ראוט 32 און רוט 17 [I86] וואודבערי איבערבוי

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » פרייטאג מאי 11, 2018 3:55 pm

אויב זינט איר ביים עקסאן גאז סטאנציע און איר ווילט אריינפארן אין טראוועי לוינט ענדערש צו פארן דורך גאסן סאיז דא טעגליך טרעפיק אויפן 17

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג מאי 11, 2018 4:54 pm

וואו איז דָוִי?

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » מיטוואך מאי 16, 2018 12:56 pm

די אריינגאנג צום טראוועי איז פריער געווען אפגעשפארט צוליב די גרויסע סיין וועלכע איז אומגעפאלן

20180516_125430.png
20180516_125430.png (451.28 KiB) געזעהן 2856 מאל

yoy
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

תגובהדורך yoy » מיטוואך מאי 16, 2018 1:38 pm

what?.. I
nobody got injured?
how did it happend

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » דאנארשטאג מאי 17, 2018 4:31 pm

אז פונקט יענע סעקונדע איז קיינער נישט דארט געווען, איז גארנישט געשען.
שומר פתאים ה'.

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » מיטוואך יוני 20, 2018 4:22 pm

שוין אויסגעגראבן די לאך ווי עס וועט לויפן די טונעל פונעם סטעיט פאליס רד. אונטערן 32 גלייך צום טראוועי

20180620_161629.jpg
20180620_161629.jpg (561.91 KiB) געזעהן 2262 מאל

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך יוני 20, 2018 4:25 pm

די חברה ארבעטן מיט א אימפעט!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מיטוואך יוני 20, 2018 4:35 pm

בס"ד

ווער ווייסט, גאווערנאר קאומא קען נאך דערקלערן זיין פרעזידענט קאנדידאטור אין א יאר-צוויי ממש אויף דעם פלאץ, זיין גרעסטע אינפראסטרוקטור טריאומף נאכ'ן טאפאן זי בריק, אויב ער ארבייט געשיקט.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

תגובהדורך לחיים טובים ולשלום » מיטוואך יוני 20, 2018 5:37 pm

טרעפיק ארוס צו די קאנטרי איז ב"ה פארגרעסערט א דאנק די ארבעט

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מיטוואך יוני 20, 2018 6:56 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

ווער ווייסט, גאווערנאר קאומא קען נאך דערקלערן זיין פרעזידענט קאנדידאטור אין א יאר-צוויי ממש אויף דעם פלאץ, זיין גרעסטע אינפראסטרוקטור טריאומף נאכ'ן טאפאן זי בריק, אויב ער ארבייט געשיקט.


געהערט אמאל אז ער איז געווען מער געצווינגען צו דעם פראיעקט ווי געוואלט, וויבאלד וואדבערי קאממאן ברענגט אריין א ריזן טעקס פאר די סטעיט און די לאקאלע פאליטישאנס האבן אים שטארק געפאשט עפעס צו טון וועגן די העדעיק וואס ס'ברענגט אן.

דאס נעמט אבער נישט אוועק די אפערטוניטי עס צו נוצן ביים קאמפיינען.

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » דאנארשטאג יוני 21, 2018 11:24 pm

אין יעדע פאך אין יעדע ליין זענען דא עקספערטן וואס ווייסן וואס זיי טוען און זיי קענען זיך אויס מיט אלע יכולת'ן ארום די זאך גרינטלעך סאך בעסער ווי אנדערע אמת'ע קלוגע מענטשען וואס האבן אבער נישט קיין ערפארונג אין די ספעציפישע ליין

אבער אמאל אמאל (זייער זעלטן) מאכט זיך אז דוקא איינער וואס איז נישט אין דערינען האט די יכולת צו זעהן און טראכטן "אוט-אוו-די-באקס" און קוקן פון אן אנדערע פערספעקטיוו, און קומט אויף מיט א קלוגערע מהלך, ווי די וואס האבן זיך שוין איינגעוואוינט זייער טראכטן גאנג אין א געוויסע אנגענומענע וועג

און מיר אלע ווייסן דעם כלל הידוע: פאר א נער ווייזט מען נישט קיין האלבע ארבייט

אבער ס'האט מיך איינער געפרעגט א שטארקע קשיא לגביי די גאנצע פראיעקט, וואס כ'ווייס נישט קיין ענטפער, און ס'איז עכ"פ גענוג אינטערעסאנט ארויפצוברענגען דא

די פראיעקט דארף צו לעזן די אנגעלייגטע טראפיק פון די פאלגענדע פלעצער וואס קומען זיך צוזאם אין איין פארפלאנטערטע אנגעשטרעגטע Bottle-Neck אינטערסעקשאן
1) טראוועי
2) 17 ,6 ,Palisades), summer Catskills traffic)
3) 32, (from old 17 onto The 17/I-86)
4) Woodbury commons shopping traffic
5) Woodbury elementary school busses morning and end of day traffic
6) local towns and village residents traffic and commute

דאס אלעס קוועטשט זיך צוזאם אין איין פרשת דרכים, און יעצט גייט מען דא אריינלייגן שווערע מיליאנען איבער צו מאכן דעם bottle neck פרשת דרכים אויפן קליגסטן וועג וואס איז שייך לפי יכולת המקום.

פרעגט זיך די קשיא פארוואס האט מען נישט געלייגט קיין דגוש קודם כל אפצוטיילן וויפיל ס'שייך אז ס'זאל זיך נישט צוזאם קומען אלע ריכטונגען אינאיינעם, דהיינו די שאפינג מאלל טרעפיק פון/צום טראוועי זאל בכלל נישט אריינקומען אהער ביי עקזיט 16 נאר האבן ווייטער ארויף א באזונדערע Mall עקזיט פונעם טראוועי דירעקט אריין אין בעק פון די אלע גרויסע פארקינג שטחים, אזויווי ס'איז דא ביי Palisades Mall Exit, און ביי crystal run crossing

און אזוי ארום וואלט מען אפשר נישט געדארפט אנקומען צו מאכן דעם קאמפליצירטן דיימאנד אינטערסעקשאן מיט די אלע טאנעלן און ראונד-עבאוטס

20180621_214748.jpg
Nys Thruway Woodbury commons Mall Exit
20180621_214748.jpg (665.48 KiB) געזעהן 1836 מאל
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4923
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג יוני 22, 2018 12:29 am

ווייל אויף די טראוועי איך רעד דארט ווי עס איז שוין א טאל ראוד האט נאר איין עקזיט יעדע פופצן מינוט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » פרייטאג יוני 22, 2018 7:55 am

צל עובר האט געשריבן:ווייל אויף די טראוועי איך רעד דארט ווי עס איז שוין א טאל ראוד האט נאר איין עקזיט יעדע פופצן מינוט.


גאנץ א שוואכע תירוץ, מ'קען ארויף רוקן די toll-booths ביז נאך יענע עקזיט
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3882
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » פרייטאג יוני 22, 2018 9:19 am

אן אינטערסטעיט הייוועי קומט מיט פילצאליגע געזעצן און רעגולאציעס, עס איז א "לימיטעד עקססעס" ראוד, און אירע רעמפס האבן ספעציעלע רעגולאציעס וויזוי זיי מעגן און ברויכן ווערן געשטעלט. אפגערעדט אז עקסעס צו א מאלל איז איינע פון די זאכן וואס איז אוממעגליך צו שטעלן גראד ארויס פון אן אינטערסטעיט הייוועי.

גראדע איז געווען א רעדע ווען מ'האט אנגעהויבן פארהאנדלען איבער'ן 17 עס זאל ווערן דעם 86 אז די ערשטע עקזיט ארויס צום 32 זאל אפגעשאפן ווערן צוליב דעם וואס עס שטימט נישט מיט די אינטערסטעיט הייוועיס רעגולאציעס. שטייצעך די לאקאלע טאונס און ווילידזשעס האבן אנגעהויבן א ליארמע אז היל"ת ווען די ראודס זענען אזוי אויך אנגעשטיפט און היצט וועט מען צולייגן די מאלל טראפיק וואס גייען ברויכן ארום פארן א ריזן אומוועג דורך די לאקאלע שטעטלישע ראודס... פון דארט איז געווארן אז מען ברויך לאזן דעם עקסיט און מ'גייט צעזעצן דעם פסוק אז פשט זאל אריינגיין.
נאט אייך א גרינע...


yoy
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

תגובהדורך yoy » פרייטאג יוני 22, 2018 1:53 pm

??? WHY DON'T THEY MAKE A SIMPLE ENTREES, RIGHT AFTER THE TOLL BOTH'S, TO THE 32 UNDERPASS, FOR MONROE AND KJ
צוגעלייגטע
TTMG_1403.JPG
TTMG_1403.JPG (284.79 KiB) געזעהן 1575 מאל
לעצט פאראכטן דורך yoy אום מוצ"ש יוני 23, 2018 11:30 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

yoy
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

תגובהדורך yoy » פרייטאג יוני 22, 2018 1:58 pm

נאך אמאל
32 צו די 17 פין די A SIMPLE ENTREES RIGHT AFTER THE TOLL BOTH
אזויווי די בילד
די געלע שטרייך האב איך געלייגט

מ'קען ארויף רוקן די toll-booths אויך אויב איז נישט דא פלאץ

yoy
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

תגובהדורך yoy » פרייטאג יוני 22, 2018 2:00 pm

יעצט גייט מען דארפען יעדען טאג מאכען דעם קאקאש, זיך דאייען אין דרייען

yoy
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

תגובהדורך yoy » פרייטאג יוני 22, 2018 2:03 pm

פלאחותיך האט געשריבן:אין יעדע פאך אין יעדע ליין זענען דא עקספערטן וואס ווייסן וואס זיי טוען און זיי קענען זיך אויס מיט אלע יכולת'ן ארום די זאך גרינטלעך סאך בעסער ווי אנדערע אמת'ע קלוגע מענטשען וואס האבן אבער נישט קיין ערפארונג אין די ספעציפישע ליין

אבער אמאל אמאל (זייער זעלטן) מאכט זיך אז דוקא איינער וואס איז נישט אין דערינען האט די יכולת צו זעהן און טראכטן "אוט-אוו-די-באקס" און קוקן פון אן אנדערע פערספעקטיוו, און קומט אויף מיט א קלוגערע מהלך, ווי די וואס האבן זיך שוין איינגעוואוינט זייער טראכטן גאנג אין א געוויסע אנגענומענע וועג

און מיר אלע ווייסן דעם כלל הידוע: פאר א נער ווייזט מען נישט קיין האלבע ארבייט

אבער ס'האט מיך איינער געפרעגט א שטארקע קשיא לגביי די גאנצע פראיעקט, וואס כ'ווייס נישט קיין ענטפער, און ס'איז עכ"פ גענוג אינטערעסאנט ארויפצוברענגען דא

די פראיעקט דארף צו לעזן די אנגעלייגטע טראפיק פון די פאלגענדע פלעצער וואס קומען זיך צוזאם אין איין פארפלאנטערטע אנגעשטרעגטע Bottle-Neck אינטערסעקשאן
1) טראוועי
2) 17 ,6 ,Palisades), summer Catskills traffic)
3) 32, (from old 17 onto The 17/I-86)
4) Woodbury commons shopping traffic
5) Woodbury elementary school busses morning and end of day traffic
6) local towns and village residents traffic and commute

דאס אלעס קוועטשט זיך צוזאם אין איין פרשת דרכים, און יעצט גייט מען דא אריינלייגן שווערע מיליאנען איבער צו מאכן דעם bottle neck פרשת דרכים אויפן קליגסטן וועג וואס איז שייך לפי יכולת המקום.

פרעגט זיך די קשיא פארוואס האט מען נישט געלייגט קיין דגוש קודם כל אפצוטיילן וויפיל ס'שייך אז ס'זאל זיך נישט צוזאם קומען אלע ריכטונגען אינאיינעם, דהיינו די שאפינג מאלל טרעפיק פון/צום טראוועי זאל בכלל נישט אריינקומען אהער ביי עקזיט 16 נאר האבן ווייטער ארויף א באזונדערע Mall עקזיט פונעם טראוועי דירעקט אריין אין בעק פון די אלע גרויסע פארקינג שטחים, אזויווי ס'איז דא ביי Palisades Mall Exit, און ביי crystal run crossing

און אזוי ארום וואלט מען אפשר נישט געדארפט אנקומען צו מאכן דעם קאמפליצירטן דיימאנד אינטערסעקשאן מיט די אלע טאנעלן און ראונד-עבאוטס

20180621_214748.jpg

חכם איינער די ביסט נישט אין ביזנעס
זייער מעגלעך Woodbury וויל האבען דעם עולם פאר נאך פלעצער... וד"ל

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4923
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג יוני 22, 2018 3:30 pm

פלאחותיך האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ווייל אויף די טראוועי איך רעד דארט ווי עס איז שוין א טאל ראוד האט נאר איין עקזיט יעדע פופצן מינוט.


גאנץ א שוואכע תירוץ, מ'קען ארויף רוקן די toll-booths ביז נאך יענע עקזיט

נישט וועגן די טאל האט עס נישט קיין עקזיט, די טראוועי איז ספעשל געמאכט פון עקזיט 15 A איז נאר דא איין עקזיט יעדע פופצן מינוט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
יוד אלף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » פרייטאג יוני 22, 2018 5:02 pm

אינטערסטעיט רעגולעישאנס איז די הויפט מכריע דא
ווילסט עפעס פארשלאגן מוזטו קענען רעגולעישאנס

yoy
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

תגובהדורך yoy » פרייטאג יוני 22, 2018 5:27 pm

ha ha,
like the known story... America (USA) spent millions of dollars, to find out a way how to write with a pen on the space, (there is an issue that there, is no gravity there) the Russians came up with a easy simple solution "a pencil" yes a pencil

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2319
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג יוני 24, 2018 1:58 am

yoy האט געשריבן:ha ha,
like the known story... America (USA) spent millions of dollars, to find out a way how to write with a pen on the space, (there is an issue that there, is no gravity there) the Russians came up with a easy simple solution "a pencil" yes a pencil

ביידיוועי די גאר באקאנטע לעגענדע איז נישט געשטויגן. נאסא האט אויך גענוצט בלייען ביז א פריוואטע פירמע פישער פעדער איז אויפגעקומען מיט א ספעציעלע פעדער וואס קען שרייבן אין ספעיס, זינט דאן קויפן אלע פון דעם.
https://www.scientificamerican.com/arti ... nasa-spen/

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4923
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג יוני 24, 2018 2:08 am

יוד אלף האט געשריבן:אינטערסטעיט רעגולעישאנס איז די הויפט מכריע דא
ווילסט עפעס פארשלאגן מוזטו קענען רעגולעישאנס

די טראוועי האט נאך שטרענגערע רעגולעישענס ווי אנדערע אינטערסטעיטס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג יוני 24, 2018 2:49 am

צל עובר האט געשריבן:
פלאחותיך האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ווייל אויף די טראוועי איך רעד דארט ווי עס איז שוין א טאל ראוד האט נאר איין עקזיט יעדע פופצן מינוט.


גאנץ א שוואכע תירוץ, מ'קען ארויף רוקן די toll-booths ביז נאך יענע עקזיט

נישט וועגן די טאל האט עס נישט קיין עקזיט, די טראוועי איז ספעשל געמאכט פון עקזיט 15 A איז נאר דא איין עקזיט יעדע פופצן מינוט.

אז מ'רעדט פון די טראוועי'ס עקזיטס, איז אינטערסאנט אז די עקזיטס אויפן I87 לויפן נישט לויט די מייל מארקער'ס.

דהיינו אין רוב הייוועי'ס נאציאנאל (למשל, גארדען סטעיט פארקוועי, I80, I280, I287 ) לויפן אלע עקזיט נומבערס צוזאמען מיט די מייל מארקער, דהיינו ביי 15 מייל וועט זיין עקזיט נומבער 15, און די נעקסטע עקזיט ביי 21 מייל וועט זיין עקזיט נומבער 21 אויסלאזענדיג די נומבערס 16-20.

משא"כ אויפן טראוועי און אויף נאך אסאך ניו יארקע הייוועי'ס לויפן די עקזיטס אויפן אמאליגן שטייגער, דהיינו עקזיט 1 איז די ערשטע עקזיט, און עקזיט 2 איז די צווייטע עקזיט נישט קיין חילוק צו עס איז אפגערוקט איינע פון צווייטן מיט א האלבע מייל אדער 10 מייל,
וועגן דעים קען זיין אויפן טראוועי א חילוק פון 15 מייל נאך עקזיט 16, און די נעקסטע עקזיט הייסט ווײטער 17.
צוגעלייגטע
Marker 1.jpg
מייל מארקער
Marker 1.jpg (35.25 KiB) געזעהן 1202 מאל
mile-marker-39401_960_720.png
מייל מארקער
mile-marker-39401_960_720.png (20.27 KiB) געזעהן 1202 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » זונטאג יוני 24, 2018 9:26 am

אין מיינע אויגן, איז דער סיסטעם פונעם טראוועי בעסער, ווייל אזוי ווייסטו גלייך וויפיל עקזיטס ארום דו דארפסט ארויספארן, וויבאלד עס גייט לויט די עקזיט נומערן, משא"כ ביי די אנדערע ראודס, ווייסטו נישט וועלכע עקזיט קומט נעקסט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”