טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:האבעך יעצט געזען א שרעקליך בילד. פאלעסטינער האבן גענומען אן אייזל, ארויפגעשפריצט דערויף די איזרעילי פאָן, און נישמער נישט ווייניגער אים פארברענט לעבעדיגערהייט.
שוין א אויספארשונג דורך דחי UN !
לאמיר האפן אז דאס וועט אויפוועקן די משוגענע חיות (כ'מיין מענטשן) וואס זארגן זיך נאר פאר די פאלעסטינע טעראריסטן ווען ביי זיי למעשה זענען די 4 פיסיגע טייערער אפילו פון טעראריסטן (כ'האף אזוי....)
אגב דאס איז די נייעס היינט פון פיינע נייעס.
יו-ען שטימט אויסצופארשן מדינת ישראל איבער עזה-פאטאליטעטן
די יונייטעד נעישאנס מענטשן-רעכט קאנסיל האט היינט אפגעשטימט צו עפענען אן אויספארשונג קעגן מדינת ישראל, צוליב די צענדליגער אראבישע פאטאליטעטן דורכאויס די עזה-ראיאטן.
מיט 29 דערפאר און צוויי וואס האבן געשטימט דערקעגן, האט דער מענטשן-רעכט קאנסיל באשלאסן צו עפענען א פארמאלע אויספארשונג קעגן מדינת ישראל, וואס דארף פארענדיגט ווערן קומענדיגן מערץ.
די פאראייניגטע שטאטן און אוסטראליע זענען געווען די איינציגע לענדער וואס האבן געשטימט דערקעגן, און פערצן אנדערע האבן זיך אפגעהאלטן פון שטימען.
דאס מדינת ישראל אויסערן מיניסטעריום האט אראפגעריסן די החלטה,
און אנגעוויזן אז דער קאנסיל האט "שוין באוויזן דורכצופירן מער אנטי-מדינת ישראל רעזאלוציעס ווי קעגן אלע אנדערע לענדער איבער דער וועלט אינאיינעם," אריינגערעכנט אזעלכע לענדער ווי איראן און סיריע, וואו מענטשן-רעכט פארלעצונגען ווערן סיסטעמאטיש דורכגעפירט.