תושבי מאנסי: לאזט אייך הערן

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

תושבי מאנסי: לאזט אייך הערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

גוט מארגן חשובע תושבי אייוועלט ותושבי מאנסי והגלילות.
אחדשה"ט, אזויווי מאנכע האבן פארגעלייגט און געשריבן זייער ווייטאג איידער די וואלן, זאכן וואס דארפן ווען אפשר גענומען ווערן אין באטראכט איבער די צוקונפט פון אונזער שטאט, עפן איך די אשכול ווי יעדער זאל לאזן הערן די אייגענע מיינונג מיט רעספעקט ובכבוד הראוי, וואס איז זייער מיינונג אז ס'ברויך געטוהן ווערן דורך די טאון באאמטע.

איך וועל בעז"ה דורכגיין אלע תגובות דא און פרובירן צו באקומען אן ענטפער פון די באאמטע אויף די אלע תגובות.

טערמס און קאנדישענס;
א) יעדע תגובה זאל געשריבן ווערן מיט רעספעקט.
ב) נאר אזאנא זאכן וואס די טאון איז אחראי דערויף וועט גענומען ווערן אין באטראכט (מוסדות וכדומה וועלן מיר איגנארירן)
ג) פארן שרייבן א תגובה מוז מען האבן דורכגעליינט די ראמאפאו פאר אלל וויזיע http://ramapoforall.org/our-vision/
ד) נאר תושבי מאנסי זענען בארעכטיגט
ה) זייט וויסן אז איך גאראנטי נישט גארנישט, אויב וועט זיין זאכליכע תגובות דא וועל איך מיר באמיען צו רעדן מיט די באאמטע דערוועגן, אבער אויב קום איך נישט צוריק מיט קיין ענטפערס, נישט זיין בייז.
ו) תגובות מוזן געשריבן ווערן פאר זונטאג פרשת ויצא תשע"ח לפ"ק

וזאת למודעי, לא עסקן אני ולא בן עסקן אני

עין טובה, ספעציעל פאר תושבי מאנסי יצ"ו
...
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: תושבי מאנסי: לאזט אייך הערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

די וועבסייט קוקט נישט אויס צו ארבעטן מער, סאו די תנאי קען איך נישט מקיים זיין.

לדעתי זאל זיין א טעקס אויף יעדע דירה וואס א דעוועלאפער בויט אויף צום פארקויפן, די טעקס זאל אריינגיין אין א קאסע וואס וועט גענוצט ווערן אויף צו פארברייטערן ראודס און בויען סייד וואוקס וכדומה.

אויך זאל נישט זיין אזא זאך אז א הויז וואס האט געבויט מער ווי די פערמיט זאל באקומען א סי אוו או, כעת באקומען זיי א קנס (וואס דער קונה צאהלט צום סוף), אבער עס האלט נישט אפ פון באקומען די סי אוו או, זאל מען ענדיגן מיט די קנס, אז מען בויט מער ווי די פערמיט זאל מען עס מוזן צונעמען, נישטא אזא זאך ווי באקומען א סי אוו או, פעריעד.

די זעלבע זאך בנוגע פארקינג, די פלאן מוז ווייזען פארקינג וואס איז פראקטיש, נישט סטם אז מיט א קרעין קען מען פון אויבן אריינלייגן 3 קארס, מען דארף אויך קענען אריינבעקען בשעת'ן דרייען דעם רעדל און אויפמאכן דעם טיר ארויסצוגיין, און אויב זיי דעליווערן עס נישט זאלן זיי נישט באקומען די סי אוו או, יהיה מה שיהיה.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
רייכערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2023 10:59 am
לאקאציע: אינדרויסן פון באנק מיטן ציגארעטל

Re: תושבי מאנסי: לאזט אייך הערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכערמאן »

פארוואס ווען איינער מאכט א ריזיגע לאך אינמיטן די ראוד איז עס א פעלעני אבער ווען דער זעלביגער וועט בויען מער ווי די פערמעט ערלויבט באקומט ער סה"כ א קנס (וואס איז אגב א חלק פון די ביזנעס), ער מאכט דאך חרוב די שטאט מיט דעם נאכמער ווי דער יעניגער וואס צושניידט די ראוד.
איז אפשר זאל מען דאס אויך מאכן פאר א הארב(ער)ע פארברעכן?
א פורים רב האמיר שוין, יעצט ברויך איך א רב פאר חודש ניסן, ס'דא א באנטש מיט הלכות וואס מ'דארף קענען...
אוועטאר
עדה
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 1:46 am

Re: תושבי מאנסי: לאזט אייך הערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדה »

אפראוון געשעפטן און סופערמארקעטס אין נאך געגנטער, נישט נאר אויפן 59 און מעין סט
נִצְּחוּ אֶרְאֶלִּים אֶת הַמְּצוּקִים וְנִשְׁבָּה אֲרוֹן הַקֹּדֶשׁ
אוועטאר
זילבענע לייכטער
שר האלפיים
תגובות: 2619
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2022 2:48 pm
לאקאציע: אין זילבער סטאר
פארבינד זיך:

Re: תושבי מאנסי: לאזט אייך הערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבענע לייכטער »

עדה האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 11:28 pm
אפראוון געשעפטן און סופערמארקעטס אין נאך געגנטער, נישט נאר אויפן 59 און מעין סט
גיי הייב אן רעדן צו א וואנט,
גראסרי'ס האסטע בדרך כלל אויף יעדע 5 גאס אין סענטרעל מאנסי,
איך גראדע גלייך די געדאנק פון אלע געשעפטען אויף 1 געגענט
לכבוד מיין 2000 תגובה

די נושא וואס קומט יעצט פאר אין ארץ ישראל איז זייער האקל אין מיט 1 דיבור קען מען פארלירען ביידע וועלטן (כמבאור בספה"ק)
דעריבער דארף מען זייער אכט געבן וואס מען שרייבט, ליינט, טראכט רעדן, וכו'!!!
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: תושבי מאנסי: לאזט אייך הערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

עדה האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 11:28 pm
אפראוון געשעפטן און סופערמארקעטס אין נאך געגנטער, נישט נאר אויפן 59 און מעין סט
גאמ 100x

דאס גייט לינדערן די טרעפיק פי כמה

דאס איז איינס פון די סיבות פארוואס מאנסי האט פראצענטועל אזוי ווייניג גראסעריס ביחס צו מאנראו.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
עדה
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 1:46 am

Re: תושבי מאנסי: לאזט אייך הערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדה »

רייכערמאן האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 2:23 pm
ליבי ובשרי האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 2:05 pm
מים חיים האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 1:08 pm
פעטער שמואל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 6:56 pm
מען דארף מאכן א טוירנינג לעין אויף בלאוועלט ביי 306, אזוי אז די אלע וואס דארפן גיין רעכטס ווערן נישט אויפגעהאלטן ביי די איין געלינקטער.
עס איז דא די פלאץ פארדעם.
די מצב דארט און רוב צייטן פון די טאג איז שלעכט, און נאכמיטאג איז עס זייער שלעכט. די טרעפיק ציט זיך אריין אין בלאוועלט ביז אוהעל’ער ביהמ”ד.
אויף דעם הויז מיין איך וועט יעדער מודה זיין אז סאיז א שטארקע עוולה, אפילו די וואס זענען נישט געווענליך קעגן בויען
ממש אן עקזעמפל פון די פראבלעם, מען זעט די בראך קלאר פאר די אויגן און מטוט גארנישט דערצו, נאר מען בויט גאר די הויז ממש ביזן גאס אז מען זאל עס קיינמאל נישט קענען פאררעכטן

נ. ב. אויב סקומט נישט טוירנינג לעין אריין צו קירסינג פון 306 בקרוב גייט דארט אויך ווערן אן אנזעץ, מען הייבט שוין אן זען די פראבלעם ווען קארן ווילן מאכן דארט א לינקס פון דער יידישער 6 און שטעלן אפ די טרעפיק, אדער געט מען אזא שמייס אריין אין פראנט פון אנדערע וואס פארן פולספיד
איך מיין אז די קירסינג דעועלאפערס מוזן עס מאכן.
ווארט מיר ביים קארנער...
לאור די תגובה אינעם נייעס אשכול וויל איך פארשלאגן אז ווען א דעוועלאפער ברויך צולייגן א ליניע אדער טורנינג לעין צו א ראוד זאל ער עס מוזן מאכן בעפאר ער באקומט א פערמיט צו בויען דעם הויז אדער דעוועלאפמענט

דאכט זיך אז איך האב אמאל געזען רוקעדיגע בילדער ווי איינער רעדט וועגן א נייע מקוה וואס מען האט געבויעט אין וועסט פאלם ביעטש, און ער זאגט דארט אז די טורנינג לעינס און נייע טראפיק לעמפ האבן געמוזט ווערן אינסטאלירט בעפארן אנפאנגען בויען דעם בנין
נִצְּחוּ אֶרְאֶלִּים אֶת הַמְּצוּקִים וְנִשְׁבָּה אֲרוֹן הַקֹּדֶשׁ
נייהויז
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2016 11:46 am
לאקאציע: ווי בינעך דא ?

Re: תושבי מאנסי: לאזט אייך הערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייהויז »

איך האב א געדאנק אז ווען איינער (פרייוועט דעוועלאפער, טאון, ברוינע טראקס) נעמט ארויס א פערמיט צו גראבן אויפן ראד, זאל ער דארפן אפקראצן און איבער פעווען די גאנצע ברייט פון זיין פראפערטי (אזויווי סיידוואקס) אזוי אויך די גאנצע ברייט פונעם גאס. די וועג וויאזוי מען טוט יעצט ווערט עס א געהעריגע speed bump
איך האב שוין אריין גערופן די town, געשיקט אימעיל, אויך צו מארגערטטן.
ונראה מה יהי' חלומותיו
קעמערשעל מארטגעדשעס
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 9:52 pm

Re: תושבי מאנסי: לאזט אייך הערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעמערשעל מארטגעדשעס »

פון אמעריקע האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:54 pm
די וועבסייט קוקט נישט אויס צו ארבעטן מער, סאו די תנאי קען איך נישט מקיים זיין.

לדעתי זאל זיין א טעקס אויף יעדע דירה וואס א דעוועלאפער בויט אויף צום פארקויפן, די טעקס זאל אריינגיין אין א קאסע וואס וועט גענוצט ווערן אויף צו פארברייטערן ראודס און בויען סייד וואוקס וכדומה.

אויך זאל נישט זיין אזא זאך אז א הויז וואס האט געבויט מער ווי די פערמיט זאל באקומען א סי אוו או, כעת באקומען זיי א קנס (וואס דער קונה צאהלט צום סוף), אבער עס האלט נישט אפ פון באקומען די סי אוו או, זאל מען ענדיגן מיט די קנס, אז מען בויט מער ווי די פערמיט זאל מען עס מוזן צונעמען, נישטא אזא זאך ווי באקומען א סי אוו או, פעריעד.

די זעלבע זאך בנוגע פארקינג, די פלאן מוז ווייזען פארקינג וואס איז פראקטיש, נישט סטם אז מיט א קרעין קען מען פון אויבן אריינלייגן 3 קארס, מען דארף אויך קענען אריינבעקען בשעת'ן דרייען דעם רעדל און אויפמאכן דעם טיר ארויסצוגיין, און אויב זיי דעליווערן עס נישט זאלן זיי נישט באקומען די סי אוו או, יהיה מה שיהיה.
פארוואס פארשטייט איר אז די קנס פאלט אויפן קונה, משא"כ אייער פארגעשלאגענע נייע "דעוועלעפערס טעקס" וועט דער דעוועלעפער צאלן פין זיין פריוואטע אפגעשפארטע חתונה געלט?
אויף יעדע דאלער וואס דעוועלעפמענט גייט ארויף גייט דאס גראד (מיט אלע רעכטן) צים קונה.
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: תושבי מאנסי: לאזט אייך הערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

קעמערשעל מארטגעדשעס האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:18 pm

כ'ווייס נישט וואס דו ווילסט, דעוועלאפערס האבן אלע רעכטן צו בויען נאר וויפיל זייער פערמיט ערלויבט, ווער צווינגט זיי צו בויען מער?

און אויב בויען זיי מער ווי די געגנט קען דערהייבן, זאל דאס זיין א פארט אוו דאוינג ביזנעס, עס קאסט זיי פערמיטס, עס קאסט זיי האלץ, זאל זיין פארט פון די קאסטן צו מאכן זיכער אז אנדערע אידן ליידן נישט, עס לוינט זיך נישט אזוי? גיי זיך דיר א צווייטע וועג צו שפארן חתונה געלט (מ'רעדט דא פון שווערע מיליאנערן, וועמען טרייסטו איינצורעדן אנדערש?) וואס אינוואלד נישט שווער מאכן פאר א גאנצע שטאט אידן.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
קעמערשעל מארטגעדשעס
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2022 9:52 pm

Re: תושבי מאנסי: לאזט אייך הערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעמערשעל מארטגעדשעס »

פון אמעריקע האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:19 pm
קעמערשעל מארטגעדשעס האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:18 pm
פון אמעריקע האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:54 pm
די וועבסייט קוקט נישט אויס צו ארבעטן מער, סאו די תנאי קען איך נישט מקיים זיין.

לדעתי זאל זיין א טעקס אויף יעדע דירה וואס א דעוועלאפער בויט אויף צום פארקויפן, די טעקס זאל אריינגיין אין א קאסע וואס וועט גענוצט ווערן אויף צו פארברייטערן ראודס און בויען סייד וואוקס וכדומה.

אויך זאל נישט זיין אזא זאך אז א הויז וואס האט געבויט מער ווי די פערמיט זאל באקומען א סי אוו או, כעת באקומען זיי א קנס (וואס דער קונה צאהלט צום סוף), אבער עס האלט נישט אפ פון באקומען די סי אוו או, זאל מען ענדיגן מיט די קנס, אז מען בויט מער ווי די פערמיט זאל מען עס מוזן צונעמען, נישטא אזא זאך ווי באקומען א סי אוו או, פעריעד.

די זעלבע זאך בנוגע פארקינג, די פלאן מוז ווייזען פארקינג וואס איז פראקטיש, נישט סטם אז מיט א קרעין קען מען פון אויבן אריינלייגן 3 קארס, מען דארף אויך קענען אריינבעקען בשעת'ן דרייען דעם רעדל און אויפמאכן דעם טיר ארויסצוגיין, און אויב זיי דעליווערן עס נישט זאלן זיי נישט באקומען די סי אוו או, יהיה מה שיהיה.
פארוואס פארשטייט איר אז די קנס פאלט אויפן קונה, משא"כ אייער פארגעשלאגענע נייע "דעוועלעפערס טעקס" וועט דער דעוועלעפער צאלן פין זיין פריוואטע אפגעשפארטע חתונה געלט?
אויף יעדע דאלער וואס דעוועלעפמענט גייט ארויף גייט דאס גראד (מיט אלע רעכטן) צים קונה.
כ'ווייס נישט וואס דו ווילסט, דעוועלאפערס האבן אלע רעכטן צו בויען נאר וויפיל זייער פערמיט ערלויבט, ווער צווינגט זיי צו בויען מער?

און אויב בויען זיי מער ווי די געגנט קען דערהייבן, זאל דאס זיין א פארט אוו דאוינג ביזנעס, עס קאסט זיי פערמיטס, עס קאסט זיי האלץ, זאל זיין פארט פון די קאסטן צו מאכן זיכער אז אנדערע אידן ליידן נישט, עס לוינט זיך נישט אזוי? גיי זיך דיר א צווייטע וועג צו שפארן חתונה געלט (מ'רעדט דא פון שווערע מיליאנערן, וועמען טרייסטו איינצורעדן אנדערש?) וואס אינוואלד נישט שווער מאכן פאר א גאנצע שטאט אידן.
איך האב נישט געגעבן קיין שום רעכטן צי בויען א אינטש מער ווי די זאונינג ערלויבט, אדרבה אייער געדאנק אויף נישט צי געבן א סי אוו אוי איז נישט קיין שלעכטע (הגם פראקטיש וועט דאס קיינמאל געשעהן, די לעצטע זאך וואס א מיניוסעפעליטי וויל - איז האבן הייזער שטיין פארוויעסט. דאס ברענגט אלע שדים אין שטעטל).
איך האב נאר נישט פארשטאנען די לאגיק פין ארויפצווינגען א פרישע טעקס וואס וועט נאר דירעקטלי ארויפדרייען די קאסטן פארן האום בייער.
די טאון קעלעקט געניג פרישע טעקסעס פין יעדעס נייע יוניט, זיי האבן געניג אין נאך געלט פאר וואס איז זיי וויכטיג.
אלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 3:30 am

Re: תושבי מאנסי: לאזט אייך הערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלם »

קעמערשעל מארטגעדשעס האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 9:37 pm
פון אמעריקע האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:19 pm
קעמערשעל מארטגעדשעס האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:18 pm
פון אמעריקע האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:54 pm
די וועבסייט קוקט נישט אויס צו ארבעטן מער, סאו די תנאי קען איך נישט מקיים זיין.

לדעתי זאל זיין א טעקס אויף יעדע דירה וואס א דעוועלאפער בויט אויף צום פארקויפן, די טעקס זאל אריינגיין אין א קאסע וואס וועט גענוצט ווערן אויף צו פארברייטערן ראודס און בויען סייד וואוקס וכדומה.

אויך זאל נישט זיין אזא זאך אז א הויז וואס האט געבויט מער ווי די פערמיט זאל באקומען א סי אוו או, כעת באקומען זיי א קנס (וואס דער קונה צאהלט צום סוף), אבער עס האלט נישט אפ פון באקומען די סי אוו או, זאל מען ענדיגן מיט די קנס, אז מען בויט מער ווי די פערמיט זאל מען עס מוזן צונעמען, נישטא אזא זאך ווי באקומען א סי אוו או, פעריעד.

די זעלבע זאך בנוגע פארקינג, די פלאן מוז ווייזען פארקינג וואס איז פראקטיש, נישט סטם אז מיט א קרעין קען מען פון אויבן אריינלייגן 3 קארס, מען דארף אויך קענען אריינבעקען בשעת'ן דרייען דעם רעדל און אויפמאכן דעם טיר ארויסצוגיין, און אויב זיי דעליווערן עס נישט זאלן זיי נישט באקומען די סי אוו או, יהיה מה שיהיה.
פארוואס פארשטייט איר אז די קנס פאלט אויפן קונה, משא"כ אייער פארגעשלאגענע נייע "דעוועלעפערס טעקס" וועט דער דעוועלעפער צאלן פין זיין פריוואטע אפגעשפארטע חתונה געלט?
אויף יעדע דאלער וואס דעוועלעפמענט גייט ארויף גייט דאס גראד (מיט אלע רעכטן) צים קונה.
כ'ווייס נישט וואס דו ווילסט, דעוועלאפערס האבן אלע רעכטן צו בויען נאר וויפיל זייער פערמיט ערלויבט, ווער צווינגט זיי צו בויען מער?

און אויב בויען זיי מער ווי די געגנט קען דערהייבן, זאל דאס זיין א פארט אוו דאוינג ביזנעס, עס קאסט זיי פערמיטס, עס קאסט זיי האלץ, זאל זיין פארט פון די קאסטן צו מאכן זיכער אז אנדערע אידן ליידן נישט, עס לוינט זיך נישט אזוי? גיי זיך דיר א צווייטע וועג צו שפארן חתונה געלט (מ'רעדט דא פון שווערע מיליאנערן, וועמען טרייסטו איינצורעדן אנדערש?) וואס אינוואלד נישט שווער מאכן פאר א גאנצע שטאט אידן.
איך האב נישט געגעבן קיין שום רעכטן צי בויען א אינטש מער ווי די זאונינג ערלויבט, אדרבה אייער געדאנק אויף נישט צי געבן א סי אוו אוי איז נישט קיין שלעכטע (הגם פראקטיש וועט דאס קיינמאל געשעהן, די לעצטע זאך וואס א מיניוסעפעליטי וויל - איז האבן הייזער שטיין פארוויעסט. דאס ברענגט אלע שדים אין שטעטל).
איך האב נאר נישט פארשטאנען די לאגיק פין ארויפצווינגען א פרישע טעקס וואס וועט נאר דירעקטלי ארויפדרייען די קאסטן פארן האום בייער.
די טאון קעלעקט געניג פרישע טעקסעס פין יעדעס נייע יוניט, זיי האבן געניג אין נאך געלט פאר וואס איז זיי וויכטיג.
דעמאלט אנשטאט א טעקס וכדו׳, זאל די געזעץ זיין אז אויב איינער בויט מער פון די פערמיט, און דאס מאכט שווער אויפן רבים, זאל מען דאס דארפן דעמאלישן, קיינער וועט נישט נעמען די ריסק!
עס א טעלער זופ, און מאך א שיינע נאך ברכה!
קרעדיט #וועלווי פעלדמאן
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”