אל תחטאו בילד! פארט נישט אריבער סקול באס מיט לייטס אנגעצינדן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5958
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך פאברואר 06, 2019 11:17 am

שפיגליצקי האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:חכמה בגוים תאמין, א יונאין האט א גרויסע כוח.

אמת, אבער דאס איז נישט אידישלעך.

און טריעטן ארבייטערס ווי אזוי באס דרייווערס ווערן "צומאל" געטריעט איז אויך נישט אידישלעך, ס'איז א טו וועי סטריט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך פאברואר 06, 2019 11:18 am

אויך אמת, אבער דער 'מהלך' פון ארבעטן איז יא אידישלעך, ווידעראום א יוניאן איז א סאציאליסטיש געשטימטע זאך, און דאס איז קעגן די תורה.
כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו (נגעים פ"ב מ"ה)
כל הנגעים אדם רואה חוץ - יעדע פעלער/עולה וואס א מענטש זעהט ביי א צווייטן, מנגעי עצמו - איז א סימן אז ער אליינס האט אויך פון דעם פעלער, אביסל אדער אסאך (בעשה"ק זי"ע)

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך פאברואר 06, 2019 5:04 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:אויך אמת, אבער דער 'מהלך' פון ארבעטן איז יא אידישלעך, ווידעראום א יוניאן איז א סאציאליסטיש געשטימטע זאך, און דאס איז קעגן די תורה.

די איידיע פון יוניאן איז זייער א שיינע זאך

ווען מ'באראבעוועט מענטשן דערמיט ווערט עס א פראבלעם
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2642
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך פאברואר 06, 2019 5:58 pm

שקר האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:האט די מוסד שוין אפגעזאגט די באס דרייווער? אויב נישט זענען זיי פושעים וקרובים לרוצחים.

אגב אלץ איינער וואס טוט אין די נושא
די דרייווערס זענען אינטער א מורדיגע פרעשער
פון די מאמעס צי זאן אין די זעלבע צייט יעדען טאג
פון די מענעדשער צי זיין צייטליך פאר די נעקסטע ראד
פון די מנהל נישט צי דארפן שטיין אינווארטען ער זאל אנקימען
פון די הנהלה נישט צי באקומען א קאפלען אז ער לויפט אייביג שפעט
אויב מאכט זיך חס ושלום אז עס איז דא טרעפיג אינמיטען אדער קסטראקשען אין די ראד לויפט לענגער
גייט עס אן
נישט פאר די מאמע
נישט פאר די מענעדשער
נישט פאר די מנהל
נישט פאר די הנהלה
איז אוודאי טוט די דרייווער מעשוגענע זאכן ער האט ניטמאל די קאפ אויפן פלאץ

איך קען די ביזנס גאר פון די נאנט

עגרי 1000%

וואס זאל מען טון, באמת וואלט מען געדארפט מער באס דרייווער'ס, אבער נישט דער מוסדות קען דאס דערהייבן (זאלן זיי נאר פרובירן בעטן מער טראנספאטאציע געלט), ס'נישטא גענוג דרייווער'ס אויך.

לדעתי איז קלאר אז עפעס מוז געטון ווערן, אבער דאס קען נאר געטון ווערן צוזאמען, סיי די דרייווער'ס, סיי דער באס מענעדזשער, און סיי די עלטערן (איין געוויסע מוסד האב איך געזעהן זייער צעטל, וואס זיי שיקן ארום צו די עלטערן, מסביר זיין ווי אזוי ס'גייט צו א באס רוט, און וואס ס'קען אלץ גורם זיין בקביעות ביז 15 מינוט שפעט, אן דעם וואס איינער זאל זיין שולדיג, ווען די עלטערן זאלן דאס ווען עקסטעפטען, וואלטן אסאך פראבלעמען נישט געווען)
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 801
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מיטוואך פאברואר 06, 2019 8:42 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:אויך אמת, אבער דער 'מהלך' פון ארבעטן איז יא אידישלעך, ווידעראום א יוניאן איז א סאציאליסטיש געשטימטע זאך, און דאס איז קעגן די תורה.

אזוי גאר, מהיכן דנתני?

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מיטוואך פאברואר 06, 2019 8:45 pm

פומפדותא האט געשריבן:
שפיגליצקי האט געשריבן:אויך אמת, אבער דער 'מהלך' פון ארבעטן איז יא אידישלעך, ווידעראום א יוניאן איז א סאציאליסטיש געשטימטע זאך, און דאס איז קעגן די תורה.

אזוי גאר, מהיכן דנתני?

כ'זעה אז די ווייסט נישט וואס די יוניען זענען.

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 801
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מיטוואך פאברואר 06, 2019 9:03 pm

עס איז געשריבן געווארן במשך הדורות צענדליגע תשובות דערוועגן, און דא קומט איינער מיט אזא קלארע פסק אז עס איז קעגן די תורה, וויל איך וויסן, מהכן דנתני?

אוועטאר
שפיגליצקי
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך פאברואר 06, 2019 10:05 pm

פומפדותא האט געשריבן:עס איז געשריבן געווארן במשך הדורות צענדליגע תשובות דערוועגן, און דא קומט איינער מיט אזא קלארע פסק אז עס איז קעגן די תורה, וויל איך וויסן, מהכן דנתני?

איך האב נישט אדורך געטוהן די נושא אין די תשובה ספרים, לויט ווי איך פארשטיי וואס יוניאן איז, איז דאס געווען מיין השערה.

אדרבה, צייג מיר אן עטליכע מראה מקומות, אז איך זעה גדולי ישראל זאגן אנדערש צי איך צוריק.
כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו (נגעים פ"ב מ"ה)
כל הנגעים אדם רואה חוץ - יעדע פעלער/עולה וואס א מענטש זעהט ביי א צווייטן, מנגעי עצמו - איז א סימן אז ער אליינס האט אויך פון דעם פעלער, אביסל אדער אסאך (בעשה"ק זי"ע)

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 12:00 am

די טענה'רייען איבער יוניאן איז סתם נארישקייטן

מ'רעדט נישט פון מאכן א יוניאן אויף צו בעטן מער געלט. ס"ה ווילן זיי אז מ'זאל נישט פארלאנגען פון די דרייווערס צו טוהן סכנה'דיגע זאכן

יעצט לאמיר הערן. װאס איז ראנג?
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 801
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 12:21 am

בבא בתרא דף ח עמוד ב' "ורשאין בני העיר להתנות על המדות ועל השערים ועל שכר פועלים"
רש"י דברי המתחיל להסיע על קיצתם: "לקנוס את העובר על קיצת דבריהם להסיעם מדת דין תורה"

דף ט עמוד א'
"הנהו בי תרי טבחי דעבדי עניינא בהדי הדדי דכל מאן דעביד ביומא דחבריה נקרעוה למשכיה אזל חד מנייהו עבד ביומא דחבריה קרעו למשכיה אתו לקמיה דרבא חייבינהו רבא לשלומי איתיביה רב יימר בר שלמיא לרבא ולהסיע על קיצתם לא אהדר ליה רבא אמר רב פפא שפיר עבד דלא אהדר ליה מידי אה"מ היכא דליכא אדם חשוב אבל היכא דאיכא אדם חשוב לאו כל כמינייהו דמתנו"

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 801
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 12:34 am

בנוגע סטריייקן: די מנחת יצחק האט א תשובה אויב דאקטורים פון א שפיטאל מעגן סטרייקן, למעשה זאגט ער אז לעבנס וויכטיגע דאקטורים מעגן נישט.

ר משה פיינשטיין האט א תשובה וועגן איינגעשטעלטע אין א מוסד וואס ווילן סטרייקן און ער זאגט אז מען מעג נישט וועגן ביטול תורה.

לענייני, פון די תשובה פון מנחת יצחק קומט אויס אז באס דרייווערס מעגן סטרייקען, אפשר גאר א מצוה צו סטרייקן אויב זיי מיינען די סעיפטי פון די קינדער.
לויט ר' משה פיינשטיין'ס תשובה דארף מען וויסן אויב באס דרייווערס זענען גורם ביטול תורה, דאס איז זיכער אז איבער האלב דרייוערס מעגן סטרייקן, ווייל מיידלעך אין קליינע אינגלעך איז נישט ביטל תורה.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 3:14 pm

איך האב נישט גערעדט ווען די סטרייק איז נאר וועגן סעיפטי, איך רעד ווען מ'נעמט זיך צוזאם צו צווינגען דעם בעה"ב צו צאלן מער וויפיל ער וויל וכדו', אזוי אויך די התחייבות פון די ארבעטער איינער צום צווייטן וואס לאזט נישט ארבעטן איינער מער פונעם צווייטן, באקומען מער געלט פונעם צווייטן וכו'.

איבער דעם איז דא תשובות אין די ספרים?
כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו (נגעים פ"ב מ"ה)
כל הנגעים אדם רואה חוץ - יעדע פעלער/עולה וואס א מענטש זעהט ביי א צווייטן, מנגעי עצמו - איז א סימן אז ער אליינס האט אויך פון דעם פעלער, אביסל אדער אסאך (בעשה"ק זי"ע)

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 801
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 3:24 pm

דאס איז דאך א בפירושע גמרא אין בבא בתרא דף ח און דף ט קוק די גמרא וואס איך האב געברענגט.

די תשובה אין מנחת יצחק און אין אגרות משה איז וועגן געלט, די שאלה איז געוועהן אויב זיי מעגן סטרייקן ווייל זיי לייגן אריין מענטשען און א סכנה, אדער ווען זיי זענעם גורם ביטול תורה.

(פארשטייט זיך אז מען מעג נישט טוהן קיין דירעקטע פעולות וואס דער בעה"ב וועט האבן שאדן, למשל צוברעכן מאשינען וכדו')

אוועטאר
שפיגליצקי
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 3:47 pm

בני העיר מיינט די טובי העיר, זיי מעגן טאקע, אבער ארבעטער זאלן זיך צוזאם נעמען? און אויב צוואנציג ארבעטער זענען גערעגט אויף זייער גאר קליינעם געהאלט און אנדערע צען זענען צופרידן, מעגן די צוואנציג צווינגען די איבריגע צען זיך צוצושטעלן צו זייער סטרייק?
כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו (נגעים פ"ב מ"ה)
כל הנגעים אדם רואה חוץ - יעדע פעלער/עולה וואס א מענטש זעהט ביי א צווייטן, מנגעי עצמו - איז א סימן אז ער אליינס האט אויך פון דעם פעלער, אביסל אדער אסאך (בעשה"ק זי"ע)

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 801
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 4:19 pm

בני העיר מיינט מענטשען אין די שטאט (נישט טובי העיר)
אויף דף ט רעדט די גמרא פון צוויי מענטשען וואס האבן געמאכט א הסכם (כמו יוניאן).

מיר קוקט אויס אז דיין קשיא איז גאנץ אנדערע זאך, דיין קשיא איז אויב מען קען צווינגען איינעם צו אריינגיין אין א יוניאן, נישט פון דעם האמיר גערעדט. אבער אויב ארבעטערס ווילן מאכן א הסכם, אדער זיי האבן א הסכם און וויל טוהן צו די זאך מעגן זיי.

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 4:23 pm

קום איך זעהן ווי א איינער איז אריבערגעפארן א סקול באס טוט זיך אויף טישן און אויף בענק מיט יוניאן'ס/בבא בתרא גמרות/תשובות ספרים און וואס נישט...

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2864
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 5:34 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:בני העיר מיינט די טובי העיר, זיי מעגן טאקע, אבער ארבעטער זאלן זיך צוזאם נעמען? און אויב צוואנציג ארבעטער זענען גערעגט אויף זייער גאר קליינעם געהאלט און אנדערע צען זענען צופרידן, מעגן די צוואנציג צווינגען די איבריגע צען זיך צוצושטעלן צו זייער סטרייק?

לויט די לעצטע סופרים קארט געזעצן קען מען געזעצליך נישט צווינגן צו זיין א טייל פון א יוניאן, סא די שמועס איז נישט רעלעוואנט בכלל.

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 3#p1699193
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 9:17 pm

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
שפיגליצקי האט געשריבן:בני העיר מיינט די טובי העיר, זיי מעגן טאקע, אבער ארבעטער זאלן זיך צוזאם נעמען? און אויב צוואנציג ארבעטער זענען גערעגט אויף זייער גאר קליינעם געהאלט און אנדערע צען זענען צופרידן, מעגן די צוואנציג צווינגען די איבריגע צען זיך צוצושטעלן צו זייער סטרייק?

לויט די לעצטע סופרים קארט געזעצן קען מען געזעצליך נישט צווינגן צו זיין א טייל פון א יוניאן, סא די שמועס איז נישט רעלעוואנט בכלל.

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 3#p1699193

דארט ווערט נאר גערעדט וועגן רעגירונג ארבעטער.
כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו (נגעים פ"ב מ"ה)
כל הנגעים אדם רואה חוץ - יעדע פעלער/עולה וואס א מענטש זעהט ביי א צווייטן, מנגעי עצמו - איז א סימן אז ער אליינס האט אויך פון דעם פעלער, אביסל אדער אסאך (בעשה"ק זי"ע)

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: ביים טאטן און וויינגארטן

תגובהדורך נעגלוואסער » זונטאג פאברואר 10, 2019 2:41 pm

צו מאכן געלט דריקט דא
https://www.vitalcard.com/u/FEF
פאר קריטיק דריקט דא
http://c0026106.cdn1.cloudfiles.rackspa ... le-001.mp3

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1545
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » זונטאג פאברואר 10, 2019 2:57 pm

דאס איז דאך שרעקליך, מ'פרובירט כאטש צו כאפן דעם דרייווער אזא צייט?

אוועטאר
Horizontal
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

תגובהדורך Horizontal » זונטאג פאברואר 10, 2019 3:18 pm

וואס זאגט דער עולם צו אזא איידיע,
א סטאפ זיין זאל זיין ווי א טאו בוט שטעקן די דרייווער זאל קענען בלאקן די קארן אן זיך מאכן שיף
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

אוועטאר
Horizontal
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

תגובהדורך Horizontal » זונטאג פאברואר 10, 2019 3:27 pm

Horizontal האט געשריבן:וואס זאגט דער עולם צו אזא איידיע,
א סטאפ זיין זאל זיין ווי א טאו בוט שטעקן די דרייווער זאל קענען בלאקן די קארן אן זיך מאכן שיף

בערך אזאנס
צוגעלייגטע
Adobe_Post_20190210_152516.jpg
Adobe_Post_20190210_152516.jpg (733.75 KiB) געזעהן 199 מאל
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 8:28 pm

תגובהדורך ירום הודו » זונטאג פאברואר 10, 2019 3:27 pm

נעגלוואסער האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/12BY_9nXK7SzTuMNPyaBmI9zPWTbzQknE/view?usp=sharing

today in the morning


שרעקליך. אשאד מ'זעט נישט די פלעיט נומער פונעם רעקלעס דרייווער.
הערה: די דאטום אויפן קאמערא איז צוויי חדשים פאראויס.
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1545
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » זונטאג פאברואר 10, 2019 3:29 pm

Horizontal האט געשריבן:וואס זאגט דער עולם צו אזא איידיע,
א סטאפ זיין זאל זיין ווי א טאו בוט שטעקן די דרייווער זאל קענען בלאקן די קארן אן זיך מאכן שיף

http://www.schoolbusfleet.com/news/6858 ... al-passing

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1545
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » זונטאג פאברואר 10, 2019 3:32 pm

איך קלער מ'זאל מאכן ס'זאל זיך אויסשפרייטן ספייק-סטריפס, די דורכפארנדע קאר וועט זיך מער נישט וואגן אפילו בטעות דורכפארן א באס


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], אבן יקרה, גוט זאגער, יענקל בטלן, מצפה לישועה און 47 געסט