אל תחטאו בילד! פארט נישט אריבער סקול באס מיט לייטס אנגעצינדן

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

דאן איז ער א פאלנער רוצח אנע צווישנשייד וואספארא וועהיקל ער האט דאן גענוצט
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

ריכטיג.
אקעי, נישט ממש ריכטיג, ווייל די עולה איז פיל ערגער ווען דו האסט א באס מיט קינדער דערויף ווי ווען דו האסט א ליידיגע קאר.
און פאר אזא איינעם האט מען אנפארטרויעט דאס ארומפירן אונזערע קינדער.

אטע דאס זאגט דער (פארשריגענער) עולם דא: גארנישט אין דער וועלט בארעכטיגט נישט אריבערפארן רויטע לייטס, אבער אויב ווילסטו 'באמת' ברענגען אז מענטשן זאלן אויפהערן עס טון דאן מוזטו אוועקנעמען די גורמים - נישט די בארעכטיגונגען ווייל אזאנס איז נישטא - ווי למשל די אביוז פון די באס דרייווערס וואס איז א דירעקטער גורם אז מענטשן זאלן - איך זאג עס איבער נאך טויזנט מאל 'אומבארעכטיגט' - פעסן די באסעס.

יעצט שרייטס ווייטער.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

טרעף דעם דרייווער אין בית מדרש און מאך א משכנתא אויף'ם, נעם די טלית פון עמוד אין בית שני, רייס אים אן די ביינער אז ער זאל נישט קענען זיצען פאר א טאג. אבער פעססען א סקול באס איז א רציחה.
מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושך חסד »

האט ער דאך אויך דאס געזאגט: אומבארעכטיגט אבער נאכאלס א גורם.
מלמהד"ד, ווען איינער זאגט אז אויב דער פרעזידענט וועט אנערקענען ירושלים וכו' וועט עס פארמערן טעראר, האט ער געזאגט אז מ'מעג?
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

פליגל האט געשריבן:טרעף דעם דרייווער אין בית מדרש און מאך א משכנתא אויף'ם, נעם די טלית פון עמוד אין בית שני, רייס אים אן די ביינער אז ער זאל נישט קענען זיצען פאר א טאג. אבער פעססען א סקול באס איז א רציחה.

;l;p- און ;l;p-
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30709
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

מושך חסד האט געשריבן:האט ער דאך אויך דאס געזאגט: אומבארעכטיגט אבער נאכאלס א גורם.
מלמהד"ד, ווען איינער זאגט אז אויב דער פרעזידענט וועט אנערקענען ירושלים וכו' וועט עס פארמערן טעראר, האט ער געזאגט אז מ'מעג?

א גורם? דערפאר ברענג מיר דא ארויס ווי שלעכט (ערגער ווי אוממענטשליכקייט פון א באס דרייווער וואס שטעלט זיך אפ ווען נישט פאסיג וכדומה) עס איז נאך אלע גורמים.

אה רעדסט פון משלים... מלמהד"ד מער צו ווען א מוסולמענער שעיך שטעלט זיך אויף זאגן, ביטע סטאפטס טעראר אויף מדינת ישראל יעצט ווייל אויב נישט גייען ענקערע קינדער מארגן געהרגעט ווערן אין אן אינוואזיע און ענקערע הייזער צעשמעטערט! ענפערט אים איינער 'אבער טראמפ איז שולדיג'! שולדיג אין וואס? איך בעט מיר דאך דא פאר דיר און דיינע זיסע קינדערלעך אז זיי זאלן בלייבן לעבן!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

בקיצור, דו ביזט נישט אינטערעסירט באמת צו דערגיין דעם שורש פון דעם פראבלעם - פארוואס מענטשן זענען זיך מיקל אין רציחה - כדי עס אפצושטעלן, דו ווילסט פשוט אויסשרייען דיין ווייטאג.

גאו עהעד.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

דער עולם האט דא א טעות,
קנאפער איז נישט געקומען מיט טענות אויפן עולם, ווען יא וואלט עטץ אפשר געהאט א פוינט מיטן האבן טענות אויף פארקערט (אפשר דעמאלטס אויך נישט),

קנאפער איז סך הכל מעורר אז מענטשן כאפן נישט וואס פאר א סכנה מען לייגט אריין די קינדער ווען מ'פעסט א באס,
די סכנה ווערט נישט ווייניגער אויב די באס דרייווערס זענען שילדיג אז מענטשן זענען אויפגערעגט, סכנה בלייבט א סכנה,

מאכט סענס?
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

דער טעות איז פארקערט: קיינער האט נישט בארעכטיגט דאס אריבערפארן, מען איז פשוט מסביר וואס איז דער גורם אז מענטשן זענען זיך מקיל אין רציחה, וואס כדי עס צו סטאפן ברויך זיין א פארבעסערונג אין דעם גורם.

באט פאר סאם ריזען האבן מאנכע אן אלערגיע צו תגובות מיט די מינדעסטע קריטיק אויף באס דרייווערס.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:און אויב וואלט דער באס - מיט קינדער דערויף - וואס האט היינט געפעסט א רויטע לאמפ אויף פול ספיד ביי מארסי-העיווערד (ארום 5:15 נאכמיטאג אויב ווילסטו דוקא וויסן) חלילה געמאכט אן ערנסטן עקסידענט וואלט מען שוין יא ערלויבט צו דן זיין צו די נעגלידזשענס ויותר פון די דרייווער גייען אריין אין חשש רציחה?

האסט אריינגעקאלט דעם מוסד דערציילען? נעקסט טיים די זעהסט אזאנס נעם די באס נומבער און קאל אריין,
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

ווען נישט די 'גורם' וואלטן מענטשן ווייניגער געפעסט?
...
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

ברור אז יא.
קיינער וויל נישט זיין קיין רוצח. מען ווערט פשוט קאלט אין דעם ענין ווען מען זעט ווי קאלט די דרייווער זעלבסט באגייען זיך.

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:און אויב וואלט דער באס - מיט קינדער דערויף - וואס האט היינט געפעסט א רויטע לאמפ אויף פול ספיד ביי מארסי-העיווערד (ארום 5:15 נאכמיטאג אויב ווילסטו דוקא וויסן) חלילה געמאכט אן ערנסטן עקסידענט וואלט מען שוין יא ערלויבט צו דן זיין צו די נעגלידזשענס ויותר פון די דרייווער גייען אריין אין חשש רציחה?

האסט אריינגעקאלט דעם מוסד דערציילען? נעקסט טיים די זעהסט אזאנס נעם די באס נומבער און קאל אריין,

איך האב געפרעגט מיין אידענע (וואס האט עס מיטגעהאלטן) די זעלבע שאלה, האט זי געזאגט אז פון שאק האט געדויערט עטליכע סעקונדעס זיך צו אריענטירן, און דער באס איז דערווייל שוין 'אוועקגעפלויגן'.
לאמיר האפן אז א צווייטער פון די שאקירטע עולם האט יא געהאט די קאפ אויפ'ן פלייצע און אראפגענומען די דיטעילס פונ'ם רוצח.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:דער טעות איז פארקערט: קיינער האט נישט בארעכטיגט דאס אריבערפארן, מען איז פשוט מסביר וואס איז דער גורם אז מענטשן זענען זיך מקיל אין רציחה, וואס כדי עס צו סטאפן ברויך זיין א פארבעסערונג אין דעם גורם.

ממה נפשך,
ווייסט דער מענטש אז פעסן א באס קען הרגענען א קינד און דאך פארט ער אריבער און די "גורם" זענען די פאר/אסאך ווילדע באס דרייווערס דאן דארף מען דעם מענטש שיקן קיין אוזבעקיסטאן אדער ווייטער,
ווייסט דער מענטש "נישט" וואס פאר א סכנה דאס איז דאן איז דער אשכול געאייגנט פאר איהם,

שטימט?
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

טענו בחיטים והודו לזכר קדשו, פעסן א סקול באס איז קרוב לרציחה. פינטל.

האסט טענות אויף א באס דרייווער וואס אביוזד זיין פאוער, שטארק מעגליך אז דו ביסט גערעכט. ס'געט אבער נישט קיין פראצענט פון א אויסרייד צו דורכפירן א קרוב לרציחה'דיגע אקט אויף מעגליך דיין אייגען קינד.

פארשטאנען?
פאר קריטיק דריקט דא
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

פארבינדן האט געשריבן:טענו בחיטים והודו לזכר קדשו, פעסן א סקול באס איז קרוב לרציחה. פינטל.

זאגט נאר, וואו האסטו געזען איינעם בארעכטיגן דאס פעסן א באס?
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלה ושמחה »

רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:
פארבינדן האט געשריבן:טענו בחיטים והודו לזכר קדשו, פעסן א סקול באס איז קרוב לרציחה. פינטל.

האסט טענות אויף א באס דרייווער וואס אביוזד זיין פאוער, שטארק מעגליך אז דו ביסט גערעכט. ס'געט אבער נישט קיין פראצענט פון א אויסרייד צו דורכפירן א קרוב לרציחה'דיגע אקט אויף מעגליך דיין אייגען קינד.

פארשטאנען?

זאגט נאר, וואו האסטו געזען איינעם בארעכטיגן דאס פעסן א באס?

וואס פונקטליך ווילסטו? און ווער דארף יעצט צירוק גיין אויפזיכען דקות'דיגע חילוקים מיט וואס האסט יא אדער נישט באשולדיגט די באס דרייווער?!

איינער האט געעפענט א אשכול איבער א נושא וואס דארף אווערנעס, דאס נישט א פורים נושא, לאז די אשכול צום נושא און פארקרוך נישט צו ענדלאזע נישט אין פלאטץ דיבאטעס.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

און די אווערנעס מעג נאר זיין אויף די חלקים פון דער פראבלעם וואס ער לאזט, נישט אויף אנדערע חלקים/גורמים פונעם זעלבן פראבלעם.

זאל זיין אזוי, געזונטערהייט.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
פעסט
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 03, 2016 3:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעסט »

פעסן א סקול באס איז קרוב לרציחה ממש און מטאר עס נישט טוען אפילו א הצלה מעמבור איז אויף א קאל און כש״כ סתם מענטשן וואס זענען נערוועס און אויפגערעגט אויף דו באס דרייווער (אפי מיט גערעכטע טענות)
אבער סאיז אויך אמת אז דו באס דרייוערס האבן א שטארקע אחריות נישט צי אויפרעגען דו קאר דרייווערס ווייל דאס קען ציברענגען צי גורם זיין א נערוועסע דרייוער צי פעסן (טאקע אומגערעכט, אבער דו באס דרייווער האט עס גורם געווען)

למשל, ‏אז מזיצט אויף לינטש סט און דו באס מאכט 4 סטאפס אין דו ערשטע פערטעל בלאק, און צוויי מאל האט דו דרייווער זיך געדארפט אויפשטעלען און אויפוועקן דאס איינגעשלאפענע 4 יעריגס ווייל סאיז נישט געווען קיין באס רבי יענע טאג, דאס מיינט אופגערעגט א דרייווער. ( כהאב מיך גראדע נישט גערעגט ווייל סאיז געווען א זונטוג און זיך נישט געיאגט )
אגב ווען מרעד פון באס דרייווערס מיינט מען נישט אלע, רוב באס דרייווערס זענען אחריתדוג
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:און די אווערנעס מעג נאר זיין אויף די חלקים פון דער פראבלעם וואס ער לאזט, נישט אויף אנדערע חלקים/גורמים פונעם זעלבן פראבלעם.

זאל זיין אזוי, געזונטערהייט.

איר זאלט מיר זייער מוחל זיין אבער דאס הייסט נישט קיין גורם, נישט בדיני תורה נישט בדיני עכו"ם, די גורם איז דער דרייווער אליין וואס קען נישט איינזיצן א רגע און ווארטן, והא ראיה זאל ווען דאס זיין פארנט פון זיין אייגן הויז בשעת זיינע אייגענע קינדער דארפן גיין אויפן באס, וואלט ער עס קיינמאל נישט געטון על אף וואס דער דרייווער האט אים געמאכט פלאצן איין גאנצע מינוט פריער מיט עפעס איינע פון די אויבנדערמאנטע אויסגערעכענטע אומרעכטן.

אויב עפעס איז דיינע תגובות א גורם צו לינדערן אביסל די גילטי קאנטשעס וואס דער דרייווער שפירט ביים דורכפארן א באס.
אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל שמעלקא »

איך האב ליידער ארויף צולייגן א קליפ אבער מען דארף ארויס שניידן נאר די חלק, קען מיר איינער אויסלערנען ווי אזוי מען קען ארויסשניידן א חלק קליפ ?
ביטע מיר מעלדן און אישי
א שכח פון פאראויס
”האסט הנאה געהאט? ווילסט נאך? געב א לייק! ס’גיבט כח צו גיין ווייטער...”
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30709
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

שמואל שמעלקא האט געשריבן:איך האב ליידער ארויף צולייגן א קליפ אבער מען דארף ארויס שניידן נאר די חלק, קען מיר איינער אויסלערנען ווי אזוי מען קען ארויסשניידן א חלק קליפ ?
ביטע מיר מעלדן און אישי
א שכח פון פאראויס

קענסט עס טון אנליין, דא https://www.aconvert.com/video/split/ אדער דא https://online-video-cutter.com
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
milech fried
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am
לאקאציע: checkmate in 1
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך milech fried »

וויאזוי צו שפילן שאך

שלעכטע נייעס פאר ביידן! סאיז דערנאך מיט טראמפ... צייט פאר א קריסטי אדמיניסטראציע!
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

ארבעט נישט
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
הורקנוס
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 12:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הורקנוס »

די מציאות, וואס יעדער אויטא דרייווער אויפן ראוד ווייסט, איז, אז קיין איין אידישע באס דרייווער, פיקט נישט אויף קינדער אויף די לינקע זייט, אן זיך מאכן שיף און גענצליך בלאקן דעם טרעפיק.

במילא ווען א קאר זעהט א באס אויפפיקן קינדער אויף א ליידיגע בעדפארד עוועניו 8:00 צופרי, אינגאנצן אויף די רעכטע זייט מיט אנגעצינדענע לייטס, זעהט ער עס נישט פאר קיין סכנה צו פעסן, און דאס איז גורם א גרינגשעצונג אין די רויטע לייטס בכלל, אפילו ווען ס'איז שוין יא א סכנה.

א באס דרייווער דארף נוצן אביסל שכל, נישט אנצוצונדען די לייטס ווען ס'איז גענצליך אומנוטיג און סתם אויפהאלטן טרעפיק.
און באמת רוב אנשטענדיגע באס דרייווערס לעשן אויס אין אזא פאל.

א באס דרייווער האט מיר אמאל געזאגט, ווען איך פיק אויף קינדער נאר אויף די רעכטע זייט ביי א טו וועי סטריט, ווי פלאשינג אדער דעוויזשן, לעש איך אלס אויס די לייטס, 'פארוואס אויפהאלטן די קעגנקומענדע טרעפיק פאר נאו גאד ריזען', זאגט ער.
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

די געזעץ פארלאנגט אז באסעס מוזן אנצינדן די רויטע לייטס "אלעמאל" ווען מ'נעמט אויף/לייגט אראפ קינדער, קיין חילוק וועלכע זייט. מען האט שוין בעבר אפגעשטעלט און געטיקעטעד באסעס וואס האבן דאס פארלאשן.

ווי אויך איז דאס א סכנה וואס בעבר האט דאס שוין געברענגט ליידער אומגליקן ווען דרייווערס האבן נישט אנגעצינדן די לייטס און א קינד איז אדער אריבערגעלאפן אומגעפרעגט אדער א טשעינדזש אוו סטאפ וכו' וכו'. ממילא איז נישט אד קיין ברירה און עס'ז ענדערש א פארנעכלעסונג פון א דרייווער עס נישט אנצוצינדן.

איי עס האלט אויף טראפיק?...

עס'ז דא עטליכע עצות דערויף וואס דער עולם ברויך נאך מסכים זיין דערצו אויך... בעסער געזאגט איעדער איז מסכים דערויף אבער נאר "יענעם'ס" קינד, ביז עק קומטט צו "מיין מאיר'קע"... נעמליך; מאכן לימיטעד סטאפס אויף א בלאק, נישט ביי "איעדע הויז" ממש, וואס אזוי ארום וועלן קאר דרייווערס נישט ווערן נערוועז אז באסעס שטעלן זיך אפ ביי איעדע גארביטש קען.

די מעלה פון אזא עצה איז אז מען וועט נישט קענען שטיין און ווארטן ביז די מאמעס קומען ארויס ווייל מען גייט שוין מוזן דארט זיין נאך איידער די באס קומט.. (כעין אזוי ווי די וואס וואוינען אין קאמפלעקסען און דעד ענדס וכדו').

אבער ווי געשמועסט; אין אדם רואה נגעי עצמו... ווען מען ברויך אז זיין סטאפ זאל זיין לכבוד דעם ביים קארנער אדער א האלבע בלאק ארויפציר דאן קומט א ווייגעשריי... אדרבה, פרובירט דאס אויס.. שטעלט אייך פאר דער מוסד זאל אייך היינט מעלדן אז "בכדי נישט אויפהאלטן איבעריג טראפיק גייט מען מאכן נאר איין סטאפ אינמיטן די בלאק"... איעדער גייט טרעפן 50 שערי היתר פ"וו "פונקט ביי אים" מוז זיין אן אויסנאם.

ביטע נישט היצט אנהויבן ארום טענה'ן איבער דעם, ווייל דער אשכול איז געאייגענט פאר אנדערע צוועקן, כ'אב נאר געברענגט א סינעריא וואס מען האט בעבר פרובירט און עס האט בעקפייערד...

אלזא, אויב איינעם שטייט אין וועג די באס טראפיק איז דא עכ"פ איין שטיקל לייזונג דערצו צו וואס דער עולם ברויך נאר מסכים זיין...
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”