אל תחטאו בילד! פארט נישט אריבער סקול באס מיט לייטס אנגעצינדן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ויציב ונכון
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 10:44 pm

תגובהדורך ויציב ונכון » דינסטאג פאברואר 05, 2019 6:45 pm

יש בו האט געשריבן:
green sunday האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:א מענטש איז הינדערט פראצענט בארעכטיגט צו מאכן א טעות אפי' די וועלט האלט אז נישט,

א טעות יא, אבער ווארשיינדליך האט ער גרעדט אופען טעלעפאון, אז ער האט אפ' נישט באמערקט אז עס שטייט דארט נאך א ינגעל אראפציגיין דעס איז נישט א טעות מיין פריינד...

זיי בעסער מסביר אויף וואס דיין ווארשיינליך איז געבויט,
אויפן קליפ זעהט עס אויס ווי א טעות

אוודאי דארף מען אייביג דן זיין לכף זכות אבער לאמיר מסביר זיין וואס מען זעעט דא
דא זעעט מען ווי אינגעלעך האלטן אינמיטן אראפ גיין פון די באס און פלוצלינג פארמאכט זיך די טיר קענסט מיר מסביר זיין פארוואס די דרייווער קוקט נישט אויף זיין רעכטע זייט אויב איינער האלט אינמיטן אראפגיין?????? נאכדערצו אז די יונגל זעעט אויס ווי א ברודער מיט דער וואס איז שוין אראפ און ער וואלט געדארפט באמערקן ווי א יונגל שטייט ביים שוועל פונעם טיר
בקיצור ליידער זעעט זייער שטארק אויס אס ער איז פארטון אין עפעס
ער איז מסכים מיטצוגיין מיטן אמת, אבער נאר ווען די אמת גייט מיט, מיט אים.....

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג פאברואר 05, 2019 6:48 pm

איפה פייביש האט געשריבן:האללא איז דאס קינד אין ארדענונג? איינער ווייסט?


אויפן קליפ קוקט נישט אויס אז עפעס זאל בכלל האבן פאסירט, אויך זעהט מען אים לויפן אויף די צוויי פיס.

צו די מאמע איז אינארדענונג ווייסעך נישט. ס׳איז אבער זייער מעגליך אז נישט.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » דינסטאג פאברואר 05, 2019 7:00 pm

און אפשר איז די באס געווען געפאקט ביז צום טיר אז דער דרייווער האט נישט געקענט זען און נישט הערן צו ס'איז דא דארט א קינד?
וואס איך האב שוין אמאל מיטגעהאלטן בערך אזא מעשה,
און אויף דעם קענסטו אנלייגן די שילד אויף די הנהלה אדער אויף די אדמינעסטראציע.

דן זיין לכף זכות מיינט נישט אז נאר ווען די קענסט פארשטיין וואס דארט איז געווען דארפסטו דן זיין, נאר אפי' ווען די קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס דארט האט געקענט זיין דארף מען דן זיין א צווייטן איד לכף זכות, און נישט זוכן תירוצים פארוואס ס'קען נישט זיין אז ער איז א שוגג.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג פאברואר 05, 2019 8:29 pm

ס׳קליפ איז שרעקעדיג פאר זיך, און אפילו א באס דרייווער וואס דרייווט שוין קינדער 30 יאר, ווען ער זעהט דעם קליפ פארפאסט ער א הארץ קלאפ. סוי די שמועס פון יא בטעות נישט במזיד קומט בכלל נישט אריין דא.

ס׳איז אבער פארהאן מענטשן וואס מיינען אז האלטן עימיצן אקאונטעבל פאר טעותים איז טייטש אז די טעות איז נישט עקסעפטעבל. טעות! האלטן אקאונטעבל מיינט אז ער איז פאראנטווארטליך, און אין דעם פאל דארף דער דרייווער פונעם באס ווערן געהאלטן פאראנווארטליך.

פאראנטווארטליך אויף וואס?

צומאכן א טיר, און אנהויבן טרייבן דעם באס ״בשעת״.. קינדער גייען אראפ פון באס הייסט ״פארנאכלעסיגט די לעבנס פון קינדער״!.. און פארנאכלעסיקייט מיינט נאר בטעות, ווייל אזאנס צו טאן במזיד איז נישט קיין פארנאכלעסיקייט, ס׳איז רציחה! און פאר פארנאכלעסיקייט - ווען מ׳האנדלט מיט לעבנס פון קינדער, מיז מען ווערן געהאלטן פאראנווארטליך.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2933
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג פאברואר 05, 2019 8:34 pm

און אפשר האט זיין מענעדשער אים צוגעלייגט נאך עטליכע ראנס און ער "מוז" אנקומען צו די נעקסטע אויף צו בלייבן מיט זיין דזשאב...
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2933
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג פאברואר 05, 2019 8:37 pm

האמיר היינט גערעדט מיט א אויפזעהר אין די קאמפאני און די מעשה איז געווען ווי פאלגענד:
דאס קינד איז אראפגעגאנגען און די קינדער פון די קומענדע סטאפ (עטליכע הונדערט פוס אהינצו) האבען זיך געשטעלט אויף די סטעפס און פארשטעלט זיין גאנצע וויו (אן אריינגיין אין דעם אז קינדער שטייען סיי ווען אויף די באס און ספעציעל פארענט פון די ווייסע שטרייף, און נאך ערגער, אויף די טרעפ גאר)
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
Beff Jezos
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 10:01 am

תגובהדורך Beff Jezos » דינסטאג פאברואר 05, 2019 8:50 pm

איך שאקל מיך אזוי שטארק פון די קליפ אז עס איז מיר שווער צו טייפן.
אבער די באס דרייווער איז 100% פראצענט פאראנטווארטליך פאר וואס עס האט פאסירט. איך האף אז די ווידאו קומט אן צו די פאליציי און מען פארשט עס אויס ווי עס דארף.

מיין זונ'ס באס דרייווער איז א וואוילע נארמאלע (און א פאפולערע) מענטש, אבער ער זאגט תהלים בשעת'ן דרייוון די באס אינדערפרי (יא, איך האף אז די ליינסט דא..... ) און שוין עטליכע מאל וואס מיין קליינע יונגעל איז אראפגעפאלן די סטעפס בשעת'ן ארויפגיין ווייל די יאגעדיגע תהלים זאגעדיגע דרייווער הייבט אן פארן פאר די קינד איז אריבער די ווייסע ליין. און ווען איך רוף האבן טענות זאגט מען אז נאר איך קאמפלעין.

די באס מענדזשערס זענען פונקט אזוי שולדיג פארן געבן אזעלכע לאנגע רוטס פארן דרייווער. איך ווייס קלאר אז מיין זונס דרייווער פארט ארום כמעט א שעה ביז ער קומט צו מיין הויז.

עס איז צום האפן אז די מענטשן וועלן אמאל קומען צום שכל....
"הא הא הא הא הא, הו הו הו הו הו" האט זיך דזשעף בעזאס צולאכט.

עציץ נקוב
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

תגובהדורך עציץ נקוב » דינסטאג פאברואר 05, 2019 9:03 pm

צו געזונט האט געשריבן:האמיר היינט גערעדט מיט א אויפזעהר אין די קאמפאני און די מעשה איז געווען ווי פאלגענד:
דאס קינד איז אראפגעגאנגען און די קינדער פון די קומענדע סטאפ (עטליכע הונדערט פוס אהינצו) האבען זיך געשטעלט אויף די סטעפס און פארשטעלט זיין גאנצע וויו (אן אריינגיין אין דעם אז קינדער שטייען סיי ווען אויף די באס און ספעציעל פארענט פון די ווייסע שטרייף, און נאך ערגער, אויף די טרעפ גאר)

אויב ער וויל אנעמען די תירוץ גזינטערהייט אבער עס איז נישט קיין תירוץ און איך בין זיכער ווען עס איז זיין קינד וואלט ער עס נישט אנגענומען

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2933
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג פאברואר 05, 2019 9:15 pm

בכלל נישט קיין תירוץ, נאר א פאקט
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17085
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג פאברואר 05, 2019 9:43 pm

סאו וועגן דעם דארף מען גארנישט טון?

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2933
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג פאברואר 05, 2019 9:45 pm

מען ברויך אסאך, גאר אסאך טוהן. אבער מען ברויך די מיטארבעט פון די מוסדות, אז דער דרייווער זאל נישט ארבעטן אונטער א אומגעהויערע דרוק, וואס נעמט אוועק זיינע טראכטען קעיפיביליטיס
בוי זיך זעלבסט

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 831
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דינסטאג פאברואר 05, 2019 9:45 pm

האט די מוסד שוין אפגעזאגט די באס דרייווער? אויב נישט זענען זיי פושעים וקרובים לרוצחים.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7358
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג פאברואר 05, 2019 9:47 pm

אוטש, די אונגארישע פסק'נען לויט געפילן.

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 831
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דינסטאג פאברואר 05, 2019 9:48 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:אוטש, די אונגארישע פסק'נען לויט געפילן.


לויט שכל קומט אים צו פליען.

אוועטאר
א גוטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » דינסטאג פאברואר 05, 2019 10:44 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:אוטש, די אונגארישע פסק'נען לויט געפילן.

אין שו״ע ווערט געפאסקענט ״אדם מועד לעולם״ איינער וואס מאכט אזא טעות טאר נישט זיין קיין שומר אויף אונזערע קינדער! פארשטאנען!
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

אוועטאר
געשמאקע ווינטל
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 18, 2017 9:06 pm

תגובהדורך געשמאקע ווינטל » דינסטאג פאברואר 05, 2019 11:22 pm

איך גיי נישט דא דן זיין וועמען די פעטש קומט זיך
אבער איך וויל פרעגן איין שאלה:
ווען דער באס דרייווער האט א פראבלעם, ער האט צופיל סטאפס/ די קינדער זענען צופידלט אויפ'ן באס און דרייען אים אראפ די געהירן/ ער האט צו טייטע רוטס/ וכדומה
האט ער צו וועמען צו רעדן?
אדער באקומט ער עדיטוד 'דו נארישע באס דרייווער, פוץ אפ פון דא און פריי דיך מיט דיין וועידש'...?
מיט וועלכע געפילן זאל יעצט דער דרייווער דרייוון א באס???????????
איך ווייס נישט וואס די מעשה דא איז געווען, אבער איך מיין מ'דארף אביסל טראכטן אין דעם ריכטונג אויך, פאר מ'רעדט אדער שרייבט.
די בעלי בתים פון די באס קאמפאני, האבן אויך אזעלכע געפילן ווי די אלע שארפע תגובות וואס זענען דא געשריבן?
ווען די בעלי בתים פון די באס קאמפאני וואלטן אויך געהאט דעם געפיל אז מ'רעדט דא פון אזעלכע טייערע נשמה'לעך, אא"וו, וואלט מעגליך אזעלכע מעשיות נישט פאסירט.
און דאס איז נישט געזאגט געווארן דוקא ביי באס דרייווערס
וד"ל ואכמ"ל
ווער נישט געפירט דורכ'ן וועטער. אפילו ס'איז פארוואלקנט, רעגנדיג, די זון בראט, די קעלט ציפט, נישטא קיין לופט... דאך, גיב א שמייכל!

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דינסטאג פאברואר 05, 2019 11:42 pm

צו זאגען דא וואס מען זאל טיען מיטען באס דרייווער - און צו עס קומט אים עפעס - איז סתם קינדיש און דאמירן בעלמא, קיינער דא האט נישט די בעיקראונד און וויסענשאפט אריינצורעדן אין די נושא.

איך וואלט אבער פארגעשלאגען פאר די באס דרייווער זיך צוזאם צו נעמען און מאכען א אייגענע "באס דרייווער יוניאן" נוסח יונאין'ס אין אמעריקע, די באס דרייווער זאלן זיך אליינס מאכען זייערע סעפטי רולס און וויפיל טריפס זיי ווילען/קענענן נעמען א שיפט.

חכמה בגוים תאמין, א יונאין האט א גרויסע כוח.

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » דינסטאג פאברואר 05, 2019 11:46 pm

איך וויל מיר נישט באציען צו דעם פאל ווייל איך ווייס נישט וואס דארט איז געווען, אבער איך קען נישט כאפן ווי מען פרובירט דא צו בעקן דעם דרייווער ווי כאילו ער איז נישט שולדיג ווייל 'קינדער האבן אים געבלאקט'. ווען עמיצער לייגט א שווארצך ליילעך אויף דיין פראנא ווינדאו וועסטו פארן ווייטער און שרייען פארן וועלט אז ס'נישט דיין שולד?! אז מ'קען נישט זעהן פארט מען נישט, אויב א באס דרייווער האט נישט געזען מיט זיינע אויגן אלע קינדער אנקומען אויפן סיידוואלק פארט ער נישט, אפגעזען וויאזוי זיין באס מענעזשער טריעט אים, זאל ער גיין ווערן א פלאמבער אדער אפילו א שנארער, אלץ בעסער ווי א רוצח 'בשוגג'

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3454
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך פאברואר 06, 2019 12:38 am

יוראפ האט געשריבן:סאו וועגן דעם דארף מען גארנישט טון?

זיכער אז מ'דארף טון. נעקסט טיים ווען דיין באס דרייווער קומט שפעט צו דיין הויז, שריי אים נישט אן פארן קומען שפעט, נאר גריס אים שיין, אזוי וועט ער זיך נישט דארפן יאגן ביים אראפלייגן די קינדער און מאכן אזעלכע שרעקליכע טעותים/רציחות.

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3454
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך פאברואר 06, 2019 12:39 am

געשמאקע ווינטל האט געשריבן:איך גיי נישט דא דן זיין וועמען די פעטש קומט זיך
אבער איך וויל פרעגן איין שאלה:
ווען דער באס דרייווער האט א פראבלעם, ער האט צופיל סטאפס/ די קינדער זענען צופידלט אויפ'ן באס און דרייען אים אראפ די געהירן/ ער האט צו טייטע רוטס/ וכדומה
האט ער צו וועמען צו רעדן?
אדער באקומט ער עדיטוד 'דו נארישע באס דרייווער, פוץ אפ פון דא און פריי דיך מיט דיין וועידש'...?
מיט וועלכע געפילן זאל יעצט דער דרייווער דרייוון א באס???????????
איך ווייס נישט וואס די מעשה דא איז געווען, אבער איך מיין מ'דארף אביסל טראכטן אין דעם ריכטונג אויך, פאר מ'רעדט אדער שרייבט.
די בעלי בתים פון די באס קאמפאני, האבן אויך אזעלכע געפילן ווי די אלע שארפע תגובות וואס זענען דא געשריבן?
ווען די בעלי בתים פון די באס קאמפאני וואלטן אויך געהאט דעם געפיל אז מ'רעדט דא פון אזעלכע טייערע נשמה'לעך, אא"וו, וואלט מעגליך אזעלכע מעשיות נישט פאסירט.
און דאס איז נישט געזאגט געווארן דוקא ביי באס דרייווערס
וד"ל ואכמ"ל

מען דארף אויסטיילן קאפיס פון די תגובה אין אלע בתי מדרשים.

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3454
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך פאברואר 06, 2019 12:40 am

צו געזונט האט געשריבן:מען ברויך אסאך, גאר אסאך טוהן. אבער מען ברויך די מיטארבעט פון די מוסדות, אז דער דרייווער זאל נישט ארבעטן אונטער א אומגעהויערע דרוק, וואס נעמט אוועק זיינע טראכטען קעיפיביליטיס

ווי געשריבן, די גרעסטע דרוק קומט פון די עלטערן וואס שרייען אן די דרייווערס פארוואס ער קומט אזוי שפעט, נאכדעם דארף ער זיך יאגן.

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3454
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך פאברואר 06, 2019 12:46 am

שפיגליצקי האט געשריבן:רח"ל!! די מאמע האט דאס נעבעך צוגעזעהן מיט די אויגן, זי לויפט נאר נאך דעם באס נישט קוקנדיג אויף איר אינגל וואס לויפט איר אנטקעגן פאכענדיג מיט זיין סדרה צעטל.

דער וואס לויפט איר אקעגן איז דער קינד וואס איז סטאק געבליבן, ניין? ער לויפט מיטן נשמה אין האנט, זיין כוונה איז נישט צו פאכענען פרשה צעטלעך נעבעך.

אוועטאר
שקר
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » מיטוואך פאברואר 06, 2019 1:05 am

משהלע האט געשריבן:האט די מוסד שוין אפגעזאגט די באס דרייווער? אויב נישט זענען זיי פושעים וקרובים לרוצחים.

אגב אלץ איינער וואס טוט אין די נושא
די דרייווערס זענען אינטער א מורדיגע פרעשער
פון די מאמעס צי זאן אין די זעלבע צייט יעדען טאג
פון די מענעדשער צי זיין צייטליך פאר די נעקסטע ראד
פון די מנהל נישט צי דארפן שטיין אינווארטען ער זאל אנקימען
פון די הנהלה נישט צי באקומען א קאפלען אז ער לויפט אייביג שפעט
אויב מאכט זיך חס ושלום אז עס איז דא טרעפיג אינמיטען אדער קסטראקשען אין די ראד לויפט לענגער
גייט עס אן
נישט פאר די מאמע
נישט פאר די מענעדשער
נישט פאר די מנהל
נישט פאר די הנהלה
איז אוודאי טוט די דרייווער מעשוגענע זאכן ער האט ניטמאל די קאפ אויפן פלאץ

איך קען די ביזנס גאר פון די נאנט
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5288
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מיטוואך פאברואר 06, 2019 9:50 am

מיסטעריעז האט געשריבן:אוטש, די אונגארישע פסק'נען לויט געפילן.



בעסטע תגובה אין דעם אשכול.

עני גאליציאנער אוועילעבל?


שמוע בין אחיכם איז א גאליציאנע מנהג ווייזט אויס
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך פאברואר 06, 2019 11:12 am

קאנסילמאן האט געשריבן:חכמה בגוים תאמין, א יונאין האט א גרויסע כוח.

אמת, אבער דאס איז נישט אידישלעך.
כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו (נגעים פ"ב מ"ה)
כל הנגעים אדם רואה חוץ - יעדע פעלער/עולה וואס א מענטש זעהט ביי א צווייטן, מנגעי עצמו - איז א סימן אז ער אליינס האט אויך פון דעם פעלער, אביסל אדער אסאך (בעשה"ק זי"ע)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גאלדגרוב, דברים אלו, וואס טוט זיך, משמש, ר' יום טוב, רזא דגלגוליא..., שנלר און 46 געסט