מען האט אים געפייערט, נישט זיכער ווי קראנט עס איז

ציקוועטשטער
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2010 2:29 pm
לאקאציע: אין קוועטש פלאץ

תגובהדורך ציקוועטשטער » זונטאג פאברואר 17, 2019 5:56 pm

lebediger berel האט געשריבן:איך בין נישט זיכער צו מ'וואלט דאס געקענט פארמיידן, דאס איז א גרעסער קינד וואס מ'קוקט שוין נישט ווי מען לייגט אים אראפ, איך ווייס נישט פארוואס מ'האט נישט געבלאקט די גאס, אויב איז די סיבה אז דער מוסד בלאקט נישט ווייל מ'יאגט זיך איז עס א עוולה שאין כמוה, ס'איז גאנץ מעגליך אז דער קינד האט באשלאסן שוין נאכן אראפ גיין אז ער גייט יעצט קראסן, אדער אז ער איז נישט קיין "סטעדי" און ער האט גארנישט געזאגט פארן דרייווער.
ער הייבט אן אריבער צו גיין פון א פוינט וואס דער דרייווער קען אים נישט מערקן - מ'זעט כלל נישט אז דער דרייווער יאגט, פארקערט, וואלט ערזיך ווען געיאגט וואלט ווער ווייסט דעס קינד געווען

ער גיבט אזא מאך צוה דעם דלת און יאגט אפ, ער יאגט זיך נישט? ער גיבט נישט קיין שאנס דאס קינד זאל בכלל ערגעץ קענען גיין.
אז מען קוועטשט ווערט מען א ציקוועטשטער

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3373
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » זונטאג פאברואר 17, 2019 5:57 pm

קוקענדיג אויף דעם קליפ זעהט מען קלאר אז דער דרייווער האט נישט געקוקט אויף זיינע 2 רינדעכיגע שפיגלעך וואס ליגט אויף ביידע זייטן פון די נאז וואס איז ספעציעל געמאכט אזוי צו קענען זעהן פון אלע זייטן, ווען ער קוקט ווען אויף זיין רעכטע שפיגל פון די נאז פאר ער נעמט אראפ די פיס פון די ברעיק איז נישט מעגליך נישט צו באמערקן דעם יונגל,

איך האב נאר א אנדערע שאלה, פארוואס זומט די קעמערע אריין? מען ברויך זייער גוט קענען זעהן דעם דרייווער פון די קעמערע אדער כאטש וואס ער טוט בשעת מעשה און צו ער קוקט אין די שפיגלעך ווי עס פארלאנגט זיך,

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג פאברואר 17, 2019 5:59 pm

ציקוועטשטער האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:איך בין נישט זיכער צו מ'וואלט דאס געקענט פארמיידן, דאס איז א גרעסער קינד וואס מ'קוקט שוין נישט ווי מען לייגט אים אראפ, איך ווייס נישט פארוואס מ'האט נישט געבלאקט די גאס, אויב איז די סיבה אז דער מוסד בלאקט נישט ווייל מ'יאגט זיך איז עס א עוולה שאין כמוה, ס'איז גאנץ מעגליך אז דער קינד האט באשלאסן שוין נאכן אראפ גיין אז ער גייט יעצט קראסן, אדער אז ער איז נישט קיין "סטעדי" און ער האט גארנישט געזאגט פארן דרייווער.
ער הייבט אן אריבער צו גיין פון א פוינט וואס דער דרייווער קען אים נישט מערקן - מ'זעט כלל נישט אז דער דרייווער יאגט, פארקערט, וואלט ערזיך ווען געיאגט וואלט ווער ווייסט דעס קינד געווען

ער גיבט אזא מאך צוה דעם דלת און יאגט אפ, ער יאגט זיך נישט? ער גיבט נישט קיין שאנס דאס קינד זאל בכלל ערגעץ קענען גיין.

אך זג נאר אז פונעם קליפ איז נישט משמע גארנישט
איך ווייס נישט די פאקטן
ווייל אויב דארפן קינדער פון די סטאפ נישט אריבער קראסן, דארף ער נישט אנצינדן קיין לעקטערס און ער דארף נישט ווארטן מער ווי דאס אז דאס קינד זאל זיין סעיף אויפן סיידוואק.
אויב אבער איז די מעשה אז דא דארפן קינדער אריבער גיין די גאס, איז די מעשה גאר עפעס אנדערש אבער דאס קענסטו פונעם קליפ נישט וויסן
אז מ'לעבט דערלעבט מען

ציקוועטשטער
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2010 2:29 pm
לאקאציע: אין קוועטש פלאץ

תגובהדורך ציקוועטשטער » זונטאג פאברואר 17, 2019 6:02 pm

קענט איר ביטע איבערקוקן די געזעצן? עטליכע באס דרייווערס דא אויפן וועלטל האבן שוין עדות געזאגט אז די רויטע לעמפלעך מוזן אייביג ארבייטן, סיי ווען מען לייגט אראפ אויף די רעכטע זייט און סיי לינקע זייט.

מען קען זען ווען די קליפ איז אויפגעבלאזן אז דער טיהר גיבט זיך א מאך צוה און דער הויבט אן תיכף צו פארן.
אז מען קוועטשט ווערט מען א ציקוועטשטער

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג פאברואר 17, 2019 6:04 pm

lebediger berel האט געשריבן:איך בין נישט זיכער צו מ'וואלט דאס געקענט פארמיידן, דאס איז א גרעסער קינד וואס מ'קוקט שוין נישט ווי מען לייגט אים אראפ, איך ווייס נישט פארוואס מ'האט נישט געבלאקט די גאס, אויב איז די סיבה אז דער מוסד בלאקט נישט ווייל מ'יאגט זיך איז עס א עוולה שאין כמוה, ס'איז גאנץ מעגליך אז דער קינד האט באשלאסן שוין נאכן אראפ גיין אז ער גייט יעצט קראסן, אדער אז ער איז נישט קיין "סטעדי" און ער האט גארנישט געזאגט פארן דרייווער.
ער הייבט אן אריבער צו גיין פון א פוינט וואס דער דרייווער קען אים נישט מערקן - מ'זעט כלל נישט אז דער דרייווער יאגט, פארקערט, וואלט ערזיך ווען געיאגט וואלט ווער ווייסט דעס קינד געווען

דאס האט טשאדעלע מקדים געווען... אז מ'גייט זיך אנעמען פאר יעדע דרייווער וואס טוט משיגענע זאכן קען אין די קימענדיגע יארן פעלן א חלק פון כלל ישראל ר"ל. מ'זעהט אזא זאך דרייט זיך יעדעמס קישקעס (אחוץ ווער ס'האט נאכנישט קיין קינדער אין חדר צו סקול) און יעדער ברויך אנריפן די מוסדות און זאגן אז די געזעצן האט מען נישט געמאכט בלויז צו עס קענען ביים ראוד טעסט. און אויב קענען זיי זיך נישט צו שטעלן דערצו צאל איך מער נישט קיין טראנספעטעשן. צו אונזער טייערסטע זאך אויף די וועלט פירט מען זיך נישט אויף אווי די סעניטעשן דעפ.

ציקוועטשטער
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2010 2:29 pm
לאקאציע: אין קוועטש פלאץ

תגובהדורך ציקוועטשטער » זונטאג פאברואר 17, 2019 6:08 pm

איבערקוקענדיג דעם קליפ מיטן זייגער דערויף קען מען זען אז דער באס איז אנגעקומען צו א האסטיגן אפשטעל אום 4:18:06, און פארט הערשט אוועק ביי ארום 4:18:20. די קליפ ענדיגט זיך ביי 4:18:24.

גיי פארשטיי וואס נאך דא איז פארגעקומען אין די עטליכע סעקונדן. אויב קען מען ארויסבאקומען דעם גאנצן בילד קען מען אפשר בעסער פארשטיין וואס דא איז פארגעקומען, און וואנעט דאס איז געווען פון 11 ביז 20.
לעצט פאראכטן דורך ציקוועטשטער אום זונטאג פאברואר 17, 2019 6:09 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אז מען קוועטשט ווערט מען א ציקוועטשטער

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג פאברואר 17, 2019 6:09 pm

lebediger berel האט געשריבן:
ציקוועטשטער האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:איך בין נישט זיכער צו מ'וואלט דאס געקענט פארמיידן, דאס איז א גרעסער קינד וואס מ'קוקט שוין נישט ווי מען לייגט אים אראפ, איך ווייס נישט פארוואס מ'האט נישט געבלאקט די גאס, אויב איז די סיבה אז דער מוסד בלאקט נישט ווייל מ'יאגט זיך איז עס א עוולה שאין כמוה, ס'איז גאנץ מעגליך אז דער קינד האט באשלאסן שוין נאכן אראפ גיין אז ער גייט יעצט קראסן, אדער אז ער איז נישט קיין "סטעדי" און ער האט גארנישט געזאגט פארן דרייווער.
ער הייבט אן אריבער צו גיין פון א פוינט וואס דער דרייווער קען אים נישט מערקן - מ'זעט כלל נישט אז דער דרייווער יאגט, פארקערט, וואלט ערזיך ווען געיאגט וואלט ווער ווייסט דעס קינד געווען

ער גיבט אזא מאך צוה דעם דלת און יאגט אפ, ער יאגט זיך נישט? ער גיבט נישט קיין שאנס דאס קינד זאל בכלל ערגעץ קענען גיין.

אך זג נאר אז פונעם קליפ איז נישט משמע גארנישט
איך ווייס נישט די פאקטן
ווייל אויב דארפן קינדער פון די סטאפ נישט אריבער קראסן, דארף ער נישט אנצינדן קיין לעקטערס און ער דארף נישט ווארטן מער ווי דאס אז דאס קינד זאל זיין סעיף אויפן סיידוואק.
אויב אבער איז די מעשה אז דא דארפן קינדער אריבער גיין די גאס, איז די מעשה גאר עפעס אנדערש אבער דאס קענסטו פונעם קליפ נישט וויסן

??? אינעם ביכל שטייט קלאר ארויס אז מיט קינדער קען מען זיך נישט אויסרעכענען און אפילו ער גייט אראפ אויף די רעכטע זייט ברויך מען זיך שטעלן שיעף צו בלאקן די טרעפיק. און אויב די דרייווער פארשטייט עס נישט אליין ברויך ער זיך גיין אויסטשעקן.

ציקוועטשטער
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2010 2:29 pm
לאקאציע: אין קוועטש פלאץ

תגובהדורך ציקוועטשטער » זונטאג פאברואר 17, 2019 6:10 pm

טעות: אין ביכל שטייט נישט וועגן זיך שטעלן שיעף, אדרבה, עס איז אומלעגאל.
אז מען קוועטשט ווערט מען א ציקוועטשטער

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג פאברואר 17, 2019 6:17 pm

ציקוועטשטער האט געשריבן:טעות: אין ביכל שטייט נישט וועגן זיך שטעלן שיעף, אדרבה, עס איז אומלעגאל.

זיי מוחל טשעק איבער סעקשן 10.2.1 אין school bus

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7335
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » זונטאג פאברואר 17, 2019 6:20 pm

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:איך האב נאר א אנדערע שאלה, פארוואס זומט די קעמערע אריין? מען ברויך זייער גוט קענען זעהן דעם דרייווער פון די קעמערע אדער כאטש וואס ער טוט בשעת מעשה און צו ער קוקט אין די שפיגלעך ווי עס פארלאנגט זיך,

די קליפ איז ריליסד געווארן צו די גאס, כמנהג בנ"י הכשרים. פאר די גאס איז נישט נוגע וואס דער דרייווער האט געטוהן, פאר די גאס דארף מען ווייזן די דראמאטישע סצענע.
די מוסד/באהערדע קען פארלאנגען די גאנצע קליפ און דן זיין.

כשרע טעלעפאן
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » זונטאג פאברואר 17, 2019 6:27 pm

nmi האט געשריבן:
ציקוועטשטער האט געשריבן:טעות: אין ביכל שטייט נישט וועגן זיך שטעלן שיעף, אדרבה, עס איז אומלעגאל.

זיי מוחל טשעק איבער סעקשן 10.2.1 אין school bus

אפשר ווייזטו ביטע אן ווי עס שטייט דא וועגן זיך שטעלן שיעף, איך זעה נישט קיין איין ווארט דערוועגן.?
Screenshot_20190217-182409_Adobe Acrobat.jpg
Screenshot_20190217-182409_Adobe Acrobat.jpg (398.45 KiB) געזעהן 369 מאל

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4532
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג פאברואר 17, 2019 6:53 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:איך האב נאר א אנדערע שאלה, פארוואס זומט די קעמערע אריין? מען ברויך זייער גוט קענען זעהן דעם דרייווער פון די קעמערע אדער כאטש וואס ער טוט בשעת מעשה און צו ער קוקט אין די שפיגלעך ווי עס פארלאנגט זיך,

די קליפ איז ריליסד געווארן צו די גאס, כמנהג בנ"י הכשרים. פאר די גאס איז נישט נוגע וואס דער דרייווער האט געטוהן, פאר די גאס דארף מען ווייזן די דראמאטישע סצענע.
די מוסד/באהערדע קען פארלאנגען די גאנצע קליפ און דן זיין.


איך ווייס וואס מ׳זעהט אויפן גאנצן קליפ, און כ׳וועל דיר זאגן נאכמער פון וואס מ׳זעהט דארט. דער יונגל וואוינט ניטאמאל קעגן איבער, ס״ה האט ער באשלאסן אריבער צו קראסן די גאס צו גיין צו זיינס א חבר. דער דרייוער איז געוואוינט אז ער גייט גלייך ארויף אויפן סיידוואלק.

און אויפן גאנצן קליפ זעהט מען ווי דער דרייווער ליינט פאר א צעטיל מיט אינסטרוקציעס וואס ער זאגט איבער פאר יעדן קינד עקסטער פאר ער טרעט אראפ פון באס, ובתוך דבריו זאגט ער אז ער זאל בשום אופן נישט אריבער קראסן, נאר גלייך ארויפגיין אויפן סיידוואלק.

האלאו, יעצט מאכט שוין די פיצי קליפ וואס די זעהסט סענס?.. ס׳איז קלאר דעם יונגל׳ס׳ שולד, וואס? א יונגל אויבער חכם!.. און דער באס דרייוער האט אים מיט רעכט געסטראשעט מיטן טויט!

עה, כ׳האב נישט געזעהן דעם קליפ. און אפילו אזוי בין איך דן דעם דרייוער לכף זכות, ער איז זעכער א חשובער יונגערמאן און פארזיכטוג ווען ס׳קומט צו סעיפטי. פארט איז ער שוין זייער געוואוינט צו זיין ארבעט, און זאכן ווערן געטאן אביסלע צו איבערגעאיילט. [אזוי ווי איך אסאך מאל ביי מיין ארבעט].

וואזשע דען, איך אויב טו איך עפעס איבערגעטריבן שנעל, האבעך דערלייגט אפאר מינוט, און אפשר אפילו אפאר דאלער. דער באס דרייווער וואס געט א ״דראַפּ אפּ״ דעם קינד אין מאכט צו דעם טיר ווינאר דער יונגל לייגט אראפ זיין צווייטע_פיס_אויפן_גאס_און_די_באס_פארט_שוין לאאאנג אוועק.. דער שפילט זיך מיט די לעבן פון אידישע קינדער. ר׳ איד. אביסעלע מחשבה, אחריות, פארזיכטיקייט.

געזעצן!?.. לייג די געזעצן אין א זייט, לאז די לעמפעלך אויסגעלאשן.. מאך נישט קיין 3 סעקונדע סטאפ ביי די סטאפ סיינס.. אבער לכה״פ מאך זעכער דעי נשמה איז אנגעקומען אויפן סיידוואלק.. עה, שוין טא מאָטש. קוק כאטש ווי ער גייט, צו ער גייט צום ריכטונג פונעם סיידוואלק אדער האט ער זיך איבערגעדרייט אויף א שטיקל אייז.

און לאמיר קלארשטעלן. כ׳ווייס עס נישט פאר א פאר א פאקט, אבער אויף די שאק פונעם האלב ערוואקסענעם אינגל קוקט אויס אז ער וואוינט גראדע יא דארט קעגן איבער, און אז דאס אריבער לויפן די גאס איז עפעס וואס ער טוט יעדן טאג.

עגען, דן זיין לכף זכות א איד מיז מען נאך אלטס, דאס האט אבער נישט קיין שייכות מיט די פאקטן וואס די אויגן זעען. יא, ער איז א שוגג, אבער ער איז נאכאלטס פאראנווארטליך עס זאל מער נישט פאסירן.

אוו קיינער זאל נישט מיינען אז דעי חברה וואס לייגן ארויס די ווידיא׳טן פירן עפעס א מערכה מיט די באס דרייווער. אין פאקט קומען לעצטענס ארויס פילע אזאנע קליפטשים וויזוי דרייוער פון קארס פירן זיך אויף ווי חיות, און אז ס׳ווערט ארויסגעלייגט פובליק [אנדעם וואס מ׳זאל זעהן ווער דאס איז שטייצעך..] קען עס ברענגען מענטשן זאלן אביסל ניצן דעם קאפ.

מיין תגובה איז שוין פערטיג.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » זונטאג פאברואר 17, 2019 7:35 pm

אויב איך האב נישט קיין טעות, אלע קליפס וואס קומען ארויס איז פון מאנסי מאנראו לעיקוואד אפשר אויך וויליאמסבורג, אין בארא ווי די באסעס גייען שיעף זעהט מען כמעט נישט קיין מעשיות.

הלוואי וואלטן אלע באסעס געהאט צוויי טירן, דאס וואלט פארמיטן אסאך מעשיות.

און הלוואי וואלט אלע באסעס געמאכט שיעף די באס אפי' עס איז איליגעל, אין בארא פארק האט מען שוין עטליכע מאל אפגעשטעלט באסעס פארן גיין שיעף, זיי האבן געלאזט גיין ווייטער נאכדעים וואס מען האט זיי געזאגט ill do everything for the safety of the children.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג פאברואר 17, 2019 7:50 pm

כשרע טעלעפאן האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
ציקוועטשטער האט געשריבן:טעות: אין ביכל שטייט נישט וועגן זיך שטעלן שיעף, אדרבה, עס איז אומלעגאל.

זיי מוחל טשעק איבער סעקשן 10.2.1 אין school bus

אפשר ווייזטו ביטע אן ווי עס שטייט דא וועגן זיך שטעלן שיעף, איך זעה נישט קיין איין ווארט דערוועגן.?
Screenshot_20190217-182409_Adobe Acrobat.jpg

אוקעי. טרעף איך עס נישט יעצט אינעם ביכל. אבער אזויפול געדענק איך אז מ'לערנט עס אויס צו טוען (99% לויט ווי איך געדענק איז עס ביי לאו).

די חשבון איז זייער א פשוטע. שטעל דיר פאר די לייגסט אראפ א קינד אויף בעדפארד עוו. און די שטייסט אויף די רעכטע לעין. אין די בעק פון דיר איז דא א טראק וואס האט זיך אויך אפגעשטעלט. אין די בעק פון די טראק איז דא א קאר וואס קען נישט זעהן די באס מיט זיין פלעשינג לייטס. ער זעהט איין זאך, די לינקע לעין איז ליידיג און א טראק קלאצט פאר אים, טראכט ער אז די טראק מאכט דא א דעליווערי. וואס טוט דעי קאר? ער פעסט די טראק און... ה"י. און ווי דערמאנט אסאך אינעם ביכל אז מיט קינדער קען מען זיך נישט אויסרעכענען

קאנסילמאן
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג פאברואר 17, 2019 8:15 pm

פארוואס איז זיך שטעלן שיף קעגן די געזעץ? וועם שטערט אז די באס שטעלט זיך שיף?

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג פאברואר 17, 2019 9:00 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:פארוואס איז זיך שטעלן שיף קעגן די געזעץ? וועם שטערט אז די באס שטעלט זיך שיף?

ס'איז נישט קעגן דעם געזעץ. כ'ווייס נישט וואס #זינגער האט דא געוואלט. כ'מיין אז אויב מ'שטעלט זיך נישט שיעף ביים ראוד טעסט פעילד מען די טעסט

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 801
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » זונטאג פאברואר 17, 2019 9:10 pm

פון די צענדליגע ווידיאוס וואס זענען געווארן ארויף געשטעלט אויף דעם אשכול 50% דערפון וואלטן די דרייווערס געקענט פארמיידן.

עס איז צייט אז די מוסדות התורה/ באס קאמפעניס זאלן נעמען ערנסט די סעיפטי פון די קינדער, און שיקן אלע דרייווערס צו א סעיפטי טרעינינג קלאס (נישט צו יוצא זיין די געזעץ נאר עס טוהן פאר די סעיפטי פון די קינדער), און יערליך זאלן די דרייווערס דארך גיין א ריפרעשמענט קורס.
אזוי אויך זאל מען לערנען מיט די קינדער וועגן סעיפטי, און רעדן צו די עלטערן וועגן סעיפטי.
ווען חלילה א אומגליק פאסירט איז שוין צו שפעט.

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1480
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » זונטאג פאברואר 17, 2019 9:14 pm

זיך שטעלן שיעף אויף א טאו וועי סטריט הייסט געפארן ראנג וועי, און מ'פעילט די ראוד טעסט פארדעם,
א שולע באס טאר "לעגאל" זיך נישט שטעלן שיעף אויף קעגנקומענדיגע טרעפיק אראפצולאזן קינדער,
אויף בעדפארד עוו. האסטו לכאורה רעכט.
היימישע דרייווערס שטעלן זיך שיעף אויפן דירעקטע פארלאנג פון די מוסדות, די מוסד נעמט געווענדליך אחריות אויף יענע טיקעטס
לעצט פאראכטן דורך איש האשכולות אום זונטאג פאברואר 17, 2019 9:18 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ביי, ברוינע באנאנע, גלגלשלג, די נקודה, וואס עפעס?, פיצי קעפעלע און 55 געסט