ארגענטינע סובמארין פארשווינדן - דראמא

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

ארגענטינע סובמארין פארשווינדן - דראמא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דער איד דעלי א' ויצא

בוענאס איירעס - א סובמארין פון דער ארגענטינער נעווי איז פארלוירן געגאנגען מיט איבער דריי טעג צוריק, און דערווייל האט מען נאכנישט געפונען קיין שפור דערפון. די ״עי אר עי סאן כואן״ סובמארין האט זיך געפונען אין די וואסערן פונעם סאוט אטלאנטישן ים, נישט ווייט פון די ארגענטינער בארטנס, אויף א צען טאגיקער מיסיע, ווען ס'איז פלוצלינג פארשוואונדן געווארן פון די מיליטערישע ראדארן, מיט 44 מאטראזן דערויף. שבת איז די זוך אפעראציע סוספענדירט געווארן צוליב שווערע כוואליעס, אבער אין דער זעלבער צייט זענען אויפגעכאפט געווארן זיבן דורכגעפאלענע סאטעליט רופן דורך דעם ארגענטינער מיליטער, וואס ס'קען זיין אז די רופן זענען געקומען פון דער פארלוירענער סובמארין. עטליכע לענדער פון איבער דער וועלט האבן זיך אנגעשלאסן אין די זוכענישן, און דאס ארגענטינער מיליטער גרייט זיך דערווייל צו אן אונטערוואסער רעטונגס אפעראציע.
לעצט פארראכטן דורך פעיק ניוז אום מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 3:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דער איד דעלי ב' ויצא

ווייטערדיגע שווערע וועטערס נעכטן, האבן פארשווערט די זוך אקציע פאר׳ן פארלוירענעם מיליטערישן סובמארין פון דעם ארגענטינער מיליטער. מען פארשט ווייטער סאטעליט סיגנאלן וואס דער סובמארין האט געשיקט פאריגן מיטוואך.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דער איד דעלי ג' ויצא

נעכטן האט מען אויפגעכאפט קולות פון אונטער'ן וואסער, ביים ארט וואו דער ארגענטינער מיליטערישער סובמארין איז פארשוואונדן געווארן. די זוכענישן גייען ווייטער אן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דער איד דעלי ד' ויצא

נעכטן איז שטארק געוואקסן דער זארג איבער'ן פארשוואונדענעם סובמארין פון דעם ארגענטינער מיליטער, נאכדעם וואס ס'ווערט שוין באלד א וואך און מ'האט נאכנישט געפונען אפילו דאס מינדנסטע שפור דערפון. 44 זעלנער געפינען זיך אויפ'ן סובמארין, און נעכטן האט זיך ארויסגעשטעלט אז די צוויי סיגנאלן, וואס מען האט אין די לעצטע פאר טעג געהערט קומען פון די וואסער–טיפענישן, זענען בכלל נישט פונעם סובמארין. אויך האט מען נעכטן געהערט אז דער סובמארין וועט אויסלויפן פון אקסידזשען פאר די זעלנער, וויבאלד א סובמארין האט נאר אקסידזשען פאר 7 טעג אויב ס'קומט נישט ארויף העכער'ן וואסער. די זוכעניש איז אויסגעברייטערט געווארן נעכטן, אבער דער שטח אינעם וואסער, וואו מען זוכט, איז צוויי מאל אזוי גרויס ווי בוענאס איירעס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

און אויב טרעפט מען יעצט די סומבארין אונטערן וואסער איז דא עפעס וואס מ'קען טוהן זיי צו העלפן אויב לעבן זיי נאך? אריינפאמפן ליפט אדער עפעס אנדערש?
1 + 1 = חלה דעקל...
sholom88
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2008 6:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sholom88 »

חלהדעקל האט געשריבן:און אויב טרעפט מען יעצט די סומבארין אונטערן וואסער איז דא עפעס וואס מ'קען טוהן זיי צו העלפן אויב לעבן זיי נאך? אריינפאמפן ליפט אדער עפעס אנדערש?

לכאורה ארויפשלעפן
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

sholom88 האט געשריבן:
חלהדעקל האט געשריבן:און אויב טרעפט מען יעצט די סומבארין אונטערן וואסער איז דא עפעס וואס מ'קען טוהן זיי צו העלפן אויב לעבן זיי נאך? אריינפאמפן ליפט אדער עפעס אנדערש?

לכאורה ארויפשלעפן

ס'שלעפט זיך אזוי גרינג ארויס? איך רעד לויט די פאניק נעכטן אז זיי האבן נאך בלויז עטליכע שעה אקסינזשען צו אטעמען,

צו מעגליך איז דא א סעיף וועג צו קאנעקטן א צווייטע סאמבארין מיט די געשטראנדעטע און אריבערברענגן די פארכאפטע,

שוין געווען אמאל אז מ'זאל אויף עפעס א וועג ארויסראטעווען מענטשן פון א פארכאפטע סומבארין?
1 + 1 = חלה דעקל...
גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

Any updates?
mi a nagy ügy
גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

גרויסע-גדולה האט געשריבן:Any updates?


ביי די וועי, איז דאס א נוקליער סובמארין?
איז פארהאן חששות פון פארפעסטיגונג אויב איז עפעס געשען מיטן סובמארין?
mi a nagy ügy
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

אולי האט עס געטראפען די מאלעזיע פליגער.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

די זוכעריי איז יעצט א רעקאווערי אקציע. געוויסע ארגעניזאציעס האבן אויפגעכאפט א שטארקע אויפרייס ביים לעצטן ארט ווי די סובמארין האט זיך געפינען און די מיליטער האלט אז עס האט געזינקען במצולות הים. די געגנט איז פונקט ביי א פלאץ ווי די טיפקייט פון די וואסער גייט פון ארום 600 פיס צו ארום 16,500 טויזענט פיס. אויב האט דער שיפל נאך עספיעט אריינצופארן אין די טיפערע וואסער וועט מען פון איר בדרך הטבע מער נישט הערן.

משפחות פון די מאטראזן זענען געפערליך גערעגט אויף די מיליטער פארן זיי ערשט פארציילן פון די אויפרייס א וואך אריין אין די זוך אקציע, אבער ווי עס קוקט אויס האט די ארגענטינע נעווי אויך נישט געהאט די אינפארמאציע ביז היינט. אנדערע פארפירן אז די שיף איז שוין געבויעט געווארן אין 1980'ציגער יארן.

עקסטער ליידט די מיליטער בושות ווען עס איז באקאנט געווארן אז דער פארטיידיגונגס מיניסטאר איז געוואויר געווארן פון די גאנצע געשיכטע דורך די נייעס.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

צום לעצטן פאראגראף, זאלן זיי זיך נישט נעמען צום הארצן ביי אמעריקאנער פרעזידענטן פאסירט דאס אויכעט..
פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1893
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראהביטש »

@KolHaolam: ARGENTINA: Navy: Water entered the snorkel of the ARA San Juan submarine, causing its battery to short-circuit before it went missing on Nov 15....
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

פראהביטש האט געשריבן:@KolHaolam: ARGENTINA: Navy: Water entered the snorkel of the ARA San Juan submarine, causing its battery to short-circuit before it went missing on Nov 15....

פון וואו ווייסט מען דאס?
גיוס בנות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 2:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיוס בנות »

בוענאס איירעס – די ארגענטינער נעווי האט נעכטן ארויסגעגעבן גאר נייע דעטאלן איבער'ן פארשוואונדענעם סובמארין, וואס גיט א גענצליך ניי בילד איבער וואס עס האט פאסירט דערמיט. דער נעווי ווארטזאגער ענריקע באלבי האט דערציילט אז הארט בעפאר דער סובמארין איז פארשוואונדן געווארן מיט איינס און א האלב וואך צוריק, האט דער קאפיטאן פונעם סובמארין באריכטעט אז וואסער האט זיך אריינגעכאפט אינעווייניג, דורכ'ן ספעציעלן "סנארקעל" נאז, און דאס וואסער האט געברענגט אז די הויפט באטעריע פונעם סובמארין זאל קראכן. ווען די נעווי האט באקומען די באריכטן פונעם קאפיטאן, האבן זיי אים פארארדענט אויסצודרייען דעם סובמארין און צוריקקומען צו דער "מאר דעל פלאטא" באזע. זיי האבן פאר אומערקלערטע סיבות געמוזט פארן אונטער'ן וואסער ביים צוריקקומען צו דער באזע, און מינוטן נאך דער פארארדענונג איז דער סובמארין פארשוואונדן געווארן פון די ראדארן. אין יענע מינוטן האט זיך געהערט דער אונטערוואסער אויפרייס, וואס אמעריקאנער נעווי טעכנאלאגיע האט שפעטער געזאגט אז זיי האבן אויפגעכאפט. די פרישע אינפארמאציע האט נעכטן געברענגט פילע עקספערטן צום אויספיר אז דער סובמארין האט אויפגעריסן און ס'איז נישטא מער קיין האפענונג עס צו געפינען אדער צו טרעפן די 44 מאטראזן דערויף לעבעדיג.

דער דעלי איד
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

די פארלוירענע ארגענטינע נעווי סובמארין, איז אפגעפונען געווארן אין די טיפענישן פונעם ים, נאך א יאר זוכן. דער "סאן הואן" סובמארין איז פארלוירן געגאנגען פאראיאר נאוועמבער בשעת'ן פארן אינעם דרום אטלאנטישן ים, מיט 44 זעלנער דערויף, פירנדיג צו א מאסיווע וואכן-לאנגע זוכעניש וועלכע האט אריינגענומען דאס אמעריקאנער מיליטער און פילע מיליטערן פון איבער דער וועלט, און עס איז ערשט יעצט אפגעפונען געווארן, זייענדיג 2,850 פיס טיף אין ים. לויט ווי דאס ארגענטינער מיליטער זאגט, זעט מען פון די ברוכווארג פון דער שיף, אז עס האט געליטן עפעס אן אויפרייס, אבער עס איז דערווייל נישט קלאר וואס
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

אהבת השם האט געשריבן:די פארלוירענע ארגענטינע נעווי סובמארין, איז אפגעפונען געווארן אין די טיפענישן פונעם ים, נאך א יאר זוכן. דער "סאן הואן" סובמארין איז פארלוירן געגאנגען פאראיאר נאוועמבער בשעת'ן פארן אינעם דרום אטלאנטישן ים, מיט 44 זעלנער דערויף, פירנדיג צו א מאסיווע וואכן-לאנגע זוכעניש וועלכע האט אריינגענומען דאס אמעריקאנער מיליטער און פילע מיליטערן פון איבער דער וועלט, און עס איז ערשט יעצט אפגעפונען געווארן, זייענדיג 2,850 פיס טיף אין ים. לויט ווי דאס ארגענטינער מיליטער זאגט, זעט מען פון די ברוכווארג פון דער שיף, אז עס האט געליטן עפעס אן אויפרייס, אבער עס איז דערווייל נישט קלאר וואס

דער איד דעילי
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

וועריך געוואויר אז אינאיינעם מיט'ן סובמארין האט מען אויך געטראפן א נייעם ים.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”