סאודי אראביע זיכט קריג מיט איראן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

סאודי אראביע זיכט קריג מיט איראן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א. טראכטער »

אויב נישט יעצט ווען יא...

דאס איז די חשבון פון די סאדיער פרינצן וואס האבן זיך דערזעהן מיט א פרעזידענט טראמפ וואס האט די זעלבע דיעה ווי זיי... אז מען דארף אינטערברענגן איראן.

סאודי אראביע טוט ווארענען לבנון מיט קריג אויב זי האקט נישט אפ אירע פארבינדונגען מיט איראן, און האט פארארדענט אלע סאודישע בירגער וואס געפונען זיך אין לבנון אהיימצוקומען.

אין אמת'ן איז סאודע אראביע די גרעסטע שונא פאר מדינת ישראל און איז דער מקור הטומאה פאר שיטת ישמעל, אבער צו באקעפן איראן און צוליב אסאך אנדערע סיבות האבן זיי זיך פאראייניגט.

אים ה' לא ישמר עיר וכו'
לעצט פארראכטן דורך א. טראכטער אום דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 9:17 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א אייביגע אנגעצויגענקייט און קריג צווישען סאודי אראביע (סוניס) און איראן (שאיטען) איז אפשר בעסער ווי א איין מאליגע נצחון פון די סוניס איבער די שיאיטען, וואס וועט פארשטערקערן די כח פון די סוניס.

פארגעסט נישט אז אייסיס זענען סוניס, און זיי, די סוניס, ווילען באנייען זיייערע אמאליגע קאליפעיט און באזיגען דער גאנצע וועלט.

איראן וויל אויך באזיגען די גאנצע וועלט אבער האט נאך נישט אזעליכע חלומות. זיי פאוקעסען יעצט אויף מדינת ישראל, איר ארום צו נעמען פון אלע זייטען.

זאל דער אייבערשטער האלטען דער רעכטע האנט און שוין אונז שיקען משיח.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

Do me a favor
קיינער פלאנט נישט צו איינעמען די וועלט, דאס איז א פאנטאזיע פון אמאליגע ביכלעך, איין מעשיגענער באגדאדי האט נאך אזעלכע חלומות,
נישט איראן און א וודאי נישט סאודי אראביע, יעדער ווייסט אז היינט ע''פ דרך הטבע קען מען נישט איינעמען די וועלט, ס'איז נישט אחשוורוש'ס צייטן,
קוק אן פוטין ער האט גענומען א שטיקל קריימיע און מיט א קלאמפיש'ע רעפערענדום און כאפט רעכטס און לינקס אזוי אז ער וואלט נישט אריין אין דעם סיטואציע ווען ער ווייסט ווען.
די ציונים זענען די וואס מאכן אזא אנשטעל אז איראן וויל זיי איינעמען און ח''ו פארטיליגן, און ווי די זעהט טאקע לאכט מען זיי אים פנים,
דאס וואס טייל וועלט וויל איינצוימען איראן'ס נוקלעאר איז פשוט ווייל צודרייטע מענטשן טארן נישט האלטן אזעלכע האקעלע וואפן
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

SPUSMN האט געשריבן:א אייביגע אנגעצויגענקייט און קריג צווישען סאודי אראביע (סוניס) און איראן (שאיטען) איז אפשר בעסער ווי א איין מאליגע נצחון פון די סוניס איבער די שיאיטען, וואס וועט פארשטערקערן די כח פון די סוניס.

פארגעסט נישט אז אייסיס זענען סוניס, און זיי, די סוניס, ווילען באנייען זיייערע אמאליגע קאליפעיט און באזיגען דער גאנצע וועלט.

איראן וויל אויך באזיגען די גאנצע וועלט אבער האט נאך נישט אזעליכע חלומות. זיי פאוקעסען יעצט אויף מדינת ישראל, איר ארום צו נעמען פון אלע זייטען.

זאל דער אייבערשטער האלטען דער רעכטע האנט און שוין אונז שיקען משיח.

סאודי אראביע איז קעגן אייסיס. און די שיאטן ווען זיי גייען ווען וועלן איינעמען די וועלט גייען זיי גארנישט זיין בעסער ווי די סוניס, און ס'איז דערווייל נישטא קיין איין סוני לאנד וואס האט אזעלכע חלומות

נאר וואס יא? דעיס קען זיין גוט פאר פרעזידענט טראמפ, אז סאודי אראביע טוט די דזשאב מיט איראן אנשטאט אים.

און פארגעס נישט, למעשה איז איראן דער אמעריקאנער שונא\ נישט סאודי אראביע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל בוימענגארטן »

א. טראכטער האט געשריבן:

אין אמת'ן איז סאודע אראביע די גרעסטע שונא פאר מדינת ישראל און איז דער מקור הטומאה פאר שיטת ישמעל, אבער צו באקעפן איראן און צוליב אסאך אנדערע סיבות האבן זיי זיך פאראייניגט.

פארוואס עפעס דארף סאודי אראביע זיין דער גרעסטער שונא פאר מדנ"י? זיי טיילן נישט קיין גרעניץ, זיי זענען נאך קיינמאל נישט געווען פארמישט אין קיין דירעקטע קאנפליקטן?

סאודע אראביע טרייעט אלץ צו זיין דער פארטרעטער פון די אראבישע וועלט זייענדיג פון די גרעסטע און רייכסטע אראבישע לאנד און האבענדיג אין איר שטח זייערע פארהייליגסטע שטחים, אבער האט געהאט ווייניגער צו טוהן מיט מדינ"י ווי סיריע, לבנון, ירדן, עגיפטען, וואס שערן א גרעניץ אדער איראק און איראן.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

לאלתר לחיים האט געשריבן:Do me a favor

קוק וואס זיי אליין זאגען, ס'געדרוקט שווארץ אויף ווייס.

למשל וויאזוי פלאנט קים-דזונג-אן פון נארט קאריע, א שוואך און אויסגעהוגערטע לענדעל, איין צו נעמען סאוט קאריע א שטארק לענדעל?

אלא מאי, מיט נוקליארע וואפען. זיי טראכטען די זעלבע.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

פעיק נוז האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:א אייביגע אנגעצויגענקייט און קריג צווישען סאודי אראביע (סוניס) און איראן (שאיטען) איז אפשר בעסער ווי א איין מאליגע נצחון פון די סוניס איבער די שיאיטען, וואס וועט פארשטערקערן די כח פון די סוניס.

פארגעסט נישט אז אייסיס זענען סוניס, און זיי, די סוניס, ווילען באנייען זיייערע אמאליגע קאליפעיט און באזיגען דער גאנצע וועלט.

איראן וויל אויך באזיגען די גאנצע וועלט אבער האט נאך נישט אזעליכע חלומות. זיי פאוקעסען יעצט אויף מדינת ישראל, איר ארום צו נעמען פון אלע זייטען.

זאל דער אייבערשטער האלטען דער רעכטע האנט און שוין אונז שיקען משיח.

סאודי אראביע איז קעגן אייסיס. און די שיאטן ווען זיי גייען ווען וועלן איינעמען די וועלט גייען זיי גארנישט זיין בעסער ווי די סוניס, און ס'איז דערווייל נישטא קיין איין סוני לאנד וואס האט אזעלכע חלומות

נאר וואס יא? דעיס קען זיין גוט פאר פרעזידענט טראמפ, אז סאודי אראביע טוט די דזשאב מיט איראן אנשטאט אים.

און פארגעס נישט, למעשה איז איראן דער אמעריקאנער שונא\ נישט סאודי אראביע.

לכאורה איז טאקע בעסער אז סאודי אראביע טוהט דער דזאב; אבער די רעפערקאשען'ס און וויאזוי מען קומט אן ביז אהין קען זיין זייער געפארפול.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:
א. טראכטער האט געשריבן:

אין אמת'ן איז סאודע אראביע די גרעסטע שונא פאר מדינת ישראל און איז דער מקור הטומאה פאר שיטת ישמעל, אבער צו באקעפן איראן און צוליב אסאך אנדערע סיבות האבן זיי זיך פאראייניגט.

פארוואס עפעס דארף סאודי אראביע זיין דער גרעסטער שונא פאר מדנ"י? זיי טיילן נישט קיין גרעניץ, זיי זענען נאך קיינמאל נישט געווען פארמישט אין קיין דירעקטע קאנפליקטן?

סאודע אראביע טרייעט אלץ צו זיין דער פארטרעטער פון די אראבישע וועלט זייענדיג פון די גרעסטע און רייכסטע אראבישע לאנד און האבענדיג אין איר שטח זייערע פארהייליגסטע שטחים, אבער האט געהאט ווייניגער צו טוהן מיט מדינ"י ווי סיריע, לבנון, ירדן, עגיפטען, וואס שערן א גרעניץ אדער איראק און איראן.

ביזט גערעכט אז סאודי אראביע האט זיך ביז היינט אויף געפירט דאס מערסטע ציווליזירט קעגען מדינת ישראל ביז יעצט. אבער מאך נישט קיין טעות; עס איז א סטראטעגישע אויף פירונג (און נישט קיין גוט הארציגע), כדי צו קענען בלייבען ביים קעניגליכען מאכט (מיט זייערע ריזיגע פארמעגען) און מוזען פארדעם האבען אמעריקע מיט זיך.

די מיניט וואס זיי קענען, וועלען זיי ווייזען וואסארע פריינד (שונאים) זיי זענען.

חוץ פון קוקען אויף יענעם'ס אויף פירונג, דארף מען אויך קוקען אויף זייער מאטיווען און וואס עס ליגט זיי באמת אין הארץ, און אינטער זייער "גוט הארצייקייט".
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

ריכטיג, אבער דאס שטעלט זיי נאכנישט אלס גרעסטע שונא. איראן און סיריע זענען נאך עניטיים אזעלכע שונאים.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מסכים אז לעת עתה איז איראן (און לכבוד דעם סיריע אויך) די גרעסטע שונאים, און דערפאר איז טאקע בעסער אז סאודי אראביע זאל טוהן דער דזאב.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל בוימענגארטן »

SPUSMN האט געשריבן:
דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:
א. טראכטער האט געשריבן:

אין אמת'ן איז סאודע אראביע די גרעסטע שונא פאר מדינת ישראל און איז דער מקור הטומאה פאר שיטת ישמעל, אבער צו באקעפן איראן און צוליב אסאך אנדערע סיבות האבן זיי זיך פאראייניגט.

פארוואס עפעס דארף סאודי אראביע זיין דער גרעסטער שונא פאר מדנ"י? זיי טיילן נישט קיין גרעניץ, זיי זענען נאך קיינמאל נישט געווען פארמישט אין קיין דירעקטע קאנפליקטן?

סאודע אראביע טרייעט אלץ צו זיין דער פארטרעטער פון די אראבישע וועלט זייענדיג פון די גרעסטע און רייכסטע אראבישע לאנד און האבענדיג אין איר שטח זייערע פארהייליגסטע שטחים, אבער האט געהאט ווייניגער צו טוהן מיט מדינ"י ווי סיריע, לבנון, ירדן, עגיפטען, וואס שערן א גרעניץ אדער איראק און איראן.

ביזט גערעכט אז סאודי אראביע האט זיך ביז היינט אויף געפירט דאס מערסטע ציווליזירט קעגען מדינת ישראל ביז יעצט. אבער מאך נישט קיין טעות; עס איז א סטראטעגישע אויף פירונג (און נישט קיין גוט הארציגע), כדי צו קענען בלייבען ביים קעניגליכען מאכט (מיט זייערע ריזיגע פארמעגען) און מוזען פארדעם האבען אמעריקע מיט זיך.

די מיניט וואס זיי קענען, וועלען זיי ווייזען וואסארע פריינד (שונאים) זיי זענען.

חוץ פון קוקען אויף יענעם'ס אויף פירונג, דארף מען אויך קוקען אויף זייער מאטיווען און וואס עס ליגט זיי באמת אין הארץ, און אינטער זייער "גוט הארצייקייט".

איך ווייס נישט וואס ס'שטייט אין זייערע בוקס, באט אין די מציאות האט נישט סאודי אראביע און נישט איראן קיין חלום פון אינוואדירן פרישע טעריטאריע.

אפשר דער מיסיל מען פון נארט קארעא הא אזוינע חלומות (מיטאמאל דעס מוז זיין) און טשיינע וואלט געהאט חשק צוריק איינצונעמען טשיינע ווען זיי קענען ווען, באט עד כאן. קיין שום לאנד חלומ'ט נישט אז אין מציאות גייט ער קענען איינעמען היינט צו טאגס פרישע שטחים.

יעצט וואס די סיבה איז א סאודי אראביע זוכט נישט קיין קאנפליקטן מיט מדינ"י איז נישט קיין גרויסע נפ"מ, ס'איז בערך די זעלבע סיבה פארוואס רוסלאנד אינוואדירט נישט פוילן... די מציאות אן גראונד איז, אז א שיינע פאר סונישע לענדער וואס האבן מיליאן מאר מער סיבות צו האבן קאנפליקטן מיט מדינ"י האבן שוין שלום געמאכט מיט איר און לעבן עמטליך בשלום מיט איר, סאודי אראביע האט נישט קיין שום פראבלעם עמטליך צו אנערקענען מדינ"י אין קעיס ס'ווערט אויסגעהאמערט א שלום מיט די פאלעסטינער.
דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל בוימענגארטן »

וואס סאודי אראביע און איראן ווילן יא איז אז זיי זאלן האבן פאוער און קאנטראל אויף וואס מער שוואכערע לענדער כדי צו האבן מער א דיעה איבער די ראיאן אדער די וועלט אדער גאר ווערן א וועלט מאכט ווי אמעריקע, רוסלאנד אדער טשיינע.
דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל בוימענגארטן »

הרב פעיק נוז

קארעא איז געווען אמאל איין לאנד סאו קען זיין אז דער מיסיל מאן חלומ'ט אז הלואי זאל ווען זיין א מציאות ער זאל קענען הערשן צוריק אויף זיין גאנצע לאנד, און דעס איז אויך נאר חלומות פונקט ווי די פאלעסטינער חלומען פון קענען הערשן איבער גאנץ מדינ"י אדער טשיינע פון הערשן איבער טייוואן.

אבער איראן? אויף וואסארא שטח גענוי מיינסטו זי וואלט געהאט חשק צו לייגן א יד?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אויף וואס נישט.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 5:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

רוסלאנד חלומ'ט נישט פון איינעמען מער טעריטאריע? גרוזיע און קריימיע יוכיח.
כינע חלומ'ט נישט? דרום כינעזע ים און נאך ערטער זאגן אנדערש. פאקטיש האבן זיי טעריטאריע קאנפליקטן מיט כמעט יעדע שכן, וואס אלע זענען אין רעזולטאט פון כינע'ס נעמען מיט כח.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:וואס סאודי אראביע און איראן ווילן יא איז אז זיי זאלן האבן פאוער און קאנטראל אויף וואס מער שוואכערע לענדער כדי צו האבן מער א דיעה איבער די ראיאן אדער די וועלט אדער גאר ווערן א וועלט מאכט ווי אמעריקע, רוסלאנד אדער טשיינע.

איך ווייס נישט פון ווי די נעמסט אז דאס וויל איראן? ווייסטו אלע אקטיוויטעטען פון איראן איבער דער גארער וועלט? למשל אין קובא און אין ווענעזועלע?

פארוואס הייסט עס "דער איראנער רעוועלושען"; וואס ווילען זיי רעוועלושענייזען? און ווי ווילען זיי עס פירען?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
sholom88
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2008 6:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sholom88 »

הרב לאלתר, די "אלטע צייטן" גייט נאך אן די די פרימיטיווע מיטל-מזרח'ישע לענדער, וואס לעבן נאך אין די מיטל-אלטער. דער איין משוגע'נער באגדאדי איז ליידער נישט איינער אליינס אויף די וועלט, נאר קעמפער זענען געקומען צופארן פון אלע עקן וועלט אים צו העלפן מיט זיין כאליפאט, אזש א ריזיגע קאאליציע פון אסאך פראקציעס האבן געמוזט שלום-מאכן און זיך פאראייניגען קעגן די שרעקליכע סכנה, און עס האט געדארט אזויפיהל יאהרן זיי צו בייקומען.

הרב דניאל, ביטע גיב בעקונג פאר דיין א.ג. מציאות, נאכדערצו אז דו ווייסט נישט- ווי דו אליינס זאגסט - וואס עס שטייט אין זייערע ביכער.

די "פאקט" איז איז איראן חלום'ט יא, און סאודי אראביע חלום'ט אויך.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:הרב פעיק נוז

קארעא איז געווען אמאל איין לאנד סאו קען זיין אז דער מיסיל מאן חלומ'ט אז הלואי זאל ווען זיין א מציאות ער זאל קענען הערשן צוריק אויף זיין גאנצע לאנד, און דעס איז אויך נאר חלומות פונקט ווי די פאלעסטינער חלומען פון קענען הערשן איבער גאנץ מדינ"י אדער טשיינע פון הערשן איבער טייוואן.

אבער איראן? אויף וואסארא שטח גענוי מיינסטו זי וואלט געהאט חשק צו לייגן א יד?

הערשן אויף די וועלט מיינט נישט דוקא פאקטיש אינוואדירן מיט א מיליטער אז אלעס זאל ווערן איין גרויסע איראן, עס מיינט אז ער וויל האבן קאנטראל און זיין דער אויסשליסליכער בעה"ב איבער אנדערע לענדער
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס ס'שטייט אין זייערע בוקס

איך ווייס יא.
דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:באט אין די מציאות האט נישט סאודי אראביע און נישט איראן קיין חלום פון אינוואדירן פרישע טעריטאריע

זיי האבען יא.
דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:אפשר דער מיסיל מען פון נארט קארעא הא אזוינע חלומות (מיטאמאל דעס מוז זיין)

עס איז קלאר אז ער האט יא.
דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:קיין שום לאנד חלומ'ט נישט אז אין מציאות גייט ער קענען איינעמען היינט צו טאגס פרישע שטחים

זאגסט היפך המציאות.
דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:יעצט וואס די סיבה איז א סאודי אראביע זוכט נישט קיין קאנפליקטן מיט מדינ"י איז נישט קיין גרויסע נפ"מ

ס'איז שוין א גרויסע נפקא מינה.
דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:ס'איז בערך די זעלבע סיבה פארוואס רוסלאנד אינוואדירט נישט פוילן

האסט פארגעסען אז סאודי אראביע איז נאך אלץ אין קריגס צושטאנד מיט מד"י זינט תש"ח. זיי האבען דענמאלט דערקלערט קריג אויף מד"י. מה שאין כן רוסלאנד מיט פוילין.
דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:די מציאות אן גראונד איז, אז א שיינע פאר סונישע לענדער וואס האבן מיליאן מאר מער סיבות צו האבן קאנפליקטן מיט מדינ"י האבן שוין שלום געמאכט מיט איר און לעבן עמטליך בשלום מיט איר

שלום נאר לעת עתה, וטערקיי יוכיח; וואס קען זיך טוישען מן הקצה אל הקצה איבערנאכט.
דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:סאודי אראביע האט נישט קיין שום פראבלעם עמטליך צו אנערקענען מדינ"י אין קעיס ס'ווערט אויסגעהאמערט א שלום מיט די פאלעסטינער

האבען שוין גאר א גרויסע פראבלעם (און דער זעלבע פראבלעם האט איראן), א טעאלאגישע פראבלעם! ווייל זייענדיג די פארטרעטערס פון מעקקע און מודינע רעדען זיי (און איראן אויך לשיטתם) אין נאמען פון איסלאם; און זיי קענען בשום אין אופן נישט אנערקענען מד"י. דאס מערסטע וואס זיי קענען טוהן איז וואס זיי טוהען היינט, וואס זיי זענען סטראטעגיש דארמענט (זיי אנערקענען נישט און מאכען נישט קיין אפיציעלער שלום) נאר ווארטען אויף זייער טשענס ווען די טיים וועט זיין פאר זיי ח"ו רייף.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

לאלתר לחיים האט געשריבן:Do me a favor
קיינער פלאנט נישט צו איינעמען די וועלט

ס'דא וואס פלאנען יא.
לאלתר לחיים האט געשריבן:דאס איז א פאנטאזיע פון אמאליגע ביכלעך

און פון די היינטיגע ביכלעך אויך.
לאלתר לחיים האט געשריבן:איין מעשיגענער באגדאדי האט נאך אזעלכע חלומות,

באגדאדי איז נישט קיין בן יחיד; זיינע ממלא מקומו'ס און מיליאנען האבען אויך אזעליכע חלומות.
לאלתר לחיים האט געשריבן:נישט איראן און א וודאי נישט סאודי אראביע

לעת עתה נישט איראן אליין, און נישט סאודי אראביע אליין. אבער נישט ווייל זיי ווילען נישט; נאר ווייל זיי קענען נישט, ווי די שרייבסט ריכטיג אז היינט ע''פ דרך הטבע קען מען נישט (צ"ל, זיי קענען נישט) איינעמען די וועלט.
לאלתר לחיים האט געשריבן:ס'איז נישט אחשוורוש'ס צייטן

נישט זיכער.
לאלתר לחיים האט געשריבן:די ציונים זענען די וואס מאכן אזא אנשטעל אז איראן וויל זיי איינעמען און ח''ו פארטיליגן

נישט ריכטיג, אכמינידזאד דער פרעזידענט פון איראן האט געמאכט אזא סטעיטמענט. אויב וויל מען אים נישט גלייבען, האט "ער" געמאכט די אנשטעל.
https://en.wikipedia.org/wiki/Mahmoud_A ... and_Israel
http://www.nytimes.com/2005/10/27/world ... -says.html
לאלתר לחיים האט געשריבן:און ווי די זעהט טאקע לאכט מען זיי אים פנים

ווער לאכט זיי אין פנים?
לאלתר לחיים האט געשריבן:דאס וואס טייל וועלט וויל איינצוימען איראן'ס נוקלעאר איז פשוט ווייל צודרייטע מענטשן טארן נישט האלטן אזעלכע האקעלע וואפן

שטים מיט צו דיר אז זיי זענען צודרייט; אבער נישט אין דער מענטעל סטעיט.
לאלתר לחיים האט געשריבן:דאס וואס טייל וועלט וויל איינצוימען איראן'ס נוקלעאר איז פשוט ווייל צודרייטע מענטשן טארן נישט האלטן אזעלכע האקעלע וואפן

דאס איז נאר א חלק דערפון.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אץ קוצץ
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אץ קוצץ »

לאלתר לחיים האט געשריבן:די ציונים זענען די וואס מאכן אזא אנשטעל אז איראן וויל זיי איינעמען און ח''ו פארטיליגן, און ווי די זעהט טאקע לאכט מען זיי אים פנים,

אוי טאטע!

ווי קען זיין איינער וואס האט געלערנט אין א חדר שרייבען יודיש, זאל קענען שרייבען אזוינע ווערטער ר"ל , ווען מיליאנען יודען זענען אין א סכנה פין איראן'ס לאנגע האנט אין לבנון/חיזבללא אין אויך סוריה.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

איראן איז נאנט פארבינדן מיט מדינת ישראל שכינים, כאמאס און חיזבאלא/נאסראללא, איראן העלפט בעיקר מדינת ישראל שכינים, און איז בעיקר א סכנה פאר מדינת ישראל.

סאודי אראביע איז א רעליגיעזע מיסיאנערישע לאנד, זיי פארשפרייטן איסלאם, גיבן גרויסע נדבות פאר איסלאמישע אינטערעסן און עקסטרעמיזם איבער די מערב וועלט, זייער שנאה צו מדינת ישראל איז מער צוליב רעליגיע.
זיי זענען מער סכנה פאר די גאנצע וועלט.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

הרב טראכטער: איך טראכט אנדרעש ווי דיין קעפיל [תרתי משמע].

1. סאודי זוכט נישט קיין קריג מיט איראן, זי זוכט אראפ צו נעמען די איראנע לאפעס וואס פראבירען איר צו דערשטיקן.
זיי האב פאר לאנגע יאר געווען א דיפלאמאטישע [עכ"פ לפנים = אלע אראבער זענען שקרנים] מדינה אין נישט געזוכט קיין "אפענע" פראבלעמען מיט קיינעם, ממילא אויב איינער מאכט פראוועקאציע איז איראן.

2. כ'גיי נישט זאגן אז זיי זענען אטהבי ישראל וכל שכן אוהדי מדינת ישראל, אבער במציאות זענען זיי די קלענסטע פראבלעם פאר מדנ"י אין די מיטל מזרח, חיזבאלא און חאמאס באקומען אפענע שטיצע פון איראן נישט פון סאודי, ועוד ועוד
פארקערט ווען נישט די "רעליגיע מלחמה" וואלטען זיי שוין לאנג געהאט אפענע באציהונגען מיט מדינת ישראל.
גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

לאלתר לחיים האט געשריבן:Do me a favor
קיינער פלאנט נישט צו איינעמען די וועלט, דאס איז א פאנטאזיע פון אמאליגע ביכלעך, איין מעשיגענער באגדאדי האט נאך אזעלכע חלומות,
נישט איראן און א וודאי נישט סאודי אראביע, יעדער ווייסט אז היינט ע''פ דרך הטבע קען מען נישט איינעמען די וועלט, ס'איז נישט אחשוורוש'ס צייטן,

עס איז נישט די שאלה צו זיי האבן ממש יעצט אין פלאן איינצונעמען די וועלט. בפרט איז נישט די שאלה אויב זיי טוען עס וועגן פאליטישע סיבות.
רוסלאנד זוכט איינצונעמען ווי מער לענדער, כדי צו פארברייטערן איר ספע"ר א"וו אינפלוענ"ס בלע"ז, און דאס טוען אלע לענדער, ווייל אזוי ארבעט די פאליטישע סיסטעם פון "באלאנס אוו פאוער".
אבער די ישמעאלים, זיי קומען מכח זייער רעליגיע. און אין די איסלאמישע רעליגיע איז קלאר דא א גרויסע ציל איינצונעמען די גאנצע וועלט! די מחלוקת צווישן זיי איז נאר וועלכע שיטה איסלאם, און וויאזוי מען מאכט דאס! אבער עס איז קלאר אז זיי זוכן דווקא יא איינצונעמען די גאנצע וועלט ממש.
דעם ענין ווערט קלאר געפרעדיגט אין זייער רעליגיע. און דאס גייט נאך אן עד היום. בפרט אז אין די לעצטערע יארן איז פארהאן ביי זיי א שטארקע רעליגיעזע אויפוואכונג.
איך בין דאס נאכגעגאנגען פון כמה מקורות. נישט פון די איד און די בלאט.. נאר פון אקאדעמישע פארשער, וואס זענען אפ טו דעיט!
און עס איז כדאי צו וויסן, אז דאס איז אן אקטיווער שאלה ביי די גאנצע וועלט, און ווערט באהאנדעלט ביי אלע גויים; נעמליך, וויל איסלאם איבערנעמען די וועלט, אדער נישט? איז עס סתם באלאנס אוו פאוער, אדער איז עס א מלחמה אנטקעגן א רעליגיע. דאס איז נישט א שאלה פון צוויי אידן אין מקוה וואס זאכן זאכן וואס זיי האבן געהערט אין חדר ביי ריסעס..
לויט אידישע מקורות שטימט דאס זייער גוט מיט וואס עס דארף געשען בעקבתא דמשיחא. הקב"ה יצילנו מכל רעה.
mi a nagy ügy
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

איר שרייבט זייער ריכטיג, אבער אנשטאט שרייבן אז זיי "פלאנען" איבער צונעמען די וועלט, שרייבטס בעסער אז זיי "ווילען". ודו"ק

למעשה היינטיגע צייטן ארבעטען זיי אסאך מער צו איבער נעמען דורך פרעדיגען אין פארשפרייטען זייער רעליגיע און ווייניגער דורך מלחמה.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”