סאודי אראביע זיכט קריג מיט איראן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

סאאד הארירי איז נעכטן אנגעקומען צוריק אהיים קיין לבנון, צום ערשטן מאל נאכדעם וואס ער האט מיסטעריעז רעזיגנירט פון זיין פאזיציע אלס לעבאנעזער פרעמיער מיניסטער.

איד דעלי
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

עס ווינדערט מיר ווי לאנג ער גייט נאך לעבען.

און דאס זעלבע איז מיט דער לעגענדארער נוצרישער פירער מיטשעל אה'יואן
https://en.wikipedia.org/wiki/Michel_Aoun

און אויך דער לעגענדארער דרוז פירער פון לבנון וואליד דזומבלאט
https://en.wikipedia.org/wiki/Walid_Jumblatt

די ערשטע צוויי (דער מוסלומענער הארירי מיט דער נוצרישער אה'יואן) זענען אמת'ע פאטריאטען פאר זעלבסטשטענדיקייט פון לבנון און אמת'ע שונאים פון סיריע און היינט אויך שונאים פון איר שטיצער איראן. אבער אלע דריי, כדי צו סורווייווען (יעדער וויל דאך לעבען) האבען אפיציעל שלום געמאכט מיט היזבאלע און סיריע, און כדי מען זאל זיי נישט חושד זיין (עס וועט זיי העלפען א מכה) זענען די לעצטע צוויי געווארען פויבסטליכער פון דער פויבסט און אפיציעל שטיצען זיי זייער שונא היזבאלע, און דעריבער אויך סיריע און ביי-פראקסי אויך איראן.

אין דער טאג פון גאר א ערענסטע מלחמה (זאל דער אייבערשטער אונז אפהיטען דערפון) איז זייער לעבען נישט ווערט א ציבעלע; לאנג קענען זיי נישט סורווייווען.

אבער הארירי'ס לעבען איז דאס מערסטע באדראעט, און יעדער רגע איז ער אין א סכנה אז ער זאל נישט ענדיגען ווי זיין טאטע וואס סיריע האט געהארגעט אין תשס"ה.

ואגב, וואליד דזומבלאט'ס טאטע קאמאל דזומבלאט איז אויך אפגעווישט געווארען פון סיריע אין תשל"ז
https://en.wikipedia.org/wiki/Kamal_Jumblatt

סיריע איז געשטאנען אינטער יענער אטענטאט פינקט ווי ביי הארירי. און וועט שטיין אינטער דער נעקסטע אטענטאט...
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

אגב, ער הייסט חארירי, נישט הארירי, די אמעריקאנע בני עשיו קענען נאר נישט זאגן א חי"ת.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א ייש"כ

דא קומט צו ניץ

כא כא כא

שוין איין געחזרט

כ'האף נאר אז מען וועט נישט זאגען אויף אים הולך ארורי (אוררך ארור)
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 4:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

SPUSMN האט געשריבן:א ייש"כ

דא קומט צו ניץ

כא כא כא

שוין איין געחזרט

כ'האף נאר אז מען וועט נישט זאגען אויף אים הולך ארורי

פארוואס האפסטו?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

כ'האף אז ער וועט זיין פארט אוו דער סעלושען און נישט פארט אוו דער פראבלעם.

לב מלכים ושרים ביד ה'.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דער לעבאנעזער פרעמיער מיניסטער סאאד הארירי האט זיך נעכטן מיטוואך ענדליך צוריקגעקערט קיין לבנון, צוויי וואכן נאכדעם וואס ער האט רעזיגנירט פלוצלינג פון אמט. הארירי האט געהאט געמאלדן זיין רעזיגנאציע בשעת ער איז געווען אויף א באזוך אין סאודי אראביע, וואס מען באשולדיגט אז סאודי אראביע האט אים געצווינגען צו רעזיגנירן, און מען האט מורא געהאט אז סאודי אראביע וועט נישט ארויסלאזן הארירי פון זייער לאנד, אבער למעשה האבן זיי אים פאריגע ענדע וואך ארויסגעלאזט.

נאך א באזוך אין פראנקרייך און אין עגיפטן, איז ער נעכטן צוריק אנגעקומען קיין לבנון, און געמאלדן אז דערווייל ציט ער צוריק פון זיין רעזיגנאציע, וואס דערמיט איז עטוואס בארואיגט געווארן די אינערליכע אנגעצויגנקייט אינערהאלב דער לעבאנעזער רעגירונג.

איד דעלי
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

דו רעגסט מיר געפערליך אויף, ווי פיל מאל דארף איך זאגן, חארירי און נישט הארירי...
עני וועי, די מעשה איז זייער מאדנע, מען ווייסט נאר אז סאודיע האט א פארשמייליגטער קאמפ קעגן די שאיטען (אזוי זאגט מען?), און הארירי-חארירי-כארירי איז א סוני, און היזבאלאלאלא זענען שאיטין, אזוי ווי איראן,
און למעשה קומט אויס אז ווען היזבאלא באקומט קאנטראל אויף די סירישע זייט פון די גולן בערג, האט מדינת ישראל באקומען אלס א שכן איהר שונא #1 - איראן פון צוויי גרעניצן און דאס איז א ערנסטע דאגה
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

סאבסיטוט האט געשריבן:אוי באשעפער זיסער

איראן "זאגט צו"

זאג נאר, איז נישט דיין געלונגענע איראן דיעל געבויעט אויפ'ן פאקט אז איראן זאגט צו אז נאך פופצן יאר גייען זיי נישט בויען קיין אטאם באמבע?
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

לחם לשובע האט געשריבן:דו רעגסט מיר געפערליך אויף, ווי פיל מאל דארף איך זאגן, חארירי און נישט הארירי...
און הארירי-חארירי-כארירי איז א סוני,

דער נאמען איז חארירי מיט א ח'. די אראבער - אזויווי להבדיל די ספרדים - זאגן עס לייכטער ווי א כ'. די אמעריקאנער וואס קענען נישט ארויסזאגן קיין כ-ח, זאגן א כ' מיט א ק' קלאנג, און א ח' מיט א ה' קלאנג.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

סאודי אראביע זאגט אז זיי האבן אינטערסעפטעד א באליסטיק מיסיל וועלכע איז געקומען צו פליען פון תימן געצילט אויפן הויפטשטאט ריאד

די האוטי רעבעלן האבן גענומען פאראנטווארטליכקייט און זאגן אז די ציל איז געווען א מיטונג פון סאודי פירער וועלכע איז פארגעקומען אין א ארטיגע פאלאץ

סאודי אראביע באשולדיגט איראן פארן צושטעלן די סארט מיסילס פאר די רעבעלן
גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

ווא. דאס איז געפערליכע נייעס!
דער באשעפער זאל אונז היטן פון וואס עס קען דא זיין
mi a nagy ügy
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

יש ברירה האט געשריבן:סאודי אראביע זאגט אז זיי האבן אינטערסעפטעד א באליסטיק מיסיל וועלכע איז געקומען צו פליען פון תימן געצילט אויפן הויפטשטאט ריאד

די האוטי רעבעלן האבן גענומען פאראנטווארטליכקייט און זאגן אז די ציל איז געווען א מיטונג פון סאודי פירער וועלכע איז פארגעקומען אין א ארטיגע פאלאץ

סאודי אראביע באשולדיגט איראן פארן צושטעלן די סארט מיסילס פאר די רעבעלן

פון ווי האט סאודי אראביע די טעקנאלעדזי צו אינטערסעפטען א באליסטיק מיסיל?

איז עס געווען געצילט מיט א פינקטליכע אדרעס צום פאלאץ; אדער סתם געשאסען אינעם ריכוטנג פון ריאד?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

SPUSMN האט געשריבן:
פון ווי האט סאודי אראביע די טעקנאלעדזי צו אינטערסעפטען א באליסטיק מיסיל?

האבן זיי נישט קיין אמעריקאנע פאטריאט מיסילס?
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

יא; נישט געטראכט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

סאודי-געשטיצטע קרעפטן אין תימן האבן געעפנט א מאסיווע אפענסיווע אויף דער תימנ׳ער פּארטשטאט הודיידע, וואס פארמאגט א באפעלקערונג פון 600,000 איינוואוינער און געפינט זיך אויף א גאר סטראטעגישע ארט אונטער'ן קאנטראל פון די הוטי רעבעלן.

דער פארט אין הודיידע האט א באזונדער-סטראטעגישע וויכטיגקייט, וויבאלד פון דארט ווערט אריינגעברענגט אינטערנאציאנאלע הילף קיין תימן, אריינגערעכנט עסנווארג און מעדיצינען, און איז דעריבער וויכטיג אויף צו איבערנעמען קאנטראל פון לאנד.

די באנייטע שלאכטן האבן אפגעשטעלט אלע אקטיוויטעטן פון אינטערנאציאנאלע הילפס ארגאניזאציעס, ווי די יו.ען. און רויטע קרייץ, וויבאלד זיי ווילן נישט שטעלן זייערע ארבייטער אין געפאר.

די יו.ען. האט געווארנט, אז דער שריט שטעלט אריין 8 מיליאן תימנ׳ער בירגער אין געפאר פון אויסגיין פון הונגער, און ארום 250,000 זענען אין א באלדיגער טויט געפאר, אין פאל די הילפס פעקלעך ווערן אפגעשטעלט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פאריגע פרייטאג האט א סאודיער באמבע באטראפן א באס מיט קינדער אין א תימנ׳ער שטעטל, 54 זענען אומגעקומען, אריינגערעכנט 44 קינדער, דאס האט געברענגט אונטערנאציאנאלע אויפברויז און פארדאמונגען, און ברענגט אויפמערקזאמקייט צו די פארצויגענע סאודי אראבישע אפעראציעס אין תימן וואס קאסטן גאר אפט פילע ציווילע לעבנס.

סאודי אראביע איז פארמישט אין דעם פארצויגענעם קריג אין תימן צו באקעמפן די הוטי רעבעלן וואס ווערן געשטיצט דורך איראן, און אפיציעל איז זייער מיסיע צו באקעמפן טעראר און זיי ווערן דערפאר געשטיצט מיליטערישע און פאליטיש דורך אמעריקע, אבער אין צענדליגע פעלער האבן די מיליטערישע אפעראציעס אומגעברענגט ציווילע בירגער, דירעקט און אומדירעקט.

אצינד טוען עטליכע אמעריקאנער קאנגרעסלייט און סענאטארן - אין שפיץ פון סענאטארשע אליזאבעט ווארען - אפעלירן צום מיליטער און די טראמפ אדמיניסטראציע צו האלטן סאודי אראביע פאראנטווארטליך פאר איר פארנאכלעסיגקייט און ציווילע פאטאליטעטן, און אפשטעלן די מאסיווע וואפן פארקויפן וואס ווערן גענוצט אין די מיליטערישע אפעראציעס.

פיינע נייעס.
-------------

טראמפ זאל עס נישט טוהן.

#אמעריקע פוירסט
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

פעיק נוז האט געשריבן:אפעלירן צום מיליטער און די טראמפ אדמיניסטראציע צו האלטן סאודי אראביע פאראנטווארטליך פאר איר פארנאכלעסיגקייט און ציווילע פאטאליטעטן, און אפשטעלן די מאסיווע וואפן פארקויפן וואס ווערן גענוצט אין די מיליטערישע אפעראציעס.

פיינע נייעס.
-------------

טראמפ זאל עס נישט טוהן.

#אמעריקע פוירסט

אמעריקא פירסט מיינט פייטן אין תימן?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דא שטייט אז זיי ווילן אז טראמפ זאל נעמען שריט קעגן סאודי אראביע צוליב די אטאקע, האב איך געשריבן אז טראמפ זאל עס נישט טוהן, אמעריקע האט צופיל אינטערעסן מיט סאודי אראביע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

די תימנ׳ער מיליציעס געשטיצט דורך סאודי אראביע און אמעריקע האבן באוויזן צו איבערנעמען קאנטראל פונעם צענטראלן שאסיי וועלכע באהעפט דעם הויפטשטאט צנעא און דער פארט שטאט האדייע, ביידע שטעט געפונען זיך אונטער קאנטראל פון די איראן-געשטיצטע הוטי רעבעלן, און דאס פארכאפן דעם שאסיי האקט אפ דעם ״סופליי רוט״ דורך וועלכע די הוטי רעבעלן קריגן זייערע געווער און אלע געברויכן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”